די נאסטאלגיע פון די אמאליגע קאלטע סוכות נעכט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

די נאסטאלגיע פון די אמאליגע קאלטע סוכות נעכט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

אוי האמיר זיך איינגעוויקלט אין די ווייסע תכריכים, פון קאפ ביז פיס האמיר זיך איינגעקראטשעס אין די ראבערנע אונטערוועש, די היטער האט געבאכעט אויף טויזנט ( נישט ממש, אויף 450) , צופרי ווען דער טאטע האט אונז אויפגעוועקט צום זמן קריאת שמע, איז דאס געווען ברוטאל, פון די אייגנגעמאכטע ווארעמע דאכענע ארויס צו די ביטערע פרעסט, פארפרוירענע נעגל וואסער האט אונז אפגעווארט, אראפגעטרעטן אויף די קאלטע קארפעט.

דאס איז נישט קיין גוזמאות, א יעדער וואס האט אביסל מיטגעלעבט ביז די אנפאנג נון יארן , וועט עדות זאגן די ריזיגע קאנטראסט פון די לעצטערע סוכות וועטערס אין פארגלייך צו די פארגאנגנהייט.

ביטע זיך האלטן צום נושא פונעם אשכול, בלויז דיסקוסירן איבער די סוכות פון אמאל ביז היינט, נישט אריינברענגן די גלאבאלע קלימאט טויש דעבאטע.
#בשיטה נישט
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

די גאנצע סוכה איז געווען געפאקט מיט דאכענעס!

#מעמעריס
איזי
אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צהלה ושמחה »

י. פאלקאוויטיש ובניו פלעגן פארקויפן אין קר"י קווילטעט וועש, זיי זענענן געשטאנען אינטען אין ביהמי"ד ביים אריינגאנג צו די מקווה.

סוכות פלעגט זיין אייז קאלט.. געוויסע סוכות וואס איז געווען מער אפן און נישט גוט ארוםגענימען האט מען זיך געטראפן צופרי מיט אייזיגע נעגעל וואסער.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.
?vu timer
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 11:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ?vu timer »

נאסטאלגיע. הא? קוקט אויס ווי דו בענקסט דיך
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

געדענק'ך טאקע ווי כ'בין געשלאפן מיט שווערע סוועדערס און 2 דאכענעס און ס'יז מיר געוען קאאאאלללללטט.... און דאס'ז געווען אין די סיטי. האט מען דאן זיך מחזק געווען; אין שטעטל איז געשווימען אייז אין די נעגל וואסער...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7052
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

נו, רעדט ער דאך פון קרית יואל אין די נו"ן יאהרען. מה יעשו אזוינע אוואו יעך וואס געדענקען נאך די אנהייב מ"ם יאהרען. נישט ביטערע קעלט, דאס איז געווען ברוטאלע קעלט!!! פרויען אונטער דרייסיג און העכער פופציג זיינען געווען עמפינדליך צו די וועטערס, נישט נאר אינמיטן די נאכט, נאר אפילו ביי די סעודה. קליינע קינדער האט מען אנגעטוהן מיטן ווינטער סנאו סוט. די יאהך ביי אריינברענגען גראד פון שפאהר אראפ און אריין אויפן וועג צו די סוכה איז שוין געווען גענוג אפצעקילען דעם יאהך.
לעצט פארראכטן דורך צו געזונט אום מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

איך פליג האבען גרויסע נסים אין די טעג- איך געדענק אז איך בין אייביג געשלאפען איין נאכט און געוועהן פארקילט פאר אכט טעג.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

היינט דארף מען עירקאנדישאן אין די סוכה מיט קאטס זעמער געזעצן
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

אלע קינדער זענען געווען מיט די קויטס אין די סיטי
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

מיר זענען געגאנגען אפאר לעיער"ס וועש, צוויי דאכענעס... און אפילו אזוי האט מען געציטערט פאר קעלט

דאס אויפשטיין איז געווען ביטער שווער, אפשר האט מען זיך נישט געוואלט געזעגנען פונעם צילא דמהמנותא...
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

ס'האט למעשה געהאט א חן
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

fiena nieas האט געשריבן:ס'האט למעשה געהאט א חן

געהאט א וואס?!...
שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 21, 2016 12:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיק יונגל »

היי יאר גייט מסתם זיין היסטאריש הייס!
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

שיק יונגל האט געשריבן:היי יאר גייט מסתם זיין היסטאריש הייס!


#קנא וועטער אלערט
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
שמערלער
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמערלער »

די ערגסטע פון די קאלטע נעכט איז געווען אז נאכן זיין ארומגעוויקעלט יעדע נאכט מיט 2 דאכענעס 3 פאר זאקען אין א שיינע פאר סוועדערס איז מען די לעצטע נאכט הושענא רבה אויפגעשטאנען פארקילט שטייטצוך ביז נאך שמחת תורה
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

שמערלער האט געשריבן:די ערגסטע פון די קאלטע נעכט איז געווען אז נאכן זיין ארומגעוויקעלט יעדע נאכט מיט 2 דאכענעס 3 פאר זאקען אין א שיינע פאר סוועדערס איז מען די לעצטע נאכט הושענא רבה אויפגעשטאנען פארקילט שטייטצוך ביז נאך שמחת תורה

די לעצטע נאכט?
דו מיינסט די ערשטע נאכט!
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אבער נישט פארגעסן אמאל אין די אלטע היים אין רוסלאנד, איז נישט געווען א סכנה צושלאפן אין סוכה, [דארט איז אויך נישט געווען א סיטי]. כהער!
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

שיק יונגל האט געשריבן:היי יאר גייט מסתם זיין היסטאריש הייס!

איך האניש קיין כוח
weatheroct4.png
weatheroct4.png (105.99 KiB) געזען 3885 מאל
איזי
עמקן
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 22, 2016 4:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עמקן »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אבער נישט פארגעסן אמאל אין די אלטע היים אין רוסלאנד, איז נישט געווען א סכנה צושלאפן אין סוכה, [דארט איז אויך נישט געווען א סיטי]. כהער!

רבי יענקלע און רבי איציקל האבן דערציילט, אז אין סיביר, ווען מען האט ארויס געברענגט קאכדיגע זיפ צום סוכה - א שפאן אוועק, איז עס אבער שוין אנגעקומען א שטיק אייז...
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

?vu timer האט געשריבן:נאסטאלגיע. הא? קוקט אויס ווי דו בענקסט דיך

נאסטאלגיע איז עס בכל אופן, אבער אויב גרייט מען זיך נישט צו א עירקאנדישאנער דאן וועט מען זיך גאר שטארק בענקן.
#בשיטה נישט
אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 755
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינטשיגער »

דענקעך ביי אונז ווי מיר פלעגן זיך אנטאן אזאנע הודיס פון קאמפעניס וואס מיר האבן געהאט אינדערהיים, אזוי ווי די סערטעפייד דזשעקעטס, פארשטייצעך אז פאר די קינדער איז עס געשווימען ווי א טישטוך אויף א בילקעלע, אבער עס איז געווען האלב ווארעם, דאכענעס האט מען נישט געשפארט, אין די לעקטערלעך פון די פידלעך וואס די גרויסע ברידער האט געמאכט האט מען נישט פארלאשן, ווייל דאס האט ארויסגעגעבן היץ במקום די סטים וואס מיר האבן נישט געהאט, און ווי שמערלער זאגט איז יעדער אויף שמחת תורה שוין געווען ליגעל פארקילט.

פיינע צייטן געווען, איי העסטע פרעגן יעצט איז נישט גוט? 10 יאר פון היינט וועט מען זיך דאך צוריקבענקען צום היינט, נאר מעמעריס זענען אינטערסאנט ווייל עס איז מעמעריס, מען זעט היינט די גאנצע בילד פון אמאל פון א אינדערויסענדיגע בליק, בשעת מעשה זעט מען דאס נישט.
אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטורליך »

אז מען רעדט שוין פון די סוכה. ווייסט איינער וואס מען קען טוען פאר די מאסקיטויס אין די סוכה? מיט א ווארימע וועטער קומען זיי געווענליך און לאזן נישט שלאפן ביינאכט
אוועטאר
יז בתמוז
שר האלפיים
תגובות: 2674
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יז בתמוז »

און מיט מאקאשעס אין די סוכה? זיי דרייען זיך אויף די סכך, וואס טוט מען דא?

און צום קעפל, יא מיר געדענקן גוט די קעלט, על אף וואס מיר האבן געהאט א געבויטע סוכה, האט די קעלט אריינגעדרינגען אין די טיפענישן פון די געלידער.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

נאטורליך האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון די סוכה. ווייסט איינער וואס מען קען טוען פאר די מאסקיטויס אין די סוכה? מיט א ווארימע וועטער קומען זיי געווענליך און לאזן נישט שלאפן ביינאכט

https://off.com/en/product/mosquito-lam ... ito-lamp-i

אדער

https://www.amazon.com/Cutter-96176-Mos ... 00AA8WVPO/

אדער איז דא וואס מאכט גערודער

https://www.amazon.com/gp/product/B072W ... FWPKU2L9U6
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

יו ווערן מיר צושמאלצן דא.
#בשיטה נישט
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”