"פארוואס שלאפט נישט טאטי אין א סוכה"?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:37 pm

איך וויל - בעיקר - ארויסדרינגען אז עס איז גאר מעגליך אז ווען מיר וואלטן גערעדט מיט איינער פון די צדיקים אדער ברודער פון די צדיקים פון די פארשידנע פלעצער וואו כלומר'ש איז מען נישט געשלאפן וואלטן מיר אויך געהערט בערך אזא סארט אנטווארט.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 1:51 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

צווילע בירגער
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:08 pm

תגובהדורך צווילע בירגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 4:41 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.

i think פארוואס די חסידישע פרויען שלאפן נישט אין די סוכה איז וועגן פשוט זיי האלטן נישט דערביי... זיי זענען נישט אויפגעוואקסן מיט אזא הערצה צו א הלכה. ווי די ליטווישע פרויען

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:22 pm

צום קעפל:

טאטי שלאפט יא ב"ה. אזויווי זיידי.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 5:59 pm

פאראויס האט געשריבן:צום קעפל:

טאטי שלאפט יא ב"ה. אזויווי זיידי.

און וואס טוטזעך מיטן אייניקל? שלאפט ער אויך אין די סוכה אזוי?
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

waterbury
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:42 pm

תגובהדורך waterbury » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 6:29 pm

צווילע בירגער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.

i think פארוואס די חסידישע פרויען שלאפן נישט אין די סוכה איז וועגן פשוט זיי האלטן נישט דערביי... זיי זענען נישט אויפגעוואקסן מיט אזא הערצה צו א הלכה. ווי די ליטווישע פרויען

פרויען זענען פטור פון סוכה מעיקר הדין

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:12 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:מעגליך..... די חסידים אדאפטירן די רבי'ס מנהגים אפילו סאיז נאר א טעות,
כידוע די מעשה מיטן סרטרעליסקער צדיק מיטן לאך אינעם טלית (סאטמאר רבי זי"ע האט עס אמאל גענוצט פאר א דוגמא ווען ער האט פארגעסן צו מאכען קידוש מיטן שטריימעל)
פינקט ווי די שטיוול וואס סקווירא חסידים גייען שבת ווייל אין רוסלאנד איז געווען גאר קאלט איז דאס שוין פארבליבן א מנהג קודש
אוודאי קען מען נישט פארגלייכן צו אויסרייסען א הלכה אין שו"ע צו א פלעינע מנהג, איך זאג נאר לויט די פערספעקטיוו פון חסידות...

גראדע קומט די שטיוול אין סקווירא נישט פון די קעלט, והראי' אז נאר דער רבי און זיינע קינדער זענען אזוי געגאנגען ביז נישט לאנג צוריק, וכן אז קיין שום 'אנדערע רוסישע חסידות איז נישט געגאנגען אזוי. די שטיוול קומט פון דעם וואס הרה''ק ר' איציקל מסקווירא איז געווען אן איידעם ביי *(כ'ווייס נישט וואו), און דארט איז מען געגאנגען ווייסע זאקן. האט ער אבער נישט געוואלט גיין ווייסע זאקן ווען זיין עלטערער ברודער (כ'געדענק נישט וועלכע) איז נישט געגאנגען, האט ער אנגעטון שטיוול צו פארדעקן די ווייסע זאקן. וכן נוהג האדמו''ר מסקווירא שליט''א, אז ער גייט ארויפגעצויגענע ווייסע זאקן און אויף דעם שטיוול.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:15 pm

waterbury האט געשריבן:
צווילע בירגער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.

i think פארוואס די חסידישע פרויען שלאפן נישט אין די סוכה איז וועגן פשוט זיי האלטן נישט דערביי... זיי זענען נישט אויפגעוואקסן מיט אזא הערצה צו א הלכה. ווי די ליטווישע פרויען

פרויען זענען פטור פון סוכה מעיקר הדין

און אין צאנז האט מען מקפיד געווען אז פרויען זאלן נישט עסן אין די סוכה (וכן שאקלען לולב און אלע מעשה''ג פון וואס זיי זענען פטור). אולי האט מען טאקע אין צאנז נישט געהאט אזא הערצה צו א הלכה.
Innocent until proven Republican

waterbury
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 2:42 pm

תגובהדורך waterbury » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:21 pm

Think and Thank האט געשריבן:
waterbury האט געשריבן:
צווילע בירגער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.

i think פארוואס די חסידישע פרויען שלאפן נישט אין די סוכה איז וועגן פשוט זיי האלטן נישט דערביי... זיי זענען נישט אויפגעוואקסן מיט אזא הערצה צו א הלכה. ווי די ליטווישע פרויען

פרויען זענען פטור פון סוכה מעיקר הדין

און אין צאנז האט מען מקפיד געווען אז פרויען זאלן נישט עסן אין די סוכה (וכן שאקלען לולב און אלע מעשה''ג פון וואס זיי זענען פטור). אולי האט מען טאקע אין צאנז נישט געהאט אזא הערצה צו א הלכה.

ביטע נישט מישן
פרויען זענען פטור מן הסוכה לכל הדיעות
די וועלכע שלאפן מיט די ווייבער אין די סוכה, איז אלס תשבו כעין תדורו פאר די מענער, און אויך נאר ביים שלאפן כמובן ווייל אזוי זענען זיי זיך נוהג אין שטוב, משא"כ עסן עסט מען אן די ווייבער, [אויב מען וויל], אבער די פרויען כשלעצמן זענען פטור לכל הדיעות
די צאנזע קפידא איז געווען 'בדוקא נישט' צו עסן אין די סוכה

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:51 pm

Think and Thank האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:מעגליך..... די חסידים אדאפטירן די רבי'ס מנהגים אפילו סאיז נאר א טעות,
כידוע די מעשה מיטן סרטרעליסקער צדיק מיטן לאך אינעם טלית (סאטמאר רבי זי"ע האט עס אמאל גענוצט פאר א דוגמא ווען ער האט פארגעסן צו מאכען קידוש מיטן שטריימעל)
פינקט ווי די שטיוול וואס סקווירא חסידים גייען שבת ווייל אין רוסלאנד איז געווען גאר קאלט איז דאס שוין פארבליבן א מנהג קודש
אוודאי קען מען נישט פארגלייכן צו אויסרייסען א הלכה אין שו"ע צו א פלעינע מנהג, איך זאג נאר לויט די פערספעקטיוו פון חסידות...

גראדע קומט די שטיוול אין סקווירא נישט פון די קעלט, והראי' אז נאר דער רבי און זיינע קינדער זענען אזוי געגאנגען ביז נישט לאנג צוריק, וכן אז קיין שום 'אנדערע רוסישע חסידות איז נישט געגאנגען אזוי. די שטיוול קומט פון דעם וואס הרה''ק ר' איציקל מסקווירא איז געווען אן איידעם ביי *(כ'ווייס נישט וואו), און דארט איז מען געגאנגען ווייסע זאקן. האט ער אבער נישט געוואלט גיין ווייסע זאקן ווען זיין עלטערער ברודער (כ'געדענק נישט וועלכע) איז נישט געגאנגען, האט ער אנגעטון שטיוול צו פארדעקן די ווייסע זאקן. וכן נוהג האדמו''ר מסקווירא שליט''א, אז ער גייט ארויפגעצויגענע ווייסע זאקן און אויף דעם שטיוול.

איידעם אין בעלזא.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 7:53 pm

waterbury האט געשריבן:
Think and Thank האט געשריבן:
waterbury האט געשריבן:
צווילע בירגער האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.

i think פארוואס די חסידישע פרויען שלאפן נישט אין די סוכה איז וועגן פשוט זיי האלטן נישט דערביי... זיי זענען נישט אויפגעוואקסן מיט אזא הערצה צו א הלכה. ווי די ליטווישע פרויען

פרויען זענען פטור פון סוכה מעיקר הדין

און אין צאנז האט מען מקפיד געווען אז פרויען זאלן נישט עסן אין די סוכה (וכן שאקלען לולב און אלע מעשה''ג פון וואס זיי זענען פטור). אולי האט מען טאקע אין צאנז נישט געהאט אזא הערצה צו א הלכה.

ביטע נישט מישן
פרויען זענען פטור מן הסוכה לכל הדיעות
די וועלכע שלאפן מיט די ווייבער אין די סוכה, איז אלס תשבו כעין תדורו פאר די מענער, און אויך נאר ביים שלאפן כמובן ווייל אזוי זענען זיי זיך נוהג אין שטוב, משא"כ עסן עסט מען אן די ווייבער, [אויב מען וויל], אבער די פרויען כשלעצמן זענען פטור לכל הדיעות
די צאנזע קפידא איז געווען 'בדוקא נישט' צו עסן אין די סוכה

שלאפן מיט די פרוי אין סוכה - א בפירוש'ע רמ"א. נישט אלס חיוב פון פרוי נאר צו מאכן כעין תדורו פאר דעם מאן.
למעשה איז עס נישט פראקטיש אריינצוברענגען צוויי בעטן אין א קליינע סוכה, ודי בזה.
אויב דער מאן שלאפט אליינס איז דאס אויסגעהאלטן לויטן רמ"א אויך, נאר ער איז מלמד זכות אויף די וועלכע שלאפן אינדערהיים.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:12 pm

די שמועס דא איז געגאנגען אז צווילע בירגער האט געשריבן אז די סיבה פארוואס די חסיד'ישער פרויען שלאפן נישט אין די סוכה איז מחמת זיי האבן נישט די הערצה צו הלכה וואס די ליטווישע פרויען. האט מען אויפגעברענגט די נקודה אז זיי זענען פטור לכל הידיעות והשיטות - ס'איז א בפירוש'ע גמ', און דעריבער האט עס זילטש מיט זייער הערצה צו הלכות.
Innocent until proven Republican

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2723
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 1:44 am

אגב, פון דא זעט מען ווי ווייט גרויסע מענטשן דארפן נזהר זיין שלא יבואו ללמוד מדרכיהם נגד ההלכה.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 2:15 am

פאראויס האט געשריבן:צום קעפל:

טאטי שלאפט יא ב"ה. אזויווי זיידי.

;l;p-

Of course
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 7:26 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.


ביי חסידים האבן די ווייבער קיינמאל עקזיסטירט.

Of course
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

תגובהדורך Of course » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 7:27 am

Think and Thank האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:מעגליך..... די חסידים אדאפטירן די רבי'ס מנהגים אפילו סאיז נאר א טעות,
כידוע די מעשה מיטן סרטרעליסקער צדיק מיטן לאך אינעם טלית (סאטמאר רבי זי"ע האט עס אמאל גענוצט פאר א דוגמא ווען ער האט פארגעסן צו מאכען קידוש מיטן שטריימעל)
פינקט ווי די שטיוול וואס סקווירא חסידים גייען שבת ווייל אין רוסלאנד איז געווען גאר קאלט איז דאס שוין פארבליבן א מנהג קודש
אוודאי קען מען נישט פארגלייכן צו אויסרייסען א הלכה אין שו"ע צו א פלעינע מנהג, איך זאג נאר לויט די פערספעקטיוו פון חסידות...

גראדע קומט די שטיוול אין סקווירא נישט פון די קעלט, והראי' אז נאר דער רבי און זיינע קינדער זענען אזוי געגאנגען ביז נישט לאנג צוריק, וכן אז קיין שום 'אנדערע רוסישע חסידות איז נישט געגאנגען אזוי. די שטיוול קומט פון דעם וואס הרה''ק ר' איציקל מסקווירא איז געווען אן איידעם ביי *(כ'ווייס נישט וואו), און דארט איז מען געגאנגען ווייסע זאקן. האט ער אבער נישט געוואלט גיין ווייסע זאקן ווען זיין עלטערער ברודער (כ'געדענק נישט וועלכע) איז נישט געגאנגען, האט ער אנגעטון שטיוול צו פארדעקן די ווייסע זאקן. וכן נוהג האדמו''ר מסקווירא שליט''א, אז ער גייט ארויפגעצויגענע ווייסע זאקן און אויף דעם שטיוול.



די ברידער לעבט דאך שוין נישט?

אוועטאר
Think and Thank
שר האלפיים
תגובות: 2519
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 7:34 am

Of course האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.


ביי חסידים האבן די ווייבער קיינמאל עקזיסטירט.

יעפ. די חסידים אין אלע דורות האבן נישט גורס געווען די ווייב. אין סטאלין האט מען געשניטן חלה ביי די סעודה נאר פאר זיך. אין נאדבורנא האט מען געשריגן אויף איר אויב דאס עסן איז נישט געווען גרייט אויף די סעקונדע, און נישט גע'חלומ'ט פון העלפן אראפרוימען. אין ראפשיץ איז העלפן מיט די קינדער געווען א נאו-נאו. דער רבי ר' אלימלך זי"ע האט אפי' מקפיד געווען צו ווארפן די שאלעכץ פון דריי אייער יעדן די רביצין לכל הפחות צוויי מאל. אין וויזניץ איז געווען דער מנהג (וואס שטאמט נאך פון הייליגן ריזשינער זי"ע) אז אונטער די חופה האט דער חתן איר דערלאנגט צוויי געזונטע פעטש, זי זאל האבן צום געדענקען א גאנץ לעבן.


דאס אז פרויען זענען פטור פון סוכה איז אים ניטאמאל פייגעבאלן.
Innocent until proven Republican

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 7:51 am

Think and Thank האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.


ביי חסידים האבן די ווייבער קיינמאל עקזיסטירט.

יעפ. די חסידים אין אלע דורות האבן נישט גורס געווען די ווייב. אין סטאלין האט מען געשניטן חלה ביי די סעודה נאר פאר זיך. אין נאדבורנא האט מען געשריגן אויף איר אויב דאס עסן איז נישט געווען גרייט אויף די סעקונדע, און נישט גע'חלומ'ט פון העלפן אראפרוימען. אין ראפשיץ איז העלפן מיט די קינדער געווען א נאו-נאו. דער רבי ר' אלימלך זי"ע האט אפי' מקפיד געווען צו ווארפן די שאלעכץ פון דריי אייער יעדן די רביצין לכל הפחות צוויי מאל. אין וויזניץ איז געווען דער מנהג (וואס שטאמט נאך פון הייליגן ריזשינער זי"ע) אז אונטער די חופה האט דער חתן איר דערלאנגט צוויי געזונטע פעטש, זי זאל האבן צום געדענקען א גאנץ לעבן.


דאס אז פרויען זענען פטור פון סוכה איז אים ניטאמאל פייגעבאלן.

פלצתי ולכחתי

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4897
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:10 am

Think and Thank האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.


ביי חסידים האבן די ווייבער קיינמאל עקזיסטירט.

יעפ. די חסידים אין אלע דורות האבן נישט גורס געווען די ווייב. אין סטאלין האט מען געשניטן חלה ביי די סעודה נאר פאר זיך. אין נאדבורנא האט מען געשריגן אויף איר אויב דאס עסן איז נישט געווען גרייט אויף די סעקונדע, און נישט גע'חלומ'ט פון העלפן אראפרוימען. אין ראפשיץ איז העלפן מיט די קינדער געווען א נאו-נאו. דער רבי ר' אלימלך זי"ע האט אפי' מקפיד געווען צו ווארפן די שאלעכץ פון דריי אייער יעדן די רביצין לכל הפחות צוויי מאל. אין וויזניץ איז געווען דער מנהג (וואס שטאמט נאך פון הייליגן ריזשינער זי"ע) אז אונטער די חופה האט דער חתן איר דערלאנגט צוויי געזונטע פעטש, זי זאל האבן צום געדענקען א גאנץ לעבן.


דאס אז פרויען זענען פטור פון סוכה איז אים ניטאמאל פייגעבאלן.

:lol: :lol: :lol: :lol:
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:14 am

Think and Thank האט געשריבן:
Of course האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.


ביי חסידים האבן די ווייבער קיינמאל עקזיסטירט.

יעפ. די חסידים אין אלע דורות האבן נישט גורס געווען די ווייב. אין סטאלין האט מען געשניטן חלה ביי די סעודה נאר פאר זיך. אין נאדבורנא האט מען געשריגן אויף איר אויב דאס עסן איז נישט געווען גרייט אויף די סעקונדע, און נישט גע'חלומ'ט פון העלפן אראפרוימען. אין ראפשיץ איז העלפן מיט די קינדער געווען א נאו-נאו. דער רבי ר' אלימלך זי"ע האט אפי' מקפיד געווען צו ווארפן די שאלעכץ פון דריי אייער יעדן די רביצין לכל הפחות צוויי מאל. אין וויזניץ איז געווען דער מנהג (וואס שטאמט נאך פון הייליגן ריזשינער זי"ע) אז אונטער די חופה האט דער חתן איר דערלאנגט צוויי געזונטע פעטש, זי זאל האבן צום געדענקען א גאנץ לעבן.


דאס אז פרויען זענען פטור פון סוכה איז אים ניטאמאל פייגעבאלן.

:grin: :grin: :grin: :grin: פיין פיין!!
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

שלאפען אין די סוכה ווען ס׳איז קאלט?

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 10:59 am

געהערט פון הרה״צ רבי אלימלך בידערמאן שליט״א


אז א יוד איז געקומען צו רבי איצעקל פון סקווערע, און איהם געזאגט אז ער קען נישט שלאפען אין די סוכה ווייל ס׳איז איהם זייער קאלט


האט איהם רבי איצעקל סקווערע׳ר געענפערט אינטערסאנט, דיין שמונה עשרה איז אסאך קעלטער ווי די קעלט אין די סוכה און די שלאפסט עס פיין אדורך...


אויך ברענגט רבי אלימלך צו, צו דעם, די באקאנטע ווארט פון די קאצקער, אז נישט ווי מענטשען מיינען אז המצטער פטור מין הסוכה, מיינט א פטור.


נאר המצטער, האט די קאצקער אזוי געטייטשט, אזא יוד וואס קען זיין בצער זייענדיג אין דעם הייליגער צילא דמהימנותא, א צייט וואס א יוד איז זוכה צו זיין אליינס צוזאמען מיט שכינה, צו אזא יוד זאגט ח״ו דער באשעפער גיי דער ארויס פון די סוכה.. נישט פאר דיר האב איך געמאכט די הייליגע מצוה, צו אזא יוד זאגט די באשעפער די קענסט נישט האבן די זכיה, זוכה צו זיין צו די הייליגע מצוה.


איך רעד צו מיר אליינס, מען דארף זיך מחזק זיין נישט צו האבן/זיכען תרוצים פארוואס נישט צו זיין אין די סוכה, אפי׳ די תרוצים זענען גוטע, כ״ש ווען ס׳איז נישט קען גוטע...


איך האב געהערט פון יודן וואס האבן געוואוינט אין די פראזשעקטס אין וויליאמסבורג, די עסן אין די סוכה איז געווען שווער [זעה דא מיין אלטע ארטיקעל איבער דעם] און זיי זענען אפי׳ געשלאפען יעדע נאכט אין די סוכה, ס׳געווען שווער, מען איז געגאנגען צו א זיידע צו א פעטער צו ווי אימער מען האט נאר געקענט, און אפי׳ מיט געשלעפט א דאכענע.. געטוהן אלעס כדי צו קענען שלאפן אין דעם הייליגע צילא דמהימנותא. און ווי די יודן דערציילן מיר האט מען זיך קיינמאל נישט אפגערעדט, קיינמאל נישט געקרעכצט, מען האט זיך געפרייט צו קענען זוכה זיין צו עסען און שלאפען אין די סוכה, היינט אבער ליידער רעדן זיך מענטשען אפ, טייל מענטשען האבן שוין אפי׳ היינט צו טאגס אירקענדישען און סטיעם און אלע באקוועמלעכקייטן אין די סוכה און רעדן זיך נאך אלטס אפ...
לעצט פאראכטן דורך גאלדענע פעדער אום פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:12 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:05 am

גאלדענע האט מיר דערמאנט
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:09 am

Think and Thank האט געשריבן:די שמועס דא איז געגאנגען אז צווילע בירגער האט געשריבן אז די סיבה פארוואס די חסיד'ישער פרויען שלאפן נישט אין די סוכה איז מחמת זיי האבן נישט די הערצה צו הלכה וואס די ליטווישע פרויען. האט מען אויפגעברענגט די נקודה אז זיי זענען פטור לכל הידיעות והשיטות - ס'איז א בפירוש'ע גמ', און דעריבער האט עס זילטש מיט זייער הערצה צו הלכות.

אנטשאלדיגט אבער איר האט נישט גוט פארשטאנען

ס׳האט יא מיט הלכה צו טוהן, קוקט נאך דעם רמ״ה וואס האט דא צוגעצייכענט פריער, און די רמ״ה זאגט יא קלאר אז ע״פ הלכה איז בעסער צו שלאפען אין די סוכה מיט ווייב אלטס כעין תדורו
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:21 am

Of course האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:סח לי כ"ק אחי שליט"א (מרן מהר"א זי"ע): כ"ק א"ז ז"ל (מרן מהר"ש זי"ע) היה ישן תמיד בסוכה, וגם הרבנית הצדקנית מלכה ע"ה היתה ישנה בסוכה (כמ"ש הרמ"א באו"ח סי' תרלט).

אגב הרב וואלפסען שליט״א׳ס חסידים - אמנת ישראל קהילה - שלאפן א ריזעגער עולם אין די סוכה צוזאמען מיט די ווייבער - אויך ליטווישע איז דא לרוב וואס שלאפן אין דו סוכה צוזאמען מיט די ווייבער. פארוואס ביי חסידים זעהט מען דאס נישט? איי דאנט קנאו.


ביי חסידים האבן די ווייבער קיינמאל עקזיסטירט.

אויף א חשוב'ער רב אין וויליאמסבורג דערציילט מען אז א גאנץ יאר פלעגט ער שלאפן אין דיינונג רום , אבער סוכות איז ער געשלאפן מיט די ווייב אין די סוכה

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 11:58 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויך ברענגט רבי אלימלך צו, צו דעם, די באקאנטע ווארט פון די קאצקער, אז נישט ווי מענטשען מיינען אז המצטער פטור מין הסוכה, מיינט א פטור.


נאר המצטער, האט די קאצקער אזוי געטייטשט, אזא יוד וואס קען זיין בצער זייענדיג אין דעם הייליגער צילא דמהימנותא, א צייט וואס א יוד איז זוכה צו זיין אליינס צוזאמען מיט שכינה, צו אזא יוד זאגט ח״ו דער באשעפער גיי דער ארויס פון די סוכה.. נישט פאר דיר האב איך געמאכט די הייליגע מצוה, צו אזא יוד זאגט די באשעפער די קענסט נישט האבן די זכיה, זוכה צו זיין צו די הייליגע מצוה.

א שיין ווארט פון די קאצקער!!! אבער ווען וועט מען זיך שוין אויסלערענען אז נישט יעדע פארווארפענע שיין ווערטל פון א צדיק לפי מדריגתו הרמה איז תורה מסיני און איז נישט מחייב יעדן???

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך האב געהערט פון יודן וואס האבן געוואוינט אין די פראזשעקטס אין וויליאמסבורג, די עסן אין די סוכה איז געווען שווער און זיי זענען אפי' געשלאפען יעדע נאכט אין די סוכה, ס׳געווען שווער, מען איז געגאנגען צו א זיידע צו א פעטער צו ווי אימער מען האט נאר געקענט, און אפי׳ מיט געשלעפט א דאכענע.. געטוהן אלעס כדי צו קענען שלאפן אין דעם הייליגע צילא דמהימנותא. און ווי די יודן דערציילן מיר האט מען זיך קיינמאל נישט אפגערעדט, קיינמאל נישט געקרעכצט, מען האט זיך געפרייט צו קענען זוכה זיין צו עסען און שלאפען אין די סוכה, היינט אבער ליידער רעדן זיך מענטשען אפ, טייל מענטשען האבן שוין אפי׳ היינט צו טאגס אירקענדישען און סטיעם און אלע באקוועמלעכקייטן אין די סוכה און רעדן זיך נאך אלץ אפ...

מיש נישט צאם........ די וואס האבן עירקאנדישאן און סטיעם רעדן זיך נישט אפ........ נאר די וואס האבן נאכנישט.... :lol:


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: nmi און 18 געסט