בלאט 2 פון 3

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 8:24 am
דורך טראבל מעיקער
ריפלעקטערס אין קאונס פאר די זיכערהייט פונעם סוכה.
אבער ס'גייט קיינעם נישט אהן וועגן די דורכגייערס.
IMG_20171003_082302.jpg
IMG_20171003_082302.jpg (339.73 KiB) געזען 5082 מאל

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 8:31 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
צום קעפל ניין און עס איז נישטא קיינער וואס איז מתיר און עס איז קלאר אז אויף די אויפען קען מען נישט נעמען אין חשבון אז מען איז מוחל ווייל די עולם איז קלאר נישט מוחל די גאנצע מחלוקת איז נאר אויב מען האט שוין יא געטוהון די גזילה צו מען קען מאכען א ברכה

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 9:11 am
דורך בן מנחם
צו קען מיר איינער מסביר זיין וואס די אויפברויז דא איז?

איז נישט די שיינקייט פון די שטאט דאס, עס טוט זיך עס לעבט זיך, עס איז א מצב פאר יו״ט סוכות, נוי סוכה, אתרוגים מיט הדסים אויף די גאסן, מעשטיפט זיך מען דרענגט זיך פון אלע זייטן, שמת בית השואבה מוזיק מטאנצט מעגייט מעקומט.... אבער יו״ט שמעקט אין די גאסן.... משא״כ די שטעטליך ווייסט מען ניטאמאל אז יו״ט קומט סיז שא שטיל פארשלאפן.... און פאר די בענעפיטס פון דעם שיינקייט קען מען זיך נישט אפּרייסן פון דעם שלאפלאזע שטאט ארויס צו די שטעטליך.

דעם הסבר הער איך א גאנץ יאר די מעלות פון די הייליגע שטאט....

וואס האט פאסירט דא פליצלונג? די מעלות שוין אויך נישט?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 10:17 am
דורך יענקל הכהן
אפט מאל געזעהן ממש ניסים ווען פרויען באגעגענט זיך מיט א קאר ביים פרובירן זיך אדער שטיפן מיט די קערידש אויפן ראוד.

איך ווייס נישט פון ווי עס קומט די לייכטזיניג

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 10:32 am
דורך יהיה כן
איר זאלט מיר מוחל זיין אלע,
אבער קיינער האט דא נישט אפגעלערנט דעם בני יששכר
דער בני יששכר איז נאר נותן טעם אויף 'גזל מן העכו"ם' נישט אויף גזל מישראל
זיין טעם צו ווייזן נסיכות און חירות פון ישראל אויף די אוה"ע,
נישט נסיכות וחירות בין אדם לחבירו, וואס גרעניצט זיך מיט גזל וסכנה לרבים, ופשוט הוא להמעיין בדבריו היטב

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 11:29 am
דורך שמן
יהיה כן האט געשריבן:איר זאלט מיר מוחל זיין אלע,
אבער קיינער האט דא נישט אפגעלערנט דעם בני יששכר
דער בני יששכר איז נאר נותן טעם אויף 'גזל מן העכו"ם' נישט אויף גזל מישראל
זיין טעם צו ווייזן נסיכות און חירות פון ישראל אויף די אוה"ע,
נישט נסיכות וחירות בין אדם לחבירו, וואס גרעניצט זיך מיט גזל וסכנה לרבים, ופשוט הוא להמעיין בדבריו היטב

אויף אידען זאגט ער אז זיי זענען זיכער מוחל, נישט קיין שאלה בכלל, חוץ אויב איר זאגט די אמליגע אידען זענען געווען אנדערש, משא"כ היינט ...

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 11:39 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
ניין די אמליגע האבען נישט אריין אין רשות הרבים אויף אזא אופן אז עס זאל נישט זיין מעגליך מוחל צו זיין

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 7:09 pm
דורך טראבל מעיקער
איי וועלט האט עפעס אויפגעטון פאר פוסגייער...
IMG_20171003_180046.jpg
IMG_20171003_180046.jpg (328.4 KiB) געזען 4971 מאל

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 03, 2017 8:43 pm
דורך שכל הישר
בן מנחם האט געשריבן:צו קען מיר איינער מסביר זיין וואס די אויפברויז דא איז?

איז נישט די שיינקייט פון די שטאט דאס, עס טוט זיך עס לעבט זיך, עס איז א מצב פאר יו״ט סוכות, נוי סוכה, אתרוגים מיט הדסים אויף די גאסן, מעשטיפט זיך מען דרענגט זיך פון אלע זייטן, שמת בית השואבה מוזיק מטאנצט מעגייט מעקומט.... אבער יו״ט שמעקט אין די גאסן.... משא״כ די שטעטליך ווייסט מען ניטאמאל אז יו״ט קומט סיז שא שטיל פארשלאפן.... און פאר די בענעפיטס פון דעם שיינקייט קען מען זיך נישט אפּרייסן פון דעם שלאפלאזע שטאט ארויס צו די שטעטליך.

דעם הסבר הער איך א גאנץ יאר די מעלות פון די הייליגע שטאט....

וואס האט פאסירט דא פליצלונג? די מעלות שוין אויך נישט?


זעהט אויס אז די ביזט נאך קיינמאל נישט געגאנגן מיט א double carriage

מותר לכתחילה - פסק המשנה ברורה

געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2017 6:39 pm
דורך קנאפער ידען
ויש אומרים האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם וועגן בויען סוכות אויפ׳ן גאס וואס נעמט אוועק די גאנצע גאס סיי פאר דורכגייער אין סיי פאר מאטאריסטין ווי אויך נעמט דאס אוועק צענדיליגע פארקינג ספעיסעס וואס אין ברוקלין איז א יקר המציאות
ממילא ווען א איד׳לע בויעט זיך זיין קליין סוכה׳לע יוצא צו זיין די הייליגע מצוה, נא
אבער די אלע שול׳ן וואס כדי צו פארברענגען איין נאכט באושפוזאי ד...... דארף יעדער ליידען???
וואס זאגט דער עולם?

האט מיר איינער אריינגעשיקט אין אישי קעסטל צו אהערלייגן:
איך ווינדער זיך אז קיינער דא האט נאך נישט געשריבען...

אבער די שאלה איז קיין שאלה נישט. די פסק הלכה פון די משנה ברורה איז קלאר ווי די טאג. ער שרייבט און ביאור הלכה (סימן תרל"ז) אז מען איז קלאר יוצא מצות סוכה און מען קען ראיג מאכען די ברכה פון לישב בסוכה.

לשון ביאור הלכה: וכיון שהמלכות יש לה רשות למחות ואינה מוחה מסתמא מוחלת ע"ז לעשות סוכה בר"ה ואין כאן איסור גזילה כלל וע"ש שדעתו דא"צ ליטול רשות בפירוש ע"ז משר העיר דמסתמא נתון לו מדלא מוחין בידו ולכן שפיר יכול לברך ע"ש. סוף דבר הנוהגים להקל בזה אין למחות בידן כי רבו המתירין.

איז ווי איר זעהט איז די קלארע פסק הלכה פון די משנה ברורה אז די סוכות ברשות הרבים איז מותר און לכתחילה שבלכתחילה!! וויבאלד די שטאטלייט זענען נישט מוחה, זיי געבן נישט קיין טיקעטס, איז פשוט אז ס'שטערט זיי נישט און זיי זענען מוחל!!!


צו די אלע שרייבערס און מוחים אין די אשכול:
איר ווייסט וויפול אידישע קינדער מאכן ברכות לישב בסוכה און ניצען די שול סוכות וואס זענען געבויעט אויף די סיידוואק'ס סיי פאר קאווע און פאר שמחות בית השואבות און רעבישע טישן? חס ושלום צו זאגן אז אזויפול אידישע קינדער מאכען ברכות לבטלות! נאכדערצו ווען די משנה ברורה פסק'נט קלאר להתיר!

און איך קלער אפי' אז די אלע מוחים פון די אשכול: דארפען על פי דין אויסמעקן זייערע תגובות.. וויבאלד די ביאור הלכה פסק'נט קלאר אז ואין למחות... :lol: א פרייליכען מועד טייערע ברידער

געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2017 6:46 pm
דורך טראבל מעיקער
קנאפער'ס אישי האט געשריבן:איז ווי איר זעהט איז די קלארע פסק הלכה פון די משנה ברורה אז די סוכות ברשות הרבים איז מותר און לכתחילה שבלכתחילה!! וויבאלד די שטאטלייט זענען נישט מוחה, זיי געבן נישט קיין טיקעטס, איז פשוט אז ס'שטערט זיי נישט און זיי זענען מוחל!!!

איך האב אמאל געהערט אז זיי פלעגן געבן א שארפע בריוו אז ביז צען טאג דארף עס זיין אראפגענומען :wink:

געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2017 9:15 pm
דורך יוראפ
אמאל פלעגט מען דארפן ארויסנעמען א פערמיט, ס'פלעגט הענגען אויפן סוכה, ווייס איך נישט צו ס'איז בטל געווארן אדער יא

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 12:46 am
דורך קנאפער ידען
קנאפער'ס אישי האט געשריבן:איז ווי איר זעהט איז די קלארע פסק הלכה פון די משנה ברורה אז די סוכות ברשות הרבים איז מותר און לכתחילה שבלכתחילה!! וויבאלד די שטאטלייט זענען נישט מוחה, זיי געבן נישט קיין טיקעטס, איז פשוט אז ס'שטערט זיי נישט און זיי זענען מוחל!!!

אז מען שרייבט איין אישי קומט שוין נאך איינס. איינער טענה'ט:
די שטאט איז טאקע מוחל, אבער די אידן נישט. מען שטערט זיי די מנוחה, דאס איז די עכטע שאלה.

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 1:18 am
דורך זינגער
דעיע יאר האט איינער אין בארא פארק געבויט א סוכה ביז אינמיטן די גאס, שיין פון זיי אז זיי האבען געלאזט א שמאלע וועג פאר קארס צו פארן.

איך האלט אז ס'איז סכנות נפשות, וואס געשעהט אז א קאר האקט "בטעות" אריין אין איינע פון די ווענט, און מ'האלט אונמיטן א טיש...

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 1:22 am
דורך שנאפס
לכאורה הערט מען א זעץ

געשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2017 1:54 am
דורך חיים הערש
אויף אמונת ישראל סוכה הענגט א פערמיט.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:01 am
דורך קנאפער ידען
קנאפער ידען האט געשריבן:
קנאפער'ס אישי האט געשריבן:איז ווי איר זעהט איז די קלארע פסק הלכה פון די משנה ברורה אז די סוכות ברשות הרבים איז מותר און לכתחילה שבלכתחילה!! וויבאלד די שטאטלייט זענען נישט מוחה, זיי געבן נישט קיין טיקעטס, איז פשוט אז ס'שטערט זיי נישט און זיי זענען מוחל!!!

אז מען שרייבט איין אישי קומט שוין נאך איינס. איינער טענה'ט:
די שטאט איז טאקע מוחל, אבער די אידן נישט. מען שטערט זיי די מנוחה, דאס איז די עכטע שאלה.

און יעצט א מענה צו דער צווייטער אישי. אביסל פון אן אישי מיט אייגענע ספייס.

כבוד הרב איר מיסד דער פונקט אדער האט איר נישט נאכגעקוקט במקור. דער משנ"ב איז דן בנושא ווען מען מאכט א סוכה ברה"ר און מען האט דאך נישט רשות פון די גויים זיכער נישט, און דער מג"א וויל מחמיר זיין, אבער ער פירט אויס ועי' בביה"ל.

אין ביאור הלכה זאגט ער (roughly) אז דעתו אז היינט באלאנגט די אלע רשותי הרבים פארן מלכות און אויב זיי לאזן (אדער זענען נישט מוחה וואס ווייזט אז זיי לאזן) איז נישטא קיין פראבלעם און אנדערע מענטשנס נישט לאזן אדער יא לאזן קומט נישט אריין. וע"ז כיוון כותב האישי הראשון.

איך ווייס אוודאי וואס דיר דריקט אז סוכ"ס איז דא מענטשן וואס עס געפעלט זיי נישט... אבער אויף דעם איז דער ענפער אז יענעמס נישט געפעלן אדער יא געפעלן איז כמעט טאטעלי אירעלעווענט. יעדע זאך וואס דו טוסט איז דא איינער וואס עס באדערט אים און ווער רעדט נאך אויב האסט א שיינע קאר אדער הויז אדער אויב האסט בכלל א קאר און פארנעמסט זיין פארקינג... וכדומה עד אין סוף.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 12:18 am
דורך ווערעצקי
שמעתי אז הגאון ר' אברהם לייטנער זצ"ל, פלעגט נישט מאכן קיין לישב בסוכה אין אזא סוכה וואס איז געבויעט אויפן סיידוואק, ומכל שכן אויף די גאדער, און אפילו ביי זיין ביהמ"ד האט מען אזוי געבויעט, האט ער דארט נישט געגעסן של"ס, נאר אריבער ביי זיך אין שטוב אין זיין סוכה. האט ער חושש געווען אז ס'נישט אויסגעהאלטן אינגאנצן ע"פ הלכה.

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 9:58 am
דורך גאפל
קען איינער ברענגען נאך בילדער,
זאלן די וואס וואוינען נישט דארטן אויכעט קענען זעהן על מה יצא הקצף הזה..

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 11, 2017 1:00 pm
דורך רה''ק דקהל פורים
קנאפער ידען האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:וואס זאגט דער עולם וועגן בויען סוכות אויפ׳ן גאס וואס נעמט אוועק די גאנצע גאס סיי פאר דורכגייער אין סיי פאר מאטאריסטין ווי אויך נעמט דאס אוועק צענדיליגע פארקינג ספעיסעס וואס אין ברוקלין איז א יקר המציאות
ממילא ווען א איד׳לע בויעט זיך זיין קליין סוכה׳לע יוצא צו זיין די הייליגע מצוה, נא
אבער די אלע שול׳ן וואס כדי צו פארברענגען איין נאכט באושפוזאי ד...... דארף יעדער ליידען???
וואס זאגט דער עולם?

האט מיר איינער אריינגעשיקט אין אישי קעסטל צו אהערלייגן:
איך ווינדער זיך אז קיינער דא האט נאך נישט געשריבען...

אבער די שאלה איז קיין שאלה נישט. די פסק הלכה פון די משנה ברורה איז קלאר ווי די טאג. ער שרייבט און ביאור הלכה (סימן תרל"ז) אז מען איז קלאר יוצא מצות סוכה און מען קען ראיג מאכען די ברכה פון לישב בסוכה.

לשון ביאור הלכה: וכיון שהמלכות יש לה רשות למחות ואינה מוחה מסתמא מוחלת ע"ז לעשות סוכה בר"ה ואין כאן איסור גזילה כלל וע"ש שדעתו דא"צ ליטול רשות בפירוש ע"ז משר העיר דמסתמא נתון לו מדלא מוחין בידו ולכן שפיר יכול לברך ע"ש. סוף דבר הנוהגים להקל בזה אין למחות בידן כי רבו המתירין.

איז ווי איר זעהט איז די קלארע פסק הלכה פון די משנה ברורה אז די סוכות ברשות הרבים איז מותר און לכתחילה שבלכתחילה!! וויבאלד די שטאטלייט זענען נישט מוחה, זיי געבן נישט קיין טיקעטס, איז פשוט אז ס'שטערט זיי נישט און זיי זענען מוחל!!!


צו די אלע שרייבערס און מוחים אין די אשכול:
איר ווייסט וויפול אידישע קינדער מאכן ברכות לישב בסוכה און ניצען די שול סוכות וואס זענען געבויעט אויף די סיידוואק'ס סיי פאר קאווע און פאר שמחות בית השואבות און רעבישע טישן? חס ושלום צו זאגן אז אזויפול אידישע קינדער מאכען ברכות לבטלות! נאכדערצו ווען די משנה ברורה פסק'נט קלאר להתיר!

און איך קלער אפי' אז די אלע מוחים פון די אשכול: דארפען על פי דין אויסמעקן זייערע תגובות.. וויבאלד די ביאור הלכה פסק'נט קלאר אז ואין למחות... :lol: א פרייליכען מועד טייערע ברידער

וואו גענוי אין משנה ברורה שטייט אז דאס מיינט אויך ווען מען נעמט צו 'די גאנצע גאס' נישט איבערלאזנדיג קיין וועג דורכצוגיין, און נאך באופן וואס שטעלט אריין יונג און אלט אין סכנת נפשות?
דאס איז נוגע אייער 'תירוץ' אויפ'ן צווייטן אישי אויך. האט נישט גארנישט מיט געפעלט יא אדער נישט, עס איז פשוט סכנת נפשות (און דעמאלטס וועט מען אודאי שרייען אז דער דרייווער איז שולדיג). עס איז נישטא קיין שום היתר בעולם צו פארשטעלן די גאנצע סיידוואק + די פארקינג לעין און נישט צושטעלן א 'פארזיכערטע' וועג פאר פעדעסטריענס. קיין איין איינציגער רב, דיין אדער פוסק האט זיך נאכנישט געטרויט צו זאגן אז דיני בור ברשות הרבים זענען סוספענדירט אום סוכות.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 9:20 pm
דורך גאלדענע פעדער
קנאפער ידען האט געשריבן:אבער די שאלה איז קיין שאלה נישט. די פסק הלכה פון די משנה ברורה איז קלאר ווי די טאג. ער שרייבט און ביאור הלכה (סימן תרל"ז) אז מען איז קלאר יוצא מצות סוכה און מען קען ראיג מאכען די ברכה פון לישב בסוכה.

לשון ביאור הלכה: וכיון שהמלכות יש לה רשות למחות ואינה מוחה מסתמא מוחלת ע"ז לעשות סוכה בר"ה ואין כאן איסור גזילה כלל וע"ש שדעתו דא"צ ליטול רשות בפירוש ע"ז משר העיר דמסתמא נתון לו מדלא מוחין בידו ולכן שפיר יכול לברך ע"ש. סוף דבר הנוהגים להקל בזה אין למחות בידן כי רבו המתירין.

איז ווי איר זעהט איז די קלארע פסק הלכה פון די משנה ברורה אז די סוכות ברשות הרבים איז מותר און לכתחילה שבלכתחילה!! וויבאלד די שטאטלייט זענען נישט מוחה, זיי געבן נישט קיין טיקעטס, איז פשוט אז ס'שטערט זיי נישט און זיי זענען מוחל!!!


צו די אלע שרייבערס און מוחים אין די אשכול:
איר ווייסט וויפול אידישע קינדער מאכן ברכות לישב בסוכה און ניצען די שול סוכות וואס זענען געבויעט אויף די סיידוואק'ס סיי פאר קאווע און פאר שמחות בית השואבות און רעבישע טישן? חס ושלום צו זאגן אז אזויפול אידישע קינדער מאכען ברכות לבטלות! נאכדערצו ווען די משנה ברורה פסק'נט קלאר להתיר!

און איך קלער אפי' אז די אלע מוחים פון די אשכול: דארפען על פי דין אויסמעקן זייערע תגובות.. וויבאלד די ביאור הלכה פסק'נט קלאר אז ואין למחות... :lol: א פרייליכען מועד טייערע ברידער

[אגב, איך האב פאריאר געשריבן דעם תגובה צו ידידנו הרב קנאפער ער זאל עס דא ארויף לייגן (וויבאלד איך בין געווען ביי 999 תגובות און געלייגט א לענגערע זאך צום שר האלף)]


איז למעשה נאכן מעיין זיין פאריאר דורך אויס סוכות, בין איך למעשה מער נוטה לענ״ד אז די היינטיגע בהמ״ד סוכות זענען יא גזל אפי׳ לויט די משנ״ב הנ״ל.


ווייל אז איר וועט מעיין וועט ער זעהן אז משנ״ב רעדט פון אזא אופן וואס די שטאט לאזט עס לכתחילה צו, דא אבער זעהט מען קלאר אז די גאווערמענט לאזט עס נישט צו, והא רייע אז זיי פארלאנגען אז מען דארף מאכן א פערמיט, אזוי ווי טאקע א קליינע חלק שוהל׳ן מאכן!


איי פארוואס געבן זיי נישט קיין סאמענס פאר די שוהל׳ן וואס מאכען נישט קיין פערמיטס?


קען זיין, ווייל קיינער ריפט נישט אריין מיט קיין טענות ועוד קען זיין ווייל זיי זיכען זיי זיך נישט סתם אזוי זיך אנצוהייבן מיט שוהל׳ן, ועוד קען זיין אז און זיי מיינען אז ס׳גייט נישט פארן עולם. אבער אז מען זעהט דאך קלאר אז בעצם לאזן זיי נישט, ווייל זיי פארלאנגען דאל קלאר א פערמיט, ע״כ יותר נראה לענ״ד אז די סוכות זענען כאטש א חשש גזל און כאטש א שאלה צו מען קען מאכן א ברכות לישב בסוכה.


און איינער האט מיר טאקע דערציילט א מעשה רב, אז די נייטרא בארא פארק דיין, פון די צוועלעפטע עוועניא הרב אנגור שליט״א, מאכט נישט דעם ברכות לישב בסוכה ביי זיין יאר יערליכע בהמ״ד שמחות בית השואבה אויף זיין פלאץ, נאר גייט צו די עק סוכה מאכן די ברכה, ער מאכט נישט דערפון קיין מצב, אבער א יוד וואס האט עס איין יאר באמערקט, האט מיר דערציילט, אז ער האט איהם געפרעגט דעראויף, און דער דיין האט איהם גענפערט משום דעם טעם הנ״ל וואס די בהמ״ד סוכה איז געבויעט אין די רשות הרבים אן קיין פערמיט. און דארט ווי ער מאכט יא די ברכה, געהערט יא צו די שוהל.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 22, 2018 10:56 pm
דורך פליגל
איין פאקט וואס איז פארהוילן פון אייער אינטעליגענץ איז אז פאר עטליכע יאר צוריק ווען עס איז געווען א אידישער חרד'ישער מאן אין סיטי האלל אונטער דזשוליאניס צייטן (היינט איז אויך דא א חסיד'ישער אינגערמאן דארט), און יענער האט איינגעפירט א סיסטעם פון א פערמיט אין די גאנצע סיטי פון 3 טעג פאר סוכות ביז 3 טעג נאך סוכות פאר אלע סוכות אויף פאבליק גאסן.

אלזא, א פערמיט איז פילייכט יא פארהאן.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:28 am
דורך גאלדענע פעדער
1) אז ס׳דא שולן וואס מאכן יא, איז פשט אז מען דארף יא געזעצליך מאכן, ווען נישט, מאכט ווען נישט קיינער.

2) דזשוליאני איז שוין מער נישט מעיער

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:33 am
דורך פליגל
1) סתם פאר אינטרעסאנטקייט, איר ווייסט פאר קראנט ווער אויך?

2) געוויסע זאכן בלייבן שוין איינגעגעסן, מעגליך אז דאס אויך.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 12:36 am
דורך גאלדענע פעדער
למשל אמנת ישראל - הרב וואלפסען׳ס שוהל אין בארא פארק, האט א יעדע יאר א פרישע אפ-טא-דעיט פערמיט, איך געדענק נישט יעצט אויף די מיניט ווער נאך, אבער ס׳דא נאך.