וואו קען מען דאווענען בהשתפכות הנפש, בקולות, בתנועות, בבכי' וכו'?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

ס'א שיינע מעשה.
אבער ווי באקאנט איז געווען פארשידענע מנהגים אין דעם.
אין קארלין, סטרעליסק ועוד ועוד, האט מען געדאווענט בקולי קולות.
לאידך גיסא, אין רוזין ועוד, האט מען דירעקט געדאווענט רוהיג און געלאסן.
אונזער המון עם, איז עפעס אינדערמיט, ביי געוויסע שטיקלעך שרייט מען, (שעעעיבאאאאח.....), און ביי געוויסע שטיקלעך שלאפט מען. און ווער ס'טוט אנדערש, איז מאדנע... דיפרענט... נישט אין ארדענונג.... שטערט אנדערע אידן פון דאווענען... און מ'האמיר א זאק מיט מעשיות פון דעם און פון יענעם.
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

Amazing האט געשריבן:אויב השתפכות הנפש איז די אפטייטש קולות ותנועות וואס איז די סיבה וואס חז''ל האבן קובע געווען אז שמו''ע - וואס דאס איז די ''עיקר'' תפילה - זאל זיין בלחש??

דער רמ"ע מפאנו (עשרה מאמרות מאמר אם כל חי ח"א סי' ל"ג) האלט מען זאל זיך נישט ניאמאל שאקלען ביי שמו"ע, ווייל כל עצמותי תאמרנה איז נאר ביי שירות ותשבחות נישט ביי שמו"ע, און אזוי אויך שרייבט דער של"ה הק', [אין של"ה איז עס גאנץ א שארף לשון, כ'געדענק נישט אויף די מינוט די מ"מ], און אזוי האבן זיך געפירט אסאך גרויסע לייט
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

אל מעלת כבוד הפותח

אויב מיינט איר מיר, דאן בין איך דא מגלה דעת ברבים אז כ'האב נישט קיין שום פראבלעם אז איר דאווענט מיט קולות ותנועות.

אבער איין זאך בעט איך דיר זייער! שאקל דיר נאר פון מזרח צו מערב און נישט פון צפון צו דרום, ווייל איך וויל נישט אהיים גיין מיט שמערצן אויף מיין לינקע זייט.

פועל'ט אויס אלעס גוט'ס און האב מיר שוין אויך אינזינען.
א כתיבה וחתימה טובה
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ווערעצקי האט געשריבן:אונזער המון עם, איז עפעס אינדערמיט, ביי געוויסע שטיקלעך שרייט מען, (שעעעיבאאאאח.....), און ביי געוויסע שטיקלעך שלאפט מען. און ווער ס'טוט אנדערש, איז מאדנע... דיפרענט... נישט אין ארדענונג.... שטערט אנדערע אידן פון דאווענען... און מ'האמיר א זאק מיט מעשיות פון דעם און פון יענעם.


ווי גערעכט.
אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2368
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחם לשובע »

געווען אמאל א מנין, יענער איד איז עפעס אריינגעקומען נאך ברכו ה"י, אבער נישט אויסגעלאזט ברכות, ה"י, ברכות, קרבנות, פסוקי דזמרא, ברכות קר"ש, בנשימה אחת, ביי טיים די עולם האט געהאלטן ביי שמו"ע האט ער שוין מיטגעהאלטן (גלייבט מיר, בכלל נישט קיין שטאטע בעל תפילה), און ביי קדושה האט ער שוין אויגעטוהן רבינו תם, דער צווייטער האט זיין טעלעפאון זעך דריי מאל צעקלינגען אינמיטן שמו"ע "נשמה ווי ביסטו", און ער האט אריינגעשריגען נא נא, און דער אנדערער האט געהעריג געשפילט מיט זיין (געפילטערטער?) כלי אינמיטן דאווענען, אבער טענות האט מען געהאט אויף די איד וואס האט זיך א ביסל צעקאכט ביים דאווענען...
גיי פארשטיי...
שטיגליץ
שר חמש מאות
תגובות: 731
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטיגליץ »

אויב וואוינט איר אין בארא פארק,

אין קארלין-סטאלין גייט די דאווענען בקולי קולות אבער פארט גאנץ שנעל, ווי אויך קענט איר זיך פילן אוט אף פלעיס.

מיין רעקאמאנדאציע איז ביהמ"ד אמונת ישראל, יעדע סארט איד האט דארט כאטשיג איין רעפרעזענטאטיוו, די דאווענען איז בקולי קולות און זעער לאנגזאם, א פשוטע שבת צופרי דאווענען געדויערט פיר שעה, עד כדי כך אז ווען איינער זאגט ער'ז אנגעקומען צו ברוך שאמר ברויך ער קלארשטעלן צו ער איז שוין דארט געווען ביי ברוך אדער בלויז ביי שאמר.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

צום קעפל: אין אומן!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

לארימער האט געשריבן:אינטערסאנט עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מקפיד געווען דירעקט נישט צו שרייען ביים דאווענען. איך האב געהערט א מעשה אז הגה"ק רבי יאנקלע מפשעווארסק זי"ע האט אמאל געדאווענט א שחרית אינדערוואכן אין ראדני און דארט האט געדאווענט הגה"צ...חבר הביד"ץ דקיט"ל און ער האט געשריגן און געוויינט ביים דאווענען, און נאכן דאווענען איז ר' יענקלע צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט :איר האט שוין פרובירט מיט שיינעם?


איך רעד נישט פון דאווענען בקביעות אזוי, בקביעות זאל יעדער דאווענען כפי ער האט זיך אויסגעשטעלט זיין מהלך וכדו'.
איך רעד מפעם לפעם וויל מען זיך אמאל גיט גיט אויסבעטן ביי השי"ת, און נישט יעדער איז אין די בחינה אז ווען ער דאווענט זיך אזוי רוהיג זאל זיך זיין הארץ אזוי עפענען, נישט יעדער קען זיך אזוי צושרייען שטילערהייט.
איך האב שוין כמה פעמים געזען ווי מ'מאכט שטיל איינער וואס צופייערט זיך, א' סליחות האט זיך איינער אביסל העכער צושריגן פון אנדערע האט מען געשישקעט.

אוודאי איז פארהאן בתי מדרשים וואס יעדער קען דאווענען לויט זיין אייגענע מהלך,
ווער ס'געדענקט אמאל אין שטעטעלע "טאהש" ווען הרה"ק מטאהש איז נאך געווען בכוחו, האט יעדער געקענט אראפלייגן א דאווענען וויאזוי מ'האט נאר געוואלט אן קיין בושות, איינער מיט קולות, איינער האט זיך געקענט צוטאנצן, שפרינגן, איינבייגן, וכו', און בכלל נישט געווען מאדנע. רוב מתפללים האבן געהאט עמודים גרינגער צו מאכן די דאווענען בכוונה.

אין ב"פ איז פארהאנען רב וואלפסאנ'ס ביהמ"ד וואס האט שוין א שטיקל מהלך און נוסח

סטאלין כידוע, אבער מ'דארף שוין זיין א סטאלינער.

תולדות אהרן, שוין אויך לויט די נוסח כמדומה.

אולי ברסלב, שאיני בקי.

אבער א ביהמ"ד השווה לכל ווער עס וויל זאל קענען רוהיג אריינקומן אין דאווענען וויאזוי עם גליסט זיך, הלוואי וועט זיך צוזאמשטעלן אזוינע מקומות...
איש פשוט אני
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 9:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש פשוט אני »

אריינגעפאלען אמאל און קרעטשניף אין וויליאמסבארג, און געהערט דארטן ווי מענטשן דאווענען מיט אזעלעכע קולות וואס איך האב קיינמאל געהערט פארדעם
ווערעצקי
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווערעצקי »

דוכט זיך אז אין וומס"ב איז דא א ביהמ"ד "תהלות ישראל", בנשיאות הר"ר שלמה קאהן, וואס דארטן זענען אויך וועלקאם אידן וועלכע ווילן דאווענען מיט השתפכות...
זייט מתפלל אז נחמי' צבי בן דינה זאל באפרייט ווערן פון תפיסה בקרוב.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ווער ס'איז געווען אמאל אין אהל רחל קען זיכער דעם אינגערמאן דעם צדיק, שכחתי שמו, איי וואס צעקות האט זיך געהערט כחסידים הראשונים וואס ווערט אראפגעמאלן אין די מתנגדישע פאשקעווילן, כמי שכל חייו תלוים בתפלתו, תפלה לקל חיי אההה
איך ווייס נישט אויב ער גייט נאך אן. ער פלעגט דאוונען אויפן גאלעריע
אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דעת »

בלעטל האט געשריבן:ווער ס'איז געווען אמאל אין אהל רחל קען זיכער דעם אינגערמאן דעם צדיק, שכחתי שמו, איי וואס צעקות האט זיך געהערט כחסידים הראשונים וואס ווערט אראפגעמאלן אין די מתנגדישע פאשקעווילן, כמי שכל חייו תלוים בתפלתו, תפלה לקל חיי אההה
איך ווייס נישט אויב ער גייט נאך אן. ער פלעגט דאוונען אויפן גאלעריע

פארגעס א אייניקל פין הרה"ח הישיש אהרן מאיר פארגעס ע"ה
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

לארימער האט געשריבן:אינטערסאנט עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מקפיד געווען דירעקט נישט צו שרייען ביים דאווענען. איך האב געהערט א מעשה אז הגה"ק רבי יאנקלע מפשעווארסק זי"ע

ר' יענקעלי ביז ווען ער איז געווארן רבי האט אויך געדאווענט מיט א פלאם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

בעל דעת האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:ווער ס'איז געווען אמאל אין אהל רחל קען זיכער דעם אינגערמאן דעם צדיק, שכחתי שמו, איי וואס צעקות האט זיך געהערט כחסידים הראשונים וואס ווערט אראפגעמאלן אין די מתנגדישע פאשקעווילן, כמי שכל חייו תלוים בתפלתו, תפלה לקל חיי אההה
איך ווייס נישט אויב ער גייט נאך אן. ער פלעגט דאוונען אויפן גאלעריע

פארגעס א אייניקל פין הרה"ח הישיש אהרן מאיר פארגעס ע"ה

שכוח אייך, איר קענט אויך זיין ערשטע נאמען?
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ר' חיים הערש שווימער דאווענט שוין יארן מיט מיט השתפכות הנפש. מ'האט אים שוין טאקע פארשיקט פון געוויסע בתי מדרשים ווייל ער האט געשטערט אנדערע מתפללים.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

לארימער האט געשריבן:אינטערסאנט עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מקפיד געווען דירעקט נישט צו שרייען ביים דאווענען. איך האב געהערט א מעשה אז הגה"ק רבי יאנקלע מפשעווארסק זי"ע האט אמאל געדאווענט א שחרית אינדערוואכן אין ראדני און דארט האט געדאווענט הגה"צ...חבר הביד"ץ דקיט"ל און ער האט געשריגן און געוויינט ביים דאווענען, און נאכן דאווענען איז ר' יענקלע צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט :איר האט שוין פרובירט מיט שיינעם?


די מעשה איז נישט געווען מיט א חבר הבד"ץ נאר מיט א אנדערע באקאנטער יוד וואס דאווענט מיט קולות, און דער וואס האט אים געפרעגט איז נישט געווען רבי יאנקעלע מפשעווארסק, נאר געווען ר' יאנקעלע מיארמע, הנקרא ר' יאנקל מיללער,
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

כ'האב אויך אזוי געקלערט אז רבי יאנקעלע מפשעווארסק זצ"ל וואלט קיין מאל נישט געזאגט אזוי צו א איד און מאכען א שפאס פון אים.

און עס איז נישט ר' יענקל מיללערס, נאר א סאך עלטער; עס גייט: "האט שוין פרובירט מיט גוטען".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1921
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
קלוגער האט געשריבן:ס'יז דא אזוינע שוהלען, כ'ווייסט נישט אין וועלעכע שטאט דו וואוינסט, אבער מ'קען טרעפען, ספעשעל ימים נוראים, אין די ימים נוראים זענען דא מענטשען אין אסאך שוהלען וואס די גאנץ יאר דאווענען זיי רואיג און די הייליגע טעג צופלאקערען זיי זיך, ס'יז גאנץ פשוט, זיי פייפען יעדעם אן, זיי ווייסען אז יעצט קען מען אפווישען די עבירות און זיך אויסבעטען א גוט יאר, הא קעירס וואס אנדערע שטיקער פלייש טראכטען,

סעלפיש


מר. קאמפיוטער עקספערט, פליז לייען איבער מיין תגובה, דא קומט נישט אריין קיין סעלפיש, דא קומט אריין א זאך וואס הייסט בושה רעה, מענטשען וואס וועגען בושה וואס יענער וועט טראכטען, אדער יענער וועט לאכען, אדער יענער וועט מיינען אז....., אויף דעם האב איך געשריבען אז ווען ס'יז א עת צרה אדער א עת רצון דארף מען זיך אריינפייפען אין וואס יענער וועט טראכטען אדער מיינען, ליידער זיצט היינט די בושה פון מענטשען אויף א גרויסע פאזישען, און כאטשיג די הייליגע פארכטיגע טעג דארף מען טראכטען פון ה' און נישט פון וואס בשר ודם'ס וועלען יא אדער נישט טראכטען

אויך האב איך בכלל נישט גערעדט פון קיין קולות וואס מאכט נערוועז מענטשען, מ'רעדט פון זיך אויסוויינען, דאווענען אביסעל העכער און ווארעמער ווי מ'יז צוגעוואוינט,
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

די פראבלעם איז אבער אז איין טראפקעלע גאוה ביים דאווענען איז א שטארקע פראבלעם ווייל אין אני והוא יכולין לדור במקום אחד.
און אויב דאווענט מען מיט קולות, אפגערדט אז אויב מען מיינט עס נישט 100% קען עס זיין א אבק עו"ז.
אבער אויב פילט מען זיך גוט איך האב געדאווענט מיט קולות מער ווי א צווייטען וואס איז ווערט די דאווענען? [עס איז אפשר ווערט ווייל א צדיק קען עס עלה זיין בתפילתו, אדער איין אמת'ע קרעכטץ קען עס מעלה יין אבער עס איז א נושא פאר זיך].

ווען א איד קומט אריין מיט א יראה והתבדלות פארן אייבערשטען קען מען נישט שרייען ביים דאווענען, נאר אסאך מאל ווען מען הייבט אן צו ווערן נתלהב פאר א מתחיל בעבודת השם שרייט פון זיך אליין אבער אויב האט מען אין פלאן צו שרייען איז מען א פאפער,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

או פליעז.. טעיק איט איזי
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:די פראבלעם איז אבער אז איין טראפקעלע גאוה ביים דאווענען איז א שטארקע פראבלעם ווייל אין אני והוא יכולין לדור במקום אחד.
און אויב דאווענט מען מיט קולות, אפגערדט אז אויב מען מיינט עס נישט 100% קען עס זיין א אבק עו"ז.
אבער אויב פילט מען זיך גוט איך האב געדאווענט מיט קולות מער ווי א צווייטען וואס איז ווערט די דאווענען? [עס איז אפשר ווערט ווייל א צדיק קען עס עלה זיין בתפילתו, אדער איין אמת'ע קרעכטץ קען עס מעלה יין אבער עס איז א נושא פאר זיך].

ווען א איד קומט אריין מיט א יראה והתבדלות פארן אייבערשטען קען מען נישט שרייען ביים דאווענען, נאר אסאך מאל ווען מען הייבט אן צו ווערן נתלהב פאר א מתחיל בעבודת השם שרייט פון זיך אליין אבער אויב האט מען אין פלאן צו שרייען איז מען א פאפער,

און אויב מען האט אין פלאן צו וויינען איז מען אויך א פאפער?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

צעטיל קטן אות י"א:
יַרְגִיל אֶת עַצְמוֹ לְהִתְפַּלֵל בְּכָל כֹּחוֹ וּבְּקוֹל הַמְעוֹרֵר הַכַּוָּנָה לְהַדְבֵּק הַמַחְשָׁבָה לְדִיבּוּר וּפָּנָיו אֶל הַכּוֹתֵל בְּתּוֹךְ סִידוּר הַתְּפִלָה בַּבּוֹקֶר וּבָעָרֶב וְלֹא יִסְתַּכֵּל לִצְדָדִין מִתְּחִלַת הַתְּפִלָה עַד סוֹפָהּ, וּבַּחֲזָרַת הַשַׁ"ץ הַשְׁמוֹנָה עֶשְׂרֵה יְעַיֵּין בְּסִידוּר לַעֲנוֹת אָמֵן בְּכָל כֹּחוֹ עַל כָּל בְּרָכָה וּבְּרָכָה וּבִּשְׁעַת קְִרִיאַת הַתּוֹרָה לְהַטּוֹת אָזְנוֹ עַל כָּל דִיבּוּר וְדִיבּוּר מֵהַקוֹרֵא כְּקוֹרֵא אֶת הַמְגִילָה וְלַעֲשׂוֹת עַצְמוֹ כְּאִלֵם בְּבֵית הַכְּנֶסֶת אֲפִילוּ קוֹדֶם הַתְּפִלָה וְאַחֲרֶיהָ עַד הֲלִיכָתוֹ לְבֵּיתוֹ.

וְלֹא יִסְתַּכֵּל לִצְדָדִין מִתְּחִלַת הַתְּפִלָה עַד סוֹפָהּ
נישט קוקען ווער קוקט יא, ווער קוקט נישט, ווער איז דא אין בית המדרש; ווער וועט לאכען, און ווער וועט טראכטען גוט פון אים; נאר אין זין האבען און טראכטען נאר פון באשעפער און דעטס אול.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 1:05 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

שלחן ערוך אורח חיים ח"א הלכות השכמת הבוקר סימן א' סעיף א':
ולא יתבייש מפני בני אדם המלעיגים עליו בעבודת השם יתברך

דער מגן אברהם ובאר היטב ברענגען דער בית יוסף וואס זאגט: ועכ"פ לא יתקוטט עמהם.

דער מחצית השקל ברענגט דער לשון פון ב"י וואס איז עס מסביר: וז"ל (פון ב"י): מפני שמדת העזות מגונה מאד ואין ראוי להשתמש ממנה כלל אפילו בעבודת השי"ת, כי יקנה קנין בנפשו להיות עז אפילו שלא במקום עבודתו יתברך, עכ"ל.

זעה דער בית יוסף אינעווייניג און אויך דער טור וואס גייט אריין אין א אריכות וואס וועט זיין קילורין לעינים פאר אלעס וואס איז געזאגט געווארען דא אין דער אשכול.

און דער עיקר איז אז רחמנא ליבא בעי, והצנע לכת עם ה'; יעדער לויט זיין דרכו בקודש, ונהרא נהרא ופשטיה.
לעצט פארראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:33 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

ודוד מכרכר ומפזז בכל עוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

וְדָוִד מְכַרְכֵּר בְּכָל עֹז לִפְנֵי ה' (שמואל ב' ו' י"ד)

דער שליסעל דא איז "לפני ה'".
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

עס ליגט מיר אין קאפ אז הגאון רבי יונתן אייבשיץ זצ"ל שרייבט אין א בריוו, אז מען מאכט חוזק פון אים (און דער בית הכנסת פון זיין שטאט!) ווי אזוי ער דאווענט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”