הני מילי בדאיכא - וואס טוט מען אויב ס'איז נישטא קיין יאנעווער אתרוגים?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואס פאר א אתרוג גייסטו נוצן אויב עס איז נישטא קיין יאנעווער אתרוגים פון איטאליע?

א יאנעווער אתרוג פון כפר חב"ד
6
6%
א מאראקאנער
58
58%
אן ארץ ישראל'דיגער (כללי)
14
14%
חזון-איש (פון ארץ ישראל)
4
4%
צאלן 4-5 מאל די פרייז, אבי צו האבן א יאנעווער
5
5%
נעמען א אומ'מהודר'דיגער יאנעווער
5
5%
תימנ'ער אתרוג פון ארץ ישראל
2
2%
תימנ'ער אתרוג פון לאס-אנדזשעלעס
2
2%
קויפן אפאר שותפים צוזאמען א מהודר'דיגן יאנעווער
4
4%
 
סך הכול שטימען: 100

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

הני מילי בדאיכא - וואס טוט מען אויב ס'איז נישטא קיין יאנעווער אתרוגים?

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 4:08 pm

עס איז נאכנישט 100%, אבער ווארשיינליך וועט זיין גאר א שווערע מצב היי-יאר מיט די יאנעווער אתרוגים (פון איטאליע). נאר פאר גאר גאר טייער אדער זייער נישט מהודר
די אתרוגים וואס אבותינו האבן מהדר געווען צו בענטשן דערויף.
די אתרוגים וואס אין חב"ד איז מקובל אז משה רבינו האט ג'בענטשט אויף זיי.
די אתרוגים וואס דער חתם סופר איז משבח.
די אתרוגים וואס האבן עפעס אזא חן מיוחד און שרייט ארויס "הדר!"

וואס גייט איר טוהן אלס צווייט צו בעסטע ברירה?
לאזט אייך הערן!
די אנקעטע איז געוואנדן צו די וועלכע נוצן בדווקא א יאנאווער אתרוג
לעצט פאראכטן דורך יידישע קהילות אום דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:12 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 4:12 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:עס איז נאכנישט 100%, אבער ווארשיינליך וועט זיין גאר א שווערע מצב היי-יאר מיט די יאנעווער אתרוגים (פון איטאליע). נאר פאר גאר גאר טייער אדער זייער נישט מהודר
די אתרוגים וואס אבותינו האבן מהדר געווען צו בענטשן דערויף.
די אתרוגים וואס אין חב"ד איז מקובל אז משה רבינו האט ג'בענטשט אויף זיי.
די אתרוגים וואס דער חתם סופר איז משבח.
די אתרוגים וואס האבן עפעס אזא חן מיוחד און שרייט ארויס "הדר!"

וואס גייט איר טוהן אלס צווייט צו בעסטע ברירה?
לאזט אייך הערן!

איך בעט אייך לאז די אמת'דיגע הדר פאר די ארץ ישראל'דיגע אתרוגים

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 890
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 4:13 pm

איר קענט נעמען וואס איר ווילט,
מיין מאראקאנער זאלט איר ביטע נישט צינעמען ...

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 6:15 pm

איז דא א היתר פאר איינער וואס האט ביז היי-יאר מקפיד געווען נישט צו נעמען אן ארץ ישראל'דיגער אתרוג, מקיל צו זיין און נעמען אן ארץ ישראל'דיגן אתרוג?
איך מיין אז עס איז א לעגיטימע שאלה פאר א דיין.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 6:17 pm

שמן האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:עס איז נאכנישט 100%, אבער ווארשיינליך וועט זיין גאר א שווערע מצב היי-יאר מיט די יאנעווער אתרוגים (פון איטאליע). נאר פאר גאר גאר טייער אדער זייער נישט מהודר
די אתרוגים וואס אבותינו האבן מהדר געווען צו בענטשן דערויף.
די אתרוגים וואס אין חב"ד איז מקובל אז משה רבינו האט ג'בענטשט אויף זיי.
די אתרוגים וואס דער חתם סופר איז משבח.
די אתרוגים וואס האבן עפעס אזא חן מיוחד און שרייט ארויס "הדר!"

וואס גייט איר טוהן אלס צווייט צו בעסטע ברירה?
לאזט אייך הערן!

איך בעט אייך לאז די אמת'דיגע הדר פאר די ארץ ישראל'דיגע אתרוגים


אונטרעסאנט דער בעל התניא האט געהאלטען אז ווען דער רבש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ולקחתם לכם פרי עץ הדר האט ער אים געוויזען א יאנעווער, און דו ווייסט בעסער, אקעי.

חלהדעקל
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:03 pm

הרב יודישע קהילות

דארפסט מאכן דיין אנקעטע בלויז פאר די וואס זענען מקפיד יעדעס יאר צו נעמען דוקא א יאנעווער, איך גלייב אז א ריזיגער ציבור דא אויב נישט דער רוב האט נישט קיין שום קפידא צו בענטשן אויף א יאנעווער.
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:14 pm

איך האב עס לכתחילה אריינגעשריבן אין דעם קעפל פון די אנקעטע, אבער עס איז געווען ציפיל אותיות און די סיסטעם האט ג'מאכט פראבלעמען (די פראבלעמען פון די סיסטעם...), האב איך קלענער ג'מאכט האט עס ג'זאגט אז עס איז פאראן צו ווייניג אותיות. בקיצור, נאכן פריוון עטליכע מאל האט עס אנגונעמען אזוי ווי איצט - בין איך געווען צופרידן.
איך האב אריינגעלייגט דיין הערה אין די הודעה אליינס.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 9:44 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:עס איז נאכנישט 100%, אבער ווארשיינליך וועט זיין גאר א שווערע מצב היי-יאר מיט די יאנעווער אתרוגים (פון איטאליע). נאר פאר גאר גאר טייער אדער זייער נישט מהודר
די אתרוגים וואס אבותינו האבן מהדר געווען צו בענטשן דערויף.
די אתרוגים וואס אין חב"ד איז מקובל אז משה רבינו האט ג'בענטשט אויף זיי.
די אתרוגים וואס דער חתם סופר איז משבח.
די אתרוגים וואס האבן עפעס אזא חן מיוחד און שרייט ארויס "הדר!"

וואס גייט איר טוהן אלס צווייט צו בעסטע ברירה?
לאזט אייך הערן!

איך בעט אייך לאז די אמת'דיגע הדר פאר די ארץ ישראל'דיגע אתרוגים


אונטרעסאנט דער בעל התניא האט געהאלטען אז ווען דער רבש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ולקחתם לכם פרי עץ הדר האט ער אים געוויזען א יאנעווער, און דו ווייסט בעסער, אקעי.


אינטערעסאנט, ווער האט דאס געהערט פונעם בעל התניא? וואס איז די מקור דערויף? חוץ דאס וואס דער לעצטער ליובאוויטשער רבי רמ"מ האט אזוי נאכגעזאגט, ווער נאך ווייסט דערפון?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 11:47 pm

ווערעצקי האט געשריבן:
אינטערעסאנט, ווער האט דאס געהערט פונעם בעל התניא? וואס איז די מקור דערויף? חוץ דאס וואס דער לעצטער ליובאוויטשער רבי רמ"מ האט אזוי נאכגעזאגט, ווער נאך ווייסט דערפון?


בייגעלייגט פון דעם ליובאוויטשן רבין דער מהריי"ץ זצ"ל שמחת תורה תש"י.
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (160.42 KiB) געזעהן 1342 מאל
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:00 am

ווערעצקי האט געשריבן:אינטערעסאנט, ווער האט דאס געהערט פונעם בעל התניא? וואס איז די מקור דערויף? חוץ דאס וואס דער לעצטער ליובאוויטשער רבי רמ"מ האט אזוי נאכגעזאגט, ווער נאך ווייסט דערפון?

עטליכע מראי מקומות פון אינעווייניג:

א. רשימת הרב"ש פון ר' ברוך שניאור, וואס האט עס געהערט פון זיין זיידן דער צמח צדק תרע"ו, אז דער בעל התניא האט עס נאכגעזאגט פון בעש"ט גאר.
ב. בספר המאמרים תשי"א פונעם ריי"ץ סוכות תש"י, נאכגעזאגט בשם אביו הרש"ב זצ"ל.
ג. שמועות וסיפורים להג"ר רפאל כהן בשם הג"ר יעקב לאנדאו אב"ד בני ברק, מגדולי תלמידי הרש"ב, וואס ער האט עס געהערט פון זיין רבי'ן דער רש"ב.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:04 am

אוהב ספרים האט געשריבן:אונטרעסאנט דער בעל התניא האט געהאלטען אז ווען דער רבש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ולקחתם לכם פרי עץ הדר האט ער אים געוויזען א יאנעווער, און דו ווייסט בעסער, אקעי.

לאו דוקא, עס קען זיין אז אין יענע יארן האט מען נאר געהאט געפלאנצט אתרוגים אין איטאליע (אויב עס איז שוין דעמאלטס געשטאנען בכלל, פון גמרא איז משמע אז איסר האטלקי ע"ש אטליה של יון וואס איז הערשט געווארן דורך נעץ קנה בים בימי שלמה...). נישט אין מאראקא.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:28 am

איסר האטלקי האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אונטרעסאנט דער בעל התניא האט געהאלטען אז ווען דער רבש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ולקחתם לכם פרי עץ הדר האט ער אים געוויזען א יאנעווער, און דו ווייסט בעסער, אקעי.

לאו דוקא, עס קען זיין אז אין יענע יארן האט מען נאר געהאט געפלאנצט אתרוגים אין איטאליע (אויב עס איז שוין דעמאלטס געשטאנען בכלל, פון גמרא איז משמע אז איסר האטלקי ע"ש אטליה של יון וואס איז הערשט געווארן דורך נעץ קנה בים בימי שלמה...). נישט אין מאראקא.

די קושיא איז שוין פארענטפערט ג'ווארן אז די גמרא מיינט אז דאן איז געבויעט געווארן די חומה פון איטליא של יון.
א ראיה צו דעם איז ווייל אין פרשת וישלח, די לעצטע פסוק, אלוף מגדיאל זאגט רש"י מגדיאל היא רומי!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:47 am

פארהאן אסאך תירוצים צו די קשיא, אבער נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם תירוץ פון די חומה. וואו שטייט עס?

די ראיה פון אלוף מגדיאל איז נישט קיין יחיד במינו, פארהאן נאך אסאך ראיות. לדוגמא פון צפו בן אליפז, לויטן סדר הדורות האט ער געקעניגט איבער רוים. אויך ווערט שוין יאנעווע (קאלאבריע) דערמאנט אין ירושלמי שקלים אלס א שטאט וואס איז שוין געווען בימי אנוש.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

כא כא כא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:23 am

ראספשע האט געשריבן:איר קענט נעמען וואס איר ווילט,
מיין מאראקאנער זאלט איר ביטע נישט צינעמען ...

גא''מ
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:27 am

איך האב נישט געשטימט, ווייל איך נעם נישט קיין יאנעווער, ווייסט דאך, עס איז נישט די זעלביגער פון די חתם סופר, אריבער תקופות, אבער די וואס זענען מקפיד וואס איז שלעכט מיט כפר חב"ד?

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 11:30 am

יידישע קהילות האט געשריבן:איז דא א היתר פאר איינער וואס האט ביז היי-יאר מקפיד געווען נישט צו נעמען אן ארץ ישראל'דיגער אתרוג, מקיל צו זיין און נעמען אן ארץ ישראל'דיגן אתרוג?
איך מיין אז עס איז א לעגיטימע שאלה פאר א דיין.

גלויב איך אז די קשיא צו נעמען פון א"י איז נישט געוואנדן צו סאטמערע אידן
[אין ויואל משה מאמר ישוב ארץ ישראל סימן ע"א (אזוי ליגט מיר אין קאפ אפשר א אות ארויף אדער אראפ , ) אין די אריינגעבאקסטע זאגט די רבי אז אתרוגי א"י איז מעכב די גאולה]

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:09 pm

איך טראכט שוין לאנג
איז דען טאקע היינט נאך נוגע די אלע ערעורים אויף די א"י'דיגע אתרוגים וואס מרן זצ"ל שרייבט געגן זיי?
די לעצטערע יארן האט מען אסאך משפר געווען, און אויך געברענגט גידולים פון אנדערע מדינות אהין, אלזא איז דער טעם פון 'מורכב' נישט אזוי רעלעוואנט
ווידער, די טענה פון אין מוציאין פירות, איז דאך אויף אלע א"י'דיגע פרודקטן, וואס עפעס איז די רעש נאר אויף א"י'דיגע אתרוגים [בזמן ווען מרן האט געשריבן די תשובה, האט מען נאך נישט געברעגנט אזויפיל א"י'דיגע פראדוקטן ווי מען ברענגט היינט], סי'ז כמעט נישטא קיין סאטמארע אידן וואס זענען נזהר א גאנץ יאר נישט צו עסן קיין א"י'דיגע פרודוקטן

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:22 pm

אוהב ספרים האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:עס איז נאכנישט 100%, אבער ווארשיינליך וועט זיין גאר א שווערע מצב היי-יאר מיט די יאנעווער אתרוגים (פון איטאליע). נאר פאר גאר גאר טייער אדער זייער נישט מהודר
די אתרוגים וואס אבותינו האבן מהדר געווען צו בענטשן דערויף.
די אתרוגים וואס אין חב"ד איז מקובל אז משה רבינו האט ג'בענטשט אויף זיי.
די אתרוגים וואס דער חתם סופר איז משבח.
די אתרוגים וואס האבן עפעס אזא חן מיוחד און שרייט ארויס "הדר!"

וואס גייט איר טוהן אלס צווייט צו בעסטע ברירה?
לאזט אייך הערן!

איך בעט אייך לאז די אמת'דיגע הדר פאר די ארץ ישראל'דיגע אתרוגים


אונטרעסאנט דער בעל התניא האט געהאלטען אז ווען דער רבש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ולקחתם לכם פרי עץ הדר האט ער אים געוויזען א יאנעווער, און דו ווייסט בעסער, אקעי.

אבער אינטרעסאנט אז אלע בילדער פון אתרוגים סיי פאר ביכלעך אדער אן אנאנס איז אייביג א בילד פון אן ארץ ישראל אתרוג, וואס די באשעפער האט געבענטשט מיט גוטע פירות

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:23 pm

זבחי צדק האט געשריבן:איך טראכט שוין לאנג
איז דען טאקע היינט נאך נוגע די אלע ערעורים אויף די א"י'דיגע אתרוגים וואס מרן זצ"ל שרייבט געגן זיי?
די לעצטערע יארן האט מען אסאך משפר געווען, און אויך געברענגט גידולים פון אנדערע מדינות אהין, אלזא איז דער טעם פון 'מורכב' נישט אזוי רעלעוואנט
ווידער, די טענה פון אין מוציאין פירות, איז דאך אויף אלע א"י'דיגע פרודקטן, וואס עפעס איז די רעש נאר אויף א"י'דיגע אתרוגים [בזמן ווען מרן האט געשריבן די תשובה, האט מען נאך נישט געברעגנט אזויפיל א"י'דיגע פראדוקטן ווי מען ברענגט היינט], סי'ז כמעט נישטא קיין סאטמארע אידן וואס זענען נזהר א גאנץ יאר נישט צו עסן קיין א"י'דיגע פרודוקטן


קען זיין ביזט גערעכט , די רבי זי"ע רעדט דארט פון מרכבים {ברענגט פון שלש תשובות בקיצור}
דאך א סאטמערע אידס געפיל ....

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:28 pm

שמן האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אונטרעסאנט דער בעל התניא האט געהאלטען אז ווען דער רבש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ולקחתם לכם פרי עץ הדר האט ער אים געוויזען א יאנעווער, און דו ווייסט בעסער, אקעי.

אבער אינטרעסאנט אז אלע בילדער פון אתרוגים סיי פאר ביכלעך אדער אן אנאנס איז אייביג א בילד פון אן ארץ ישראל אתרוג, וואס די באשעפער האט געבענטשט מיט גוטע פירות

רוב פארצייטישע מעלער זענען געווען פון ארץ ישראל, רוב ביכער זענען געדרוקט געווארן אין אר"י.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 405
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:30 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
שמן האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אונטרעסאנט דער בעל התניא האט געהאלטען אז ווען דער רבש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ולקחתם לכם פרי עץ הדר האט ער אים געוויזען א יאנעווער, און דו ווייסט בעסער, אקעי.

אבער אינטרעסאנט אז אלע בילדער פון אתרוגים סיי פאר ביכלעך אדער אן אנאנס איז אייביג א בילד פון אן ארץ ישראל אתרוג, וואס די באשעפער האט געבענטשט מיט גוטע פירות

רוב פארצייטישע מעלער זענען געווען פון ארץ ישראל, רוב ביכער זענען געדרוקט געווארן אין אר"י.

איך רעדט וועגען אלע היינטיגע ביכער, נוי סוכה אלס איז א"י אתרוגים

איסר האטלקי
שר האלף
תגובות: 1595
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 12:31 pm

היינט זענען אויך רוב מעלער און בוך גראפיקער פון ארץ ישראל.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2185
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:28 pm

אלזא, די שאלות:
אויף ארץ-ישראל'דיגע - מורכבים? פירות ארץ ישראל? רבי זכרונו לברכה?
אויף מאראקאנע - קערנדלעך (קלויזנבורגער רבי זכרונו לברכה?
תימנ'ע - אונזער מסורה? ארץ ישראל'דיג?
ועל כולם: אויב איך פיר זיך צו נעמען א יאנעווע בדווקא, וויפיהל דארף איך אויסגעבן אויף מקיים צו זיין דעם הידור? איז דאס א הידור בעלמא, אדער לשיטתינו א ערנסטע ספק אויף אנדערע אתרוגים? אויב איז דא באמת א שאלה אויף די אנדערע מסורות, דאן דארף מען נעמען פון כפר חב"ד!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
שופר
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

תגובהדורך שופר » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 2:20 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
אוהב ספרים האט געשריבן:אונטרעסאנט דער בעל התניא האט געהאלטען אז ווען דער רבש"ע האט געזאגט פאר משה רבינו ולקחתם לכם פרי עץ הדר האט ער אים געוויזען א יאנעווער, און דו ווייסט בעסער, אקעי.

לאו דוקא, עס קען זיין אז אין יענע יארן האט מען נאר געהאט געפלאנצט אתרוגים אין איטאליע

דעמאלטס דארף מען דאך נישט נעמען דוקא פון דארט.
היתקע שופר בעיר והעם לא יחרדו?!

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 2:21 pm

KollelNiyes: Due to the very bad season of Yaneva Esrogim, Will Saad V'Eizer import Esrogim from "Mexico" for 50% off... #MEXICO@


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש מזל און 17 געסט