מערקווירדיגע עפיזאדן בדורינו מיט די מוסר השכל דערפון

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

מערקווירדיגע עפיזאדן בדורינו מיט די מוסר השכל דערפון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

אינעם אשכול יום כיפור איז נישט קיין שפיל ווערט ארויסגעברענגט א מעשה וואס מהאט געזעהן השגחת השם צו ראטעווען א גאר שוואכע איד נישט צו מחלל זיין יום כיפור און מהאט צוגעלייגט געדאנקען און נאך מעשיות בדומה לזה קלער מיר אזא אשכול איז שייך פאר א גאנץ יאר ווי מזאל קענען מיטטיילן מעשיות וואס האט פאסירט נישט לאנג צוריק וואס מקען ארויסנעמן דערפון א מוסר השכל.

אזויווי שפוזמאן זאגט אז ער איז מכבד צו גיין פתיחה נעם איך די כיבוד. אבער די מעשיות עלמיר בעטן דעם עולם זיך אנצורופן ווארעם צו אנצייגן עפעס ליכטיגקייט אינעם הסתרת פנים וויאזוי אז מקוקט גוט קען מען זעהן די השגחת השם טאג טעגליך.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א גרויסע יישר כח אייך הרב נודה לך פאר גיין פתיחה. האף בעזהשי"ת זיך משתתף צו זיין, אבער דארף קודם גוט דורך קוקען די פאקטען פון עטליכע מעשיות וואס ליגען מיר אין קאפ, אדער מיט געהאלטען ווי זיי אנטוויקלען זיך, און אויך צו עס איז פאסיג ארויף צו לייגען. (נישט אלעס וואס מען ווייסט קען מען דערציילען).
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וויל צוריק אויף וואכען דער אשכול וואס איז געגאנגען שלאפען, און שוין אויך אין איין וועגס מודיע זיין פארוואס עס יאווען זיך נישט שרייבערס צו פארציילען אזעליכע און אנדערע מעשיות מיט א שטארקען מוסר השכל וואס ווייזט די השגחה עליונה. דאס איז דערפאר ווייל די מעשיות האבען פאסירט מיט ריעל מענטשען (עכטע מעשיות האט פאסירט צו עכטע מענטשען), און מיטען שרייבען קען מען קומען צו יענעם מבייש זיין ויצא שכרו בהפסידו.

איך זיץ אויף א האר אויף שטעלענדיג מעשה (אויך איינס וואס ווייניג האבען עס צוזאם געשטעלט, און אפילו געקענט צוזאם שטעלען) אבער קען עס נישט דערציילען צוליב עטליכע משפחות וועלען ווערען דערפון מבויוש.

איינער האט מיר אריין געשיקט אין אישי אויך א מוראדיגע מעשה מיט א מוסר השכל, אבער מען קען עס אויך נישט דערציילען פאר דער זעלבע טעם נישט צו מבייש זיין א איד.

מען דארף וויסען ווי איין און ווי אויס, וואס מען מעג דערציילען און וואס נישט; און הלוואי זאל זיין ווער זאל פארקאטשען די ארבעל און מזכה זיין את הרבים. יעדער כמעט, אויב וועט ער צוריק טראכטען, וועט זיך דערמאנען עפעס א מעשה וואס האט אים אויף גערידערט בשעתו און גענומען נאטיס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

ממש א שומר פיו ולשונו!

די האסט מיר געמאכט נייגעריג!!
איזי
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וועסט באקומען גרויס שכר פאר לייגען די נייגעריגקייט אין דער זייט און עס נישט הערען.

דער געשעפט לוינט זיך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מי אני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 306
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי אני »

SPUSMN האט געשריבן:וועסט באקומען גרויס שכר פאר לייגען די נייגעריגקייט אין דער זייט און עס נישט הערען.

דער געשעפט לוינט זיך.


‏ you could change some details
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

האב שוין געטראכט דערפון; אבער וועם עס האט באטראפען (או דא רעדט מען פון עטליכע משפחות) וועט עס זיי זייער וויי טוהן; ווייל זיי וועלען יא וויסען וועם מען מיינט.

און דערציילען מיט טוישען גענוג נישט צו באטרעפען זיי און מען זאל נישט וויסען וועם מען מיינט; נעמט צו דער גאנצע אויטענטישקייט פון דער מעשה און ווערט נאך א טשאדעלע באדעלע מעשה. מעשה ביכלעך איז דא גענוג, אבער א אמת'ע מעשה וואס מען זעהט מיט די אייגענע אויגען און זעצט אין קאפ אריין איז דא ווייניג. נישט אז עס איז דא ווייניג; נאר ווייניג ווערט אנטפלעקט און דערציילט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

אן עפיזאד בדורינו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

אזוי מישענדיג זעמער דא אנגעקומען, און געזען די ווערטער פון דעם יעניגן, וואס היט זיינע שפיזן זאלן נישט שטעכן וז"ל:

און הלוואי זאל זיין ווער זאל פארקאטשען די ארבעל און מזכה זיין את הרבים. יעדער כמעט, אויב וועט ער צוריק טראכטען, וועט זיך דערמאנען עפעס א מעשה וואס האט אים אויף גערידערט בשעתו און גענומען נאטיס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
ע"כ

האבעך געטראכט א מינוט, און זיך דערמאנט א מעשה, מענינא דיומא * 2, וואס איטליכע מאל סקומט מיר ארויף אין זכרון, כאפט מיר נאכאמאל א שוידער.

די מעשה איז געווען געדריקט אין א גליון, מיטן נאמען דאכטצעך קדושת ענים וואס ערשיינט מזמן לזמן אין די בתי מדרשים, כ'על פראבירן נאכצושרייבן דאס בעסטע וואס סליגט מיר אין זכרון.

צום ענין: די מעשה האט פארציילט, א איד וואס איז אין די חברה קדישא אין ארץ ישראל, אין א טאג איז ארויף געקומען א ארון פון חו"ל, דארטן אוועקצולייגן, און דער איד, מיט נאך עטליכע פון די חברה, האבן זיך מטפל געווען, געמאכט די טהרה וכו',
אזוי אינמיטן גיט איינער א שפרינג צוריק מיט שוידער,זיין פנים בלאס ווי די וואנט, ווען פון זיין מויל קומט ארויס א דערשראקענער קוויטש!!

די אנוועזנדע האבן נישט געכאפט וואס גייט פאר, און זיי פרעגן אים, וואס איז געשען? דער איד איז נישט געווען בכח צו ענטפערן, נאר זיי געוויזן אויף די אויגן פון דעם בר מינן.

א שרעקליכע בילד האט זיך פאר זיי אנטפלעקט.... די אויגן זענען געווען אויסגעליידיגט, און אנגעפילט מיט ווערים......

זיי האבן זיך צוגעאיילט, און שנעל אפגעפערטיגט, ארפגעלאזט, באדעקט, און בקרוב וועט ער אויפשטיין מיט אלע אידן.

דער אויבנדערמאנטער איד, האט געהאט א קרוב אין חו"ל, וואס ער האט געוואוסט אז דער קרוב האט געקענט דעם נפטר, האט ער אים אנגערופן, און ער פרעגט אין מה טובו, מה יקר חסדו, וואס איז ער געווען, וויאזוי ער וואלט אים באטיטלט, דער קרוב האט געגעבן גוטע אינפארמעישן, ווי מ'זאגט..., א וואוילער ערנסטער איד, געדאווענט, געלערנט. אבער...שוין וואס דארף מען רעדן....
זאגט אים דער חברה קדישא מאן, טו מיר א טובה פארצייל מיר, ס'איז מיר זייער נוגע צו וויסן..

פארציילט אין דער קרוב אז דער איד האט געהאט א דירה אין מיאמי, ווי ער פלעגט וויילן ווינטער, אין דארט איז געווען א פענסטער וואס איז געווען אפן צום ים..........
און דער איד.... שוין....

דער חברה קדישא מאן איז אראפגעפאלן אויפן בענקל, אויסרופנדיג :
וויי געוואלד רבונו של עולם!! יש דין ויש דיין!!

רחמנא ליצלן פון אזוינע נסיונות, און עונשים.

זאל עס זיין לעילו נשמתו


ונשמתי........

זאל דער בורא אונז אלע אומקערן צו זיין שויס בתשובה שלימה ואמיתות, מתוך שמחה ונחת, אמן
זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זייער קלוג »

א גרויסן יש'כ מר נו גוט
די מעשה איז גאר נישט אזוי גוט עס כאפט א פחד אין א שוידער צו הערן אזא מעשה, ליידער היינט דארף מען שוין נישט האבן א הויז ביים וואסער עס איז גענוג אז מען האט איין קליינע טעלעפאן אפילו אין די אפגעהינענסטע געגנט
לאמיר נעמען די מעשה פאר א מוסר השכל פאר אינז אלע אין זיין ניזהר מער אין זאכן וואס קענען נאר זיין א חשש אין שמירת ענים
זאלעס זיין לעילו נשמת
אין א אויפוואכונג ביים ציבור
אתה חונן בעט מען נאכאלץ
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איינער האט מיך לעצטנס דערציילט א מורא'דיגע ישועה שלא כדרך הטבע וואס ער האט געהאט

כ'האב געטראכט וואו עס צו לייגן אן אינצווישן האבעך פארגעסן

גיימער בעזר השם נאכאמאל איבערפרעגן די דעטאלן און ארויפלייגן דא
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

נו גוט נו שוין האט געשריבן:אזוי מישענדיג זעמער דא אנגעקומען, און געזען די ווערטער פון דעם יעניגן, וואס היט זיינע שפיזן זאלן נישט שטעכן וז"ל:

און הלוואי זאל זיין ווער זאל פארקאטשען די ארבעל און מזכה זיין את הרבים. יעדער כמעט, אויב וועט ער צוריק טראכטען, וועט זיך דערמאנען עפעס א מעשה וואס האט אים אויף גערידערט בשעתו און גענומען נאטיס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
ע"כ

האבעך געטראכט א מינוט, און זיך דערמאנט א מעשה, מענינא דיומא * 2, וואס איטליכע מאל סקומט מיר ארויף אין זכרון, כאפט מיר נאכאמאל א שוידער.

די מעשה איז געווען געדריקט אין א גליון, מיטן נאמען דאכטצעך קדושת ענים וואס ערשיינט מזמן לזמן אין די בתי מדרשים, כ'על פראבירן נאכצושרייבן דאס בעסטע וואס סליגט מיר אין זכרון.

צום ענין: די מעשה האט פארציילט, א איד וואס איז אין די חברה קדישא אין ארץ ישראל, אין א טאג איז ארויף געקומען א ארון פון חו"ל, דארטן אוועקצולייגן, און דער איד, מיט נאך עטליכע פון די חברה, האבן זיך מטפל געווען, געמאכט די טהרה וכו',
אזוי אינמיטן גיט איינער א שפרינג צוריק מיט שוידער,זיין פנים בלאס ווי די וואנט, ווען פון זיין מויל קומט ארויס א דערשראקענער קוויטש!!

די אנוועזנדע האבן נישט געכאפט וואס גייט פאר, און זיי פרעגן אים, וואס איז געשען? דער איד איז נישט געווען בכח צו ענטפערן, נאר זיי געוויזן אויף די אויגן פון דעם בר מינן.

א שרעקליכע בילד האט זיך פאר זיי אנטפלעקט.... די אויגן זענען געווען אויסגעליידיגט, און אנגעפילט מיט ווערים......

זיי האבן זיך צוגעאיילט, און שנעל אפגעפערטיגט, ארפגעלאזט, באדעקט, און בקרוב וועט ער אויפשטיין מיט אלע אידן.

דער אויבנדערמאנטער איד, האט געהאט א קרוב אין חו"ל, וואס ער האט געוואוסט אז דער קרוב האט געקענט דעם נפטר, האט ער אים אנגערופן, און ער פרעגט אין מה טובו, מה יקר חסדו, וואס איז ער געווען, וויאזוי ער וואלט אים באטיטלט, דער קרוב האט געגעבן גוטע אינפארמעישן, ווי מ'זאגט..., א וואוילער ערנסטער איד, געדאווענט, געלערנט. אבער...שוין וואס דארף מען רעדן....
זאגט אים דער חברה קדישא מאן, טו מיר א טובה פארצייל מיר, ס'איז מיר זייער נוגע צו וויסן..

פארציילט אין דער קרוב אז דער איד האט געהאט א דירה אין מיאמי, ווי ער פלעגט וויילן ווינטער, אין דארט איז געווען א פענסטער וואס איז געווען אפן צום ים..........
און דער איד.... שוין....

דער חברה קדישא מאן איז אראפגעפאלן אויפן בענקל, אויסרופנדיג :
וויי געוואלד רבונו של עולם!! יש דין ויש דיין!!

רחמנא ליצלן פון אזוינע נסיונות, און עונשים.

זאל עס זיין לעילו נשמתו


ונשמתי........

זאל דער בורא אונז אלע אומקערן צו זיין שויס בתשובה שלימה ואמיתות, מתוך שמחה ונחת, אמן

א ספרדישע יוד האט מירדערציילט אן ענליכע מעשה.

ומעשה שהיה כך היה: זיין זיידא איז געווען א ספרדישע גדול אין ארגענטינע און ער ער האט געלאזט צואה אז מ'זאל אים לייגן אין א"י. ווען ער איז אוועק האט מען נישט געהאט די נויטיגע פאפירן האט מען אים קודם געלייגט דארט אין ארגענטינע.

הערשט אין א 3/4 יאר שפעטער האט מען באקומען די פאפירן און מ'האט אים מפנה געווען. ווען מ'האט ארויסגענומען דעם גוף איז עס געווען גאנץ. איין פלאץ איז געווען אויפגעגעסן, דאס איז געווען ביים פלאץ ווי ער פלעגט האלטן זיין האנט זייגער ארום און ארום. דער אייניקל וואס האט מיר עס דערציילט האט דאס אליין געזעהן.

די משפחה האבן פארשטייצעך גראד אויפגעהערט צו גיין מיט א האנט זייגער
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

ער איז זעט אויס געווען גאר א גרויסע מענטש אז ער איז נאך געווען גאנץ א 3/4 יאר שפעטער
אוועטאר
אסדר לסעודתא
שר עשרת אלפים
תגובות: 11191
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסדר לסעודתא »

ס'דא פלעצער וואו מ'איז מקפיד דוקא יא צו גיין מיט א האנט זייגער, און נישט איינס, נאר צוויי.
דער קאמפייןאיז שוין פארריבער, אבער מיינע ארטיקלעןזענען נאך מעגליך אקטועל
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”