יודן אין די פאליטישע ארענע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

יודן אין די פאליטישע ארענע

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 4:12 pm

הקדמה
מיר יודן די עם הנבחר וואס השי"ת האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין פאלק און אונז דערהויבן מכל עם ולשון, האבן זיך ליידער פארזינדיגט און מפני חטאינו גלינו מארצינו ונתרחקנו מעל אדמתינו און נאכן דורכגיין שחיטות פאגראמען און פייניגערייען האט דער רבש"ע אריינגעשטעלט אונזער יעצטיגע דור השפל אין א גלות וואס איז ב"ה נישט דא (עכ"פ אפיציעל) קיין אפענע פיינטשאפט צו אונז, א דעמאקראטישע גלות ווי יעדער קען טאן וואס ער וויל, דינען דעם רבש"ע ווי אזוי ער וויל און אנגיין מיטן לעבן ווי אזוי ער וויל, אבער דאך איז דאס דעת אין א גאר פינסטערע גלות מיר ווייסן נישט און מיר זעהן נישט, מיר שפירן נישט קיין רוחניות, מיר ווערן פארגויאישט און מיר ווייסן נישט פשוט אורחות חיים
אבער פאָרט זענען מיר אין גלות בגשמיות! מיר זענען אונטערגעווארפן אונטער א רעגירונג, מיר דארפן זיך צושטעלן צו זיי און נישט זיי צו אונז! יא דער ספאנישער באקומט דירות און האט זיינע רעפרעזענטירער אינעם קאנגרעס און סענאט, אבער מיר נישט, פארוואס? פשוט ווייל מיר זענען אין גלות און זיי נישט! זיי קומט בזרוע און מיר דארפן בעטן בתחנונים
ירמי' הנביא ווען יודן זענען געגאנגען אין גלות האט ער געזאגט "ודרשו את שלום העיר אשר הגליתי אתכם שמה" גייט בעט אייך יודן צו די רעגירונג און זייט מתפלל
יא מיר לעבן אין א דעמאקראטישע לאנד אבער מיר דארפן זיך בעטן און נישט פארלאנגען

ע"כ ההקדמה

אפגעשריבן דאס אלעס האב איך צוליב א זאך וואס טוט מיר וויי און איך האב געטראכט אז מיטן אויסשמועסן וועט מיר אפשר גרינגער ווערן אדער גאר איינער וועט דאס פארענטפערן

לעצטענס איז געווארן א מצב ווי היימישע יודן האבן אנגעהויבן רודערן אין די גוי'אישע פאליטיק, מען שרייבט אויף גוי'אישע בלאגס און מען גייט פראטעסטירען אין גאס, מען האט מכלומר'שט סימפאטיע מיט די נרדפים און מען ווייזט פאר די מידיע און רעגירונג אז מיר זענען אויך אמעריקאנער בירגער! מיר האבן רעכטן! מיר פארלאנגען! מיר פראטעסטירן!
איז ווען מען זאל רעדן פון א לאקאלע זאך וואס טוט וויי און אנשטאט זיך בעטן פראטעסטירט מען און מען רייסט אראפ פאלעטישנס, איז עס אפשר בכלל פון אין אדם נתפס על צערו, אבער אין נאציאנאלע אישוס וואס אפעקטירט דיר נישט פערזענליך, ווער ביסטו? ביסט דאך א גלות יוד געוואלד! א חוץ די שנאת ישראל וואס עס ברענגט, האסט א פראבלעם שפירסט אז די רעגירונג באקירעוועד נרדפים אדער טוט זאכן וואס איז א דומה לדומה פון א קלייניקייט וואס האט שייכות צו וואס דייטשלאנד האט געטאן ווען היטלער ימ"ש איז געקומען צו מאכט, דאן האבן אונז די ירמי' הנביא געזאגט וואס צו טאן "דרשו את שלום העיר!" גיי בעט דיך צו דיין סענעטאר, שיק אים א הארציגע בריוו, קאל אן די העכערע אויטאריטעטן און שיק בריוון "פון מיר וואס האט די מזל צו וואוינען אונטער אזא דעמאקראטיע און אזא גוט פלאץ און אונטער אזא גוטע פירערשאפט וכו' וכו' איך שפיר אז די פאליסי וואס איר טוט פארשלאגן וועט מיר ווייטאן און איך ווייס אז די ווילסט דאס נישט וכו' וכו', אדער אין אזא דעמאקראטיע האסטו די רעכט פון יענעם ארויסוועילן נאכן טערמין
אבער ארויסגיין אין גאס פראטעסטירן? שרייבן אויף פאבליק גואישע פארעמען? איז דאס אויסגעהאלטן???

איך ליידער גלייך דברים בטילים און האב הנאה מיטצוהאלטן פאליטיק און זאגן מיין מיינונג, אבער טאקע (אויך) פארדעם איז דא איי-וועלט, איך שרייב און יענער שרייבט און מען טענה'ט אהער און אהין, יא גוט נישט גוט וכו' אבער איך גלייב אז קיינער דא וויל נישט ח"ו שרייבן די זאכן מיט די שפראכן אויף גוי'אישע פלעצער אדער זיך אויפשטעלן פאר די מידיע און זאגן די ווערטער וואס שטייען דא

וועקט אייך אויף! מיר זענען טאקע פארגויאישט ליידער און אמעריקאנעזירט אבער פאָרט זענען מיר גלות יודן און נישט קיין אמעריקאנער

נ.ב.
איך ווייס נישט אויב עס איז דא אזא אשכול אויב יא ביטע אהינפירן
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
לאנגעפאות
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2016 5:28 pm

תגובהדורך לאנגעפאות » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 4:27 pm

משה כספי האט געשריבן:הקדמה
מיר יודן די עם הנבחר וואס השי"ת האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין פאלק און אונז דערהויבן מכל עם ולשון, האבן זיך ליידער פארזינדיגט און מפני חטאינו גלינו מארצינו ונתרחקנו מעל אדמתינו און נאכן דורכגיין שחיטות פאגראמען און פייניגערייען האט דער רבש"ע אריינגעשטעלט אונזער יעצטיגע דור השפל אין א גלות וואס איז ב"ה נישט דא (עכ"פ אפיציעל) קיין אפענע פיינטשאפט צו אונז, א דעמאקראטישע גלות ווי יעדער קען טאן וואס ער וויל, דינען דעם רבש"ע ווי אזוי ער וויל און אנגיין מיטן לעבן ווי אזוי ער וויל, אבער דאך איז דאס דעת אין א גאר פינסטערע גלות מיר ווייסן נישט און מיר זעהן נישט, מיר שפירן נישט קיין רוחניות, מיר ווערן פארגויאישט און מיר ווייסן נישט פשוט אורחות חיים
אבער פאָרט זענען מיר אין גלות בגשמיות! מיר זענען אונטערגעווארפן אונטער א רעגירונג, מיר דארפן זיך צושטעלן צו זיי און נישט זיי צו אונז! יא דער ספאנישער באקומט דירות און האט זיינע רעפרעזענטירער אינעם קאנגרעס און סענאט, אבער מיר נישט




פארשטייט זיך אז מען טאר נישט אין גלות קויפן א הויז און נעמען א גוישע טענענט, נאר מען איז מחוייב מקבל צי זיין עול הגלות און צאלן רענט פאר א גוי

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 4:47 pm

לאנגעפאות האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:הקדמה
מיר יודן די עם הנבחר וואס השי"ת האט אונז אויסגעקליבן אלס זיין פאלק און אונז דערהויבן מכל עם ולשון, האבן זיך ליידער פארזינדיגט און מפני חטאינו גלינו מארצינו ונתרחקנו מעל אדמתינו און נאכן דורכגיין שחיטות פאגראמען און פייניגערייען האט דער רבש"ע אריינגעשטעלט אונזער יעצטיגע דור השפל אין א גלות וואס איז ב"ה נישט דא (עכ"פ אפיציעל) קיין אפענע פיינטשאפט צו אונז, א דעמאקראטישע גלות ווי יעדער קען טאן וואס ער וויל, דינען דעם רבש"ע ווי אזוי ער וויל און אנגיין מיטן לעבן ווי אזוי ער וויל, אבער דאך איז דאס דעת אין א גאר פינסטערע גלות מיר ווייסן נישט און מיר זעהן נישט, מיר שפירן נישט קיין רוחניות, מיר ווערן פארגויאישט און מיר ווייסן נישט פשוט אורחות חיים
אבער פאָרט זענען מיר אין גלות בגשמיות! מיר זענען אונטערגעווארפן אונטער א רעגירונג, מיר דארפן זיך צושטעלן צו זיי און נישט זיי צו אונז! יא דער ספאנישער באקומט דירות און האט זיינע רעפרעזענטירער אינעם קאנגרעס און סענאט, אבער מיר נישט




פארשטייט זיך אז מען טאר נישט אין גלות קויפן א הויז און נעמען א גוישע טענענט, נאר מען איז מחוייב מקבל צי זיין עול הגלות און צאלן רענט פאר א גוי

ביטע נישט צוזאמשטעלן א בוים מיט א קאר.
על פי שכל איז דא א שטיקל חילוק צווישן פארדינגען א הויז פאר א גוי
צו פראטעסטירן אנטקעגן דעם גוי
פליז...

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 4:58 pm

לאנגעפאות האט געשריבן:
משה כספי האט געשריבן:
אבער פאָרט זענען מיר אין גלות בגשמיות! מיר זענען אונטערגעווארפן אונטער א רעגירונג, מיר דארפן זיך צושטעלן צו זיי און נישט זיי צו אונז! יא דער ספאנישער באקומט דירות און האט זיינע רעפרעזענטירער אינעם קאנגרעס און סענאט, אבער מיר נישט




פארשטייט זיך אז מען טאר נישט אין גלות קויפן א הויז און נעמען א גוישע טענענט, נאר מען איז מחוייב מקבל צי זיין עול הגלות און צאלן רענט פאר א גוי

גראדע שטייט פארקערט
ירמי' כ"ט
ד כה אמר ה' צ', אלוקי ישראל: לכל-הגולה--אשר-הגליתי מירושלים, בבלה. ה בנו בתים, ושבו; ונטעו גנות, ואכלו את-פריין. ו קחו נשים, והולידו בנים ובנות, וקחו לבניכם נשים ואת-בנותיכם תנו לאנשים, ותלדנה בנים ובנות; ורבו-שם, ואל-תמעטו. ז ודרשו את-שלום העיר, אשר הגליתי אתכם שמה, והתפללו בעדה, אל ה': כי בשלומה, יהיה לכם שלום.

און די חילוק איז פשוט ומובן

נ.ב. עיין חתימתי והבן היטיב
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 6:14 pm

די מיינונג פון ר' אביגדור ז'ל

What should we say about Jewish politicians who want office or are in office?

October 1, 2014

The answer is primarily it’s not good to have Jews in office. If all Jews would stay out of office it would be the very best thing for two reasons, one for us and one for them.
No publicity.

We don’t want to be in the public eye.
For us it’s better because Jews in the public eye are only going to cause animosity. Never will a Jew who is a public official gain the admiration of the people. All that will happen will be that they’ll blame him for certain things and they’ll blame it on the Jewish people. They’ll say it’s that Jew who did this and that. Nobody can be perfect in public office. Therefore for us it’s best if we are incognito.

If the word "Jew" never appeared in the press, in the gentile news or the radio, nobody ever spoke about us, it’s the healthiest thing. There wouldn’t be any anti-Semitism, people wouldn’t notice us. We would increase and multiply, we would spread out and fill all the neighborhoods, we would take over all the businesses. But no publicity. We don’t want to be in the public eye.

It’s not good for us and it’s not good for them either, because when a politician is elected to office he mingles with the rottenest company and he does the worst things. He deteriorates; he cannot be a Jew if he mixes with bad company. I won’t mention their names now but there are plenty of wicked Jews today who are spoiling the whole landscape... If they weren’t elected it’s the very best thing for them.

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 9:51 pm

רודף שלום האט געשריבן:די מיינונג פון ר' אביגדור ז'ל


If the word "Jew" never appeared in the press, in the gentile news or the radio, nobody ever spoke about us, it’s the healthiest thing
. There wouldn’t be any anti-Semitism, people wouldn’t notice us. We would increase and multiply, we would spread out and fill all the neighborhoods, we would take over all the businesses. But no publicity. We don’t want to be in the public eye.
.

ישר כח פארן ברענגען
ער רעדט בעיקר פון די חלק פון לויפן פאר פובליק אפיס אבער זיין פוינט אז עס ברענגט שנאת ישראל איז וואליד צו אונזער שמועס פונקט אזוי
אגב רעדט ער נישט צו עס איז אויסגעהאלטן נאר בעיקר אז עס טויגט נישט
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

רודף שלום
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 02, 2016 1:48 pm

תגובהדורך רודף שלום » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:08 pm

משה כספי האט געשריבן:
רודף שלום האט געשריבן:די מיינונג פון ר' אביגדור ז'ל


If the word "Jew" never appeared in the press, in the gentile news or the radio, nobody ever spoke about us, it’s the healthiest thing
. There wouldn’t be any anti-Semitism, people wouldn’t notice us. We would increase and multiply, we would spread out and fill all the neighborhoods, we would take over all the businesses. But no publicity. We don’t want to be in the public eye.
.

ישר כח פארן ברענגען
ער רעדט בעיקר פון די חלק פון לויפן פאר פובליק אפיס אבער זיין פוינט אז עס ברענגט שנאת ישראל איז וואליד צו אונזער שמועס פונקט אזוי
אגב רעדט ער נישט צו עס איז אויסגעהאלטן נאר בעיקר אז עס טויגט נישט


אז איינער טוט עפעס וואס ''טויג נישט'', מאכט ער שאדן פאר כלל ישראל. והיינו הך

אוועטאר
נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:50 pm

ישר כח כספי, אמתדיגע וויכטיגע נושא, איי וויש דער אשכול וואלט שוין געבוירן געווארן 8 יאר צוריק, ווארט ביי ווארט.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1409
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:23 am

איך ווייס ווי דו צילסט...

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 1:00 am

fiena nieas האט געשריבן:איך ווייס ווי דו צילסט...

איך ציל יעדער יוד וואס שטעלט זיך ארויס "אין גאס" אויף סיי וועלכע אופן צו בכתב אדער בפה קעגן סיי וועלכע פאליטישן פון סיי וואספארא פארטיי
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 2:10 am

שוין ליידער געווארן אזא אזך אז א אידיש קינד וואס זאל זאגן, איך בין א רעפאבליקאנער...

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 11:26 am

לחם לשובע האט געשריבן:שוין ליידער געווארן אזא אזך אז א אידיש קינד וואס זאל זאגן, איך בין א רעפאבליקאנער...

ביסט גערעכט מיט די חלק אפשר אז מען איז אריין געטאן אין פאליטיק מער ווי מען דארף, אבער מיין פוינט איז כלפי זיך צייגן פארן גוי אין גאס און פארפירן אדער פראטעסטירען
אז איינער זאגט פארן חבר אז "איך בין א רעפובליקאנער אדער א דעמאקראט" איז נישט פשט איך בין נישט קיין יוד אדער איך בין ביי מיר אינדערהיים, ער מיינט צו זאגן אז ער גלייכט פאליטיק און זיין מיינונג איז אז "אמעריקע" זאל זיך פירן אויפן דעמאקראטישע אופן אדער רעפובליקאנער אופן, אבער למעשה ער וועט קיינמאל נישט ארויסגיין אין גוי'אישע גאס און זאגן זיין מיינונג אדער פראטעסטירען קעגן די אנדערע פארטיי וואס ער גלייכט נישט, עכ"פ עס איז נישט גלייך צו אונזער נושא
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 2:23 pm

שכח כספי, ווייטאגליכע נושא

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3809
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 10:52 pm

כספי, געלייענט דיין תגובה צוויי מאל, ביזט הינדערט פראצענט גערעכט אבער אלס א לימוד זכות קען אפשר זיין אז אמאל פלעגט מען זאגען אז די אמעריקאנע גוי האט דיך פונקט אזוי פיינט ווי דער דייטשער גוי, די חילוק איז נאר אז די אמעריקאנע גוי האט מער ליב זיין געלט סאו פארגעסט ער פונעם איד.

היינט קען מען אפשר זאגען אז פאליטיק שפיעלט אזא גרויסע ראלע אז עס שטייט ביים אלגעמיינען העכער ווי עני אנדערע זאכען אינקלודינג רעליגיע סאו עס קען זיין אז די אלע דומע קעפ וואס פארפירען ברבים אויף אישוס וואס איז יא אדער נישט נוגע ברענגען נישט קיין חילול השם זיי ווערן פשוט געלעיבלט אלס דעמאקראט אדער רעפובליקען און פארטיג.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט