בלאט 2 פון 2

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 12:53 am
דורך לכאורה
דאנעלד טראמפ האט 2 קוען

עס איז די גרעסטע קוען וואס די וועלט האט נאר אמאל געזען, קיינער האט זיך קיינמאל געקענט פארשטעלן אז קוען קענען זיין אזוי גרויס. ווען מען מעלקט די קוען רינט גאלדענע מילך. די קוען האדעווען זיך אין כינע ווייל דארט איז עס ביליגער.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:09 am
דורך קאמפיוטער עקספערט
שמואל בארג האט געשריבן:דעמאקראטן:
איר פארמאגט 2 קיען. איינס גיבט איר פאר די יוניאן. די צווייטע מעלקט איר נישט צוליב ענווייראמענטאלע אישוס.

האסט א שטיקל טעות די דעמאקראטען געבען נישט אוועק זייער אייגענע קיען זיי ווילען צווינגען יענעם אוועקצוגעבען

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:28 am
דורך גיי שוין גיי
לכאורה האט געשריבן:דאנעלד טראמפ האט 2 קוען

עס איז די גרעסטע קוען וואס די וועלט האט נאר אמאל געזען, קיינער האט זיך קיינמאל געקענט פארשטעלן אז קוען קענען זיין אזוי גרויס. ווען מען מעלקט די קוען רינט גאלדענע מילך. די קוען האדעווען זיך אין כינע ווייל דארט איז עס ביליגער.

איך קען גוט קוען... קיינער פארשטייט נישט אזוי גוט ווי מיר צו קוען.., טראסט מי.., איי לאוו קאַוס,,,

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:21 pm
דורך שלעפשיץ
גוט ;l;p-

שיין צו זעהן דער עולם אין די כלים :grin:

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 10:03 pm
דורך איש פשוט אני
עמעזינג

געשריבן: דינסטאג יולי 30, 2019 11:13 pm
דורך שמואל בארג
אלעקסאנדריע קארטעסיזם:
איר פארמאגט 2 קיען - העי! ווער ביסטו צו פארמאגן ווען יענער האט נישט... - לאזן פאשן קען מען נישט צוליב די שלעכטע גאזן וואס זיי לאזן, עסן אודאי נישט צוליב ...שלעכטע גאזן (אנטשולדיגט...), אויסקוילן איז איט.

ניידזשיריע:
איר באקומט אן אימעיל: מיין פריינד, איי עם דע סאן אף די געוועזענע פרעזידענט פון נייגיריע, איך האב באקומען דיין נאמען פון א חבר, איך האב א ביזנעס איידיע פאר דיר, איך האב 2 קיען...

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 1:10 am
דורך חוח בין השושנים
היימישע עקאנאמיע:
האב איך צוויי קיען, עלעך שחט'ן איינס ביים וואכנאכט און ס'צווייטע ביים ברית. צום חתונה וועט קהל אויסצאלן נאך צוויי קיען.

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 2:02 am
דורך שפיגליצקי
ש'כח ר' שמואל! פיין געלאכט יעצט אינמיטן די נאכט, שיער האצעך דער שכן אויפגעוועקט..

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 2:31 am
דורך shimon7323
יוש איז דאס ארטיקל פיינע נייעס.

שפיגליצקי? פון וועלכע מתים רעדסטו? קוק אויף דער דאטום.

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 6:55 am
דורך קרייסלער
פלצתי!

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 8:05 am
דורך dinrap
;l;p- ;l;p- ;l;p-

און אז מ'חלום'ט שוין, פארוואס נאר צוויי, זאל שוין זיין פערצען!

געשריבן: מיטוואך יולי 31, 2019 8:05 am
דורך שאהן הענניטי
גאר גוט און פיין געלאכט.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 12:43 pm
דורך שפיגליצקי
shimon7323 האט געשריבן:יוש איז דאס ארטיקל פיינע נייעס.

שפיגליצקי? פון וועלכע מתים רעדסטו? קוק אויף דער דאטום.

בושות, יעצט באמערקט ממש בעפאר דיין תגובה...