יום כיפור איז נישט קיין שפיל! - מעשה שהיה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

יום כיפור איז נישט קיין שפיל! - מעשה שהיה

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:20 pm

אזוי ווי מן השמים האט מען געוואלט אז מיר זאלען וויסען דער מעשה (וואס כ'גלייב אז קיינער האט עס נאך נישט צוזאם געשטעלט מיט אלע אירע ארומיגע פרטים; און אויב יא, האט עס נישט מפרסם געווען), פילען מיר מחיוב עס צו דערציילען יעצט אלץ א דבר בעתו. מיר דערציילען עס דאס בעסטע וואס מיר (מיין עקרת הבית מיט מיר) געדענקען פון זכרון.

מיט א צוויי אין צוואנציג יאר צוריק איז אמעריקע געגאנגען כאדארים, ווען א אויס געצייכענטער פוט-באל שפילער א שחור מיטען נאמען או. דזעי. סימפסאן האט געהארגעט זיין ווייסע ווייב; און דער עלעף חדשים'דיגע טרייל, וואס איז ממש געווען א סירקוס, איז געווען די הויפט נייעס אין אמעריקע די גאנצע צייט כנוסח אמעריקע; און ווי עס שפילט זיך אפט אפ דא אין אמעריקע איז דער וואס האט געלט און קען דינגען די בעסטע אדוואקאטען, האט א אויבער האנט איבערן געזעץ, און זייענדיג א שחור און א סופער-סטאר, איז עס געלונגען פאר זיינע לויערס מיט גרויס געניטקייט אים צו ראטעווען, און דער דזורי איז צוריק געקומען מיט א נישט גלויבליכע איבעראשינדיגע ווערדיגט פון "נאט גילטי"!

דער שטוינענדיגע ווערדיגט איז ארויס געקומען נישט אין א גרינעם דאנערשטיג, נאר אין סאמע ערב יום כיפור (תשנ"ו לפ"ק), ערב יום כיפור נאכמיטאג, צוויי שעה הארט פאר יום טוב; און גלייך איז דאס געווארען די געשפרעך פון טאג אין אמעריקע, דאס געשעעניש פונעם סענטשורי!

אין ניו יארק סיטי איז געווען א ראדיא קאמענטאטער מיטען נאמען בערי גרעי (Barry Gray), דער טאטע פון טאוק-רעדיא, וואס אין תש"ה זייענדיג א דיסק-דזאקי (וואס לייגט ארויף מיוזיקאלישע פלאטעס אויפען ראדיא) און נישט האבענדיג וואס צו טוהן, האט צוגעשטעלט דער טעלעפאן צום ראדיא, און טאוק-רעדיא איז געבוירען געווארען.

געווען א פרייע איד, וואס זיין אידישע נאמען איז געווען בערל יערוסלאב (מסתמא א אפשטאמיגע פונעם גאליציאנעם שטאט יערוסלאב), געבוירען אין ניו דזורזי אין תרע"ו. קוק דא זיין ביאגראפיע:
https://en.wikipedia.org/wiki/Barry_Gray_(radio)

אזוי ווי ער האט שפעטער דערציילט איז מעשה שהיה כך היה.

ער איז נישט געווען א פרומע איד אבער געגלייבט אין באשעפער און האט קיינמאל נישט גע'ארבעט אין יום כיפור; אבער באשלאסען אז "דאס מאל" קען ער נישט א דורך לאזען אזא אויסטערלישע געלעגענהייט, און וועט "מוזען" יא ארבעטען און רעדען וועגען דער הויפט געשפרעך פון טאג, דער "אקוויטעל פון או. דזעי. סימפסאן".

ער האט געפלאנט צו אנהייבען זיין שאו מיט די פאלגענדע אריינפיר, אז געוועליך קומט ער נישט אריין אין יום כיפור, אבער "דאס מאל" האט ער געמאכט א אויסנאם, ווייל (ענדיג צו) או. דזעי. סימפסאן איז רח"ל אים וויכטיגער ווי יום כיפור.

זעהט אויס אז זכותים האט ער געהאט נישט צו אנמאכען אזא געפערליכער חילול השם (און נאך פארקערט שפעטער צו מאכען א קידוש ה') ווי מיר וועלען באלד זעהן, (דערציילט ער ווייטער), איז ער אנגעקומען באצייטענס צו קענען אנהויבען זיין שאו וואס האט זיך געדארפט אנהויבען אין זיבען א זייגער אין אווענט.

ער גייט צו, צו זיין סטודיא, פינקט אין דער צייט פון לעכט צינדען/שקיעה; צו דער זעלבער סטודיא וואס ער פלעגט טאג טעגליך אריין גיין פאר צענדליגע יארען, און קומט צו צום טיר מיט די שליסלעך אין דער האנט, און קראך, פאהאנקערט זיך אין א ראג (קארפעט טעפיך) אינטער זיין פיס, פאלט אראפ און צושניידט זיך מיאוס דער האנט/ריסט און מען האט אים געמוזט אריין פירען אין שפיטאל צו באהאנדלען.

דארט איז ער אפגעלעגען עטליכע וואכען, און בערך דריי וואכען האט אפגעקאסט דער שפיל וואס ער האט נישט געקענט ארבעטען. נאכען זיך ערהוילען האט מען געמאלדען אויף WOR אז ער גייט מארגען צוריק קומען על כנו, און ער הייבט אן זיין שאו און דערציילט פאר א מאסען אודיענס (וואס האבען שוין אומגעדילדיג געווארט אויף אים) דער גאנצע מעשה מיט אלע פיטשיווקעס, און ענדיגט צו צוזאגען דעם רבונו של עולם, שרייענדיג בכל כוחו

G-d, I got your message; NEVER AGAIN will I ever work on Yom Kippur!
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:18 pm, פאראכטן געווארן 10 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:22 pm

דער מעשה האט א המשך מיט נאך ארומיגע פרטים אבער וועט שוין מוזען ווארטען ביז נאך יום הקדוש.

מען מוז נישט ווארטען ביז דעמאלט און מען מעג קאמאנטירען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 3:51 pm

יישר כח שטארקע מוסר השכל.

וואס הייסט אז קיינער ווייסט נאך נישט דערפון?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3771
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 4:22 pm

שיין שיין שפוזמ"ן, דבר בעתו מה טוב. זאלן אלע אידן שוין תשובה טוהן וועט משיח שוין אוודאי קומען
...

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 5:50 pm

יישר כח רב שומר פארן באשרייבונג.

דארף מיר דאנקן דעם בורא אויף דעם אליין אז מיר זענען אויפגעצויגן געווארן על ברכי התורה והיראה נישט צוצוקומען צו אזוינע נסיונות בכלל.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:18 pm

מוראדיג.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 6:41 pm

א געוואלדיגע מעשה אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט. ישר כח שפוזמן.

די מעשה לערנט ווי שטארק אונזער ליבע פאטער האט געהאט א נחת רוח פון דעם וואס ער האט בלויז נישט געארבייט יום הקדוש. וואס נאך ער האט געהאלטן אין אידישקייט ווייס איך נישט, אבער דער הייליגער באשעפער האט נישט געוואלט אויפגעבן די תענוג וואס ער האט ווען 'בערל יערוסלאב' ארבייט נישט יום כיפור.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:10 pm

מורא'דיג. מ'זעהט טאקע קלאר אז ס'לוינט זיך אויסטערליש שטארק אנצוהאלטן דאס ביסל יוד, אפילו מ'האלט וואו מ'האלט איז מען נישט א גארנישט, און מ'וועט פרובירן פון הימל אפצוהאלטן פון אן עבירה, און פון חילול השם, ווייל אפילו וואו מ'זאל נאר נישט האלטן, איז יעדע נייע פגם א זאך וואס לוינט זיך אפצוהאלטן פון הימל. קוקט אויס אז אן עבירה פון 'אזא בערל' איז אין הימל פונקט אזוי וויכטיג אים אזוי שטארק אראפצוהאלטן אזש ביזן שעדיגן. נישטא אזא זאך ווי "ס'איז גארנישט אז דו גייסט ווייטער, ווייל דו האלסט שוין סייווי דא", אין הימל איז נישטא אזא זאך ווי 'סייווי'. אין הימל איז נישטא אזא זאך ווי "האסט שוין סייווי א פעקל עבירות, סאו איך לאדיך טון וואס דו ווילסט" ניין! מ'זעהט קלאר אז מיט דעם אלעם וואס ער איז געווען, אבער די זאך וואלט געווען אזא 'פגם' אז ס'האט זיך געלוינט אים איבערצודרייען און 'אפהאלטן'.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5424
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:18 pm

געהערט פון ר אנשיל שעהר בשם איינע פון די פריערדיגע אז אויב איינער זאגט אז ער האט שוין אזוי פיהל מאל צוגעזאגט נישט צו זינדיגען און ער האט איבער געזינדיגט נאכאמאל און נאכאמאל מיט אלע צוגעזאגעכצער און ער וויל שוין נישט זיך אינטערנעמען נאכאמאל ווייל אולי גלייבט אים שוין נישט דער באשעפער אז ער גייט בעסער ווערן.

זאגט ער אז אזא איד קען אויסקומען אז ער זאל מאכען דריי מאל א טאג א ברכה לבטלה פון ״חנון המרבה לסלוח״ די המרבה מיינט אפילו א מיליאן מאל.

נאר א אחטא ואשוב שטייט שוין אביסעל הארבער אז אין מספיקין בידו לעשות תשובה, אבער ווי פארשטענדליך אז די תשובה ווערט נאכאלס אנגענומען.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1620
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ

תגובהדורך טראבל מעיקער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:18 pm

שכוח שומר אין שכוח נשמה פאר'ן אזוי שיין ארויסברענגן.

ס'איז א מוראדיגע חיזוק.
איזי

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:30 pm

איך זע דא נאך א שטארקע נקודה
אויב מ'איז א סטאר איז נישט קיין חילוק וואספארא הארבע פאברעכן מ'האט געטון קען מען ווערן ריין געוואשן
טייערע ברודער יעדע איינציגע איד איז אן עקסטערע סטאר ביים אייבערשטען, נישט קיין חילוק וואספארא הארבע זינד די ביסט דורך געפאלן קענסטו אינעם הייליגן טאג ווערן ריין געוואשן, געב אביסל שוחד פארן אייבערשטען אפאר הייסע טרערן און די ווערסט ניי געבוירן.
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:42 pm

מענין לענין. געהערט פון רבי נח וויינבערג ז"ל, א פרייער יונג איז אמאל אריינגעקומען און דערציילט אז ער האט געזעהן אן אפענע השגחת השם. ער איז געפארן מיט א ביציקל אויף א שטראז, איז געקומען א גרויסע טרעילער און אים אריינגשטיפט צו די זייט אראפ צו א טיפע טאל. אבער פאלנדיג, האט זיך דער ביציקל עפעס פארטשעפעט דארט מיט א גרויסע שטיין און ער האט מיט ניסי ניסים איבערגעלעבט דעם טראסק און איז ארויס אן קיין שום פיזישע היזק.

זאגט אים רבי נח. די נער איינער! נאר ביים שטיין האטסטו געזעהן דעם באשעפער? ווער מיינסטו האט דיך אראפ געשטיפט דעם בארג?!!! השי"ת האט דיך געשיקט א מעסעדזש: וועק דיך אויף!!
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין 'לומדות'." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5983
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:20 pm

ישר כח רב ספוזמן פאר די שיינע התעוררות'דיגע פאסירונג
\

(עקסטער אויך פאר מונאוויטש, שכח)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16723
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:22 pm

א הערליכער אשכול!

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2345
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:31 pm

אן ענדליכען קידוש ה' איז פארגעקומען אמאל ווען א געוויסע באקאנטע ספארטס שפילער האט זיך אפגעזאגט איינמאל פון שפילן לכבוד יום כיפור, די גאנצע לאנד האט געמאלטס גע'רעש'ט פון דעם.
אפילו ער איז געווען איינער וואס האט מיט אידישקייט גארנישט געהאט און מסתם האט ער פאר זיך נישט געהאלטען יוה"ק, אבער ברבים האט ער נישט געוואלט שפילען.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 10:51 pm

יוראפ האט געשריבן:א הערליכער אשכול!


גא"מ שטארק הנאה יעדע געדאנק און הערה דא יישר כח
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:04 pm

יוראפ האט געשריבן:א הערליכער אשכול!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2833
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:59 pm

הרב שפוזמאן - געוואלדיג! שכח!

הרב נשמה - אה, נשמה'דיגע ווערטער!

גמר חתימה טובה אלע אידן!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:02 am

אז איך האלט שוין דעם פעדער אין די האנט, דערמאן איך א מעשה נורא וואס איך האב געהערט א פאר יאר צוריק פון הרה"ג רבי י"ח גרינוואלד שליט"א אויף א טעיפ.

געווען א חרדישער איד אין ארץ ישראל וואס האט זיך אויפגעהאלטן א שטיק צייט אין א שפיטאל ריהעביליטאציע צוליב טעראפי פאר שווערע ריקן ווייטאגן. איין א געוויסע טאג, אפאר טאג פאר ר"ה, האט די שטאב אריינגעברענגט אין זיין שטוב א פרישער פאציאנט, מיט אן ענליכע מיחש. דער איד האט פראבירט אנקניפן א קשר מיטן נייעם שכן זיינער, אבער דער לעצטער, אן אומפארהייראטער מאן, א פולשטענדיגער חילוני און א שרייבער אין די ישראל'ישע מידיא, איז געווען זייער קאלט צו דעם איד.‏

במשך די תקופה וואס דער איד האט פארברענגט דארט אין שפיטאל, זענען זיינע געטרייע קינדער געקומען טעגליך און געברענגט היימיש-געמאכטע מאלצייטן, און אזוי ווי דער פאטער האט געזעהן אז דער שכן איז אן עלנדער מאן און האט נישט קיין באזוכער, פלעגט ער כסדר מיטטיילן מיט אים א חלק פון די מאכלים. צוביסלעך האט זיך די אייזיגע אטמאספערע אויפגעלאזט און די צוויי פאציענטן האבן אנגעהויבן שמועסן איבער דאס און יענץ.

א וואך שפעטער, בין כסא לעשור, איז אריבערגעקומען די דאקטאר שטאב און געזאגט דעם שרייבער אז נאכן איבערקוקן אלע טעסטס האבן זיי אנדעקט ביי אים די ביטערע מחלה רח"ל, און זיי לאזן אים וויסן אז מען גייט אים אריבערפירן צום אנקאלאדזשי (קענסער) פליגל פונעם שפיטאל. דער שרייבער האט געשפירט אז די הימל איז געפאלן אויף זיין קאפ, און ער האט זיך גענומען שרייען מיט קולות אויף דעם אז מען האט אים אויפגעהאלטן דא אין דעם ריהעב אפטיילונג פאר א גאנצע וואך על לא דבר.

הכלל. אין די קומענדיגע טעג, ווען די קינדער פונעם איד זענען ווייטער געקומען ברענגן מאלצייטן, האט דער פאטער געבעטן אז אזוי וויל זיי האבן געטוהן ביז היינט זאלן זיי ווייטער פארזעצן און טראגן די היימישע מאכלים צום שרייבער, וואס האט זיך איצט געפונען אינעם אנדערן אפטיילונג.

ערב יום הקדוש נאכמיטאג איז געקומען איין פון די זיהן און געברענגט מאכלים פאר די סעודת המפסקת, און כמנהגם האט ער אויך אריבער געטראגן עסן צום חילוני, דער געוועזענער שכן. א וויילע שפעטער, און דער דער זוהן קומט צוריק צום פאטער און זאגט אז דער שרייבער האט געבעטן א יו"כ מחזור! דער פאטער האט נישט געקלערט קיין מינוט, ער האט אריבערגעשיקט זיין מחזור צו דעם שרייבער און געבעטן זיין זוהן אז ער זאל אהיימגיין און ברענגען א נייע מחזור.

מוצאי יו"כ, און דער זוהן קומען ווייטער באזוכן דעם פאטער. און דאסמאל אויך, דער זוהן מיט א בינטל עסן אין זיינע הענט ווענדט זיינע טריט צום שטוב פון דעם שרייבער. ער גייט אריין אין שטוב און זעהט אז די בעט איז לער, ער פרעגט אן אינדרויסן, און א קראנקן-שוועסטער זאגט אים אז דער פאציאנט האט היינט בייטאג אויסגעהויכט זיין נשמה! דער זוהן גייט אריין אין שטוב כדי צו נעמען דעם מחזור, און ער זעהט אז די בלעטער זענען דורכגעווייקט מיט טרערן!!

דער זוהן איז דאן צוריקגעגאנגען צום פאטער'ס שטוב און איבערגעגעבן די פרישע אנוויקלונגען. זאגט אים זיין פאטער:‏ "יעצט פארשטייען מיר פארוואס מען האט אים אריינגעלייגט דא אין ריהעב פאר א גאנצע וואך! די השגחה האט אזוי געפירט אז די פארווארפענע נשמה זאל נישט אוועקגיין פון דעם עולם בלי תשובה!!"
"ווען דו דאווענסט דארפסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט! פירוש המילות איז שוין 'לומדות'." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:11 am

הערליך שיין, שכוך, מיר ווארטן אופן המשך.

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:16 am

כא כא כא האט געשריבן:איך זע דא נאך א שטארקע נקודה
אויב מ'איז א סטאר איז נישט קיין חילוק וואספארא הארבע פאברעכן מ'האט געטון קען מען ווערן ריין געוואשן
טייערע ברודער יעדע איינציגע איד איז אן עקסטערע סטאר ביים אייבערשטען, נישט קיין חילוק וואספארא הארבע זינד די ביסט דורך געפאלן קענסטו אינעם הייליגן טאג ווערן ריין געוואשן, געב אביסל שוחד פארן אייבערשטען אפאר הייסע טרערן און די ווערסט ניי געבוירן.

;l;p- ;l;p- ;l;p-
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

ביסט גערעכט
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 11:16 am

תגובהדורך ביסט גערעכט » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:18 am

זייער שיין א גרויסע ישר כוח

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 12:26 am

הערליך א גרויסע דאנק סיי פאר דער עפענען פונעם אשכול (איך כאפ נישט זיין נאמען) און סיי פאר מונאוויטש, ביידע זענען מורא׳דיגע מעשיות.

עטליכע יאר שפעטער האט דער סימפסאן געשריבן א בוק מיט נאמען "If i did it, this is how it happend", ווי ער לייגט אראפ די גאנצע קריים מיט אלע דיטעלס, די נאמען האט זיך שפעטער געטוישט, אבער דאס ווייזט ווי געלט און ראסע קען באיינפלוסן יעדעם אפילו די געריכט.

אוועטאר
פרעזידענט
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 22, 2009 11:20 pm

תגובהדורך פרעזידענט » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 2:01 am

מענין לענין באותו ענין

אין די וואכענדיגע ״ענין״ מאגאזין
איז דא א אוטענטישע דערציילונג דורך דער באקאנטער ר׳ נחמן סעלצער
איבער א אינגערמאן א פרייע איד וואס איז אריינגעפאלן אין ביהמ״ד אויפן וועג צו דער ארבייט ראש השנה צו הערן תקיעת שופר
דער רב האט פראבירט איהם אפצורעדן פון גיין ארבייטן שבת ויום טוב אבער די מלחמת היצר האט געבושעוועט אין איהם
למעשה איז ער אריין צו דער ארבייט, ער האט באקומען א באפעהל פון זיין בעה״ב איהם צו צושטעלן א ווארימע קאווע, דער קאווע האט
זיך אויסגעגאסן אויף זיין בעה״ב אין מען האט איהם אפגעזאגט אויפן ארט פון זיין פאזיציע.
ער האט גענומען דער מעסעדש אין ער האט געמאכט א יו-טורן

אבינו מלכינו החזרינו בתשובה שלמה לפניך
יעדער מענטש דארף זיין פרעזידענט אויף זיך אליין

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:05 am

מטעמים האט געשריבן:געהערט פון ר אנשיל שעהר בשם איינע פון די פריערדיגע אז אויב איינער זאגט אז ער האט שוין אזוי פיהל מאל צוגעזאגט נישט צו זינדיגען און ער האט איבער געזינדיגט נאכאמאל און נאכאמאל מיט אלע צוגעזאגעכצער און ער וויל שוין נישט זיך אינטערנעמען נאכאמאל ווייל אולי גלייבט אים שוין נישט דער באשעפער אז ער גייט בעסער ווערן.

זאגט ער אז אזא איד קען אויסקומען אז ער זאל מאכען דריי מאל א טאג א ברכה לבטלה פון ״חנון המרבה לסלוח״ די המרבה מיינט אפילו א מיליאן מאל.

נאר א אחטא ואשוב שטייט שוין אביסעל הארבער אז אין מספיקין בידו לעשות תשובה, אבער ווי פארשטענדליך אז די תשובה ווערט נאכאלס אנגענומען.


דעס איז תשובה פון הרה"ק מסאקמיר זי"ע פאר א בעל תשובה - נדפס במכתבים דברי יואל עיי"ש


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט