וויאזוי העלפן קהילות מיט: "פרנסה"?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מארמאראש
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

וויאזוי העלפן קהילות מיט: "פרנסה"?

תגובהדורך מארמאראש » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:05 am

וויאזוי העלפן קהילות און מוסדות זייערע תלמידים וחסידים מיט: "פרנסה"?

א קהילה בדרך כלל פראבירט צוצישטעלן פאר זייערע מעמבערס פארשידענע ענינים וואס העלפט זיי ברוחניות ובגשמיות, קודם כל א מקום תפלה, שיעורי תורה, חברותות, וכו' וכו' - בכלליות שטעלן אלע צו די אלע הילף, און אזוי גייט עס שוין דורי דורות.

דערנאך איז פארהאן הילף וואס יעדע קהילה פראבירט בפרטיות צוצושטעלן פאר זייערע אנ"ש, וואס איז נישט געווען אזוי אלע דורות, צו ווייל ס'האט נישט אזוי אויסגעפעלט, צו ווייל ס'נישט געווען קיין מעגליכקייט דערצו, אדער פאר סיי וואספארא אנדערע סיבה.

למשל הילף מיט פרנסה, שידוכים, חתונה מאכן, שפארן הוצאות, טעכנעלאגיע, חינוך, שלום בית, דירות, געזונט, עצות וכו'.

יעדע קהילה האט זייערע אייגענשאפטן וויאזוי זיי העלפן זייערע מעמבערס, זה בכה וזה בכה, וואלט געווען א גיטע זאך מ'זאל צוזאמנעמען אויף איין פלאץ אויף וואספארא אופן יעדע קהילה העלפט, אזוי וועט קענען זיין קנאת סופרים... מ'וועט קענען שעפן איידיעס וויאזוי צו פארבעסערן ביי די אייגענע...


בעט מען אז ווער עס ווייסט ביי סיי וואספארא ערליכע קהילה וויאזוי זיי העלפן זייערע מעמבערס מיט פרנסה, דזשאבס, ביזנעס זאל עס דא מפרסם זיין.

דוגמא: סאטמאר האט צוגעשטעלט די "שערי פרנסה טובה", וואס מ'פראבירט צוצושטעלן דזשאב'ס פאר די יונגעלייט.

(אולי איז פארהאן קהילות וואס לערנען אויס פאך'ן, שטעלן צו בעלי בתים מיט וועם מ'קען זיך מייעץ זיין אריינצוגיין אין ביזנעס, וכדו').

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 10:46 am

סאטמער האט חיים של פרנסה.
און חתונה תקנות.
און קרית יואל ארבעט העפטיג אויף דירות פרייזן / ענעקסעישען.
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:16 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:סאטמאר (מהר"א) האט חיים של פרנסה.


פאר יור אינפא, ס'איז שוין פארמאכט. עס איז זייער שווער דאס זאל אנגיין בתורת ארגאנאזאציע, די פירער האבן דאס געמאכט פאר א פריוואטע ביזנעס, פאר מער גרעסערע פאזיציעס, און די יונגעלייט'ליך מוטשענען זיך.

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:55 pm

סאטמאר מהרי"י האט פרנסה טובה [איך מיין מיט פיל הצלחה בעז"ה]
והשי"ת יעזור לכלנו בפרנסה טובה

איך פאררעכט דא, איך האב נישט באמערקט ווי דער פותח האשכול האט דאס אליין געשריבן אין די קליינע אותיות וטעות לעולם חוזר

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2053
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 2:00 pm

אין וויליאמסבורג איז אמאל געווען א ארג. ארבעט פארמיטלונג פאראיין, עקזיסטירט נאך?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18115
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:48 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט