סוכות בדרך הרבים איז עס אויסגעהאלטן?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ויש אומרים
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

סוכות בדרך הרבים איז עס אויסגעהאלטן?

תגובהדורך ויש אומרים » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:38 am

וואס זאגט דער עולם וועגן בויען סוכות אויפ׳ן גאס וואס נעמט אוועק די גאנצע גאס סיי פאר דורכגייער אין סיי פאר מאטאריסטין ווי אויך נעמט דאס אוועק צענדיליגע פארקינג ספעיסעס וואס אין ברוקלין איז א יקר המציאות
ממילא ווען א איד׳לע בויעט זיך זיין קליין סוכה׳לע יוצא צו זיין די הייליגע מצוה, נא
אבער די אלע שול׳ן וואס כדי צו פארברענגען איין נאכט באושפוזאי ד...... דארף יעדער ליידען???
וואס זאגט דער עולם?
אזוי האלט די ערשטע דעה, אבער
ויש אומרים, אז פונקט פארקערט,
למעשה איז דער מחבר נישט מכריע

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:45 am

ענין גדול יש בזה

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:53 am

עי' בני יששכר מאמר צלא דמהימנותא בשם הרה"ק ר' פינחס מקוריץ
bnei Yisuscher.JPG
bnei Yisuscher.JPG (41.87 KiB) געזעהן 1183 מאל

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 11:59 am

א חוצפה און אן עזות.
ס'פאנגט זיך אבער נישט אן איידעם סוכות. היינו טעמא ד'פסח טרעילארס, בלומען ער"ש, כפרות, אפשפארן די גאס פאר רבי'שע שמחות/באגלייטן וכו'

אוועטאר
בענקעל
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 12:33 pm

אן אינטערעסאנטע טעמע. דאס איז עפעס וואס יעדער וואס וואוינט אין עואב"י ברוקלין מאכט מיט און פארבייסט די ליפן מיט אויפברויז, אבער מ'גייט ווייטער טראכטענדיג "וואס קען איך שוין דא טוישן" און אזוי גייט עס יאהר איין יאהר אויס און עס ווערט ערגער און ערגער - קיינער טוט גארנישט דערוועגן מן הסתם מעג איך אויך.

די וואס טוהן עס טראכטן אז עס איז גארנישט, כ'אדאכנישט קיין ברירה. אבער די זעלבע צייט ווערט דער אנגעלייגטער שטאט נאך מער אנגעלייגט. ווייניגער פארקינג; שמעלערע סיידוואקס, ריראוטן די פיס-גייער אויפן גאדער וכו'

ישר כח וי"א פארן אויף ברענגען די ווייטאגליכע נושא. עס וועט כמעט זיכער קיין לייזונג נישט ברענגען. מענטשן האבן שוין חזקה פאר יאהר'ן אויף די אלע ספאט"ס איבערן שטאט און וועלן עס נישט אויפגעבן. מיר ווייסן נאך פון אלס קליין קינד וואו מ'דארף זיך דורך שטופן צווישן אלע קינדער-וועגעלעך און מענטשן. אבער כאטש אויסשרייען די ווייטאג. "ווי פראוטעסט"!!

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:04 pm

איך גיי ארויס היינט אויף די גאס און איך זעה א נייע סוכה וואס איז נישט געווען ביז היינט פון א רב וואס האט געפענט א בית המדרש (ווייל ער האט געוואלט מאכן שבת פאר זיך און נישט זיין צוזאמען מיט זיין ברודער) און ער פארנעמט די גאנצע סיידוואלק און פאר די דורכגייער האט ער אויפגענימן צוויי ספאטס, אויף מיין זיך מוטשענען מיט פארקינג קען זיין איך וואלט מוחל געווען אבער מיין ב"ב (און אסאך פרויען) גייען זיך אזאנס מוטשענען מיט די קערידזס, ווען עס איז כאטש א סוכה וואס מען נוצט און מען דארף עס האבן מילא אבער לויט ווי איך זעה דער הלוך ילך ביי דעם בית המדרש איז עס געבויט געווארן פאר ש"ש און צו מאכן א ברכה נטילת לולב פאר צוויי טעג. ועל כולם פארוואס איז עס אויפגעשטעלט פיר טאג פאר יו"ט ווען עס זעהט אויס ווי מען קען עס צוזאם שטעלן און בערך א שעה.

עס האט מיר זייער גערעגט (איך דארף ארבעטן אויף מיינע מידות)

אויף הלכה למעשה דארף מען נאכקוקן (איך מיין עס איז דא מג"א אויף דער ענין)
לעצט פאראכטן דורך חוקר אום מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:18 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 12:26 pm

תגובהדורך איך ווייס » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:14 pm

אנגעווייטאגטער נושא דאס
שכוח פארן ארויפברענגען
נישט קיין דמיון צו די טרעילערס ער"פ וואס נעמט כאטש נישט אוועק די פיס גייער'ס וועג
איך וואק שוין מיטן וועגעלע די לעצטע פאר טאג אויפן גאדער
פשוט מען זאל זיך נישט דארפן מיטשענען אראפ אין ארויף צוגיין אינמיטן די גאס
די עוולה איז נאך מער ביי די וואס געבן ניטאמאל קיין פלאץ צו וואקן אויפן גאדער
איך מיין אז דאס איז א וויליאמסבורגע קרענק
אין בארא פארק איז רוב גרויסע סוכות אין א פארמאכטע פלאץ

מען דארף זיך טאקע באדאנקען פאר די צוויי גרויסע סאטמארע סוכות אין וויליאמסבורג
פארן באהאלטן זייערע גרויסע סוכות אין שפיל הויף אין נישט אויפן הויפט שטראסע

ויש אומרים
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

תגובהדורך ויש אומרים » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:28 pm

חוקר האט געשריבן:איך גיי ארויס היינט אויף די גאס און איך זעה א נייע סוכה וואס איז נישט געווען ביז היינט פון א רב וואס האט געפענט א בית המדרש (ווייל ער האט געוואלט מאכן שבת פאר זיך און נישט זיין צוזאמען מיט זיין ברודער) און ער פארנעמט די גאנצע סיידוואלק און פאר די דורכגייער האט ער אויפגענימן צוויי ספאטס, אויף מיין זיך מוטשענען מיט פארקינג קען זיין איך וואלט מוחל געווען אבער מיין ב"ב (און אסאך פרויען) גייען זיך אזאנס מוטשענען מיט די קערידזס, ווען עס איז כאטש א סוכה וואס מען נוצט און מען דארף עס האבן מילא אבער לויט ווי איך זעה דער הלוך ילך ביי דעם בית המדרש איז עס געבויט געווארן פאר ש"ש און צו מאכן א ברכה נטילת לולב פאר צוויי טעג. ועל כולם פארוואס איז עס אויפגעשטעלט פיר טאג פאר יו"ט ווען עס זעהט אויס ווי מען קען עס צוזאם שטעלן און בערך א שעה.

עס האט מיר זייער גערעגט (איך דארף ארבעטן אויף מיינע מידות)

אויף הלכה למעשה דארף מען נאכקוקן (איך מיין עס איז דא מג"א אויף דער ענין)

יא להלכה קען מען טרעפען היתרים אויף אלעם אבער וואס איז מיט מענטשליכקייט?
ווייל די קהלה וויל צושטעלן א סוכה ווי 1 נאכט גייט מען טאנצען , אדער ווי מ'זאל קענען טרינקען קאפי און רייכערן דארפען פרויען אין קינדער גיין ציווישען קארס??
אין אז מ'רעדט שוין , וואס טוט זיך מיט מאכען מוזיק אין די שפעטע נאכט שעה'ן איז דאס יא אוסגעהאלטן אויפצוועקן קליינע קינדער??
אזוי האלט די ערשטע דעה, אבער
ויש אומרים, אז פונקט פארקערט,
למעשה איז דער מחבר נישט מכריע

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:53 pm

משנה ברורה סימן תרל"ז ס"ק י'
כתב המ"א וצ"ע שנהגו קצת לעשות סוכה בר"ה ואת"ל דכל ישראל מוחלין מ"מ יש לעכו"ם חלק בהם והעלה דאסור מטעם זה לעשות סוכה בר"ה דעכו"ם בודאי לא מחלי ואף דבדיעבד כשרה מ"מ לא יברך עליה דהוי ברכה לבטלה ובא"ר כתב דברכה לבטלה לא הוי ע"ש שהאריך בזה וע"כ אם אין לו אחרת מותר לברך עליה וכן מצדד בספר מאמר מרדכי להקל ובתשובת שואל ומשיב סימן קכ"ח דרחוב שלפני הבית הם שלו ולא מקרי ר"ה ובפרט היכי שיש להם דעקאמענט משר העיר שיש להם רשות לעשות עירובין וסוכות אין לפקפק בזה [פ"ת] ועיין בבה"ל:

ביאור הלכה
עיין במ"ב מה שכתבנו בשם המגן אברהם דהוא חושש לברכה לבטלה והנה כמה אחרונים השיגו עליו [עיין בא"ר והעתיקו הפמ"ג דאין ראיה מסימן תרמ"ט ובמור וקציעה ובבגדי ישע ובמאמר מרדכי] ועולה מדעת כולם דברכה לבטלה בודאי לא הוי וז"ל הבית מאיר הג"ה וכן בקרקע וכו'. בד"מ כתב ע"ז ולא ראיתי נזהרין בזה אלא שהמ"א כתב ואף דבדיעבד וכו' מ"מ נ"ל דאין לברך עליה כמ"ש ריש סי' תרמ"ט וא"כ הוי ברכה לבטלה ועיין סימן תנ"ד מה שכתבתי על גוף הדין דסי' תרמ"ט והכא ברור דיברך ואין זה ענין לסימן הנ"ל דשם קנה הגזילה וכו' וכ"ז בתוקף חבירו ומכוין לגזול משא"כ בנידון דידן שעושה סוכה בר"ה הא אינה אלא שאולה ממש שהרי אינו מכוין כלל אלא לישאל המקום עד אחר החג ולהחזירה בעינה בלי שום חסרון ואפילו שואל שלא מדעת אינו שהרי הרבים ואפילו עכו"ם רואין ואינם מוחין והוי שואל מדעת ממש ופשיטא דיברך עי"ש עוד עכ"ל וכזה ממש כתב הבגדי ישע אבל מה נעשה במה דאיתא בד"מ בשם הירושלמי והעתיקו הגר"א בביאורו גמליאל זווגא עבד ליה מטללתא בשוקא עבר רשב"ל א"ל מאן שרי לך וביאר הא"ז דע"כ לא הכשירו רבנן במסכך בר"ה אלא בדיעבד אבל לא לכתחלה ואפשר לומר דדוקא בשוקא במקום שמצוי עוברים ושבים ומפסיק עליהם הדרך אבל לא במי שמסכך בצדי ר"ה סמוך לפתח ביתו. וכעין זה העתקתי בפנים מתשובת שואל ומשיב אח"כ מצאתי בבכורי יעקב שמיקל בזה לגמרי ומטעם אחר דהא כתב רמ"א בחושן משפט סימן קס"ב ס"א דאם נתן המלך רשות להעמיד דלתות במבוי שלהן דינא דמלכותא דינא כי השוקים והרחובות שלהן ויכולים לעשות בהן מה שירצו ומעתה כיון שהכל תחת רשות המלך בין הרחובות שבתוך העיר בין אותן שחוץ לעיר וכיון שהמלכות יש לה רשות למחות ואינה מוחה מסתמא מוחלת ע"ז לעשות סוכה בר"ה ואין כאן איסור גזילה כלל וע"ש שדעתו דא"צ ליטול רשות בפירוש ע"ז משר העיר דמסתמא נתון לו מדלא מוחין בידו ולכן שפיר יכול לברך ע"ש. סוף דבר הנוהגים להקל בזה אין למחות בידן כי רבו המתירין.

אפילו לויט די מתירים איז א שטארקע קולא צו מאכן א ברכה אין אזא סוכה ומצוה לישב ומצוה לפסוק את הסוכות האלו
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:56 pm

ויש אומרים האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:איך גיי ארויס היינט אויף די גאס און איך זעה א נייע סוכה וואס איז נישט געווען ביז היינט פון א רב וואס האט געפענט א בית המדרש (ווייל ער האט געוואלט מאכן שבת פאר זיך און נישט זיין צוזאמען מיט זיין ברודער) און ער פארנעמט די גאנצע סיידוואלק און פאר די דורכגייער האט ער אויפגענימן צוויי ספאטס, אויף מיין זיך מוטשענען מיט פארקינג קען זיין איך וואלט מוחל געווען אבער מיין ב"ב (און אסאך פרויען) גייען זיך אזאנס מוטשענען מיט די קערידזס, ווען עס איז כאטש א סוכה וואס מען נוצט און מען דארף עס האבן מילא אבער לויט ווי איך זעה דער הלוך ילך ביי דעם בית המדרש איז עס געבויט געווארן פאר ש"ש און צו מאכן א ברכה נטילת לולב פאר צוויי טעג. ועל כולם פארוואס איז עס אויפגעשטעלט פיר טאג פאר יו"ט ווען עס זעהט אויס ווי מען קען עס צוזאם שטעלן און בערך א שעה.

עס האט מיר זייער גערעגט (איך דארף ארבעטן אויף מיינע מידות)

אויף הלכה למעשה דארף מען נאכקוקן (איך מיין עס איז דא מג"א אויף דער ענין)

יא להלכה קען מען טרעפען היתרים אויף אלעם אבער וואס איז מיט מענטשליכקייט?
ווייל די קהלה וויל צושטעלן א סוכה ווי 1 נאכט גייט מען טאנצען , אדער ווי מ'זאל קענען טרינקען קאפי און רייכערן דארפען פרויען אין קינדער גיין ציווישען קארס??
אין אז מ'רעדט שוין , וואס טוט זיך מיט מאכען מוזיק אין די שפעטע נאכט שעה'ן איז דאס יא אוסגעהאלטן אויפצוועקן קליינע קינדער??



אבער אז מען וועט רופן פאליציי וועט עס דארפן זיין אן אנטיסעמיט! עס קען נישט זיין א מאמע וואס האט קוים איינגעשלעפט די קליינע און דאס קינד וועקט זיך יעצט אויף ווייל מען האט זיך גענימן שפילן יעצט. :-(
זאגט מיר א חבר אז ער שלאפט נישט אין סוכה ווי המצטער פטור מן הסוכה און ער קען נישט איינשלאפן ביז דער אדמו"ר א האלבע גאס אוועק איז פארטיג מיטן טעגליכע טיש
(מען קען אריינקלערן איז דער קהילה וכו' עובר הלכה'דיג אז מען לאזט עהם נישט שלאפן אדער אז לכבוד דעם פארפאסט ער זמן קר"ש ויש לעי')
לעצט פאראכטן דורך חוקר אום מאנטאג אוקטובער 02, 2017 1:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

שםטוב
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:11 pm

טייערע ברודער, סארי פאר מיין שפראך
דא קומט אריין נאכמאל די כלל אז ווייל איך בין א איד אין כ'רוף נישט 311 פירסטו דיך נישט אויף ווי א איד

דאס בויען א סוכה אויף די ברייט פין די גאס, איז קעגן יעדן מענטשליכקייט אין נארמאלקייט, אפגערעדט פין די חש''ש
ס'דא אזויפיל בתי מדרשים וואס וואלט געקענט באקוועם מאכען פאר די מתפללים מיט גרויסע שיינע סוכות אין רעכענען זיך מיטן ציבור (קומט שוין ליידער קרעדיט פאר דעם)

ממ''נ, אויב לייגסטו א געיט אויפן ראד אז די פעדעסטריען זאלען האבען ווי צו גיין, נעמסטו אוועק פארקינג אן רעכט
אין אויב לאזטו נישט איבער פארן דורכגייער ווי צו גיין ביזטו סתם א חי', אין שטעלסט אריין קינדער אין ערוואקסענע אין א סכנה

מענער דארפן זיך דורכשטופן מיט פרויען מיט די שמאלע איבערגעלאזטע דורכגאנג, אלעס לשם מצוות סוכה
כ'האב געזעהן א שוהל וואס דארף זיין א שוהל פין חשובע אינגעלייט אין די סוכה שטייט שוין פין בעפאר יום הקדוש, אין אלע דורכגייער האבען געדארפט אריינגיין אין די סוכה צו קענען דורכגיין די גאס, מיט גוים אין גויטעס

אין פאר די וואס שטעלן אויף א סוכה גרעסערער אדער כמעט אזוי גרויס ווי זייער שוהל (אויף הויפט גאסען) קען מען נישט פארהאלטן,
די דאקטער זייערע איז שילדיג דערויף

והוא רחם יכפר וירפא

ויש אומרים
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:30 pm

תגובהדורך ויש אומרים » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:14 pm

;l;p-
שםטוב האט געשריבן:טייערע ברודער, סארי פאר מיין שפראך
דא קומט אריין נאכמאל די כלל אז ווייל איך בין א איד אין כ'רוף נישט 311 פירסטו דיך נישט אויף ווי א איד

דאס בויען א סוכה אויף די ברייט פין די גאס, איז קעגן יעדן מענטשליכקייט אין נארמאלקייט, אפגערעדט פין די חש''ש
ס'דא אזויפיל בתי מדרשים וואס וואלט געקענט באקוועם מאכען פאר די מתפללים מיט גרויסע שיינע סוכות אין רעכענען זיך מיטן ציבור (קומט שוין ליידער קרעדיט פאר דעם)

ממ''נ, אויב לייגסטו א געיט אויפן ראד אז די פעדעסטריען זאלען האבען ווי צו גיין, נעמסטו אוועק פארקינג אן רעכט
אין אויב לאזטו נישט איבער פארן דורכגייער ווי צו גיין ביזטו סתם א חי', אין שטעלסט אריין קינדער אין ערוואקסענע אין א סכנה

מענער דארפן זיך דורכשטופן מיט פרויען מיט די שמאלע איבערגעלאזטע דורכגאנג, אלעס לשם מצוות סוכה
כ'האב געזעהן א שוהל וואס דארף זיין א שוהל פין חשובע אינגעלייט אין די סוכה שטייט שוין פין בעפאר יום הקדוש, אין אלע דורכגייער האבען געדארפט אריינגיין אין די סוכה צו קענען דורכגיין די גאס, מיט גוים אין גויטעס

אין פאר די וואס שטעלן אויף א סוכה גרעסערער אדער כמעט אזוי גרויס ווי זייער שוהל (אויף הויפט גאסען) קען מען נישט פארהאלטן,
די דאקטער זייערע איז שילדיג דערויף

והוא רחם יכפר וירפא

גוט געזאגט!
אזוי האלט די ערשטע דעה, אבער
ויש אומרים, אז פונקט פארקערט,
למעשה איז דער מחבר נישט מכריע

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:22 pm

נעכטן געזעהן א ביהמ"ד האט אויפגעשטעלט א סוכה אינמיטן די וויליאמסבורג'ער שאפינג סענטער (וואלאבאוט בלע"ז) און איבער געלאזט פלאץ צווישן די סוכה און די פאסט באקס, כמעט פאר א הינדל צו שפרייזן, און מיין אז עס איז בכלל נישט בגדר אנושי, (אנטשולדיגט פאר די שארפע רייד),
איך מיין דער עולם ווייסט פון וואס איך רעדט...

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:28 pm

שםטוב האט געשריבן:טייערע ברודער, סארי פאר מיין שפראך
דא קומט אריין נאכמאל די כלל אז ווייל איך בין א איד אין כ'רוף נישט 311 פירסטו דיך נישט אויף ווי א איד

דאס בויען א סוכה אויף די ברייט פין די גאס, איז קעגן יעדן מענטשליכקייט אין נארמאלקייט, אפגערעדט פין די חש''ש
ס'דא אזויפיל בתי מדרשים וואס וואלט געקענט באקוועם מאכען פאר די מתפללים מיט גרויסע שיינע סוכות אין רעכענען זיך מיטן ציבור (קומט שוין ליידער קרעדיט פאר דעם)

ממ''נ, אויב לייגסטו א געיט אויפן ראד אז די פעדעסטריען זאלען האבען ווי צו גיין, נעמסטו אוועק פארקינג אן רעכט
אין אויב לאזטו נישט איבער פארן דורכגייער ווי צו גיין ביזטו סתם א חי', אין שטעלסט אריין קינדער אין ערוואקסענע אין א סכנה

מענער דארפן זיך דורכשטופן מיט פרויען מיט די שמאלע איבערגעלאזטע דורכגאנג, אלעס לשם מצוות סוכה
כ'האב געזעהן א שוהל וואס דארף זיין א שוהל פין חשובע אינגעלייט אין די סוכה שטייט שוין פין בעפאר יום הקדוש, אין אלע דורכגייער האבען געדארפט אריינגיין אין די סוכה צו קענען דורכגיין די גאס, מיט גוים אין גויטעס

אין פאר די וואס שטעלן אויף א סוכה גרעסערער אדער כמעט אזוי גרויס ווי זייער שוהל (אויף הויפט גאסען) קען מען נישט פארהאלטן,
די דאקטער זייערע איז שילדיג דערויף

והוא רחם יכפר וירפא

ממ''נ, אויב לייגסטו א געיט אויפן ראד אז די פעדעסטריען זאלען האבען ווי צו גיין, נעמסטו אוועק פארקינג אן
רעכט
רוב בתי מדרשים איז באמת א no standing zone און אויב איז נישט דא קיין סיין איז ווייל ער האט עס אראפ גענומען, און ער לאזט דיר פארקן דארט א גאנץ יאר, סא שריי נישט וועגן צוויי וואכן

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17771
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:32 pm

שמן האט געשריבן: רוב בתי מדרשים איז באמת א no standing zone און אויב איז נישט דא קיין סיין איז ווייל ער האט עס אראפ גענומען, און ער לאזט דיר פארקן דארט א גאנץ יאר

קיין אהנונג פון וואנעט איר נעמט דעם חידוש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:35 pm

farshlufen האט געשריבן:
שמן האט געשריבן: רוב בתי מדרשים איז באמת א no standing zone און אויב איז נישט דא קיין סיין איז ווייל ער האט עס אראפ גענומען, און ער לאזט דיר פארקן דארט א גאנץ יאר

קיין אהנונג פון וואנעט איר נעמט דעם חידוש.

וויל איך וויס פון בתי מדרשים וואס נעמן אראפ, און לכאורה אפי' די וואס האבן נישט קענען באקומען

שםטוב
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 14, 2015 1:23 pm

תגובהדורך שםטוב » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:38 pm

בתי מדרשים נעמען נישט אראפ די נאו פארקינג, אויב יא וואלט עס צירוק ארויף,
נאר פאר איינעם וואס קען נישט ניו יארק סיטי קען מען דאס פארקויפן

א שוואכע תירוץ

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:40 pm

שמן האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
שמן האט געשריבן: רוב בתי מדרשים איז באמת א no standing zone און אויב איז נישט דא קיין סיין איז ווייל ער האט עס אראפ גענומען, און ער לאזט דיר פארקן דארט א גאנץ יאר

קיין אהנונג פון וואנעט איר נעמט דעם חידוש.

וויל איך וויס פון בתי מדרשים וואס נעמן אראפ, און לכאורה אפי' די וואס האבן נישט קענען באקומען

א באמבע חידוש! עס זענען דא צוויי דריי בתי מדרשים וואס האבן אראפ גענומען א סיין... נעמט מען אוועק די גאנצע סיידוואלק'ס פון די מענטשן...
טענו בחטים והודו לזכר קדשו

וואס הערט זיך
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:46 pm


מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 628
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 2:50 pm

אשתקד זיינען מיר געגאנגען שמחת בית השואבה האפינג אין ב"פ מיט די גאנצע פאמיליע. אויפן וועג אהיים - בערך 12-11 ביינאכט - און צו אונזערע אויערן דערגרייכן א קול חוצב פון שמחה און רקידה, וואס קומט פון א פאר בלאק אוועק. מיר רייזן צום מקור פונעם מוזיק כוואליעס און מיר לאנדן בשלום ביי די העדקוואדערס פון ... שליט"א. אינדרויסן פון שוהל זיצט א סוכה וואס אקיופירט דעם גאנצן טראטואר, ווי אויך א חלק ניכר פון בעזעם-טראק טעריטאריע. דורכגאנג פאר מענטשן, מאן דכר שמיה.

מיר דערנענטערן אונזערע טריט זיך צום עפענונג פונעם סוכה-בום באקס, און עס באווייזט זיך פאר אונזערע אויגן א מחזה הוד:

דער רבי/רב (גראדע א חשובע איד) איז שוין לאנג אנטרינען.
אין צענטער: א גרופע פון 7-6 פארשוין (בלי גזמא!) האפקען א רקידה.
אין די זייט: א קלעזמער וואס האקט אויף דעציבל 2,000.
אויף די בענק/פארענצעס: צענדליגע צושויער, טייל מיט קאמערעס, קוקן מיט קעלבערנע התפעלות צום צענטער.
אין דרויסן: מונאוויטש מיט די פאמיליע אנטוישט, צוריק צום אוטא.
אין די הייעך: צענליגע קינדער-געבענטשע פאמיליעס וואס קענען נישט פארמאכן קיין אויג.

#שמחת פורים
"Most people do what most people do, because this is what most people do." — Rabbi Dovid Orlofsky

מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 4:17 pm

איך האב געזעהן א בית המדרש וואס זיי לאזן אפען ביידע זייטן אז מען זאל קענען דורכגיין און סוכת ווען דער עולם לערנט אדער פארברענגט דארט וועט קיין פרוי במילא נישט אריינגיין (ואני נוהגתי אז ווען איך מיט די ב"ב זענען מיט א קערידז גייען מיר גארד אריין)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

shalsheles
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 4:34 pm

לויט דעם שואל ומשיב וואס דער משנה ברורה (וואס חוקר האט מעתיק געווען) ברענגט אראפ וואלטן די שולן כאטש געדארפט פארלאנגן א פערמיט פון די שטאט.
(וכמדומה אז ביי עטליכע גרעסערע שולן פלעגט הענגן א פערמיט אויף די סוכה)

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9797
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 5:22 pm

שמן האט געשריבן:עי' בני יששכר מאמר צלא דמהימנותא בשם הרה"ק ר' פינחס מקוריץ
bnei Yisuscher.JPG

"ורוב סוכות בשווקים וברחובות"

מיינט דער בני יששכר על אם הדרך? איז דענמאלט געווען סיידוואוקס? איז דענמאלט געווען קארס וואס פליען אין איז א סכנה?

ווער קען אונז פינקטליך טייטשען "שווקים און רחובות"? בילדער איז נאך בעסער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 9:07 pm

חוקר האט געשריבן:
ויש אומרים האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:איך גיי ארויס היינט אויף די גאס און איך זעה א נייע סוכה וואס איז נישט געווען ביז היינט פון א רב וואס האט געפענט א בית המדרש (ווייל ער האט געוואלט מאכן שבת פאר זיך און נישט זיין צוזאמען מיט זיין ברודער) און ער פארנעמט די גאנצע סיידוואלק און פאר די דורכגייער האט ער אויפגענימן צוויי ספאטס, אויף מיין זיך מוטשענען מיט פארקינג קען זיין איך וואלט מוחל געווען אבער מיין ב"ב (און אסאך פרויען) גייען זיך אזאנס מוטשענען מיט די קערידזס, ווען עס איז כאטש א סוכה וואס מען נוצט און מען דארף עס האבן מילא אבער לויט ווי איך זעה דער הלוך ילך ביי דעם בית המדרש איז עס געבויט געווארן פאר ש"ש און צו מאכן א ברכה נטילת לולב פאר צוויי טעג. ועל כולם פארוואס איז עס אויפגעשטעלט פיר טאג פאר יו"ט ווען עס זעהט אויס ווי מען קען עס צוזאם שטעלן און בערך א שעה.

עס האט מיר זייער גערעגט (איך דארף ארבעטן אויף מיינע מידות)

אויף הלכה למעשה דארף מען נאכקוקן (איך מיין עס איז דא מג"א אויף דער ענין)

יא להלכה קען מען טרעפען היתרים אויף אלעם אבער וואס איז מיט מענטשליכקייט?
ווייל די קהלה וויל צושטעלן א סוכה ווי 1 נאכט גייט מען טאנצען , אדער ווי מ'זאל קענען טרינקען קאפי און רייכערן דארפען פרויען אין קינדער גיין ציווישען קארס??
אין אז מ'רעדט שוין , וואס טוט זיך מיט מאכען מוזיק אין די שפעטע נאכט שעה'ן איז דאס יא אוסגעהאלטן אויפצוועקן קליינע קינדער??



אבער אז מען וועט רופן פאליציי וועט עס דארפן זיין אן אנטיסעמיט! עס קען נישט זיין א מאמע וואס האט קוים איינגעשלעפט די קליינע און דאס קינד וועקט זיך יעצט אויף ווייל מען האט זיך גענימן שפילן יעצט. :-(
זאגט מיר א חבר אז ער שלאפט נישט אין סוכה ווי המצטער פטור מן הסוכה און ער קען נישט איינשלאפן ביז דער אדמו"ר א האלבע גאס אוועק איז פארטיג מיטן טעגליכע טיש
(מען קען אריינקלערן איז דער קהילה וכו' עובר הלכה'דיג אז מען לאזט עהם נישט שלאפן אדער אז לכבוד דעם פארפאסט ער זמן קר"ש ויש לעי')

איין יאר האט דער איד געלייגט אן הודעה אז נאך 1:00 זאל מען נישט מאכן קיין גרידער אין די סוכה ווייל ס'איז גזל שינה........
איך האף נאר אז זיי האבן פשוט אויסגעלאזט איין איינסער..
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:30 am

פ"וו דארפן זיי האצקענען אין די סוכה, אין ביהמ"ד מיט אפענע פענסטערס איז נישט גענוג?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט