די אקענאמיע מיט צוויי קיען

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

די אקענאמיע מיט צוויי קיען

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 9:59 pm

סאציאליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. גיבסט איינס פאר דיין שכן.

קאמוניזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. די רעגירונג נעמט ביידע און גיבט דיר אביסל מילך.

פאשיזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. די רעגירונג נעמט ביידע און פארקויפט דיר אביסל מילך.

נאציזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. די רעגירונג נעמט ביידע און שיסט דיר.

ביוראקראטיזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. די רעגירונג נעמט ביידע, שיסט איינס, מעלקט די אנדערע און ווארפט אוועק די מילך.

טראדאציענאלע קאפיטעליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. פארקויפסט איינס און קויפסט א שיסל. דיין פארמעגן וואקסט, און די עקענאמיע בליעט. פארקויפסט דאס און רעטייערסט אויף די איינקנופטן.

דעמאקראטיע:
דו פארמאגסט 2 קיען. דיין שכן האט גארנישט. דו שטעלסט אריין מענטשן אין א אפיס וואס שטייערן דיינע קיען, צווינגן דיר צו פארקויפן איין קוה צו שאפן די געלט פאר די טעקס. די מענטשן וואס דו האסט אריינגעוואוט נעמען די שטייערן און קויפן דערמיט א קוה פאר דיין שכן.

אמעריקאנע קאפיטאליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. פארקויפסט איינס, און צווינגסט די אנדערע קוה ארויסצוגעבן מילך ווי פיר קיען. שפעטער, נעמסטו א קאנסאלטענט צו אנאלעזירן פארוואס די קוה איז געשטארבן.

פראנצויזישע קאפיטאליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. גיי אויף סטרייק, אראגאנאזיר ראיאטן, און בלאק די ראודס, ווייל דו ווילסט האבן דריי.

יאפאנעזער קאפיטאליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. רי-דיזיינסט דאס פאר 10 מאל מער די סייז פון א געהעריגע קוה, עס גיבט ארויס מילך ווי 20 קיען. דערנאך מאכסטו א קערעקטער בילד דערפון און רופסט דאס קוה-קימאן און דו מארקעט דאס אלטוועלטליך.

איטאליענישע קאפיטעליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. דו ווייסט נישט וואו זיי זענען יעצט. בארעכנסטו דיר צו נעמען לאנטש.

שווייצע קאפיטאליזם:
דו פארמאגסט 5000 קיען. קיין איינס באלאנגט נישט צו דיר. דו טשארדזשטס די בעלי בתים פארן דאס האלטן.

כינעזער קאפיטאליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. דו האסט 300 מענטשן וואס מעלקן דאס. פראקלאמיר אז דו האסט א שטארקן ארבייטס קראפט און א הויכע קיען פראדוקציע. ארעסטיר דעם דזשורונעליסט וואס האט באריכטעט די ריכטיגע סיטואציע.

רוסישע קאפיטוליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. ציילסט דאס און טרעפסט 5 קיען. ציילסט דאס איבער און טרעפסט 42 קיען. ציילסט דאס איבער און טרעפסט 2 קיען. ענדיגסט ציילן די קיען און עפענסט אויף א נייעם פלעשל וואדקע.

אינדיאנע קאפיטוליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. און דו דינסט זיי (לע"ז).

בריטישע קאפיטוליזם:
דו פארמאגסט 2 קיען. ביידע זענען קראנק.

איראק קאפיטאליזם:
יעדער זאגט אז דו פארמאגסט מאסן קיען. טענה'סט אין לי. קיינער גלייבט דיר נישט, באמבעדירט מען דיר און מען אינוואדירט דיין לאנד. איר האט נאך אלס נישט קיין קיען אבער איצט האט איר א דעמאקראטיע(...).

גריכישע קאפיטאליזם:
איר פארמאגט 2 קיען געבארגט פון פראנצויזישע און דויטשע בענק. די בענק פארלאנגען די מילך, אבער די קענסט דאס נישט דעליווערן רופסטו די צענטראלע באנק. די צענטראלע באנק בארגט אייך 2 קיען. איר עסט אויף ביידע. די בענק קאלן צו מאנען די קיען/מילך. איר זענט פארנומען פארברענגן אין פארק.

מעקסיקאנע קארפארעישאן:
דו האסט 2 קיען. די דראג קארטעל נעמט איינס. די גאווערמענט פארלאנגט פון דיר צוויי. איר ענדיגט אין בענקראפסי אדער מעגליך ערמארדעט.

נאורט קאריע אקענאמיע:
איר פארמאגט נישט קיין קיען, איר עסט גראז.

----
די ליצים זאגן:
אמעריקאנער קאפיטאליזם:

איר פארמאגט 2 קיען. איר שרייבט דאס איבער אויפן ווייב'ס נאמען, דערנאך פיילט איר באנקראט.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 10:09 pm

אויסגעצייכנט!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 10:13 pm

גוט געשריבן!!!!!!!!!!!!
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2881
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 10:47 pm

חחחחח!!!! יוי איז דאס געוואלדיג!!!
שיגע!!
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2074
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 10:53 pm

-y- -y- -y- -y-
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8301
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 11:57 pm

יוש איז דאס פיין. סאך קאפ
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:05 am

זייערר זייער פיין.

לאמרי נישט פארגעסן וואס ר' שלמה קארלינער האט געזאגט. אז ער האט צוויי קוהן. כי בו ישמח לבנו כי בשם קדשו בטחנו.

און הרה"ק מלעכוויטש האט צוגעלייגט אז די צוויי קוען קענען מיר זיך שוין אויך נישט ערלויבן. נאר מיר האבן צויי אנדערע קוען. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו.

אוועטאר
בעריש'ל
שר חמש מאות
תגובות: 623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובהדורך בעריש'ל » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:10 am

מוראדיג!

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 1:11 am

געלונגען.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 9:02 am

גאר פיין שמואל!

ייש"כ.
זוכט איר דוי?

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 9:06 am

פיין געלאכט

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1639
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 9:27 am

פיין

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 10:28 am

ר' שמואל דיין "קוה"-בארד ארבעט פיין!!!

פארגעסן אז אין אמעריקע אויב איז דא צוויי קוהען לויפן זיי פאר פרעזידענט....
און די מעקסיקאנע קוהען ברענגט קיין בינגא...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 11:36 am

דאס איז גוט, ווי נעמט מען דעם חוש?

בד"וו, וואס איז די חילוק צווישן פאשיזם און נאציזם?
"we will stop him" = פיטער שטרויזאק

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:32 pm

אה! ס'איז מיר אנגענעם אין הארצן, נאך אזאלכע קאמפלימענטן.

זאל איך זאגן? וואס פעלט דאס אויס, ווילאנג דער אומפארגינער וועט זיך אנרופן, לאמיר שעפן נאך דאנקן. כ'בין דאס אבער אן איש האמת, העל איך יא זאגן.

די געדאנק פון מדמה זיין די אקענאמיעס צו צוויי קיען, איז א באוואוסטע משל ווען מען לערנט אקענאמיקס, איך האב אביסל מלקט געווען ממקורות שונות וואס מענטשן זאגן.

די לעצטע ווארט פון 'איר שרייבט דאס איבער אויפן ווייב'ס נאמען, דערנאך פיילט איר באנקראט', האט אן היסטאריע אונטער זיך.

געווען איז דאס מיט אן אקטיאר וואס האט געהייסן 'פעט פאלסען', ער איז געלאפן זעקס מאל פאר פרעזידענט, פארשטייט זיך אומסוקסעספול, די מערסטע האט ער אנגעצויגן אין יאר 1996 קנאפע 10,000 שטימען, אבער א ער איז געווען א גוטער זאגער, ביי איינע פון זיינע קאפיינס איז ער אויפגעקומען מיט די - היבש אמת'ע - סטעיטמענט.

------

בנוגע די חילוק צווישן 'פאשיזם' און 'נאציזם', דאס איז אביסל אן אריכות, מוסיליני פון איטאליע איז געווען א פאשיסט, און היטלער איז געווען א נאצי, זיי זענען געווען גוטע פריינד און אויסגעטוישט געדאנקן (ימח שמם), פארדעם איז דא א שטיקל צומישעניש אפילו ביי געלערנטע. מער איבערדעם קענט איר אביסעלע זעהן דא.

בכלל צו קענען מגדיר זיין שיטות אין אקענאמיע איז זייער שווער, דאס איז די געדאנק פון די צוויי קיען משל.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג סעפטעמבער 01, 2017 12:50 pm

ר' שמואל; געוואלדיג! סופער דזאב!
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2354
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 5:12 pm

געוואלדיג!!
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
שלומה
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

תגובהדורך שלומה » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 11:20 pm

מורדיג!!
גיט צולייגט די זאך
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 1:34 pm

געוואלדיג
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1521
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 2:38 pm

געוואלדיג.

אין ארצישראל וואלט מען געבארגט פונעם שכן צוויי קיען צו כאפן בילדער און שנארן פאר א קיען-פיטערן ארגאניזאציע
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
גלעזעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 1:54 pm
לאקאציע: אינעם קרעטשמע

תגובהדורך גלעזעלע » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:23 pm

גוט מערסטע הנאה געהאט פון, ביוראקראטיזם.
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע "מיינע" תגובות

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 577
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 4:56 pm

זייער גוט,

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2654
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 5:12 pm

סופער!!!
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10915
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 7:50 pm

בערל קראקאווער האט געשריבן:געוואלדיג

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:06 pm

רעפובליקאנער:
איר פארמאגט 2 קיען. אייער שכן האט גארנישט. איר מופט צו א בעסערע געגנט.

דעמאקראטן:
איר פארמאגט 2 קיען. איינס גיבט איר פאר די יוניאן. די צווייטע מעלקט איר נישט צוליב ענווייראמענטאלע אישוס.

טאליבאנער אקענאמיע:
איר פארמאגט 2 קיען. איר לאזט זיי הפקר'דיג און זיי שטארבן. איר באשולדיגט די אמעריקאנע כופרים, געפירט דורך די אידן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: newsman און 25 געסט