9/11 2001 - כ"ג אלול תשס"א; זכרונות, וידיאו קליפס וכו'

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

9/11 2001 - כ"ג אלול תשס"א; זכרונות, וידיאו קליפס וכו'

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 1:17 am

עס ווערט אפגעצייכענט יעצט זעכצן יאר פון ווען די ריזען וועלט מאכט אמעריקא איז געפאלען א קרבן פאר א פאר נישטיגע אראבער, אפשר איז א צייט צי אויפפרישען אונזערע זכרונות פון יענעם ביטערען טאג, ווי אזוי איז עס אריבער.


איך בין דאן געווען א בחור"ל ארום די בר מצוה יארן, ווען די רבי איז אריין אין חיידער אין פארציילט די נייעס, און אנגעצויגען די רקינדער אויף די מערסטע וואס קען נאר זיין, אד כדי כך אז מיר האבן באמת געמיינט אז א דריטע וועט מלחמה קומט, אין מיינע חלומות האב איך שוין געזעהן די אראבער מאכן דעפערטאציע'ס אויף אידן אין ניו יארק ה"י... איך געדענק שוין נישט ווי לאנג איך האב נישט געקענט שלאפן נאך דער געלונגענע שמועס פון מיין רבי...
לעצט פאראכטן דורך חזון-איש'ניק אום מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 6:59 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 7:09 am

אני הגבר ראיתי, לא תשכח

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 364
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 7:12 am

מיר וועלן נישט פארגעסן דעם טאג איינס ווייל מיר האבן געברויכט פארן קיין ארץ ישראל יענעם טאג נאך מיט א פרייע טיקעט פון ישיבה ווייל מיר האבן זיך פארהערט, צווייטנס מיר האבן געזען מיט די אויגן ווי די צווייטע פליגער פארט אריין אינז זעמיר געשטאנען ביים נעווי יארד אוי איז דארט געווען קולות

קרייסלער
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:19 am

די פחד פון די צוקוקערס וגם אני בתוכם זעהנדיג ווי די שטאלצע כחי ועוצם ידי ווערן צעשמעטערט און לייגן זיך צוזאם ווי א שפילצייג איז אומבאשרייבליך, אלע פאליציאנטן זענען געפלויגן קיין מאנהעטן אזש די ברינקס פירמע אויף קענט עוו. האבן געמוזט אונטערנעמען איגעענע מאסנאמן און האבן ארויסגעשיקט וועכטער מיט אויסגעשטרעקטע אויטאמאטישע ביקסן א זאך וואס ניו יארקער האבן נישט בייגיוואוינט בעפאר

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 642
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:41 am

יא איך געדענק נאך גוט יענע פרי מארגן אלצט קינד אין JFK נאך א נסיעה, אוי קאשמארן קומען ארויף ווען מען דערמאנט זיך ווי די גאנצע פאמיליע פון 12 איז אריין אין א זייטיגע צימער צילוב מיין טאטע'ס בארד, אויסגעטשעק יעדעם, 7 מאל! די פאניק אין JFK איז געווען אומבאשרייבליך!!!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:48 am

בארואיגט-אייך האט געשריבן:יא איך געדענק נאך גוט יענע פרי מארגן אלצט קינד אין JFK נאך א נסיעה, אוי קאשמארן קומען ארויף ווען מען דערמאנט זיך ווי די גאנצע פאמיליע פון 12 איז אריין אין א זייטיגע צימער צילוב מיין טאטע'ס בארד, אויסגעטשעק יעדעם, 7 מאל! די פאניק אין JFK איז געווען אומבאשרייבליך!!!



דערצייל אביסל מער, ביטע

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:58 am

איך נעם אצינד אפיר מיינע זכרונות, איך עפען אויף די מח קעמערלעך וועלכע זענען שוין האלב אדער אינגאנצען פארשטויבט. ווי נאר דעם קעמערל טוט זיך עפענען טוהן פון דארט ארויסשטורעמען דראמאטישע געפילן, און דארונטער קומען צו גיין א דערשטיקענדער פאניק, א אויסטערלישע פארלוירענקייט, און טאטאלע כאאס.

מיינע זכרונות טראגן מיר צוריק צו יענעם טאג, גראדע גאנץ א שיינע וועטער, ווען דער גאנצע ארום איז געווארן איינגעהילט אין א שווארצע קוימען.

איך זעה אצינד קלאר פאר מיינע אויגן דעם גרויסן שיכט פון שווארצע רויעך ליגן אויסגעשפרייט אויפן שטילן דערשראקענעם הימל. גאנץ בארא פארק איז געווען באצירט מיט דעם וואלקן. איך זעה אויך יעצט אין מיין זכרון זייער קלאר די הויפענעס פעקלעך און זעקלעך פאפירן און און וואס נישט וועלכע זענען געקומען צו נידערן פונעם הימל. אלעס איז געווען איינגעהילט אין שטויב, ווייסע שטויב, ווייסע אש. אלע קארס, אלע בענקלעך אויפן טאראסע, אלעס אלעס וואס איז געווען אינדרויסן אין יענע צייט איז באדעקט געווארן מיט א שיכט פון טרויעריגע אש.

איי דער טאג סעפטעמבער 11 וועט קיינמאל נישט פארגעסן ווערן פון די וועלכע האבן דאס בייגעוואוינט. עס איז געווען א טאג פון 24 שעה אבער אין אמת׳ן האט דאס באווירקט אויף יארן און יארן שפעטער, און אויב מען מעג זאגן: אויף אייביג.

ווער געדענקט נישט די ראדיאס וועלכע זענען געווארן מותר לצורך שעה, די טעלעוויזיעס וועלכע זענען געוויזן געווארן דורך אונזערע נישט אידישע שכנים.

The World Trade Center is collapsing

די שוידערליכע ווערטער ליגן נאך הייס אין מיין זכרון. איך דערמאן זיך יעצט פון די שרעקליכע קולות וואס מיר האבן געהערט אויפן רעדיא וואס זיי האבן רעקאדירט לייוו פונעם סצענע.

פון צווישן די בוזשווענדע ווינטן פון טאטאלע פארלוירענקייט האט זיך דער פרעזידענט געלאזט הערן. גם כי אלך בגיא צלמות לא אירע רע כי אתה עמדי, דאס זענען געווען זיינע מאכטפולע רייד, וועלכע האט אריינגעבלאזן א פונק פון האפענונג אין די הערצער פונעם פאלק.

אוי, און ווער געדענקט נישט די אלע וואונדערליכע השגחה פרטית׳ן וואס האט זיך דאן אפגעשפילט? און כאטש וואס כלל ישראל האט מקריב געווען עטליכע קרבנות צווישן זיי די צוויי אידן פון בארא פארק הי״ד האט דער מרחם כל הבריות באוויזן זיינע חסדים דורכדעם וואס אזויפיל אידן זענען געראטעוועט געווארן דרך פלא, דער דורכן ׳פונקט׳ פארשלאפן, דער דורכן פונט אנקומען שפעט יענעם טאג, עס איז דאך געווען אין די סליחות טעג.

איך דערמאן זיך אויך ווי די אראבער זענען דאן געווארן א האס ארטיקל, מען האט זיך געפארכט פון יעדן וואס האט אויסגעקוקט ווי ער איז מזרע ישמעאל.

אה, איין מינוט, ווער געדענקט נישט די הייסע פאטריאטיזם וואס האט זיך אראפ געלאזט אומעטים, ווען יעדע קאר באס אדער טראק האט געפאכעט אן אמעריקן פלעג, מיט די ווערטער God bless America .

און דאן איז באקאנט געווארן דעם פארשאלטענעם נאמען אסאמא בין לאדין. איך געדענק אויך ווי מיר האבן דאן אויסגעפינען אז ׳בין׳ מיינט בן-א זוהן. עס איז געווען אינטערעסאנט.

ווער געדענקט די איבערפלוס פון שמועות, טעאריעס, וואס האבן זיך דאן ארומגעדרייעט, אז 70 טעג נאך די צוזאמפאל פון די צווילינג געביידעס וועט משיח קומען! דער האט נאכגעזאגט פון דעם באבא און דער פון דעם באבא. עס האט זיך געטון אויף טישן און אויף בענק. מען האט אפילו געברענגט דעם זוהר. מען האט געזונגען יו״ט ערליך׳ס ניגון (יונתן שווארץ).

מירקווירדיג איז אז קוים דריי טאג פריער בין איך אריבערגעפארן אויפן BQE און געזען די מייסטערהאפטיגע געביידעס שטייען בהדרם.

יא, די וועלט האט זיך געטוישט פאר אייביג! אייביג! די שטאלץ און גאוה פון אמעריקא איז צושפליטערט געווארן דורך עטליכע פארנאטישע טורבאן קעפיגע רוצחים.

עס וועט קיינמאל נישט ארויסגיין פון זכרון די אלע בילדער און טראמעס וואס מיר האבן דאן מיטגעלעבט.

ינקום ה׳ נקמת דם עבדיו השפוך, זאל דער אייבירשטער נקמה נעמען פאר די אידישע קינדער וועלכע זענען דארט אומגעקומען און אויך פאר די טייכן פון או אומשולדיגע בלוט וועלכע איז פארגאסן געווארן אין יענע שרעקליכע מאמענטן.

#אביסל פון מיינע געפילן.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 10:10 am

אוי געדענק מיר עס

אונז האבען געלערנט אין כיתה ז׳ סוף יאר פאר׳ן אריין גיין צו כיתה ח׳ איך בין געווען 12 יאר אלט, עס איז געוועהן אין חדר אינמיטען עסען פרישטיג און א אינגעל איז אריינגעלאפען מיט א בהלה, אז די טווינט טייערס ברענט, יעדער איז ארויף געלאפען צו די קלאס, אונזער בנין ת״ת איז געוועהן אויף ווילסען גאנץ גוט צו קענען מיטהאלטען די מחזה, און דעמאלטס איז געוועהן די גרעסטע עבירה ארויף צו גיין אויף׳ן דאך, און יעצט ביי די מצב ווען אלעס איז געפארען אויף רעדער, וועל איך קיינמאל נישט פארגעסען דאס עטליכע מלמדים זענען ארויף און וועלעכע אינגעל האט געוואלט ארויף גיין האט מען גלייך פארשריגען און אראפ געשיקט (לענ״ד איז עס נישט געוועהן מענטשליך... אז די ווילסט זעהן מעגסטו!! נאר איך טאר נישט???)

אבער איין זאך וועל איך קיינמאל פארגעסען, אינמיטען די צופארעניש, זענען געגאנגען אינגלעך און גענומען די ספיקער פון די רבי׳ס מייק און זיי האבען אנגעצינגען די רעדיאוי... איך גלייב בנאמנות אז נאך היינט קענען זיי נאכאלס נישט קיין ענגליש... (אויב איך געדענק גוט ווער עס איז געוועהן) אבער ערהאט געוואלט ווייזען ווי מעכטיג ער איז און די רבי איז געוואר געווארען, עס איז אלעמאל געוועהן מסור קעציס און עס איז געקומען א מוסר שמועס, וואס האט נאר צוגעגעבען צו די פחד, איך געדענק אז ער האט מסביר געוועהן אז דורך די עבירה קען נאך ח״ו א איד אומקומען דארט ביי די טרעגעדיע ח״ו

די פחד וואס איך האב געהאט... נישט געקענט זיך בארוהיגען, געציטערט -פשוט און גראד- פון מיין אייגענע שאטען, איך געדענק אז מיין מאמע זאל זיין געזונט איז געווען אין יורעפ אויף א ביזנעס שוי און זי איז געבליבען שטעקן נישט ווייט פון אנטווערפען, און זי איז צוגעפארען, און ביי אונז דא איז מען געוועהן זיכער אז מאמי גייט נישט זיין אינדערהיים ר״ה, און זי האט זיך אפילו מסדר געוועהן דארט דאס ביז די פליגער׳ס הייבען נאכאמאל אהן פליען, זי איז אריין מיט א קוויטעל צום צדיק כ״ק מרן מ׳פשעווארסק שליט״א, זיך מסדר געוועהן א אכסניה א זיץ אין ביהמ״ד וכדומה, און מען קען זיך אליינס פארשטעלן ווי אונז האבען געציטערט דא נאכדערצו אהן א מאמע, און מיין שוועסטער האט אונז פארביערט צו בארוהיגען האט זי געזאגט מען קען זיך עפעס קויפען אין טויס 4 יא ווי היינט איז עמעסינג סעווינגס, איך געדענק ווי איך האב געציטערט אריין צוטרעטן מורה האבענדיג אז אפשר איז דא א טערעריסט אין סטאר

אבער ב״ה מיין מאמע איז א היים געקומען די לעצטע רגע, געלאנדעט ער״ה אינדערפרי און זי האט מיט געברענגט שריים פון פדעווארסקע רבי האניג קוכען

אבער די גאנצע סמאכטע האט איבערגעלאזט שרעקליכע קאשמירען אז עס איז שווער צוריק צו טראכטען
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 10:11 am

הרב ממש אזוי

דו טראגסט מיר צוריק... הער אויף
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3623
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 10:36 am

איך בין געווען אין ביהמ"ד ווי א געווענטליכע סליחות טאג. אויפ'ן וועג אהיים נאכ'ן דאווענען האב איך געזעהן קופקעס מענטשן קוקן ארויף צום ריכטינג פון מאנהעטן אבער ס'האט נישט געצויגן מיין נייגער. אהיימקומענדיג דערציילט מיר מיין ווייב אז א פליגער האט אריינגעקראכט אין די טווין טאוערס. זעמיר שנעל געגאנגן אנצינדן די רעדיא וואס מ'האט איינגעהאנדעלט על כל צרה שלא תבוא (פארגעס נישט, יענסמאל איז נישט געווען קיין אייוועלט, וואסאיזנייעס, יעשיווע ווארלד, און ניטאמאל קול מבשר, אפשר tell me איז שוין יא געווען), וועלענדיג אויספיגערן וואס ס'איז געשעהן, צו דאס איז געווען א בייזוויליגע אטאקע אדער אן עקסידענט.

פליצלינג קומט אריין די מעלדונג אז א צווייטע פליגער האט אריינגעזעצט אינ'ם אנדערן טאווער. דא איז שוין קלאר געווארן אז ס'איז געווען אן אטאקע און מ'האט זיך אנגעהויבן ברעכן קאפ ווער ס'האט דאס געקענט טון. איך האב גלייך געזאגט אז ס'איז מסתמה געווען בין לאדין. די סיבה וואס זיין נאמען איז מיר אויפגעקומען איז ווייל א שטיק צייט פריער האב איך געליינט אן ארטיקל איבער די באמבאדירונג וואס פרעזידענט קלינטאן האט דורכגעפירט אויף אים און די טאליבאן א יאר פריער.

געענדיגט פרישטאג און מ'האמיר זיך ארויסגעלאזט אווי יעדן טאג. קוקענדיג אויפ'ן טווין טאוערס האט מען געזעהן רויעך ארויפגיין. עטליכע מענטשן האט מען געזעהן ווי זיי כאפן עס אראפ אויף ווידעא. הצלות זענען געפלויגן, פייער לעשער האבן געקוויטשעט און פון די הימל זענען געקומען קולות פון מיליטערישע פליגער. איך האב אבער געדארפט ווייטער גיין צו מיין טעגליכע רוטין.
אביסול שפעטער איז געקומען די ברעכעדיגע נייעס אז די טורמעס זענען איינגעפאלן, אן עראפלאן אריין אין די פענטעגאן, א פליגער אראפ אין פענסילוועניע, שמועות אז נאך עטליכע פליגער דרייען זיך אין די ליפט וואס שטעלן א סכנה. א פחד און א צעמישעניש האט געהערשט איבעראל. סעלפאונס האבן אויפגעהערט ארבעטן ווייל די אינטענע אויפ'ן דאך פון טווין טאוער איז איינגעפאלן. שפעטער האבן לענדליין פאונ'ס אויך נישט געהעריג געארבעט. ס'האט געדויערט אפאר שעה זאכן זאלן זיך אויסקלארן און קומען אינטער קאנטראל.
אהיימקומענדיג האט מען געזעהן רויעך קומט ארויף פון וואס איז אמאל געווען די באמבאסטישע וואלקן קראצער. די רויעך האט אנגעהאלטן עטליכע טעג. א געפיל פון פאטריאטישקייט און ווילן פאר נקמה האט איבערגענומען די מאסן.

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 3:09 pm

האט איינער ביטע קליפס פון דער אטאקע ?
למען ידעו דור אחרון.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 5:03 pm

יעניגער האט געשריבן:האט איינער ביטע קליפס פון דער אטאקע ?
למען ידעו דור אחרון.

איינע האלט אינמיטען רעקארדירען די אטאקע אויף די ערשע טורעם, ווען פלוצלינג...
https://drive.google.com/open?id=0B8RXC ... WF0cW9Db2M

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 5:07 pm

Pentagon_security_video.gif
Pentagon_security_video.gif (333.53 KiB) געזעהן 4026 מאל

די רגע פון די פענטעגאן קראך

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 5:12 pm

פרעזידענט בוש'ס רעדע
https://drive.google.com/open?id=0B8RXC ... VNuWk9hRVk

יעניגער
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 6:14 pm

תגובהדורך יעניגער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 5:19 pm

שכוייח !!!
ס'איז דא ביטע נאך ? ווי מען זעהט קלאר די צווייטע אטאקע ? און פונעם צוזאמפאל ?

אוועטאר
שקר
שר האלף
תגובות: 1076
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 13, 2017 5:40 pm
לאקאציע: טשעכיי

תגובהדורך שקר » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 5:50 pm

יעניגער האט געשריבן:שכוייח !!!
ס'איז דא ביטע נאך ? ווי מען זעהט קלאר די צווייטע אטאקע ? און פונעם צוזאמפאל ?

גם אני מצטרף
די זאגסט ווייל די ווייסט אדער די ווייסט ווייל די זאגסט.....

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 6:44 pm


אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 7:00 pm


הצדיק
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 7:21 pm

לחם לשובע האט געשריבן:https://drive.google.com/open?id=0B8RXCvXQj-21bEx4T2NLVlBOcTQ



שכח

השמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 18, 2015 11:23 am

תגובהדורך השמש » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:08 pm

יענעם צופרי האט מען געהאלטן אינמיטן דאווענען אין חדד פליצלינג האט געקלונגען די פייער בעל. פארוואס ווייס איך נישט מעשה שיהיה כך היה, למעשה איז מען ארויף אויפן דאך איך געדענק נישט צופיל ווייל עס איז געווען ציפיל קינדער ביי די קליינע פלאץ וואס מען האט יא אדער נישט געקענט זעהן (איך האב זייער ליב דראמא איך פיל איך האב עס פארפארסט(
ביים אהיימגיין איז נישט געווען קיין באסעס ווייל מען האט געשיקט אלע באסעס (חדר באסאס( אין מאנהעטן
מען האט געדראפט אהיים וואקען ...
נאכדעים געדענק איך אז מען האט געזען ארמיי און פאליס איפיצירין אין אלע גאסן איבערהויפט נעבן די שוהלן
יעדער האט אויפגעלייגט א פאן אויפן קאר
פחד נאכדעים געדענק איך נישט אז איך זאל האבן
מען זאָגט לחַיים או מ'איז פריילעך און מען זינגט ה' אֶחָד און מען דאַוונט מיט הִתלַהַבות און מען גייט אַ קאַראַהאָד מען זאָגט לחַיים און מ'איז פריילעך און מען גייט אַ קאַראַהאָד.

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:21 pm

געווען און חדר געזיצן אויפן פלאץ און געווארט אז דער מלמד זאל אריין קומען, ער קומט אריין און ריפט זיך אן ''קינדער די וועלט שאקלט זיך'', ''יעדער איינער ווייסט די טווין טאווער'ס, אן ערעפלאן האט אריין געקראכט אין איינער פון די בילדינג'ס'' אינז האמיר געהערט, אקעי, וואס זאלן אינז טאן דערוועגן? מיין רבי איז ארויס פאר אפאר מינוט און ער קומט צוריק אריין און זאגט אז ''נאך אן ערעפלאן איז אריין געפארן אין די אנדערע בילדינג'' אינז זעמיר געווארן ווייס וואו קאלעך, איך געדענק וואו ער האט געזאגט אז ס'איז טעראר, מיר קינדער האבן נישט געהאט קיין השגה וואס איז דאס טעראר, ער האט אינז געזאגט אז ס'איז דא נאך א פארכאפטע פליגער וואס פליט ארום, איך געדענק וואו אינז האמיר געציטערט אז נעקסט קומט די חדר בילדינג (כאילו בין לאדין האט נישט בעסער וואו צו אטאקירן, נאר אינזער חדר...

אלטע שרעקעדיגע געדענקענישן

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9551
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:44 pm

נישט זיכער קען זיין כ'האב עס שוין געשריבן ערגעץ... יענעם טאג נאכמיטאג זעמער געזיצן אין כולל און יעדער האט דאך געוויסט פון דעם פארבאט פאר פליגער'ס צו פליען, פלוצלונג האבן מיר געהערט דעם גערודער פון אן עראפלאן, די כולל איז געווארן שטיל! יעדער האט געקוקט מיט פחד וואס קומט דא פאר, ביז ס'איז פארביי, שפעטער האט זיך אויסגעשטעלט אז א קליינע פליגער האט זיך געהויבן און די עראפלאן איז געווען א מיליטערישע וואס איז געקומען זיכער מאכן אז יענער מאכט נישט קיין קינצן.

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:02 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:נישט זיכער קען זיין כ'האב עס שוין געשריבן ערגעץ... יענעם טאג נאכמיטאג זעמער געזיצן אין כולל און יעדער האט דאך געוויסט פון דעם פארבאט פאר פליגער'ס צו פליען, פלוצלונג האבן מיר געהערט דעם גערודער פון אן עראפלאן, די כולל איז געווארן שטיל! יעדער האט געקוקט מיט פחד וואס קומט דא פאר, ביז ס'איז פארביי, שפעטער האט זיך אויסגעשטעלט אז א קליינע פליגער האט זיך געהויבן און די עראפלאן איז געווען א מיליטערישע וואס איז געקומען זיכער מאכן אז יענער מאכט נישט קיין קינצן.


סליחות טעג איז נאך דא כולל ?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11222
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:17 pm

דריידל האט געשריבן:איך בין געווען אין ביהמ"ד ווי א געווענטליכע סליחות טאג. אויפ'ן וועג אהיים נאכ'ן דאווענען האב איך געזעהן קופקעס מענטשן קוקן ארויף צום ריכטינג פון מאנהעטן אבער ס'האט נישט געצויגן מיין נייגער. אהיימקומענדיג דערציילט מיר מיין ווייב אז א פליגער האט אריינגעקראכט אין די טווין טאוערס. זעמיר שנעל געגאנגן אנצינדן די רעדיא וואס מ'האט איינגעהאנדעלט על כל צרה שלא תבוא (פארגעס נישט, יענסמאל איז נישט געווען קיין אייוועלט, וואסאיזנייעס, יעשיווע ווארלד, און ניטאמאל קול מבשר, אפשר tell me איז שוין יא געווען), וועלענדיג אויספיגערן וואס ס'איז געשעהן, צו דאס איז געווען א בייזוויליגע אטאקע אדער אן עקסידענט.

אודאי איז טעל-מי שוין געווען, וואו דען האב איך דאס געהערט?
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

פוילישער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2007 11:33 am

תגובהדורך פוילישער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:20 pm



צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט