ביטע זייט מיר מוחל / כפשוטו, נישט 'געדאנקען'

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

ביטע זייט מיר מוחל / כפשוטו, נישט 'געדאנקען'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

"כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם מכל חטאתיכם לפני ה' תטהרו"

מיט די הארציגע ליבליכע ווארעמע ווערטע וואס אונזער זיסער באשעפער האט אונז פארשפראכן, גייען מיר אין צוויי טעג ארום זיך מתחנן זיין און זיך אויסבעטן א מחילה סליחה וכפרה,
מיט די ווערטער, וואס השי"ת האט אונז מבטיח געוועהן, גייען מיר זיך איבערבעטן מיטן הייליגער באשעפער און אויפמאכן א ניי בלאט, ביי אלע פינף תפילות פון שמונה עשרה, ביי די ברכה האמצעית ברכת וקדושת היום.

מיר גייען קומען מיטן ברייטן בלענק טשעק, פאראויס אונטערגעשריבן פון אונזער גרויסן זיסן טאטן א הבטחה אז אלעס גייט געקאווערט ווערן,
מען גייט ווערן ריין ציכטיג זויבער, מען גייט 'ערעיסען היסטערי' מען גייט 'קליענען רעקארד'.

אזוי ווייט זענען אונז זיכער מיט דעם, אז לויט א טייל ראשונים מאכן מיר א סעודה ערב יום הקדוש ערב יום ה' הנכבד והנורא, אלס א שמחה און פרייד אז אט אט גייט מען ווערן ריין!
נאך מער, מען גייט ווערן דערהויבן אזש העכער ווי דרגת מלאכים, "ברוך שם" מיט א הויך קול! אלעס ווערט דערהויבן דורך אונז ביום הקדוש הזה.

מען גייט זיך איבערבעטן מיטן הייליגן באשעפער, מען גייט מיט אן אמת תשובה טוהן און חרטה האבן אויף אלעס וואס מען האט אים דערצערנט אין פארלויף פון יאהר, און זיך אונטער נעמען אז מער נישט! קיינמאהל!

מען גייט מיט א צובראכן הארץ זיך צוזאמרעדן מיט אונזער גרויסער פאטער, מען גייט אים מודה זיין אויך אלע זינד, מען גייט מיט א צובראכן הארץ אנערקענען אין זיי, און זיך מיט ווייטאג א קלאפ טוהן אויפן הארץ - דער הויפט פון אלע נטיות פון מענטש – אלס א צייכן אז מען איז זיך זעלבסט מייסר און מוכיח,
דאס אלע גייט מען זאגן נישט פאר זיך, נאר מער גייט צו צום הייליגן באשעפער מיט הכנעה מיט אן איינגעבויגן געשטעל און נידריג געמיט און זיך אויסרען פאר אים.

געוויס אז אזא וועג פון זיך איבערבעטן איז נישט בלויז מען ווערט נישט באשטראפט אויף די זינד, נאר מען ווערט גאר צוריק דערנענטערט, טאטע און קינד בעטן זיך איבער, וויינען איינער אויפן אנדערן אזש פון ברויזנדע געפיהלן, מען נעמט זיך ארום מען האלדזט זיך מען פאראייניגט זיך צוריק מיט א גרעסערע אהבה.

חבוקה ודבוקה בך!


אבער, א גרויס "אבער", דער טאטע דער הארציגער זיסער גרויסער טאטע איז גרייט אלעס 'אפווישן', אלעס פארצייען, אלעס אויסמעקן קיין זכר זאל נישט בלייבן, בתנאי ווען דער קינד וואס האט זיך פארזינדיגט האט זיך פארזינדיגט בלויז פארן טאטן, דאן איז ער אלעס מוחל באופן הנ"ל,

אין פאל אבער, ווען דער קינד האט זיך אויך פארטשעפעט מיט זיינס א ברודער, דהיינו דער באליבט קינד פון טאטן, דעמאלט איז דער טאטע נישט גרייט מוחל זיין אויף די זינד וואס איז געוועהן קעגן זיינע קינדער.

"ווי לאנג דו וועסט זיך נישט איבערבעטן מיט דיין ברודער/מיין קינד - וואס איז מיר טייער און נאענט צום הארץ נישט ווייניגער ווי דו – בין איך נישט גרייט זיך איבערצובעטן מיט דיר!
ווען דו פארטשעפעטסט דיך מיט מיין קינד און דו ווייטאגסט אים ווייטאגסטו מיר!

בתנאי אחד קען איך מיט דיר אנהייבן א 'פריש בלאט', זיך צוריק פאראייניגן און דערנעטערן, ווען דו וועסט גיין צום ברודער און זיך אויסגלייכן מיט אים, איבערבעטן מיט הכנעה און זעהן אז ער זאל אנערקענען אז דו ביסט עכט בצער איבער די עוולה און דו ווילסט מער אים נישט ווייטאן.

"עבירות שבין אדם למקום יום הכיפורים מכפר, שבינו לבין חברו אין יום הכיפורים מכפר עד שירצה את חברו"




מורי ורבותי,

איך בין מודה ומתוודה אויף אן עוולה, א גרויסע עוולה, וואס איך האט געטוהן דא אין די שפאלטנס פון אייוועלט, זיך אויפגעפירט כלפי דעם וואוילן מקום ווי א פרעכער כפוי טובה, געשפיגן אין דעם כוס וואס איך האב געטרינקען, געווארפן שטיינער אין דעם ברונעם פון וואנען איך האב געשעפט, גענוצט די מיטלען וואס מען האט צוגעשטעלט א טובה טוהן און מאכן וואויל פאר אידן גאר צו שטויסן אין די פארוואלטער און די אויפזעהער וואס ארבייטן שלא על מנת לקבל פרס און לאזן זיך קאסט מיה און צייט ודמים תרתי משמע.

פאר זיי די וואוילע אידן האב משלם געוועהן רעה תחת טובה, און אנשטאט ווען עס געפעלט מיר נישט וואס זיי מאכן - בכוונה לטובה - און זיך פירן מיט אחריות און פארשטאנד אז ס'איז דאך א בחינה פון "טרחכם משאכם וריבכם" אזוי פיל דעות און מיינוגען פון יעדן יחיד ויחיד וואס מ'קען בשום אופן נאכגיין יעדנס משוגעת'ן, על אחת כמה וכמה ווען עס דראעט א געפאר פון א תוהו ובוהו אז דער עולם זאל אנטלויפן מחמת דעם טומל און מאסן-פאלקס-העצרייען,

אנשטאט צו דאס אלעס נעמען מיט באזעסן פארשטאנד האב איך וואס?..

האב איך וואס?! יא יא, זאג זאג, געמיינער קבצן וואס דו ביסט...
האב איך גאר - ווען עס האט מיר נישט געפאלן א מהלך וואס מען האט איינגעפירט - אנגעפירקלט אן עקלדיג סאטיריש ארטיקל, און גאר עס געשטעלט מיט אן אייגן ניי אשכול!...
ווען מען האט עס באלד אפגעשאפן בין גאר געוועהן א בא בטענה!!!...

פוי! טפוי! דאס איז א געמיין פירעכץ, דאס איז משלם רעה תחת טובה! דאס איז עזות, שפלות! און פראסט פשוט געשטעפעט מענטשן און זיי געשפיגן אין פנים אריין!

די אלע געהיימע ניקס זענען דאך קיינע ווירטואלע באשעפענישן, זיי זענען מענטשן מיט הערצער מיט געפילן מיט אלעס וואס מען טרעפט ביי וואוילע אידן – פעך! עקלהאפט אין קיין ווארט אויף דעם.

[איך שוטה האב 'רעזיגנירט'... גיי דיר צו די אלדע גוטע יאהרן, ווער ברויך אזא שורות שמירער וואס ווייסט נישט צו מכבד זיין מקום, וואס ווייסט נישט צו מכיר טובה זיין,
גיי סטראשע די גענז, גיי גיי, טראג דיר אפ פון דאנען!
כא כא כא... איך האב געשריבן אז איך וועל שוין טרעפן ערגעץ אנדערש וואו צו שרייבן - ליגנער! האטס געוואוסט, זייער גוט געוואוסט, און אייוועלט איז דאס איינציגסט כשר און אידיש מקום וואס דו קענסט שרייבן אין פאבליק!]


ובכן,
אבוא ואחלה נא את פנים בבושת פנים ובשברון לב,
במטותא מנייכו, מנהלים ואחראים החשובים והיקרים,
חטאתי, עוויתי, פשעתי, טוט מיר וויי, זייער וויי, וואס איך האב געטוהן, איך האב עכט חרטה מעומק הלב, איך אנערקען אין די גרויסע עוולה, און מקבל בע"ה זיך משתדל זיין מער אזוינע פסלנות נישט טוהן, און נישט זיין ככלב שב על קיאו ח"ו.

ביטע זייט מיר מוחל בלב שלם, א מענטש איז דאך א מענטש, און טוט אמאהל אן עוולה, אבער שטייט דאך אויך "ומודה ועוזב ירוחם"
ממילא בעט איך, אנא מכם זייט מיר מוחל
וענו נא לי – "סלחתי"


ובקשה מכם,
וויבאלד איך האב פוגע געוועהן אין א רבים, און איך ווייס נישט צו יעדער פון ענק וועט דאס זעהן פאר יום הקדוש, וויל איך בעטן פון די אלע וואס זעהן די ווערטער, זאלן איבער געבן פאר די אנדערע מנהלים ואחראים און בעטן בשמי זיי זאלן מיר מוחל זיין.





האט אלע
א גמר חתימה טובה
א זיס לעכטיג יאהר
א יאהר פון השפעות טובות בהרחבה גדולה ברוחניות ובגשמיות
פיךע הויפנס אידיש נחת
געזונט ופרנסה טובה וכלכלה.


כ"ד הכו"ח
בערעלע קבצן




נ.ב. שוין לאנג [כמעט באלד נאכדעם] וואס עס דריקט מיר אויפן הארץ איך האב אנגסטן און לאזן מיר נישט מנוחה,
אבער דער יצר הרע איז א כיטערער באנדיט און יעדן מאהל האט ער עפעס אונטערגעשטעלט ס'זאל נישט ווערן געשריבן די דברי חרטה ובקשת מחילה, אבער עד כאן!
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

איך בין זיכער אז יעדער איז מוחל, און דער אויבערשטער זאל טאקע יעדעם אויך מוחל זיין.

גם אני מצטרף לבקש מחילה פון די חשובע חברים און הנהלה אויב איינער איז געווארן נפגע פון מיר ביודעים או בלא יודעים.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

בערעלע, אזוי שיין צו פארשמירען.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

איינע פון די טעמים פארוואס מ'זאגט סלח לנו מוצאי יו''כ איז ווייל מ'גלייבט נישט באמונה שלמה אז מ'קומט ארויס פונעם טאג גענצליך ניי..
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

נמחל לך. א זיס לעכטיג יאר פאר דיר און פאר די משפחה.
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

וואף! וואס דער קבצן האט דא געטוהן! איך האף אז נאר אז געלעגער רעדט בשם די אנדערע חברי הנהלה.
איך רעד בשמי, אלס ציווילע ניק, איך בין אויף קיינעם דא נישט ברוגז.
...
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

איך רעד בשמי און וויפיל איך קען די הנהלה נעמט עס קיינער נישט פערזענליך.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

בערעלע מיט זיין שפראך, שפתיים ישק.

תשובה דארף זיין באותו זמן ובאותו מקום, קומט ביטע ארויס פון לאך, און זייט מהנה זיין דעם ציבור.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2750
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

בערעלע מז"ט צום הונדרעטער!!
א לעכטיג זיס פרייליך יאר, לך ולכל בית ישראל.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

נחום וואהלינער האט געשריבן:בערעלע מז"ט צום הונדרעטער!!
א לעכטיג זיס פרייליך יאר, לך ולכל בית ישראל.
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2958
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

געלעגער האט געשריבן:נמחל לך. א זיס לעכטיג יאר פאר דיר און פאר די משפחה.

געלעגער האט געשריבן:איך רעד בשמי און וויפיל איך קען די הנהלה נעמט עס קיינער נישט פערזענליך.
אוועטאר
בערעלע קבצן
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 05, 2013 5:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערעלע קבצן »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:נמחל לך. א זיס לעכטיג יאר פאר דיר און פאר די משפחה.

געלעגער האט געשריבן:איך רעד בשמי און וויפיל איך קען די הנהלה נעמט עס קיינער נישט פערזענליך.

א דאנק אייך ביידן,
זאלט איר האבן א לעכטיג גליקליך זיס יאהר, די תפילות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון און זאל נמשך ווערן השפעות טובות וחסדים טובים וגלויים "די רעבעצין זאל אויך פארשטיין דעם קוויטל"
אוועטאר
אויסטערליש
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 22, 2018 10:33 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסטערליש »

איך בעט פין אלע ניקס דא אויב איך האב איינעם חס ושלום גע טשעפעט אדער וויי געטין זאל מען מיר מוחל זייין. כי ביום הזה יכפר עליכם
זאכענעס
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

אויסטערליש האט געשריבן:איך בעט פין אלע ניקס דא אויב איך האב איינעם חס ושלום גע טשעפעט אדער וויי געטין זאל מען מיר מוחל זייין. כי ביום הזה יכפר עליכם

גא''ם
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

איך בעט יעדעם איבער וועם איך האב וויי געטוהון איך טוה עס מער נישט (עזיבת החטא) און איך בין מיך מקבל בל"נ עס מער נישט צו טוהון (קבלה לעתיד) און איך האב חרטה (חרטה על העבר) און בין זיך מודה און מתוודה אז איך האב א סאך מאל שארף געשריבען אדער נאך ערגער (וידוי)
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

מ'קען נאך יעצט איבערבעטן?

קיינמאל נישט צו שפעט, איך בעט איבער אלע אידן ליינער און שרייבער און אלע אידן וואס זענען באטראפן געווארן דורך מייינע ווערטער, ספעציעל די פון די נייע ישובים פאר וועלכע איך בין צומאל געווען פון די נישט קליינע קריטיקירערס

אלזא בעט איך מ'זאל מיר מוחל זיין, ויה"ר שלא אחטא עוד, איך וועל פרובירן נישט וויי טון קיינעם.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”