"פארוואס שלאפט נישט טאטי אין א סוכה"?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 11:29 pm

די טור ברענגט סך הכל אזא מנהג אבער ער מאכט עס גלייך אוועק, ״ואינו מנהג״. דער רבי״ה זאגט, וויפיל איך געדענק, אז מען זאל נישט שלאפן שמע״צ - א דעה וואס דער דרכי משה און דער חתם סופר האבן אנגענומען להלכה - נישט אז מ׳זאל נישט עסן.

ואין הכי נמי אז אין ספר הפרדס לרש״י ווערט געברענגט אזא מנהג און איך האב נישט געשריבן אז עס איז א נייע מנהג. איך האב געשריבן אז עס ווערט בלויז מוצדק דורך אחרונים כלפי די וואס פארענטפערן דאס נישט שלאפן אין סוכה בעצם החג.

און דער מגן אברהם וואס שרייבט אויך אז להלכה ״הדין עם הטור״ וואס איז זיין לימוד זכות? ״ובמדינתינו יש קצת אנשים שנוהגין כך לפי שראו כך מאבותיהם.״ עקזעקטלי מיין פוינט. אונז זעמיר נישט קיין גרים.

די מהרם רוטנבורג געדענק איך נישט (ער ברענגט אפשר וועגן קעלט?), אבער לו יהא ער פארענטפערט יא באשטעטיגט עס ווייטער וואס איך האב געשריבן אז אלעס איז שוין אויסגעארבעט כדבעי און יעדע זייט איז גערעכט און יעדער דארף טוען ווי זיין טאטע און זיינע זיידעס האבן געטון.

עמקן האט געשריבן:אין סוכה (מו:) שטייט אז די הלכה איז אז מען דארף שלאפן;
אבער אין ספר הפרדס פון תלמידי רש"י , מחזור ויטרי (סימן שפד); ראבי"ה (ח"ב לולב סימן תרצה); עץ חיים (עמוד שנב); אורחות חיים סוכה (אות מ); מהר"ם מרוטנבערג בתשב"ץ קטן (נוסחת הב"י סימן קמ); מנהגי מהרי"ל לולב (אות ו).


אינטערעסאנט אז די אלע זענען זיכער די מקור פארוואס מען עסט נישט אין סוכה שמע״צ אבער די רמ״א און תניא וכו׳ זענען זיכער נישט די סיבה פארן נישט שלאפן. איי געס דו ביסט דער וואס האט באקומען רעכט אפצומאכן וואס איז ״אנגענומען״ און וואס איז נישט און ווי מנהג עוקר הלכה און ווי נישט. :roll:

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:23 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:עס ווערט בלויז מוצדק דורך אחרונים

עמקן האט געשריבן:אין סוכה (מו:) שטייט אז די הלכה איז אז מען דארף שלאפן;
אבער אין ספר הפרדס פון תלמידי רש"י , מחזור ויטרי (סימן שפד); ראבי"ה (ח"ב לולב סימן תרצה); עץ חיים (עמוד שנב); אורחות חיים סוכה (אות מ); מהר"ם מרוטנבערג בתשב"ץ קטן (נוסחת הב"י סימן קמ); מנהגי מהרי"ל לולב (אות ו).


אינטערעסאנט אז די אלע זענען זיכער די מקור פארוואס מען עסט נישט אין סוכה שמע״צ אבער די רמ״א און תניא וכו׳ זענען זיכער נישט די סיבה פארן נישט שלאפן. איי געס דו ביסט דער וואס האט באקומען רעכט אפצומאכן וואס איז ״אנגענומען״ און וואס איז נישט און ווי מנהג עוקר הלכה און ווי נישט. :roll:

ס'ווערט מוצדק און אלע מיינע דערמאנטע מקורות;

און דאס וואס איך האב געזאגט אז נישט די רמ"א איז די טעם, האב איך מיך באזירט אויפן תכלית האשכול פארוואס אסאך יודען שלאפן נישט אין קיין סוכה, און האבן ניעט קיין שום ידיעה פון דעם רמ"א. בין איך נייגעריג וואס די עולם זאגט פאקטיש.
[נ.ב. באט יואב! איי לאוו יאו!!! ביסט אזיסע תלמיד חכם!].

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:30 am

ווייל כידוע ווייסן די אלע יודן וואס עסן נישט אין די סוכה שמע״צ פונעם ספר הפרדס לרש״י. שמד״ה

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:47 am

יואב בן צרויה האט געשריבן:ווייל כידוע ווייסן די אלע יודן וואס עסן נישט אין די סוכה שמע״צ פונעם ספר הפרדס לרש״י. שמד״ה

יואב ס'צוויי זאכן 1. דעם אלטן מנהג. און נאכדעם בין איך סתם נייגעריג מיט וואס מענטשען פארענטפערן זייער קלות.

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:48 am

עמקן האט געשריבן:למשל אין ברך משה געגנט וואס שמעקט געפירליך פון עיס פארעם, מהו? וואסע די דין?


אויב צעשפילט זיך געהעריג די ארטיגע געמיש פון ריחות (טשיקנס/סוער/עיס-פארם) איז דעמאלס בכלל א שאלה וועגן מאכן ברכות ביי די סעודות וכו'

דארף מען טאקע מתפלל זיין אז ס'זאל זיך נישט צעשפילן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:52 am

פלאחותיך האט געשריבן:
עמקן האט געשריבן:למשל אין ברך משה געגנט וואס שמעקט געפירליך פון עיס פארעם, מהו? וואסע די דין?


אויב צעשפילט זיך געהעריג די ארטיגע געמיש פון ריחות (טשיקנס/סוער/עיס-פארם) איז דעמאלס בכלל א שאלה וועגן מאכן ברכות ביי די סעודות וכו'

טשיקנס - יו"ט איז די בית השחיטה פארמאכט.
סוער - אין ברך משה שמעקט נישט.
עיספארם; דער אמת איז - לויט ווי איך שאטץ - קומט פון באשפריצן די פעלדער מיט צואה. דאכציך גראדע יעצט אז שבת און יו"ט שמעקט נישט! (אבער סמאכט נישט קיין סענטס פארוואס נישט).

און דער רמ"א זאגט דאך אז מען בויעט א סוכה במקום ריח איז מען נישט יוצא אפילו בדיעבד.
זאל רבי יואל קאהן דער דיין דארט עפעס אויסארבערטן...

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 2:26 am

עמקן האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:ווייל כידוע ווייסן די אלע יודן וואס עסן נישט אין די סוכה שמע״צ פונעם ספר הפרדס לרש״י. שמד״ה

יואב. . .איך [בין] סתם נייגעריג מיט וואס מענטשען פארענטפערן זייער קלות.


ואני אומר אז דו ביסט א פשוטע טרול וואס זוכט צו קנאקען תגובות און פארדרייען א קאפ. והא ראיה, דעם ספר הפרדס לרש"י אויף שמיני עצרת האסטו געקענט ארויסשאקלען פון די ארבל, אבער א בפירושע רמ"א האסטו נישט געוואלט זעהן ביז מען האט עס דיר געלייגט פארנט פון די אויגן ברבים און אפי' דאן זיך מתחמק געווען בפטפוטי דברים.

ועוד, ואועוד קא סמיכנא, די פאלגענדע תגובה איז פשוט חוזק געמאכט פונעם עולם, 'פעיק ניוז', ליגנט, אין איר פולן באדייט ספעציעל ווען מ'ליינט עס מיטן לעצטן שורה:
עמקן האט געשריבן:אין סוכה (מו:) שטייט אז די הלכה איז אז מען דארף שלאפן;
אבער אין ספר הפרדס פון תלמידי רש"י (עמוד רמ) שרייבט ער אז ס'דא ראשונים וואס פירן זיך צו עסן אויך אינדרויסן; און אזוי אויך ברענגען דעם מנהג: מחזור ויטרי (סימן שפד); ראבי"ה (ח"ב לולב סימן תרצה); עץ חיים (עמוד שנב); אורחות חיים סוכה (אות מ); מהר"ם מרוטנבערג בתשב"ץ קטן (נוסחת הב"י סימן קמ); מנהגי מהרי"ל לולב (אות ו). און אזוי ווייטער און די אחרונים.
אין אלע דערמאנטע מקורות זענען מיישב מיט פארשידענע וועגן דעם מנהג אז עס זאל שטימען מיט די הלכה.


א) צוערשט די ספר הפרדס: ער ברענגט אז רש"י איז יא געזיצן אין סוכה סיי ביינאכט און סיי ביום וכן עשה רבינו יעקב בן ר"י הלוי נ"ע. זאגט ער אבער אז ר' יעקב'ס ברודער האבן אנדערש געטון און ביינאכט פלעגן זיי נישט עסן אין סוכה אבער צופרי יא צוליב א ירושלמי. האט ער געפרעגט ר' יעקב וואס זיין טאטע פלעגט טון און ר' יעקב האט געזאגט אז אנהייב האט זיין טאטע געטון ווי די ברודער, אבער לעת זקנתו האט ער מסופק געווען און געוויסע יארן אויך געגעסן ביינאכט, הן ולאו ורפיה בידיה. לייגט ער צו א ר' אלכסנדרי וועלכע איז גאר מעיד אז לעת זקנתו האט ר' יצחק גאר צוריקגעצויגן ווען רש"י און אנדערע האבן אים געזאגט.

קיין איין ווארט וועגן א לימוד זכות אויפן מנהג מכלל נישט צו עסן און גאר א מעשה רב אפילו קעגן די וואס פירן זיך נישט צו עסן נאר ביום. די ירושלמי ווערט נישט דארט אויסגעשמועסט, וראה להלן.

ב) דער מחזור ויטרי ברענגט די טרוקענע הלכה און דערנאך ברענגט ער א ר' יוסי מקינון וואס האט נישט געגעסן ביינאכט. ווייטער נישט קיין לימוד זכות אדער ישוב.

ג) דער ראבי"ה באציט זיך צו די תשובה אינעם פרדס וועלכע זאגט אז די וואס האבן נישט געגעסן ביינאכט האבן זיך סומך געווען אויף א ירושלמי און באכעט אריין אין דעם ראיה אז ס'הייבט זיך נישט אן און ענדיגט "והגאון שאכל בביתו בשמיני אין לו שום סמך מהירושלמי."

פיינער ישוב אויפן מנהג, הא?

ד) אורחות חיים: ואין טעם לדבריהם והר"ם נ"ע היה אוכל לילה ויום בתוך הסוכה אף אם אירע שמיני עצרת בשבת אוכל סעודה שלישית בסוכה.

אתמהה!

ה) תשב"ץ קטן באשטעטיגט גאר דעם אורחות חיים'ס עדות אויפן מהר"ם רוטונבורג! ביי מיר איז עס סימן קמ"ז און ממש ווארט ביי ווארט ווי די אורחות חיים.

ו) מהרי"ל, ברענגט פון מהר"י סגל אז מען זאל נישט שלאפן וואס איז ווי געשריבן אן אנגענומענע הלכה ביי אסאך פוסקים, אבער שרייבט קלאר אז אפי' שלש סעודות זאל מען עסן אין סוכה גענוי ווי די מהר"ם רוטונבורג.

די עץ חיים האב איך אויסגעלאזט ווייל איך ווייס נישט וועם דו מיינסט.

some guts אזאנס אהערצושטעלן ברבים און מיט א בלכענע פנים. עס צייגט פשוט און קלאר ווי נישט ערנסט און טרוליש דו און די גאנצע כוונה פון דעם אשכול איז.

מיין פוינט איז אז אפי' די אלע פוסקים וואס דו האסט דארט געברענגט זאגן למעשה פארקערט ווי די מנהג אין סאטמאר און אין אנדערע מקומות אז מען עסט נישט אין סוכה (אפשר קידוש צופרי) שמע"צ דארף זיך קיינער אין סאטמאר נישט שרעקן און/אדער ווילד ווערן ווען איינער צייגט אים עס. אונז זעמיר נישט קיין גרים, אונז האבן עלטערן און זיי האבן אונז אויסגעטרויטן די וועג. און די זעלבע איז ריכטיג פאר די וואס שלאפן נישט נאך די חתונה אין סוכה.

ובזה סיימתי פה בל"נ.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 7:31 am

יואב זאגסט זייער ריכטיג, די אלע ענינים איז שוין במשך די דורות געווארן אויסגעקוועטשט צו די מאקסימום און קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז ער גייט טרעפן עפעס מוראדיגע חידושים,

מ'מעג און מ'זאל רעדן דערפון, אבער כנ"ל אין בו שום חידוש.
זוכט איר דוי?

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 10:30 am

יואב זאגט גוט, אבער די ענין פון נישט עסן שמע"צ איז קיין פארגלייך צו נישט שלאפן אין די סוכה כל שבעה, נישט עסען שמע"צ בסוכה האט זיך איבערגעקערט די וועלט - און דאס איז איינע פון די גרעסטע מחלוקות פון חסידים און מתנגדים, ס'געווען א קפידא (מכמה טעמים) נישט צו עסען אין די סוכה. און ביי "רוב" חסידים איז אנגענומען אז מ'עסט נישט.

משא"כ נישט שלאפן אין די סוכה, לא שמענו אז ס'זאל ארויסגעקומען ספרים און בירורים אז מ'זאל דווקא נישט שלאפן, ס'איז מער א "בדיעבד" זאך ביי א א גרויס חלק פונעם עולם. [חוץ ביי די געוויסע חסידות'ער, אבער נישט על אלו אנו דנים).
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 10:50 am

נא_שכל האט געשריבן:יואב זאגט גוט, אבער די ענין פון נישט עסן שמע"צ איז קיין פארגלייך צו נישט שלאפן אין די סוכה כל שבעה, נישט עסען שמע"צ בסוכה האט זיך איבערגעקערט די וועלט - און דאס איז איינע פון די גרעסטע מחלוקות פון חסידים און מתנגדים, ס'געווען א קפידא (מכמה טעמים) נישט צו עסען אין די סוכה. און ביי "רוב" חסידים איז אנגענומען אז מ'עסט נישט.

משא"כ נישט שלאפן אין די סוכה, לא שמענו אז ס'זאל ארויסגעקומען ספרים און בירורים אז מ'זאל דווקא נישט שלאפן, ס'איז מער א "בדיעבד" זאך ביי א א גרויס חלק פונעם עולם. [חוץ ביי די געוויסע חסידות'ער, אבער נישט על אלו אנו דנים).


וואו איז דאס דערמאנט אין די ספרי פולמוס צווישן חסידים און מתנגדים?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:18 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
עמקן האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:ווייל כידוע ווייסן די אלע יודן וואס עסן נישט אין די סוכה שמע״צ פונעם ספר הפרדס לרש״י. שמד״ה

יואב. . .איך [בין] סתם נייגעריג מיט וואס מענטשען פארענטפערן זייער קלות.


ואני אומר אז דו ביסט א פשוטע טרול וואס זוכט צו קנאקען תגובות און פארדרייען א קאפ. והא ראיה, דעם ספר הפרדס לרש"י אויף שמיני עצרת האסטו געקענט ארויסשאקלען פון די ארבל, אבער א בפירושע רמ"א האסטו נישט געוואלט זעהן ביז מען האט עס דיר געלייגט פארנט פון די אויגן ברבים און אפי' דאן זיך מתחמק געווען בפטפוטי דברים.

ועוד, ואועוד קא סמיכנא, די פאלגענדע תגובה איז פשוט חוזק געמאכט פונעם עולם, 'פעיק ניוז', ליגנט, אין איר פולן באדייט ספעציעל ווען מ'ליינט עס מיטן לעצטן שורה:
עמקן האט געשריבן:אין סוכה (מו:) שטייט אז די הלכה איז אז מען דארף שלאפן;
אבער אין ספר הפרדס פון תלמידי רש"י (עמוד רמ) שרייבט ער אז ס'דא ראשונים וואס פירן זיך צו עסן אויך אינדרויסן; און אזוי אויך ברענגען דעם מנהג: מחזור ויטרי (סימן שפד); ראבי"ה (ח"ב לולב סימן תרצה); עץ חיים (עמוד שנב); אורחות חיים סוכה (אות מ); מהר"ם מרוטנבערג בתשב"ץ קטן (נוסחת הב"י סימן קמ); מנהגי מהרי"ל לולב (אות ו). און אזוי ווייטער און די אחרונים.
אין אלע דערמאנטע מקורות זענען מיישב מיט פארשידענע וועגן דעם מנהג אז עס זאל שטימען מיט די הלכה.


א) צוערשט די ספר הפרדס: ער ברענגט אז רש"י איז יא געזיצן אין סוכה סיי ביינאכט און סיי ביום וכן עשה רבינו יעקב בן ר"י הלוי נ"ע. זאגט ער אבער אז ר' יעקב'ס ברודער האבן אנדערש געטון און ביינאכט פלעגן זיי נישט עסן אין סוכה אבער צופרי יא צוליב א ירושלמי. האט ער געפרעגט ר' יעקב וואס זיין טאטע פלעגט טון און ר' יעקב האט געזאגט אז אנהייב האט זיין טאטע געטון ווי די ברודער, אבער לעת זקנתו האט ער מסופק געווען און געוויסע יארן אויך געגעסן ביינאכט, הן ולאו ורפיה בידיה. לייגט ער צו א ר' אלכסנדרי וועלכע איז גאר מעיד אז לעת זקנתו האט ר' יצחק גאר צוריקגעצויגן ווען רש"י און אנדערע האבן אים געזאגט.

קיין איין ווארט וועגן א לימוד זכות אויפן מנהג מכלל נישט צו עסן און גאר א מעשה רב אפילו קעגן די וואס פירן זיך נישט צו עסן נאר ביום. די ירושלמי ווערט נישט דארט אויסגעשמועסט, וראה להלן.

ב) דער מחזור ויטרי ברענגט די טרוקענע הלכה און דערנאך ברענגט ער א ר' יוסי מקינון וואס האט נישט געגעסן ביינאכט. ווייטער נישט קיין לימוד זכות אדער ישוב.

ג) דער ראבי"ה באציט זיך צו די תשובה אינעם פרדס וועלכע זאגט אז די וואס האבן נישט געגעסן ביינאכט האבן זיך סומך געווען אויף א ירושלמי און באכעט אריין אין דעם ראיה אז ס'הייבט זיך נישט אן און ענדיגט "והגאון שאכל בביתו בשמיני אין לו שום סמך מהירושלמי."

פיינער ישוב אויפן מנהג, הא?

ד) אורחות חיים: ואין טעם לדבריהם והר"ם נ"ע היה אוכל לילה ויום בתוך הסוכה אף אם אירע שמיני עצרת בשבת אוכל סעודה שלישית בסוכה.

אתמהה!

ה) תשב"ץ קטן באשטעטיגט גאר דעם אורחות חיים'ס עדות אויפן מהר"ם רוטונבורג! ביי מיר איז עס סימן קמ"ז און ממש ווארט ביי ווארט ווי די אורחות חיים.

ו) מהרי"ל, ברענגט פון מהר"י סגל אז מען זאל נישט שלאפן וואס איז ווי געשריבן אן אנגענומענע הלכה ביי אסאך פוסקים, אבער שרייבט קלאר אז אפי' שלש סעודות זאל מען עסן אין סוכה גענוי ווי די מהר"ם רוטונבורג.

די עץ חיים האב איך אויסגעלאזט ווייל איך ווייס נישט וועם דו מיינסט.

some guts אזאנס אהערצושטעלן ברבים און מיט א בלכענע פנים. עס צייגט פשוט און קלאר ווי נישט ערנסט און טרוליש דו און די גאנצע כוונה פון דעם אשכול איז.

מיין פוינט איז אז אפי' די אלע פוסקים וואס דו האסט דארט געברענגט זאגן למעשה פארקערט ווי די מנהג אין סאטמאר און אין אנדערע מקומות אז מען עסט נישט אין סוכה (אפשר קידוש צופרי) שמע"צ דארף זיך קיינער אין סאטמאר נישט שרעקן און/אדער ווילד ווערן ווען איינער צייגט אים עס. אונז זעמיר נישט קיין גרים, אונז האבן עלטערן און זיי האבן אונז אויסגעטרויטן די וועג. און די זעלבע איז ריכטיג פאר די וואס שלאפן נישט נאך די חתונה אין סוכה.

ובזה סיימתי פה בל"נ.

אלע דערמאנטע מקורות ברענגען צו דעם ירושלמי, אז די מנהג איז ווי דעם ירושלמי; און דאס איז דער יישוב!
נאר דער אמת איז אז איך האב אויסגעלאזט אפאר מקורות: ספר המנהגים לרבינו אייזיק טירנא (עמוד קלז) ע"פ מדרש תנחומא פנחס (סימן טו);
ספר יחוסי תנאים ואמוראים לרבו של הרוקח (עמוד שכח) שרייבט אז דאס וואס די גמרא זאגט אז די הלכה איז אז מען דארף אין די סוכה שמיני עצרת, איז נישט פון די אמוראים, איז א צוגעלייגטע שטיקל פון די גאונים;
רבינו פרץ עירובין (צו.) אז אויס ס'נישט באקוועם איז עס אסור משום בל תוסיף, ועיין קרבן נתנאל סוכה פ"ד סימן ה סק"ו, ועי' משיב צדק (אות י);
בית יוסף או"ח (סימן תרסח) אז די גמרא רעדט נאר פון צופרי;
לעצט פאראכטן דורך עמקן אום דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:09 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 12:32 pm

יואב בן צרויה האט געשריבן:
עמקן האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:ווייל כידוע ווייסן די אלע יודן וואס עסן נישט אין די סוכה שמע״צ פונעם ספר הפרדס לרש״י. שמד״ה

יואב. . .איך [בין] סתם נייגעריג מיט וואס מענטשען פארענטפערן זייער קלות.


ואני אומר אז דו ביסט א פשוטע טרול וואס זוכט צו קנאקען תגובות און פארדרייען א קאפ. והא ראיה, דעם ספר הפרדס לרש"י אויף שמיני עצרת האסטו געקענט ארויסשאקלען פון די ארבל, אבער א בפירושע רמ"א האסטו נישט געוואלט זעהן ביז מען האט עס דיר געלייגט פארנט פון די אויגן ברבים און אפי' דאן זיך מתחמק געווען בפטפוטי דברים.

some guts אזאנס אהערצושטעלן ברבים און מיט א בלכענע פנים. עס צייגט פשוט און קלאר ווי נישט ערנסט און טרוליש דו און די גאנצע כוונה פון דעם אשכול איז.

איך האב יעצט באמערקט די קריטיג! (ווייל איך האב גלייך צוגעלאפן צו זעהן וואס האסט געשריבן אין לערנען)!
איך פארשטיי נישט פארוואס דו רעגסטיך אויף מיר?! איך האב דיר מצער געוועהן צו וואס? אויב יא זאג מיר מיט וואס? אז מען האלט אנדערש ווי דיר בין איך שוין א טרול?! ווי איז מדות?! דעס איז אויך נאר א "רבי צדוק"....
רבי חיים ויטל שרייבט אז מדות איז פאר די תורה!!!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 3:19 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:יואב זאגט גוט, אבער די ענין פון נישט עסן שמע"צ איז קיין פארגלייך צו נישט שלאפן אין די סוכה כל שבעה, נישט עסען שמע"צ בסוכה האט זיך איבערגעקערט די וועלט - און דאס איז איינע פון די גרעסטע מחלוקות פון חסידים און מתנגדים, ס'געווען א קפידא (מכמה טעמים) נישט צו עסען אין די סוכה. און ביי "רוב" חסידים איז אנגענומען אז מ'עסט נישט.

משא"כ נישט שלאפן אין די סוכה, לא שמענו אז ס'זאל ארויסגעקומען ספרים און בירורים אז מ'זאל דווקא נישט שלאפן, ס'איז מער א "בדיעבד" זאך ביי א א גרויס חלק פונעם עולם. [חוץ ביי די געוויסע חסידות'ער, אבער נישט על אלו אנו דנים).


וואו איז דאס דערמאנט אין די ספרי פולמוס צווישן חסידים און מתנגדים?

ס'דא אסאך, כ'האב נישט יעצט קיין צייט, כ'לייג צו פונעם הערליכן ספר הלכות והליכות בחסידות פון ר' אהרן ווערטהיים איבער די ענין.



ווי אויך איז דא א גאנצע ספר פון רבי צדוק הכהן זצ"ל - ספר "משיב צדק" וואס איז איבער די נושא.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

אכילה בסוכה בשמיני עצרת

תגובהדורך עמקן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:06 pm

און יעצט וועל איך מציין זיין אלע אחרונים וואס זענען מיישב דעם מנהג אזויווי די רבינו פרץ:
שו"ת מנחת אלעזר (ח"ד סימן לא) האט א תשובה איבער דעם און ער ברענגט גדולים וואס האבן זיך אזוי געפירט און מיישב;
שו"ת דברי יעקב (סימן עו). נאר ער איז מסיים אז ער שרייבט דאס נאר אלטס לימוד זכות;
שו"ת תורת יקותיאל תנינא (סימן צח);
ערוך השלחן (סימן תרסח סק"ה) יש טעם כעיקר במנהגם משל ישראל וכל הדברים אמת וכו'...מען זאל נישט שלאפן אין סוכה;
ליקוטי מהרי"ח (ח"ג עמוד קו);

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:15 pm

הרב עמקן,
ביטע פארקירעווען צוריק דעם נושא צו שלאפן אין די סוכה גאנץ יו"ט..
פון אייערע תגובות דא זעהט שוין באלד אויס כאילו אז די אידן וועלכע שלאפן יא אין די סוכה א גאנץ יו"ט זענען כמעט עובר אויף בל תוסיף.........

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:16 pm

זבחי צדק האט געשריבן:הרב עמקן,
ביטע פארקירעווען צוריק דעם נושא צו שלאפן אין די סוכה גאנץ יו"ט..
פון אייערע תגובות דא זעהט שוין באלד אויס אז די אידן וועלכע שלאפן יא אין די סוכה א גאנץ יו"ט זענען כמעט עובר אויף בל תוסיף.........

גערעכט! פשוט יואב רודפ'ט!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:07 pm

נא_שכל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:יואב זאגט גוט, אבער די ענין פון נישט עסן שמע"צ איז קיין פארגלייך צו נישט שלאפן אין די סוכה כל שבעה, נישט עסען שמע"צ בסוכה האט זיך איבערגעקערט די וועלט - און דאס איז איינע פון די גרעסטע מחלוקות פון חסידים און מתנגדים, ס'געווען א קפידא (מכמה טעמים) נישט צו עסען אין די סוכה. און ביי "רוב" חסידים איז אנגענומען אז מ'עסט נישט.

משא"כ נישט שלאפן אין די סוכה, לא שמענו אז ס'זאל ארויסגעקומען ספרים און בירורים אז מ'זאל דווקא נישט שלאפן, ס'איז מער א "בדיעבד" זאך ביי א א גרויס חלק פונעם עולם. [חוץ ביי די געוויסע חסידות'ער, אבער נישט על אלו אנו דנים).


וואו איז דאס דערמאנט אין די ספרי פולמוס צווישן חסידים און מתנגדים?

ס'דא אסאך, כ'האב נישט יעצט קיין צייט, כ'לייג צו פונעם הערליכן ספר הלכות והליכות בחסידות פון ר' אהרן ווערטהיים איבער די ענין.

הלכות והליכות בחסידות ורטהיים, אהרן .pdf


ווי אויך איז דא א גאנצע ספר פון רבי צדוק הכהן זצ"ל - ספר "משיב צדק" וואס איז איבער די נושא.

פון דעם בעש"ט/מעזריטשער מגיד און דער מנהג הגר"א האב איך געוואוסט. אבער דוכט זיך אז אין די חרמים, בריוו און פאשקווילן אקעגן חסידים פארנעמט עס נישט קיין ארט, כמדומה אז עס ווערט אפילו נישט דערמאנט. דער גר"א האט מחמיר ג'ווען איין יאר צו שלאפן אפילו עס האט ג'רעגנט און געווען גאר קאלט, ווייל "רבים מקילים". איך בין גארנישט זיכער אז ער האט געמיינט לאפוקי פון חסידים, ווי דער ורטהיים וויל טענה'ן. יותר מסתבר אז אין ווילנא האט מען מקיל געווען אזוי ווי אין ניו יארק.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:14 pm

ס'איז א דבר ידוע, כ'האב נישט געוואוסט אז מ'דארף עס "פראווען".

די אויבערלענדישע - אשכנזי'שע אידן פלעגן אויך מקפיד זיין צו עסען שמ"ע אין די סוכה. פרעגט זיך נאך ביי אפאר אלטע אידן פונדערהיים. משא"כ די חסידים.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19735
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:40 pm

די אונגארישע חסידים האבן אויך געגעסן אין די סוכה שמיני עצרת.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

עמקן
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 22, 2016 4:01 pm

תגובהדורך עמקן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:46 pm

יעצט געהערט אז שארמעשער רב און פאיע רב עסן אין סוכה שמיני עצרת

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:50 pm

נא_שכל האט געשריבן:ס'איז א דבר ידוע, כ'האב נישט געוואוסט אז מ'דארף עס "פראווען".

די אויבערלענדישע - אשכנזי'שע אידן פלעגן אויך מקפיד זיין צו עסען שמ"ע אין די סוכה. פרעגט זיך נאך ביי אפאר אלטע אידן פונדערהיים. משא"כ די חסידים.

דער מגן אברהם ודעמי' ברענגען שוין דער מנהג פון עסן בלויז א האלבע סעודה און נאר בייטאג. ככל הנראה איז דאס געווען א גרויסער מנהג להקל.
געדענק אויך אז פארצייטענס האט נישט יעדער ג'האט אן אייגענע סוכה, איז אויטאמאטיש געווען א קולא פון מצטער, ממילא ביום שמיני עצרת האט מען נאכמער מקיל געווען. בקיצור, איך מיין אז עס איז געווען מער א וועלט-קולא וועלכע די אחרונים האבן פרובירט מחמיר צו זיין ובתוכם הגר"א, אבער חסידים זענען געבליבן מיט די אלטע קולא. (כמעט אזוי ווי שלאפן אין די סוכה, וכמו שאמר האדמור מחב"ד)
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 5:52 pm

עמקן האט געשריבן:יעצט געהערט אז שארמעשער רב און פאיע רב עסן אין סוכה שמיני עצרת

פאראן אסאך חסידים און בנש"קים וועלכע עסן שמ"ע ביינאכט אין די סוכה כפי מסורת אבותיהם, פרעג זיך נאך

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:02 pm

farshlufen האט געשריבן:די אונגארישע חסידים האבן אויך געגעסן אין די סוכה שמיני עצרת.

סיגוט?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2647
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 6:15 pm

דער ערוך השולחן, כאטש ער איז נישט געווען א גרויסער מתנגד אבער ווייט פון א חסיד איז ער נאכאלץ געווען. קוקט וואס ער שרייבט:
ערוך השולחן אורח חיים סימן תרס"ח סעיף ג - ה
ומטעם זה נהגו לצאת מיד מהסוכה אחר סעודת שחרית [שם] ויש שבלילה אין יושבין וביום יושבין [שם] ואין זה מנהג [טור] ויש שעושין קידוש וטועמין בסוכה והולכין לבית לאכול והנה על כל אלה הדברים כבר צווחו כמה גדולים דאין לעשות כן דכיון דבגמ' נפסקה ההלכה שיושבין בשמיני עצרת בסוכה א"כ צריכין לישב כל הלילה וכל היום וגם צריכין לישן בסוכה ובלי שום הבדל מכל החג:
האמנם לענ"ד יש טעם כעיקר במנהגן של ישראל וכל הדברים אמת רק שצריך ביאור דהנה אמת שבגמ' נפסקה ההלכה דמיתב יתבינן אבל רבותינו בעלי התוס' כתבו שם [ד"ה מיתב] וז"ל מיתב יתבינן בלולב לא רצו לתקן שיטלו הלולב מפני הספק לפי שהוא יום טוב ומוקצה לטלטול ומינכרא למילתיה שנוהג בו מנהג חול אבל סוכה פעמים שסוכתו עריבה עליו אוכל בה אפילו ביום טוב עכ"ל וכ"כ הטור וז"ל ולא שייך בישיבתו בה לומר היאך נעשנו חול שכך דרך לפעמים לישב בצל סוכה אפילו שלא לשם מצות סוכה עכ"ל הרי מפורש דעיקר ההיתר הוא מפני שאינו ניכר שיושב בה לשם מצוה אבל אם היה ניכר שעושה רק לשם מצוה לא היה נכון לישב בה:
ולפ"ז א"ש הכל דוודאי במדינות החמים כמו בבבל ובמדינות המערביות והדרומיות דבסוכות האויר ממוזג וטוב וודאי דחייבים לאכול ולישן בשמיני עצרת כמו בכל החג אבל במדינות הצפוניות כשלנו דע"פ הרוב הזמן הוא קר אך אם אנו נפטור עצמינו בכל חג הסוכות מטעם קרירות בטלה מאתנו מצות סוכה ובע"כ אנו צריכים לישב ולישן בכל חג הסוכות ובאמת משינה רובם פוטרים עצמם מטעם זה כמ"ש בסי' תרל"ט מיהו בשמיני עצרת שצוו חכמים עלינו לישב בה ובאופן שלא יהא ניכר שהיא לשם מצוה וזהו דבר שא"א כמעט במדינות שלנו ולכן חלילה לנו לבטל תקנת חכמים אבל מ"מ בהכרח לעשות איזה היכר שהיא שלא לשם מצוה והיינו דמי שישן בסוכה כל ימי החג לא יישן בשמיני עצרת ומי שאינו ישן בסוכה דהשתא לא הוי זה היכר בהכרח לעשות איזה היכר אחר והיינו או שלא לאכול בלילה או לאכול מקצת סעודה ביום חוץ לסוכה אך שני הדרכים האלה פגומים הם לכך ההיכר הטוב הוא לצאת מיד לאחר הסעודה של שחרית מן הסוכה להראות שאין אנו עושים זה לשם מצוה וזה כל דברי המנהגים קיימים [כנלע"ד]:
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 8:49 pm

יעצט געזעהן דיזע אשכול,

צום קעפל.
כ'האב נישט קיין אנונג וואס דער אינגערמאן וויל!

אין מיין דמיון ליגט אז רוב העולם (מיין רוב העולם באשטייט פון סאטמאר וומסב"ג... :smile: ) שלאפט יא אין די סוכה!!!
מיין פאטער, זיידע, שווער, שוואגערס, שכנים, חברים, שלאפן אלע אין די סוכה, אין די קעלט צו אין די היצן,
א חוץ ווען ס'איז באמת שווער.

אגב ס'איז דא חסידותער וואו מ'שלאפט נישט אין סוכה, דאכצעך מיר אז אין ליובאוויטש שלאפט מען נישט.
ודו"ק וטישטעך
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 19 געסט