וואו קען מען דאווענען בהשתפכות הנפש, בקולות, בתנועות, בבכי' וכו'?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מארמאראש
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

וואו קען מען דאווענען בהשתפכות הנפש, בקולות, בתנועות, בבכי' וכו'?

תגובהדורך מארמאראש » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 9:37 am

ווי קען מען דאווענען בהשתפכות הנפש?
ס'מאכט זיך אסאך מאל אז מ'וויל זיך גיט אויסגעבן ביים דאווענען, אמאל בקולות, אמאל מיט בכיות, יעדער לויט זיין מהלך.
אמאל סתם אין מיטן די יאהר מאכט זיך אז די הארץ בענקט זיך צו השי"ת, אמאל ח"ו א צרה ל"ע וואס "ואת שועתם ישמע ויושיעם", שמעתי את נאקת בני ישראל... אמאל וויל זיך די נשמה גוט אויסוויינען אויף די התרחקות מה'...
און פיל מענטשן וואלטן געקענט באשטיין זיך צו קענען גיט אויסוויינען די ימים נוראים, דער ביי א' סליחות, דער ביי אבינו מלכינו... שמע קולינו... שלש עשרה מדות... שומע קול בכיה...

ווען מ'גייט צו די מקומות הקדושים ווי יעדער שרייט זיך אויס, שפירט זיך יעדער פריי זיך מיטצוכאפן מיט'ן שטראם און מ'שפירט ווי א שטיין פון הארץ פאלט אראפ, א התקרבות לה', ווי השי"ת האט אויסגעהערט די תפלה, מ'האט זיכער גע'פועל'ט, מ'שפירט ווי די גאנצע עולם הזה איז א שטיק גארנישט, די פנימיות הלב קומט ארויס...

איז אבער די פראבלעם אז אין די אלגעמיינע בתי מדרשים דאווענט יעדער אויף די זעלבע רוהיגע טאן, די זעלבע נוסח, און אויב איינער צופייערט זיך בקביעות מאכט מען אים שטיל, אדער קוקט ער אויס עפעס מאדנע, און בכלל איינער וואס איז אביסל צוריקגעצויגן קען זיך נישט צושרייען ביי אזא פלאץ מחמת בושה, אויב וועט מען זיך ציוויינען וועט מען זיך מיזן באהאלטן אינטערן טלית אדער סידור אדער שטיין מיטן פנים צום וואנט.

(איך האב געדאוונט יום הקדוש אין א חשוב'ע בית המדרש, ווי יעדער דאווענט מיט א געוואלדיגע כוונה, אבער נישט מיט קולי קולות, און עפעס א ידיד מיינער האט אזאנס געוויינט במשך שמונה עשרה און אבינו מלכינו, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן, פארציילט ער מיר אז א חשוב'ע ת"ח וואס האט געדאווענט אין פארנט פון אים האט אים שטיל געמאכט כמ"פ, זאגט מיר מיין חבר אז איבער א יאר האט נעבעך יענע ת"ח אויך געוויינט א גאנצע דאווענען מחמת שנחלה על... ל"ע)
עכ"פ אסאך וואלטן געוואלט דאווענען און איינרייסן וועלטן בפרט די ימים נוראים, וויל איך וויסן ווי איז פארהאן אזוינע בתי מדרשים, וואס סתם מענטשן קענען זיך אריינכאפן דארט צום דאווענען.

אויב איז נישט פארהאן קיין גרויסן אויסוואל, וואלט אפשר כדאי געווען צו הערן דעם דעת הציבור צו מ'זאל צונויפשטעלן אזוינע מנינים...
לעצט פאראכטן דורך מארמאראש אום זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 11:23 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 11:43 am

די קעפל פון די אשכול האט מיר געצויגן,
ווייל כ'האב אסאך מאל געהאט די פילינג,

אין אזא זמן פלעג איך מיר מתיר זיין צו דאווענען ביחידות, טאקע פאר די פראבלעם,

אבער כ'האב קיינמאל נישט געפרעגט קיין דיין צו ס'איז אויסגעהאלטן

קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 12:24 pm

ס'יז דא אזוינע שוהלען, כ'ווייסט נישט אין וועלעכע שטאט דו וואוינסט, אבער מ'קען טרעפען, ספעשעל ימים נוראים, אין די ימים נוראים זענען דא מענטשען אין אסאך שוהלען וואס די גאנץ יאר דאווענען זיי רואיג און די הייליגע טעג צופלאקערען זיי זיך, ס'יז גאנץ פשוט, זיי פייפען יעדעם אן, זיי ווייסען אז יעצט קען מען אפווישען די עבירות און זיך אויסבעטען א גוט יאר, הא קעירס וואס אנדערע שטיקער פלייש טראכטען,

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:32 pm

סתם א קליין הערה, די קעפיל פון די אשכול רעגט ווי אזוי מען קען דאווענען בהשתפכות , וואו מען קען דאווענען דארף מען שרייבן "װאו":
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:37 pm

א חשוב'ע נקדה. נישט אלעמאל וועט א געפלאנטע וויינען זיך אויסארבעטן.

זבחי צדק
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 1:41 pm

דער ישמח משה טייטשט תהלת ה' ידבר פי ויברך כל בשר שם קדשו. לעולם וואלט מען געקענט דאווענען במחשבה, דער רבוש"ע איז בוחן כליות ולב, די סיבה פארוואס מען דאוונט מיטן מויל איז כדי מעורר צו זיין אנדערע אויך.
כ'מיין ס'יז כדאי צו דאווענען אזוי הויך אז אנדערע זאלן אויך נתעורר ווערן, אויב אנדערע קוקן דיך אראפ פאר אזא דאווענען איז א סימן אז סי'ז נישט מן עומק הלב, דברי אמת ניכרין ודיבורים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב...

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3810
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 2:54 pm

אויף תולדות אהרן אדער אין סלאנים פלעגט מען זאגען אז די דאווענען דארט איז לעילא ולעילא

SPUSMN
שר תשעת אלפים
תגובות: 9804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 2:55 pm

אין סטאלין אויך

ווי זינגט נאר רבי יום טוב ערליך: און די סטאלינער חסידים שרייען...
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 3:54 pm

צו פארפירן אויף א משונה'דיגע וועג צווישען א ציבור וואס דאווענט אויף א מער רואיגע אופן קען זיין א שטיקל עוולה, עס קען מבלבל זיין די שכינים אויף א שווערע אופן.

אין יעדע געגענט קען מען טרעפן אזעלעכע עובדישע ווינקלען וואס דארט איז עס מער עקסעפטעט, ווי יאוואזשנע צו סטוטשין אדער תהילות ישראל אין וויליאמסבורג

signout
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 4:06 pm

אין סאמאר ביהמ''ד ויואל משה אויף 141 ראס אין זייער א ערנסטע דאווענען אבער אן קיין שטויסערייען מיט קולות

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » פרייטאג סעפטעמבער 08, 2017 4:07 pm

די קעפל איז פארפירעריש. מען קען דאווענען בהשתפחות הנפש בקול דממה דקה זיך נישט גיבן א שאקל, און מען קען דאווענען מיט קולות כקול שאגת ארי וכל עצמותי תאמרנה אבער מיט השתפחות הנפש האט דאס קיין שייכות.

ביי צדיקים האט מען געזען ביידע סארט עבודות.

די קעפל דארף זין ''וואו קען מען דאווענען מיט קולות ותנועות''

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 5:21 pm

ס'דא אזעלכע וואס מאכט זיי נערוועז, אבער מערסטנסט כאפט עס אהן ש שטארקע קאך, צי דאווענען אין קארלין - סטאלין.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 11:12 pm

קלוגער האט געשריבן:ס'יז דא אזוינע שוהלען, כ'ווייסט נישט אין וועלעכע שטאט דו וואוינסט, אבער מ'קען טרעפען, ספעשעל ימים נוראים, אין די ימים נוראים זענען דא מענטשען אין אסאך שוהלען וואס די גאנץ יאר דאווענען זיי רואיג און די הייליגע טעג צופלאקערען זיי זיך, ס'יז גאנץ פשוט, זיי פייפען יעדעם אן, זיי ווייסען אז יעצט קען מען אפווישען די עבירות און זיך אויסבעטען א גוט יאר, הא קעירס וואס אנדערע שטיקער פלייש טראכטען,

סעלפיש
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2017 11:33 pm

זבחי צדק האט געשריבן:דער ישמח משה טייטשט תהלת ה' ידבר פי ויברך כל בשר שם קדשו. לעולם וואלט מען געקענט דאווענען במחשבה, דער רבוש"ע איז בוחן כליות ולב, די סיבה פארוואס מען דאוונט מיטן מויל איז כדי מעורר צו זיין אנדערע אויך.
כ'מיין ס'יז כדאי צו דאווענען אזוי הויך אז אנדערע זאלן אויך נתעורר ווערן, אויב אנדערע קוקן דיך אראפ פאר אזא דאווענען איז א סימן אז סי'ז נישט מן עומק הלב, דברי אמת ניכרין ודיבורים היוצאים מן הלב נכנסים אל הלב...

א נייע מעשה

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:00 am

דאס איז א ערנסטע דאגה פאר אזאנע אידן מבקשי ה' וואס וואוינען אין די נארמאלע אמעריקא וואס די ערשטע פראגע אויף איינעם וואס דאוונט אביסל ווי א חסידישער איד איז וואס גייט פאר מיט זיין שלום בית.
האסט אפאר ברירות.
אדער טרעף צען אידן ווי דו און מאך א מנין.
אדער פייף אויף די וועלט . ס'איז א קל וחומר מאדאך דער מחוצף שטייט אין שמועס אינמיטן בית מקדש מעט לפני הארון קודש מיטב א ציבור אידן און ער האט נישט קיין שום מורא ובושה פון מה יאמרו הבריות, ער פיייפט.. איז דאך א כל שכן
פאר מער פרעג אזעלכע אידן ווי ר' יושע באנדא וואס איז אין די בראשית יארן אדורך שווערע רדיפות. ביז אויף די עלטערע יארן זענען זיי שוין יא אקצעפטירט אלס צדיק.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:04 am

עס האט גארנישט מיט נארמאלע אמעריקע נאר מיט דעם אז אנדערע מענטשען האבען אויך א רעכט צו דאווענען דו ביסט נישט די איינציגסטע מענטש
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:13 am

און אויף דעם קומט דער קל וחומר..

א איד האט מיר פארציילט ער האט געזען אמאל ווי ראחמיסטריווקע רבי ז"ל האט אמאל גענומען אזא מיטגעמאכט אידל וואס עמיצער האט אים געטרינקען דאס בלוט פארן דאווענען ווי א איד, האט ער אים אנגעכאפט און געטראגן לעבן זיין פלאץ, און געזאגט לאמיר זען צי איינער גייט דיר זאגן א ווארט.
ער איז גראדע געווען א פראקטישער און א חכם מחוכם

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1585
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:31 am

וואס לערענסטו ארויס פון די מעשה?
איך לערן אז ער האט געוואלט מאכען זיכער אז מען רודפט אים נישט אלס רחמנות אבער עס מיינט נאך נישט אז יענער איז גערעכט און אז ער האט געהאט רעכט צו שטערען זיין ארימיגע דאווענען
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:35 am

אויב השתפכות הנפש איז די אפטייטש קולות ותנועות וואס איז די סיבה וואס חז''ל האבן קובע געווען אז שמו''ע - וואס דאס איז די ''עיקר'' תפילה - זאל זיין בלחש??

צבישלום
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 3:02 pm

תגובהדורך צבישלום » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:27 am

Amazing האט געשריבן:אויב השתפכות הנפש איז די אפטייטש קולות ותנועות וואס איז די סיבה וואס חז''ל האבן קובע געווען אז שמו''ע - וואס דאס איז די ''עיקר'' תפילה - זאל זיין בלחש??


מ׳האט אבער נאר קובע געווען שמו״ע נישט די גאנצע דאווענען...

צבישלום
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 3:02 pm

תגובהדורך צבישלום » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:28 am

יעדער איינער האט זיין זאך וואס איז מעורר

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:44 am

Amazing האט געשריבן:אויב השתפכות הנפש איז די אפטייטש קולות ותנועות וואס איז די סיבה וואס חז''ל האבן קובע געווען אז שמו''ע - וואס דאס איז די ''עיקר'' תפילה - זאל זיין בלחש??

די סיבה פון לחש האט גארנישט מיט די טייטש פון השתפכות הנפש..
די גמרא 'לערנט ארויס פון חנה און זאגט טעמים
אויך זאגט די גמרא שלא לבייש המתודה ביי סלח לנו

מארמאראש
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

תגובהדורך מארמאראש » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 11:24 am

Amazing האט געשריבן:די קעפל איז פארפירעריש. מען קען דאווענען בהשתפחות הנפש בקול דממה דקה זיך נישט גיבן א שאקל, און מען קען דאווענען מיט קולות כקול שאגת ארי וכל עצמותי תאמרנה אבער מיט השתפחות הנפש האט דאס קיין שייכות.

ביי צדיקים האט מען געזען ביידע סארט עבודות.

די קעפל דארף זין ''וואו קען מען דאווענען מיט קולות ותנועות''


פארראכטן די קעפל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17777
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 11:58 am

ענטפער: אונטערן טלית.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

לארימער
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 21, 2017 9:32 am

תגובהדורך לארימער » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:05 pm

אינטערסאנט עס זענען געווען צדיקים וואס האבן מקפיד געווען דירעקט נישט צו שרייען ביים דאווענען. איך האב געהערט א מעשה אז הגה"ק רבי יאנקלע מפשעווארסק זי"ע האט אמאל געדאווענט א שחרית אינדערוואכן אין ראדני און דארט האט געדאווענט הגה"צ...חבר הביד"ץ דקיט"ל און ער האט געשריגן און געוויינט ביים דאווענען, און נאכן דאווענען איז ר' יענקלע צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט :איר האט שוין פרובירט מיט שיינעם?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: AdultAdhd און 23 געסט