מיין טאג בוך

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

מיין טאג בוך

תגובהדורך חסיד אמיתי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:00 am

אונז האבען געהאט די זכיה צו זיין אין קערעסטיר די פארגאנגענע ער"ח אלול, און לתועלת הענין האבען מיר זיך עס פארשריבען, מעגליך אז די אנדערע בני החבורה וועלן אויך הנאה האבען דערפון

פאר א PDF פון די גאנצע טאג בוך, ביטע דריקט דא
viewtopic.php?p=1510541#p1510541

שלום וברכה מיין טייערע חברים וואס אסאך וועלען מיר אפילו נישט געדענקען און וויסען אז איך האב אמאל עקזעסטירט

לכתחילה האב איך געזוכט א אשכול ווי איך קען עס ארויפלייגען אהן עפענען א ספעציעלע אשכול לכבודי, למעשה לא הצלחתי, ממילה האב איך יא געפענט (בהסכמת המנהלים) אבער אונז האבען א פאלעסי נישט מיטצונעמען און פארביערן צו משפיע זיין אויף די אנדערע פון אונזער חבורה מיטרייזענדע זאלען נישט מיטנעמען א קעמערע ווייל עס נעמט אוועק פון די ערנסקייט און פון די התעוררת, ממילה בעט איך מיר איבער פאר׳ן זיך באנוצען בלויז מיט פעדער, ואתכם הסליחה

לויט ווי די חבירים המקשיבים זיכער געדענקען מיר אלס א חסיד אמיתי מרביה״ק מרן ישעי׳ ב״ר משה זי״ע שוין מיום העומדה על ציון קודשו פאר בערך 7-8 יאר צוריק (נאך פון פאר די ציון איז געווארען די תל תלפיות פון אלופי אלפי ישראל און כמעט יעדע איד זיכט צו האבען א שייכות עם נשמת רביה״ק זי״ע) און פון דאנסמאל האב איך די זכיה ורגלי מוליכין אותי לביהמ״ד בית מדרשו ומעון קודשו של רבינו כמה וכמה פעמים, וואס באופן קבוע איז ביום הק׳ ג׳ אייר און ווי אויך פאר׳ן אריינטרעטען אין די ימי הרחמים והרצון ווען איך האב א גלעגענהייט, אזוי אויך היי יאר האב איך געטראכט און גערעכנט צו זיין אין קדשי קדשים (נאכדערצו אז איך האלט ממש פאר׳ן חדר פירען/אאפשערן פון מיין ישעי׳לע נ״י וואס האט די זכיה צו טראגען שמו הק׳ ווי איך האב שוין געשריבען באריכות דא אויף׳ן וועלטעל אין די פארגאנגענהייט ווען ער איז געבוירען געווארען) און ווען עס איז געקומען נענטער צום זמן פון ער״ח אלול האב איך געזעהן אז עס איז זייער שווער יעצט אוועק צו גיין אפילו אויף צוויי טעג אויך, און איך האב שוין אפגעמאכט ביי מיר אז כשם שמקבל שכר על הדרישה כל מקבל שכר על הפרישה... און דאס איז זיכער די רצון ה׳ אויף היי יאר, ביז די מסבב כל הסיבות האט אזוי צו געפירט אז פון הימעל האב איך געזעהן אז די היי׳ רבי וויל איך זאל קומען.... קען זיין אז עס איז א דמיון אבער עפעס אזוי זאגט מען נאך אויף ל״ג בעומר אז ווער עס קומט צופארען האט באקומען פון פריער א איינלאדענונג פון תנא אלקי ר׳ שמעון ב״ר יוחאי, אזא ענדליכע הרגשה האב איך געהאט פארגאנגענע וואך פרייטאג נאכדעם וואס איך האב ממש געשפירט ווי איך האב באקומען א הזמנה מיוחדת, אבער יעצט וועל מיר לאזען דמיונות אין א זייט און אונז וועלען באשרייבען די טאג בוך פון מיין פליצלינגע נסיעה

דארנישטאג פר׳ ראה פארנאכטס זיץ איך אינדרויסען פון באנגעלוי נאך א גאנצע וואך ארבעטען אין שטאט און נארוואס ארויסגעקומען צו מיין משפחה פון דריי ליכטיגע און זיסע קינדערלעך צו פארברענגען א שיינע לעכטיגע און היי׳ שבת אינאיינעם, און פליצלינג באקום איך א פאון קאל פון מיין גרויסע שוואגער און ער פרעגט מיר צו איך פאר בעזה״ש היי יאר אויך אויף ער״ח אלול, און מיין תירץ איז אז עס זעט נישטאויס אזוי היי יאר, הייבט ער זיך אהן בעטען אפשר דאך... ער האט זייער א וויכטיגע הזכרה און עס מיז אנקומען קיין קערעסטיר ווייל נאר די הייליגע ר׳ ישעי׳לע קען אים העלפען און די מצב, און ביטע איך זאל נישט משנה זיין פון מיין גיטע מנהג און איך זאל יא אויך גיין היי יאר לציון המציונת באתרא קדישה קערעסטיר, אויף ער״ ח אלול, און דא בין איך געווארען אינגאצען פארלוירען, דא האב באקומען א קלארע רוף מיט א גאר וויכטיגע סיבה אז איך מיז יא לויפען, און דא איז שוין ביי מיר קלאר געווען (מיט גרויס שווערעקייטען) אז היי יאר פאר איך שוין נישט, איין זאך האב איך יא געזעהן אז אפילו אויב איך מיין אז עס איז נישט מעגליך מיינט עס נאך אלס נישט אז עס איז טאקע נישט מעגליך, והריאה לדבר ווייל אויב עס איז זייער וויכטיג זעסטו ווי עס ווערט פליצלינג מעגליך... און אינדערמיט שפאצירט ארויס מיין ב״ב פון באנגעלוי און טוה מיט איהר מיטיילען וואס איז יעצט פארגעקומען די לעצטע פאר מינוט.... און א יעדע פארהייראטע פארשוין פארשייט אליין אז ...אין מילים... פליצלינג? פון איין מינוט צום צווייטען? וויאזוי קומט אהן די פאספארט? וכדומה.. אבער וואס טוט מען נישט פאר א גרויסע ברודער, נאכדערצו אין א עת צרה

קודם האב איך געקלינגען א חבר וואס האט מיר שוין געבעטען עטליכע מאל אין די עבר אז די קימענדיגע מאל וואס איך פאר אויף קערעסטיר זאל איך אים מיטיילען ווייל ער וויל קומען, אוו גלייך געמאכט טיקעטס (כמעט) איאיינעם, און דערנאך האב איך אריינגעשיקט מיין׳ס א שוואגער ( א אנדערע) וואס איז נאכנישט ארויסגעפארען צו די קאנטרי, אין מיין דירה אין שטאט כדי ארויסצוברענגען מיין פאספארט צו די קאנטרי, ווייל אזוי וועל איך פארען פון קאנטרי צו JFK גלייך, און די מחשבות האבען אנגעהויבען צו בוזשעבען אין מיר און א קאלטע שווייס איז מיר דורך גיגאנגען אויף אלע און אין אלע גלידער נאכדעם וואס האט זיך דורכגעדרייט די לעצטע שעה, און איך האב אנגעהויבען מורידיגע בענקשאפט אל עיר הקודש, אז איך בין זוכה להתקשר בקשר בקטירא באילנא דחייא וע״י זה אוחז אומנות אבותינו בידינו, וידוע מאמר חכז"ל ההולך בדרכי אבות מזכירין לו זכות אבות = וג"כ מזכירין לו זכות רבותיו של האבות

און יעצט בעמדינו איזה ימים ורגעים טרם שזכיתי לנסוע בעזהשי״ת להתקיים 'ורגלי מוליכות אותי לבית המדרש' ונפרוש כפיך לה' על אם הדרך לעיר הקודש והמקדש קערעסטיר יצ"ו לפקוד על ציונו הק' של רביה"ק מרן ישעי' בן רבי משה זי"ע ולשהות במחיצת קדשו בביתו נאוה קודש - וידוע דבריו הקדושים של מרן הגה"ק העצי חיים זי"ע (שמחת תורה דרוש כ"ט) וזרח השמש ובא השמש ואל מקומו שואף זורח שצדיקים לאחר הסתלקותם באים להתפלל באותו מקום כמו בחיים חיותם, און נאכדערצו די היי׳ רבי האט אזוי צוגעזאגט פאר זיין פטירה, דאס אויב מען וועט קומען צו אים אין שטוב זאגט ער צו דאס מען וועט געהאלפען ווערן פונקט אזויווי ביים לעבען, (כמבואר בספר חתנו הגה״צ מ׳קראלי זי״ע - עלה שמואל) און ווער רעדט נאך אין אזא עת רצון בהאי יומא דקא גרים ערב ראש חודש אלול תשע"ז לפ"ק הבעל"ט להתברך בכל מילי דמיטב ווען מען וועט זיך אויסוויינען על ציון ובמעון קודשו, קלינג איך אהן דעם טאטע זז״ג פארציילען און מיטיילען און פארשייט זיך די טאטע זז״ג ווערט זייער מרוגש אויף די גרויסע זכיה און ער מאכט זיכער דאס איך האב אלע נעמען פון משפחה, און בברכת אויספוילען אלעס גוטס לנו ולכל ישראל לייגט מען אראפ די פאון, און מען גרייט זיך ארויסצופארען אויף ק״י לפקוד ציון קודשו של איתן אדונינו מרן רבינו הקדוש מ׳סאטמאר זי״ע וואס די יארצייט געפאלט אויס היינט נאכט, און איינוועגס אפנעמען ברכת קודשו פון מו״ר כ״ק מרן גאב״ד סאטמאר מאנסי שליט״א, (נאכ׳ן טיש ומעמד קרן ויואל משה, וואס ער האט געדארפט אויפטרעטען דארט, נאר מחמת חוסר הזמן האט ער עס געקענסעלט נאכ׳ן דברות קודש פון זיין גרויסע שוואגער כ״ק מרן מהר״יי שליט״א) איידערן אפרייזען אויף קערעסטיר און נאכ׳ן זיך געזעגענן פון רב זז״ג (נאכ׳ן טיש באישון ליל) פאר איך צירוק אין קאנטרי ויה"ר שברכת צדיק יחולו על ראשינו "שתוליכנו לשלום ותחזירינו לשלום" בלי שום צער ונזק, אמן

פרייטאג צופרי זענען מיר דורך געגאנגען אלע אפציעס פון אלע וועגען פארן קאנפירמען די טיקעט׳ס, און געבליבען איז אז גייענדיג וועט זיין מיט אסטרעיען עיר קיין וויען און עס וועט זיין אקאנעמי סיטינג אזויווי אלע מאל ווייל אזוי וועל מיר גיין אינאיינעם מיט מיין חבר, א אהיימגייענדוג וועל מיר גיין דורך פראנקפורט מיט לופטהאנזה און יא גיין ביזנעס קלעס (צום ערשטען מאל) מיט׳ן פלאן צו שלאפען ווייל מען דארף אהיים ברענגען מיין משפחה די טאג וואס איך לאנד בשלום און אזוי זיין אויסגערועט בעזה״ש, און סייווי האט מיין חבר נישט געטראפען קיין פלאץ אויף די פליגער, און ער וועט גיין דורך לאנדאן מיט בריטיש עירליין, און דערנאך האט מען מסדר געווען די קאר, און ווען אלעס איז געווען מסודר איז מען געגאנגען טרעפן מיין שוואגער כדי אפצונעמען מיין פאספארט

שב״ק מיט א מורעדיגע דערהויבענקייט גרייטענזיכדיג צו זיין די קימענדיגע וואך אין קדשי קדשים, און פארשטייט זיך עולה געווען אלס א הולך בדרך

מוצ״ש קודש נאכען פארביערן צו פאקען ווי מער זאכען אהיים פון קאנטרי כדי צו זיין גרייט דינסטאג ווען מען קערט זיך צוריק בסל מלא ברכות, נישט צו האבען אזא שווערע עבודה און זיכער נישט איבער לאזען די ארבעט אויף די ב״ב אויף איהר אליינס אהן קיין הילף, נאך אלעם איז מען אראפגעגאנגען אין ביהמ״ד שע״י קאלני זיך צו וואשען מל״מ ברוב עם אינאיינעם מיט די איבריגע בני החבורה תושבי מחנינו, און בשעת מעשה זיך געזעגענט בדברי פרידה און מלא רגש זיך געלאזט ארויסברענגען מיינע געפילען טראץ וואס איז שווער ווען אנדערע האלטען מיט, אבער דאך האב איך זיך נישט געקענט איינהאלטען, נאכדערצו נאכדעם וואס עס איז געווען אזא קערעסטירע לופט א גאנץ זוממער און יעדע וואך זיך געקאכט מיט ספירי רבינו און זיך געווארעמט רעדענדיג פון היי׳ רעבין׳ס קדושה וחסד, דערנאך האבען אלע געשריבען קוויטלעך, און נישט יעדער האט געהאט פאפיר האבען עטליכע געשריבען אויף א פאפיר טעלער זאגענדיג דאס עס איז זיכער א נחת רוח לנשמת רביה״ק דאס ער זעט אז עס קומט פון אידישע קינדער עסן מל״מ..... געזאגט וישלח און געגאנגען שלאפען

זונטאג: זה היום עשה ה׳ נגילה ונשמחה בו, היינט גיי מיר פויעלן ישעות ורפואת און אויסבעטען אלס גוטס לנו ולכל ישראל, נאך א ווארעמע תפילת שחרית אין מחנה נועם אלימלך ביהמ״ד גרייטענזיכדיג אויף שמירת הדרך ברוחניות ובגשמיות מאך מיר די וועג אהיים, פאק מיר זיך איין צוויי פאר וועש אין א שאפינג בעג מיט נאך א סענדוויטש און ווי אויך אריינגעלייגט די ספר הק׳ מופת הדור אין די טלית בייטעל, און טאפענדיג אין טאש זיכער צו מאכן אז די פאספארט ליגט דארט לאזט מען זיך אויף׳ן וועג אריין צום פלוגהאפטען בערך 12:30 מיטאג

המשך יבא:
לעצט פאראכטן דורך חסיד אמיתי אום זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 11:39 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1431
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:53 am

פאר בשלום און פוע'ל אלעס גוט'ס!

אוי בין איך דיך מקנא! אז א איד זאל קענען האבן אזא קשר אמיץ מיט א גרויסן הייליגן צדיק שנשמתו בגנזי מרומים!

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 3:04 am

בשבילי נברא האט געשריבן:פאר בשלום און פוע'ל אלעס גוט'ס!

אוי בין איך דיך מקנא! אז א איד זאל קענען האבן אזא קשר אמיץ מיט א גרויסן הייליגן צדיק שנשמתו בגנזי מרומים!

מיר האלטען שוין נאכדעם ב״ה, געפוילט אלס גוטס לנו ולכל ישראל, אונז זענען געווען די פארגאנגענע ער״ח אלול בשעת די ניו יארקע אידן האבען מיטגעהאלטען די ליקו החמה בין איך געווען מעבר לים, פשוט איך באשרייב עס נאר יעצט, אונז האבען זיך ארויסגעלאזט זונטאג פר׳ שופטים בערך 5:40 נאכמיטאג און געלאנדעט דינסטאג בסל מלא ברכות בערך 1:20 מיטאג... ווארט נאך ווייטערדיגע באריכטען בקרוב דא אויפ׳ן וועלטעל
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

מיין טאג בוך (המשך)

תגובהדורך חסיד אמיתי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 8:51 am

חלק ב׳

נאך א גאנצע וועג מיט א הכנה אויסהערענדיג הרב יוסף חיים גרינוואלד שליט״א מלא התעוררת ביים דירה צו ביים ציון הק׳, וואס איך האב ממש אינמיטען דרייווען -פארענדיג אליינס אין קאר- געגאסען טרערען קומען מיר אהן בערך 3:00 און מיר האבען געפארקט די קאר אין עירפארט פארקינג לאט, און מיין חבר -קימענדיג פון שטאט- האט שוין געווארט אויף מיר ביים טירמענעל 1 ,אביסעל נערוועז אז מען קען ח״ו פארפאסען די פליגער... און נאכען אריינטשעקען זיך מאכט די דעסק זיכער אז איך טשעק נישט אריין קיין רענצעל, און פארשטייט זיך אז נישט, אז מען פארט נאר אויף צו זיין אין קערעסטיר די פאר שעה און גלייך צוריקומען לוינט זיך נישט צו איינטשעקען למען ה׳ א רענצעל ווייל עס האלט סתם אויף טייער צייט, וואס נישט אויף דעם לאזט מען איבער א משפחה אין ניו יארק און מען נעמט ארויס לכה״פ טויזענט דאללער פון טאש כדי צו אפשווענדען צייט אין בודעפעסט עירפארט, וואס איז בכלל נישט א טובה פאר שמירת ענים, וואס חלילה וחלילה איין רגע.. איז א שאד געווען די גאנצע זיך שלעפן, נישט מעגליך די ישועה זאל אנקומען אין שטוב אריין אויב מען לאזט עס בידים איבער אינדערמיט ח״ו, להחזיר לענינינו מען גרייט זיך צו גיין צו סיקיארעטי באקום איך פליצלינג א טעלעפאון רוף פון טאטע זז״ג אז איך זאל ביטע ארויס קומען פון טירמענעל ווייל ער איז זיך ספעציעל געקומען געזעגענען פון מיר.... אין מילים... וויאזוי גייט נאר די ניגון???!!!.. א טאטע בוסטו גאר א געטרייער.... אבער נישט סתם, ער ברענגט נאך מיט א קליינע האנט באגאזש, מיט ניסלעך, קרעקערס, קענדיס, טאנא, סעלמאן, שירעם, פלעשלייט, א קונטרס פון הרב אברהם הערש פריעדמאן די גאלאנטע דיין הלכות אויף צו גיין אויף׳ן וועג, תהילים, קליינע סידור, וכדומה, און איך פרעג דעם טאטע׳ן וואס איז די טירחה יתירה? זאגט ער מיר אז ענדירש פון שלעפן א בעג מיט א טלית בייטעל איז גרינגער אז אלעס ליגט אין א קליינע באגאזש וואס מען דארף נישט איינטשעקען... דאס איז געווען בלויז א תירץ, טאטע: איך ווייס, זאג איך ביי מיר אין הארץ, פשוט זיך געוואלט געזעגענען עם בנך אשר אהבת פארן אפרייזען לקודש הקדשים אין אזא הייליגע זמן וואס איז אזא עת רצון, זיינע געפילען זענען אויך געווען זייער מרוגש פון די זכיה, נאכען קישען די הענט און זיך באדאנקען, זאגט מיר די טאטע אז ער איז יעצט אויף׳ן וועג צו מאנסי ווייל היינט נאכט איז די יארצייט פון היי׳ סוקלעני רבי זצ״ל, מען וואונטשט זיך איינער דעם צווייטען און מען גייט צוריק אריין אין טירמענעל, מיין חבר ווארט שוין אומגעדילדיג, ממילה גיי מיר גלייך צו די שורה צו דורך גיין סיקיארעטי, און אינמיטען שורה טוט ער זיך אנטשולדיגען אויף די נערוועזקייט און ער איז זיך מסביר אז ער האט שוין איינמאל געוואלט זיין אין קערעסטיר און עס איז נישט צושטאנד געקומען ווייל ער האט פארפאסט א פליגער ווייל די סיקיארעטי האט אים אויפגעהאלטען, און ער וויל נישט עס זאל זיך נאכאמאל דורך שפילען

מען האלט שוין בשעה טובה ומצלחת נאך אלעם און עס איז נאך אלס דא בערך א האלבע שעה ביז מען הייבט אהן בארדען ארויפצוגיין אויף׳ן פליגער, האבען מיר זיך געזעצט ביי א ווינקעל ביים גיעט כדי צו טועם זיין, און מיר זעהן נאך און נאך אידען וואס מאכען זייער וועג צום היילעגען רעבין קיין קערעסטיר ודער שטעלט זיך מנחה, דער זעצט זיך אראפ עפעס איבערבייסען, דער טעלעפאנירט וכדומה, אוי היי׳ רבי השקיפה ממעון קודשך מן השמים מען האלטען שוין 93 יאר נאך די פטירה ווען האסט אונז פארלאזט ווי יתומים, וואס אפילו די גוים להבדיל האבען געוויינט נאך דיר, און דא נאך אזויפיל יאר שפעטער קומען צו פארען אידן מכל רחבי תבל מיט די זעלבע אמונה ווי ביים לעבען, לברך ולהתברך ממך, ברכינו אבינו כולנו כאחד, נאך א תפילת מנחה גייט מען אריין אין שורה צום בארדען, און ב״ה מען זיצט אויף די פליגער און מען שעפשעפט א תפילה צום רבוש״ע אז מען זאל אנקומען בשלום און אהיים קומען בשלום וכל טוב אדוני בידינו

אויף׳ן וועג האב׳ן מיר געהאט א לענגערע שמועס איבער התקשרות צו צדיקים הקודמים וואס עס טוט נאר מחייב זיין, און די צדיק׳ס עבודה איז געווען קדושה און יסוד און דאס דארף׳ן אונז בעטען ער זאל משפיע זיין, ווייל נאר אזוי קען קומען די השפעה, און נישט סתם פרעסען על טהרת ר׳ ישעי׳לע וואס איז זיכער נישט קיין טובה לע״נ הטהורה, נאר הדבק במדותיו -במדת החסד- עס איז געווען א מורידיגע הכנה פאר מיר פאר׳ן ארויפגיין על ציון קודשו, קען זיין דאס אויב מיין חבר דרייט זיך דא אויף די וועלטעל וועט עס אים באדערען אז איך פארצייל ברבים אונזער פרייוואטע שמועס, אבער איך מיז זיך באדאנקען פאר די שיינע 8 שעה׳דיגע רייזע, מעריב האבען מיר געדאווענט אויף די פליגער אינמיטען וועג ווען עס איז שוין געווען זיכער נאכט, נאכדעם וואס מען האט שוין געזעהן שטערנס

בערך 8:00 וויען׳ע צייט האבען מיר געלאנדעט בשלום און דא איז געווען מיין׳ס א שטיקעל טעות, א נערישע קליינע אבער איך האב זיך גלערענט, בלי נדר פון יעצט און ווייטער וועל מיר אזוי טוען אי״ה, עס לוינט זיך זיכער בעסער און יעדע פאל צו נעמען א פליגער פון ניארק אדער פון JFK גלייך קיין וויען און פון דארט נעמען א קאר קיין קערעסטיר, ווייל פון בודעפעסט קיין קערעסטיר נעמט צו דרייווען מיט א קאר בערך די 2 און האלב שעה, און פון וויען מיט 2 שעה מער -דהיינו- בערך די איבער 4 שעה דרייוו, אבער צו מאכען א סטאפ אין א אנדערע מדינה פון 2 שעה, און פליען נאך שעה צו בריטיש צו לופטאנזע צו יעדע אנדערע עירליין אפילו וויען און נעמען נאך א פליגער קיין בודעפעסט איז א צייט אנברענגעניש און מען פארדינט נישט קיין שום צייט, עס איז זיכער אסאך גרינגער צו נעמען גלייך א פליגער קיין וויען און דארט זיך אריינזעצען אין קאר און דרייווען גלייך קיין קערעסטיר, און אויף צוריק אויך, ווען מען ענדיגט זיך געזעגענען אין קערעסטיר זעצט מען זיך אריין אין אויטוי און מען דרייווט גלייך קיין וויען און מען זעצט זיך ״איין מאל״ אריין אין פליגער און מען קומט אהן בשלום אהיים, לענ״ד און בעזרת השם קענען שרייבען די נעקסטע מאל וכן אני נוהגין: און בנוסף על זה, וזה כמעט העיקר איז וויען א אידישע שטאט מקוה, שחרית, פת שחרית, וכדומה...למעשה האב איך מיר אנדערש אויסגערעכענט דאס מאל און מיר זעמער גלייך געגאנגען צום קענעקטינג פלייט צו גיין קיין בודעפעסט, מען האלט נאך פאר שחרית מען דארף נאך דאווענען, גלייך נאך סיקיארעטי און מען לויפט און געיאגטערהייט גלייך צום גיעט און מען שטעלט זיך שחרית אין א אפגעזונדירטע ווינקעל, גלייך נאך שחרית טועט מען זיך אויס און מען לייגט צוזאם די טלית ותפילין און מען גייט בארדען צום גיעט, נאכען בארדען גייט מען ארויף אויף אזא קליינע באס און צוגעפארען צום פיצילע פליגער און מען הייבט זיך -נאך א קורצע צייט אפשניט- גלייך קיין בודעפעסט

בערך 11:15 פארמיטאג האבען מיר געלאנדעט בשלום אין אונגערען, גלייך נאך ארויס קומען פון טירמענעל זענען אונז געגאנגען נעמען אונזער פריער באשטעלטע קאר, וואס כאן המקום להזכיר א גרויסע ישר כח פאר מיין חבר וואס האט מיר צוגערעדט אליינס צו דרייווען אין אונגערען, וואס איך האב נאך קיינמאל פון פריער נישט געטוען - נאר געצאלט פאר א דרייווער, און נאך מסיים זיין די דאווענען, לאזט זיך אין וועג אריין מיט די ציהל קיין משכן קודש ״קערעסטיר״

בשעה 1:30 מיטאג צייט זעהט מען גרינע שילדען מיט די ווערטער וואס דרינגט דורך די הארץ מיט בענקשאפט... באדראג-קערעסטיר
לעצט פאראכטן דורך חסיד אמיתי אום דינסטאג אוגוסט 29, 2017 12:07 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:40 pm

מען שפירט די געגועים אין הרגישים אין יעדע ווארט!

וועלקאם בעק צו אייוועלט!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

מיין טאג בוך (המשך)

תגובהדורך חסיד אמיתי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:07 pm

חלק ג׳

אוי קערעסטיר! מקום אש להבת שלהבת קה, מקום קדוש הוא, מקום קיבל תפילות, מקום שכל בית ישראל נשען עליו, מקום שמכוון נגד מקום ביהמ״ק, מקום מקור ישועות, אין זה כי אם בית אלקים

מען קומט אהן צו ביתו נאוה קודש פון היי׳ רבי זי״ע וואס איך האב פון פריער באשטעלט פאר מיר א צימער מורעהאבענדיג דאס אויב איך וועל נישט באשטעלן פריער וועל איך נישט האבען דא אין די נייע צימערען דווקא אין רעבינ׳ס הויף העכער די ארגענעלע קאך וואס -די קאך- איז מאך מימות רביה״ק, וואס מיין מורה איז נישט געווען אימזינסט... וואס דא גייט נישט פאר... א פארקער אן ערך פון 20-30 נפשות דאווענען יעצט מנחה אין בית שלמה גלייך נעבען די קוויטעל שטוב, און אין די מל״מ שטוב איז שוין צוגעשטעלט א ברייטע אויספאסטען, פאר די וואס האבען געפאסט ביז חצות יום כיפור קטן, פון אלעם גוטען פון היימישע געבאקענע גאר גוטע מזונות און קאווע ביז זופ, קיגעל, ברויט, אייער שפייז, טאנא, פוטער, קריעם טשיעס, ארענזש זשוס, עפעל זשוס, ירקות וכדומה לזה פון אלעם גוטען

אבער די מנחה איז צו באוואונדערען, עס זעט אויס ווי יום הק׳ ממש איך בין מקנה די בחורים מיט די אינגעלייט.. לאו בכל יום מתרחש צו דאווענען אין אזא הייליגע פלאץ, ממש השראות השכינה, די התעוררת איז גרויס, זיי ווייסען וויאזוי עס אויסצוניצען, מיט א תפילה שטילערהייט אויף מיינע ליפען, איך וויל אויך זוכה זיין צו האבען אזא רגש ביים דאווענען

דער ווייל קומט מיר אקעגען א חסידישע אינגערמאן וואס זיין נאמען איז ריינער, די ערשטע געדענק איך נישט און פרעגט מיר מיט וואס ער קען מיר מכבד זיין, זאג איך אים מיין נאמען, אז איך האב באשטעלט פון פריער ביי ר׳ בעריש בן הרב ישעי רובין א צימער, גלייך האט ער געוויסט פון וואס איך רעדט, און נעמט מיר ארויף העכער די ארגענעלע קאך צו נייע געבויטע הערליכע מסודר׳דיגע צימערען, איך מיז אייך זאגען טייערע ליינער איך האב מיר אויף דעם נישט געראכטען... איך קען נישט במדומה לזה נאך א פלאץ אין גאנץ יורעפ, ניטעמאל נאנט צו דעם, אדרבא פארביערט עס אליינס אויס איהר וועט מיר נאר דאנקבאר זיין קלינגט ר׳ בעריש פון פריער כדי זיכער צו מאכן אז עס איז דא עוויעלבעל וואס איהר זיכט, להחזיר לענינינו למעשה איז אין מיין צימער געשלאפען איינער די פארגאנגענע נאכט איז די ערל׳טע ציעט יעצט איבער פרישע בעטגעוואנד און זויבערט איבער די צימער פון פריש, זאגט מיר די ריינער אז עס וועט זיין גרייט און 15 מינוט אי״ה, און אנטשולדיגט זיך אז עס איז אנגעקומען אידן א נאכט פריער אומגעמאלדען און ער האט געוויסט אז איך וועל נישט זיין ביז מיטאג און אלע אנדערע בעטען זענען געווען פארנומען

איז ממילה אין די צייט האט מיר מיין חבר -זייענדיג די ערשטע מאל אין קערעסטיר- געבעטען ער וויל אביסעל זיך באקענען פון די נאנט איז קודם האב איך אים געוויזען די הויף, די פלאץ ווי עס איז געשטאנען די סוכה, די קאך, די פענסטער ווי די רבי פלעגט זאגען תהילים, די פלאץ ווי עס איז געשטאנען די ביהמ״ד, די מל״מ צימער ווי עס פלעגט פארקומען די באקאנטע עבודה פון היי׳ רבי יעדע וואך, די קוויטעל שטוב -די הייליגע קוויטעל שטוב- אויף דעם מקום קדוש זענען דורך געגאנגען טויזענטע און טויזענטע לבבות נשברות און זענען געהאלפען געווארען חוץ לדרך הטבע, און אויף דעם הייליגע מקום שטיי מיר דא עס כאפט א פחד און ציטער, מקום אשר אתה עומד עליו אדמת קודש הוא! און נאך מער ווי דעם, די פלאץ איז באשטימט געווארען צו קענען ממשיך זיין אלס וואס מען דארף, נישט פון קיין צווייטען נאר פון היי׳ רבי׳ס מויל אליין, ווען זיין גרויסע איידעם די קראלי רב זצ״ל האט אים געפרעגט פון שווער וואס וועט דא זיין? אויף ווען און וויאזוי לאזט אונז די שווער איבער בלי רועה? ונוער וועט אונז ווייטער ממשיך זיין ישעות? ווי זאל׳ןנאך אונז זיך ווענדען? האט מען געהאט די זכיה צו הערן פאר׳ן פטירה מפה קודשו די ווערטער: אויב וועט מען קומען צו די דירה וועט מען געהאלפען ווערן פונקט ווי ביים לעבען!

און אויב עס איז נישט גענוג שטייט נאך א טעוועלע אויף די וואנט אז אין די צימער האט די רבי געפראוועט, און די טעוועלע זעיט שוין אויס ענליך צו מציבה אנגעפירקעלט נעמען, אויף אזויווייט אז גלייך נעבען דעם אז דא א הזהרה אז מען זאל גארנישט שרייבען.... און ווי אויך ווערט דא פאראייביגט די נאמען פון די קערעסטיר-בערבערשט רבי זצ״ל פון וויליאמסבורג הרב ר׳ ישעי׳ גרויס איש צדיק תמים היה און ער האט אסאך געלייסטעט און געטוען פאר די הייליגע פלאץ בפרט, און געווען די ערשטע וואס האט איבערגעמאכט די אוהל הק׳ און עס איז געשטאנען אזוי פאר לאנגע יארען ביז משפחת רובין ה״ו קינדער פון הרה״צ ר׳ מענדל זצ״ל האבען עס גענצליך איבערגעבויעט פאר די פאנטאסטישע סומע פון איבער א האלב מיליאן דאללער און צוריקגעשטעלט אויף די אוהר אלטע יסודות, וואס איז די מדובר לכל הפוקדים את ציון קודשו, און מיט גרויס הכרת הטוב טוען מיר (די אלע וואס געדענקען נאך אלט קערעסטיר, ווען עס איז נישט געווען מעגליך אנצוגיין אין די פיצילע אוהל אהן לופט, ווען עס איז נישט געווען מעגליך צו זאגען תהילים מיט מנוחת הנפש און הרחבת הדעת) דאנקבאר זיין פאר זיי אבער ביז אהין האט געדינט די אוהל וואס ר׳ ישעי׳ זצ״ל האט געבויעט מיט מסירת נפש און בכלל האט ער געטוען פאר די קערעסטירע נאמען א גאנץ לעבען, און ליידער בעונותינו הרבים האט ער נישט איבערגעלאזט קיין דורות ווערט זיין נאמען פאראייביגט דא אויף די וואנט וואס האט אין זיך איינגיזאפט געלוינען פון אידישע טרערען פון די לעצטע 150 יאר, זאל די אייבערשטער העלפען דאס זיין לעכטיגע נשמה זאל רוען בגנזי מרומים און עס זאל זיין אן א עליה די אלע גוטע מעשים לעילוי נשמתו הטהורה הרה״צ ר׳ ישעי׳ ב״ר נפתלי זצ״ל

נאכדעם גיי מיר אריבער צו די מקוה, ב״ה זייער באטעמט זייף, שעמפא, פרישע האנטוכער, געהעריגע בור הטבילה ריין זויבער און פיין ווארעם, הייסע שויערס, און נאכען זיך איבערפרישען זאגט מיר מיין חבר אז ער וויל זעהן די גאסט הויז פון ר׳ משה יוסל פריעדלענדער, גייען מיר אריבער אהין אים צייגען און ווען מיר קומען אהן זעהן מיר א נייע היימיש געמאכטע שוהל נעבען די הויז, וואס איז נאך נישט געווען פון פריער און נאכדעם גייען מיר אריין אינעווייניג און מיר זעהן די צימער ווי מען עסט און ווי אויך די אנדערע קלענערע צימער פון די פרויען, און פאר איך ענדיג אים ווייזען די שטיגען צו די צימערען קומט מיר פרעגען א בחור׳ל צו איך וויל זיך געבען א וואש, נאכדעם וואס איך זאג אים אז איך בין מסודר ב״ה נאר איך בין געגאנגען ווייזען מיין חבר, זאגט ער מיר אז ״עני טיים״ קען איך זיך איבערעכענן און קומען אנבייסען, זייער העפליך אויפגענומען איך האב זיך באדאנקט און צוריק אריין אין אויטא צו סתם ווייזען די שטאט, און ווען מען ענדיגט ארום פארען די שטעטעל גיי מיר צירוק לקדשי קדשים מעון ומשכן קודשו של איתן אדונינו מרן רביה״ק זי״ע
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 2:39 pm

המשך יבא
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוודאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 13, 2013 11:04 am

תגובהדורך אוודאי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 4:00 pm

זייער שיין הרב חסיד, אייער ווארעמקייט גיסט זיך איבער.
(די דאטומען שטימען עפעס נישט, איר זיינט אנגעקומען מאנטאג אדער דינסטאג ? איר שרייבט אז איר האט געזאגט הלל פאר׳ן פליען אויף בודאפעסט, און איר זיינט אנגעקומען צום אויספאסטן ?)

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » זונטאג אוגוסט 27, 2017 8:57 pm

אמת
הלל איז געווען אויף די וועג אהיים....
צומישט אביסעל די יוצרות, איך האב זיך אויסגעמושט מיט די עירפארט אויף׳ן וועג אהיים שוין, גיי מיר פארעכטען, א ישר כח
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

מיין טאג בוך (המשך)

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:04 am

חלק ד׳

מען קומט צירוק לביתו נאוה קודש ווי אונז האבען די זכיה יעצט צו וויילען, און מיר זעהן א באס פארקירט אינדערפארענט און איין גאנצע קבוצה פארט יעצט אוועק מיט פילע באגאזשען און עס איז א בחינה פון משמורה נכנס ומשמורה יוצא און מען גרייט עס אהן צו בקבל פנים זיין די פרישע אורחים, ווייל יעצט גייט שוין אוועק די חבורה וואס האט פריער געזאגט יוכ״ק און געדאווענט מנחה, און איך זעה ווי די שליח מיוחד ונאמן בית רביה״ק הרב משה בצלאל לעפקאוויטש מיט די אנווערפענע אינגערמאן הרב ריינער פאקען מיט צידה לדרך פאר די וועג ביז די עירפארט, און דערווייל מאכט די וועג אריין אין הייליג הויז זעהט מען די זמנים הענגען אויפ׳ן וואנט פון די היינטיגע ער״ח מנינים יוכ״ק 1:00 און נאכדעם נאכאיינס4:00 און שפעטער 6:00 נאכמיטאג, און מען באגעגענט זיך מיט נאך א מנין מנחה וואס ענדיגט יעצט אין קוויטעל שטוב, און ווי אויך אין די מל״מ שטוב וואס איז ספעציעל געווידמען לסעודת בוקר וערב בכל ימות השנה איז גענצליך איבער געפרישט און גרייט צו בקבל פנים זיין ווייטער, מיט ווארעמע איבערבייס וכל הנילווים עליו, און נאך די מנין וואס ענדיגט יעצט נעמט מען ארויס די ספר תורה צו ליינען די היינטיגע קריאה וואס מען האט פארפאסט זייענדיג אין עירפארט אהן א ספר תורה, נאכען ליינען זעצט מען זיך עסען עפעס און איך פרעג ווען וועט זיין נאך א מנין מנחה ענפערט מען מיר נישט געזארגט עס מאכט זיך די לעצטע 3-4 וואכען יעדע שטיק צייט... און טאקע בערך 3:45 שטעלט זיך נאך א מנין מנחה אין קוויטעל שטוב

פאר מען איז געגאנגען דאווענען מנחה זענען אונז קודם ארויף אין צימער צו אויספאקען די חפצים און זיך מסדר זיין, און עס נישט נארמאל ציכטיג שיין, און ווער רעדט נאך פון די הצטרכות׳ער וואס מען דארף האבען נמשל עיר קענדישען, סטיעם, און ווער רעדט נאך פון די בעטען גופא ממש פונקט ווי אין שטוב אין אמירעקע.... און די בית הכבוד די שויער וכדומה, אזוי ווייט אז אויף דעם וואלט איך זיך מורה היתר געווען און יא גענוצט א קעמערע פשוט אלס מען זאל וויסען פון וואס איך רעדט ואל תמנע טוב....

יעצט אראפקומענדיג פון הכנסת אורחים גרייט מען זיך צום דאווענען ביראה והתרוממות וחדות הנפש אז ב״ה מיר זענען נאכאמאל אין לעבען זוכה צו דאווענען אין קדשי קדשים, אין זה כי אם בית אלקים וזה שער השמים, מסבב כל הסיבות האט אזוי צוגעפירט אז אני הצעיר בין געווען בעל תפילה דא אין הייליג קוויטעל שטוב, וואס אין א געוויסען זוהן טראכט זיך מי אנכי? שאינו הגון ואינו כדאי, נארוואס דען אויב מען איז א שליח הציבור דאווענט מען דאך פאר אנדערע, און אז מען דאווענט פאר אנדערע איז ידוע אז די רבוש״ע טוט נישט בודק זיין צו מען איז ‏כדאי נאר מען נעמט אהן די תפילת ברחמים, ווייל מען דאווענט דאך נישט פאר זיך נאר פאר אנדערע, אבער דאך איז דא א פחד אין אלע איברים און מיינענדיג אז נאר איך האב עס זעה איך אז ממש יעדער איינער איז אריינגעוואפען די פנים אין סודיר, א קליינעקייט? אין קוויטעל שטוב, ער״ח, אלול, אין אליהו נענה אלה בתפילת מנחה! עס נעמט דורך אלעמען, דאס קען מען נישט מסביר זיין נאר אויב מען איז דארט אויף דעם הייליג מקום, לכה״פ האלט מען אינאיין חזר׳ן ספה״ק מופת הדור כדי צו האבען די געפיהל צום צדיק יסוד עולם און צום הייליג מקום, יענעמס מנחה איז מיר גרינגער צו באשרייבען כנכתב לעיל... ווי מיין אייגענע, אן אמת׳ע געפיהל ווי ערב יוה״ק, געפוילט אלעס גוטס

צוביסלעך קומט א גרעסערע עולם זיך גרייטען צו יוכ״ק, און גלייך נאכדעם וואס מען ענדיגט אונזער מנין מנחה הייבט מען אהן (דא בין איך שוין נישט געווען בעל תפילה) פלגי מים ירדו עינו על לא שמרו תורתך בלי שום גוזמה כלל, טאקע אין די שטוב וואס האט אריינגעבלאזען אזא רוח טהרה אין אזועפיל אידישע הערצער, בעט מען בזכותו הג׳ צו א אמת׳ע תשובה שלימה, אמן

נאכדעם שטעלט זיך נאך א מנין מנחה פאר די אידן וואס זענען אנגעקומען שפעט אביסעל און פארפאסט די פריעדיגע, און איך האב זיך אנגערופען צו הרב יחזקאל דוד שליט״א אז די יעצטיגע ווערטשאפט זעט אויס זייער ענדליך צו די יארצייט פאר בערך 8 יאר צירוק, כמעט קרוב לאמת....

למעשה אונז גרייטען זיך -נאך פאר די אנדערע מנין מנחה שטעלט זיך- שוין ארויפצוגיין לציון קודשו קודם פנה יום, ווייל די זייגער קלאפט שוין בערך 4:30 נאכמיטאג

המשך יבא
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

מיין טאג בוך (המשך)

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 1:35 pm

חלק ה' (אנטשיליגט פאר'ן לאזען לאנג ווארטען... היינט ארבעט מען געהעריג צוריק אין אפיס)

בערך 4:30 נאכמיטאג גייען מיר ארויף לציון המציונת און אין מיין קאר קוועטשט זיך אריין אסאך מער וויפיל עס פיט באמת, און אזוי פארט מען ארויף די בארג און מיר גייען מיט א שטארקע התעוררת זיך מזכיר זיין לרבינו הקדוש ולעורר רחמים בשמים לישועתי ולישועת הכלל והפרט כי צרכי עמך ישראל מרובים בהגלות המר הזה, און אויף די וועג פארצייל איך פאר'ן ציבור אין מיין אויטא די מופת וואס איך האב געפראוועט דא ביים ציון הק' איידער מיין ישעי'לע נ"י איז געבארען געווארען כדי צו מעורר זיין און מען זאל אריין גיין מיט א זיכער הארץ אז כל משאלותינו ה' ימלא בזכות הצדיק השוכן פה

און מיט די זעלבע כוונה ווי ביי מנחה ווייל איך בין נאר א שליח ציבור מיט אזויפיל אידישע קינדער'ס בקשות, איז דאס הארץ איז געמישט מיט פרייד און פחד צוזאם, ווען מען טרעט צו אריין צו גיין אין אוהל הק' דארט איז אונז מקבל פנים די שומר, מען גייט אריין אן אפצאל מיט די פלאן צו צעווארפען אפאר דאלער ווען מען האט שוין געפויעלט ישועות אויפן וועג ארויס, אינעווייניג געפונט זיך א שיינע עולם בתוכם אפאר היימישע פענימער וואס מען האט שוין געטראפען פון פריער בבית רביה"ק ווי נמשל הרב משה שמואל ראטטענבערג מייסד ומנהל מוסד רב להושע נכד רביה"ק, ווי אויך זעה איך ר' יואל זילבערשטיין פון קאנטינענטעל זאל אין וויליאמסבורג בן הרב ר' מרדכי פון מאנסי, און די משפחת לאנדא עטליכע ברודערס די וואס האבען די ישיבה אין יאמפעלע און די התעוררת ווערט גרעסער און שטערקער און עטליכע אידן ענדיגט תהילים און זאגט פאר הויעך ה' ה' מיט א מורא'דיגע התעוררות און די גאנצע עולם זאגט נאך, און ווען איך האלט שוין ביי מסיים זיין איז עס די זעלבע זמן ווען הרב משה שמואל נכד לרביה"ק זי"ע הייבט שוין אן אויסצולאזן די יהי רצון, -צום דריטען מאל דא אין אוהל, אין לעצטע 3 שעה- די קולות אין אוהל זענען בוקע רקיעים ממש, נאך דערצו ביי די י"ג מדות של רחמים... ווען מען ענדיגט די יהי רצון שטיי איך שוין ביים הייליגן ציון ביים קאפ'ענס פון די ציס"ע ביי די מציבה ממש, איך ווייס נישט אין וועלכער זכות איך האב זוכה געווען דערצו אזוי נתעורר צו ווערן אז עס האט זיך גענומען גיסן טרערן פון מיר אז איך האב נישט געקענט כאפן מיין אטעם בשעת איך שעפשעט א תפלה צום צדיק מיט אפאר אידישע ווערטער אינדערמיט..., איך ליין פאר פארן הייליגן צדיק די אלע בקשות וואס אחב"י האבן מיטגעשיקט צו מזכיר זיין, איך ליין פאָר אלע קוויטלעך וואס איך האב נאר מיטגעברענגט, צו פון חברים צו ידידים מעמך ישראל וואס דארפן שידוכים, קינדערלעך, צו פרנסה, צו רפואות וישועות, אוי! וויפיל סודות ליגט דא באהאלטען? וויפיל אידען וואס דרייען זיך ארום געהעריג אין די שטאטישע גאסען און עס קוועטשט זיי דאס הארץ? ליידער ליידער, הושענא למען סודך הושענא, נאר די רבוש"ע און די צדיקים ווייסען די סודות וואס זענען באהלטען אין די אויסגעוויינטע קוויטלעך, און מיט חוצפה -נאר ווייל איך בין א ש"ץ- בין איך מעורר דעם צדיק אז אזוי ווי זיין גאנצע נחת אויף דעם וועלט איז געווען בחיים חיותו נאר אז אידישע קינדער זאלן האבן כל טוב וכי טוב, איז דאך זעכער היינט אין אזא הייליגע טאג פון ער"ח, גייט אזא הייליגע נשמה ארויף נאך העכער, צו משפיע זיין כל טוב וכי טוב לאבנ"י און וואס איז ביי אזא צדיק א העכערע עולם? וואס איז ביי אזא צדיק נחת? נאר אז אידישע קינדער זאלן האבן בני, חיי, ומזוני מיט אלעם גוטן! נו, וויל מיר דאך אלע מאכן א נחת רוח פארן צדיק און ווי יעצט געשמועסט איז דאך דיין איינציגסטע נחת רוח אז אידישע קינדער האבן פון אלעם גוטן, אויב אזוי בעטן מיר פון דיר סיי אויף'ן כלל און סיי אויף'ן פרט "הייליגע רבי פארשעם נישט דיין הייליג נאמען און זעה אז מיר זאלן קענען זאגן אז עס איז געווען א קערעסטירער מופת", יהי רצון מלפניך שומע קול בכיות. און איך ענדיג צו מיט א תפלה פאר מיר פערזענליך.......... איך הייב מיר אויף די קאפ פון די מציבה נאכן געבן א קיש די הייליגע שטיין, זעה איך אז די גאנצע אוהל איז דאס זעלביגע פון יעדעם איינעם, און עס גיסן זיך טרערן אונטערן תהלים מיט וואס מען וויל זיך באדעקן די פנים, יעצט האב איך נאכאמאל זוכה געוועהן צו זעהן דאס וואס איך זעה יעדע מאל ווען איך בין אין קערעסטיר, דאס וואס איך האב שוין לאנג צוריק געהערט, אז ווער עס קומט נאר אריין אין דעם הייליג פלאץ ווערט נתעורר לתשובה, איך גיי ארויס פון די אוהל צוריק, צוריק צו וועגס מיט די פנים צום צדיק'ס מציבה מיט דאס געפיל אז מען האט זיכער געפויעלט אלעס גוטס, ...מען קען נישט שילדערן די געפילן וואס מען פילט יעצט נאכן זיין דא בקודש הקדשים באלד 4 שעה, ממש כתינוק בן יומו, ווי דער צדיק האט גענומען אונזער פארשמירטע נשמה און עס אויסגעוואשען און געמאכט לייכטן, דער אייבירשטער זאל העלפן אז מען זאר אנהאלטן די אלע קבלות טובות, וועט מען בעזה"ש זיין א ערליכע איד.

עס איז שוין באלד 9:00 פארנאכטס כמעט 60 מינוט נאכען שקיעה, די געפיהל איז זייער ענדליך צו נאך נעילה פאר מען גייט הייבט אהן מעריב... יעצט ווען מען גייט אריין אין ר"ח שטימונג, ויה"ר שכשם שזכית להיות שליח להולכה כך יזכה להיות שליח לקבלה בכל מיני ישועות לכלל ולפרט כי ידעת בצרות נפשות ישראל, היי' רבי! שאו ידיכם קודש וברכו את עמך ישראל בשנה טובה ומתוקה וכתיבה וחתימה טובה

מיט א געפיהל וואס מען קען נישט באשרייבען גייט מען גלייך צום רעבין אינדערהיים, און ווען איך קום אריין זעה איך ווי נאך א מנין מנחה ענדיגט יעצט (ר' יואל זילבערשטיין הנ"ל בעל תפילה) און איך פרעג איינעם ווען איז מעריב זאגט ער מיר גלייך בזמן, בערך 9:00 וועט זיך שטעלן די ערשטע מנין

המשך יבא
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

מיין טאג בוך (המשך)

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 5:23 pm

חלק ו'

איידער מיר גייען צו צו מעריב וויל איך ארויסברענגען איינע פון די זאכען וואס איך האב מזכיר געווען שטילערהייט אויף'ן ציון הק', און יעצט ביים צוריק קומען אין שטוב אריין זעה איך פון פריש די ווערטשאפט אנגעגרייט סעודת אורחות ערב אויף די שיינע ברייטע פארנעם, ממילה וויל איך עס -יא- אויסשמוסען אויף'ן פעדער ווייל איך מיין דאס האט אנגעצונדען א גרויס חלק פון די התעוררת ביים ציון הק', כידוע האט די רבי זיך געזעגענט פון בנו יחידו רביה"ק ר' אברהם'לע זי"ע און ווי אויך פון זיין איינקעל די לעצטע רבי רביה"ק ר' מאיר יוסף זי"ע הי"ד איז געווען זייער א אינטרעסאנטע זאך, ער האט גערעדט צו אים און אנגעכאפט ר' אברהם'לעס האנט פאר א קורצע צייט און גלייך אפגעלאזט און דערנאך האט ער צוגערופען זיין באליבט הייליג איינקעל (ראה באריכות בספר מופת הדור חלק ב' פרק אור המאיר פרק כ"ג -וואס גייט צום דרוק בקרוב בעזהשי"ת) און גערעדט צו אים און זיין האנט האט ער אנגעהאלטען פאר א לענגערע זמן, וואס פונקטליך ער האט גערעדט ווייסט מען נישט עד היום הזה, חוץ איין זאך ווייסט מען יא, ער האט זיי אנגעזאגט ביידע -סיי ר' אברהם'לע און סיי ר' מאיר יוסף- דאס אויב וויל מען די ישועות זאלן ממשיך זיין ווייטער, זאל מען זעהן אז די ווערטשאפט אין זיין הייליג שטוב די הכנסת אורחים זאל ווייטער אנגיין פונקט ווי ביי אים, (אגב: וואס פון דעם האט מען שוין דעמאלטס פארשטאנען אז ר' אברהם'לע וועט נישט מאריך ימים זיין) און דאס איז געווען ביי מיר א שטארקע פתחון פה ביים ציון הק', היי' רבי קוק אראפ פון דיין לעכטיג גן עדן און זעה ווי דיין צוואה צו די יוצא חלציו ווערט איינגעהאלטען ביתר שאת וביתר עוז, ממש וואס דא טוט זיך אפ לאזט זיך נישט גלייבען, איז זעמיר זיכער דאס אף שם עומד ומשמש און האלט איין זיין חלק צוזאג, וואס כידוע דער באקאנטע קערעסטירע חסיד, ווי ער ווערט אנגערופען אין מופת הדור אלעמאל מיט'ן טיטעל "החסיד המופלג" הרה"ח ר' שלמה ענגל ז"ל מ'טאקיי, המכונה ר' שלמה טאקייער, פלעגט ארויף גיין יעדע וואך צום ציון -נאכען רעבינס פטירה- גלייך נאך מל"מ פון זיין ממלה מקומו און זאגען מיט די לשון: "א גוטע וואך רבי, דא רעדט שלמה בן רחל, אידען קומען צו דיינע יוצאי חלציו און דו האסט דאך צוגעזאגט פאר'ן פטירה, דער וואס וועט קומען צו מיינע קינדער, וועט האבען די זעלבע ישועה ווי זיי וואלטען געקומען צו מיר, איז בעט איך דיר האלט איין דיין צוזאג און זיי משפיע פאר אידישע קינדער שפע ברכה און הצלחה" (אזוי האט פארציילט ר' אליעזר שנעק ז"ל - וואס ער איז געשטאנען דערביי און עס מיטגעהאלטען יעדע ווארט) און איך האב מזכיר געווען די ברודער'ס וואס זענען עומדים על המשמרת הקודש שוין יארען לאנג -ווען קערעסטיר איז נאך געווען במספר קטן און נאך נישט אזא פארקער און אזוי באקאנט בכל תפוצות ישראל- מיט מסירת נפש ממש ה"ה הרב מאיר יוסף בן רבקה לרפו"ש, הרב ישעי' בן רבקה, און הרב אברהם משה חיים בן רבקה, די קינדער פון הרה"צ ר' מענדל רובין זצ"ל וואס אין זייער זכות טוט די זיידע ממשיך זיין אלעס פאר אונז, צו ווייל זיי האלטען איין זייער חלק פון די צוואה, צו מיט'ן איבערבויען די אוהל הק' און צוריק עפענען די פענסטערס כדי די היי' רבי זאל זיך קענען ווייטער אומקוקען אויף'ן שטאט (ראה באריכות בספה"ק מופת הדור עמוד תקע) און אזוי ווערט נמשך פאר אונז ישעות למעלה מדרך הטבע, אונז: די וואס פארבירען און ווילען האבען א שייכות און א קשר צום צדיק יסוד עולם און בכלל די אלע געהאלפען געווארענע ביים היי' צדיק זענען זייער מכיר טובה פאר אייך משפחת רובין החשובה, ווי איך האב שוין געשריבען פאר אייך פרייוואט נאכען יארצייט אין'ם בריוו און דא איז נישט די זמן און די מקום פאר דעם, אבער פטור בלי כלום אי אפשר

מעריב ר"ח אלול אין קוויטעל שטוב: אבער א מעריב! דאס מאל בין איך נישט צוגעגאנגען צום עמוד טראץ דעם וואס עטליכע האבען מכבד געווען, פשוט ווייל איך האב געדארף'ט די צייט ביי שטילע שמונה עשרה... געשטעלט דאווענען האב איך זיך ביי די פענסטער אויף מזרח וואס איז צו די גאס, וואס כידוע ביי די פענסטער פלעגט רביה"ק זאגען תהילים און ווען ער האט געזעהן א איד דורך גיין האט ער אים אריינגערופען, האב איך זיך געשטעלט אויף א פלאץ וואס איז אויסגעהייליגט, און די מעריב איז געווען מיט א שטארקע ברען, עס איז חודש אלול אויף די וועלט, ביים היי' רבי אין קוויטעל שטוב, נאכען אויסגיסען די הארץ על ציון קודשו, ממש א בחינה פון עולם, שנה, (נפש... הלוואי היי' טאטע אין הימעל אפשר דאך, איך וויל דאך זיין וואויל) א מעריב וואס איז בוקע רקיעים, וואס אונז זענען בטיח דאס נשמת רביה"ק בתוכינו, ווייל עס איז ר"ח ממילה איז די נשמה בלויז דא ווייל עס גייט דאך אוועק פון ציון הק' אזוי ווי שב"ק

געפוילט אלעס גוטס! און אינדערמיט קומען אהן נאך אידען, אבער מען כאפט זיך נישט מיט, אויף וואס דען זענען אונז דא אויב נישט אויף תפילה??? ממילה זיי ווארטען אונז זאלען ענדיגען ווייל זיי ווילען אויך דייקא מתפלל זיין אין קדשי קדשים-קוויטעל שטוב, זיי האבען געמוזט ווארטען אביסעל לענגער ווי געווענליך אין ניו יארק ווייל יעדער איינער האט מאריך געווען בתפילה, אבער דערווייל זעצען זיי זיך טועם זיין אין רעבין'ס מלוה מלכה שטוב, און ווען אונז ענדיגען מעריב גיי מיר זיך וואשען צום סעודת ר"ח

סעודת ר"ח: זייער א גוטע און באטאמטע וועג צוגעשטעלט, עס גייט אזוי ווען מען קומט אריין אויף די ערשטע טיש איז אלעס ספעציעל פארווע, די זופ, קארן, פערפעל, קיגעל, געקאכטע וועזשטעבעל'ס, עפעס א קניש איבערגעצוגענע טייג פארשפייז, וכדומה, און די אנדערע טיש איז צוגעשטעלט פליישיג, "קראמפירען" כלשון קודשו של רביה"ק וואס דאס מיינט פעטעטאס געקאכט מיט פיינע פעטיגע קרעפטיגע פלייש, זייער זייער גוט געווען ממש איך -און נאך א צוויי מנינים אידען לכה"פ- האבען זיך מחיה געווען, דאס איז איז אזוי אויסגעשטעלט ווייל אידען וואס זענען אויף'ן וועג ווילען נישט אייביג פליישיג ווערן, ווייל כידוע אידן זענען זייער מקושר מיט זייער קאווע... כמעט דער גאנצע עולם האט זיך געוואשען, אפילו די אידען וואס האלטען נאך פאר מעריב, און אויף מיין טיש איז געזעצען צוויי בעלזא אידען פון לאנדען, זיי הייסען בר-חורין, מיט א 4-5 אידען וואס וואוינען אין וויען, מיט א אינגערמאן פון וויליאמסבורג, און מיין חבר מיט וועם איך בין געפארען, און הרב משה בצלאל לעפקאוויטש, און אויף די אנדערע טישען קען איך נישט קיינעם חוץ זילבערשטיין און הרב משה שמואל פון רב להושע, און דער הרב ריינער מיט די קעכער אברהם אבא גרינבוים דרייען זיך ארם צווישען די טישען זיכער מאכען אז יעדער איז צופרידען און צו מען דארף נאך עפעס, און איך פרעג פון דעם הרב ריינער וויפיל בין איך שילדיג פאר מיין בעט און פאר די אלע עסען זאגט ער מיר פאר עסען בעט מען נישט, אויב מען וויל איז דא א פושקע וואס וויפיל מען וויל קען מען אריינלייגען און א בעט איז !$25 איהר הערט גוט??... ווייל איך האב עס נישט געגלייבט, אבער שוין דאס איז א קערעסטירע ווערטשאפט, און בשעת נאכטמאל טרעט מען זיך היטשעס צום עירפארט איינער מיט'ן צוויטען ווענט זיך ווען די פליגער פארט ארויס.. און מען שמוסט און פארברענגט ארום ספרי צדיקים ובפרט של רביה"ק, און מען גרייט זיך צום בענטשען מיט יעלה ויבא ברענגט הרב גרינבוים דער קעכער ארויס א וויין מיט א בעכער, און הרב משה בצלאל איז מכבד מיין חבר מיט בענטשען מזומן, וואס כידוע האט די דברי חיים דער היי' צאנז רב זי"ע אזוי מסמיך געווען רביה"ק מיט בענטשען אידען, זאגענדיג טוב עי"ן הוא יבורך! און מען שטעלט זיך אויף קומען אריין צוויי אידען און דער הרב ריינער וויל זיי מכבד זיין מיט נאכטמאל זאגען זיי אז זיי האבען געגעסען ביים גאסט הויז פון ר' משה יוסל נאכטמאל, און זיי פרעגען צו מען האט שוין געדאווענט דא מעריב, איז הרב ריינער שטעלט צוזאם נאך א מנין מעריב אינאיינעם מיט די אידען וואס זענען אנגעקומען אינמיטען מעריב און קודם געגעסען, "כרצון קודשו של רביה"ק" ווי באקאנט איז געווען די ערשטע שאלה וואס די רבי פלעגט פרעגען צו מען האט שוין געגעסען? נאך פאר מען האט געפרעגט וועגען דאווענען, און זיי שטעלען זיך יעצט נאך א מנין מעריב

איז א סך הכל וויפיל תפילות אידען האבען געדאווענט אין די הייליג פלאץ איז -וואס איך האב מיטגעהאלטען דערווייל- 3 יוכ"ק, 5 מנינים מנחה, און 2 מנינים מעריב, אה! זאלען די אלע אידען זיך האבען אויסגעבעטען אלס גוטס, אמן! אין אזא הייליג פלאץ צו פארברענגען ממש א זכיה, עפעס שפירט מען דא א העכערקייט וואס מען קען נישט מסביר זיין ווילאנג מען איז נאך נישט דא געווען, אבער איין מאל מען איז דא אין קערעסטיר, אוי! דאס הארץ לאזט שוין נישט רוהיג מער, מען וויל אלעמאל האבען די התעוררת און אלעמאל וויל מען שפירען א קשר צום צדיק, און אלעמאל וויל מען צוריקומען נאכאמאל

נאך סעודת ר"ח גיי מיר זיך יעצט גרייטען צו גיין שלאפען פאר עטליכע שעה, ווייל מען פארט שוין אהיים וכל טוב אדוני בידינו

המשך יבא (איך מיין נאך איין ארטיקעל און נאכדעם בין איך פארטיג מיט באשרייבען מיין טאג בוך)
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 5:35 pm

א שטיק הארץ און געפיל, יישר כח מעומקא דליבא!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4098
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 5:48 pm

שוין געווען אין קערעסטיר, אבער אזעלכע געפילן.. כ'בין דיר מקנא.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 5:59 pm

ייש"כ חסיד אמיתי!

דיין נאמען שטייט דיר גוט...

מיט אזא רגש צום גרויסן צדיק ביסטו א ריכטיגער "חסיד אמיתי"

זייער ארגינעל און מרוגש אייער דייערי!
זוכט איר דוי?

שיינפריעד
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 15, 2016 4:27 am

תגובהדורך שיינפריעד » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 7:37 pm

הערליך שיין!! זאלסטו האבען געפועלט אלעס גוטס להכלל אין פאר דיר אין דיין משפחה בפרטיות זאלסט זעהן אסאך תענוג ונחת פין דיין ישעי׳לע ני״ו

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 7:57 pm

אמן, ישר כח
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 10:41 pm

וועלקאם בעק "חסיד אמיתי", בלייבסט מיט אונז?

הערליך שיין, זאלסט האבן געפועלט אלעס גוטס!
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1741
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג אוגוסט 28, 2017 11:06 pm

WOW WOW WOW
נעקסט טיים נעם מיך מיט
איך האב נישט געוויסט אז געפילן קען מען אזוי גוט ארויס ברענגען אויפן פאפיר
שרייב מער אפט

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

מיין טאג בוך (סיום)

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 1:30 pm

חלק ז' (סיום)

מען גייט אריין אין קוויטעל שטוב אפילו עס איז דא יעצט א מנין מעריב, און מען איז מקיים הדבק במדתיו דורך מקבל זיין עול מלכות שמים באהבה, וואס דאס איז געווען די צדיק׳ס עבודה א גאנץ לעבען, משריש צו זיין אין אידישע קינדער אז עס איז דא איין איינציגע הייליגע באש׳, וואס פארדעם האט ער באוויזען מופתים פון איין עק וועלט ביז׳ן צווייטען, נאר כדאי צו ווייזען פאר אונז אידן, און -להבדיל- פאר גוים, אז עס איז דא א באש׳ אויף די וועלט, און מען קישט די מזוזה און מען גייט ארויף צו אונזער צימער, מען גייט זיך אביסעל אנלעינען נאכען עבודת היום און זייענדיג אויסגעמיטשעט פון די וועג, אויף׳ן וועג ארויף טרעף איך הרב ריינער הי״ו און איך פרעג אים אויב די מקוה וועט זיין אפען בערך 2:30 פארטאגס ווען מען שטייט אויף פאר׳ן ארויספארען צום פלוגהאפטען, זאגט ער מיר זייער גערן ער וועט מיר עס קומען עפענען, פרעג איך וואס הייסט? עס איז נישט אפען? זאגט ער מיר אז ביז 1-2 אינמיטען די נאכט איז ער נאך אויף, און בערך 4-5 איז שוין הרב משה בצלאל אויף לעבודת היום, און ווען קיינער איז נישט אויף די פאר שעה אינמיטען, איז די קאך פארשפארט און ווי אויך די מקוה פארשפארט, נאר די רבי׳ס הויז איז אייביג אפען, חוץ אויב מען בעט פון פריער עס צו עפענען איינע פון די צוויי, אבער ער לאזט נישט איבער אפען -אויפגעשפארט- אהן איינער זאל זיין אויף, זאג איך אים אז עס איז גוט אזוי אויך, שטיי נישט אויף ספעציעל פאר מיר, בלייב שלאפען געזונטערהייט, און איך פרעג אים צו ביי משה יוסל איז יא אייביג אפען די מקוה? זאגט ער מיר אז עס מאכט סענ״ס אז יא

צימער נומבער 4 איז געווען אונזער, פאר׳ן זיך לייגען נעמט מען ארויס די ספר הק׳ מופת הדור, וואס איך האב א שיעור קבוע דערין מיט מיין ב״ב יעדע נאכט פאר׳ן גיין שלאפען, שוין זייט עס איז ארויסגעקומען בשנת תשע״א לפ״ק, אידן טייערע פארביערט עס אמאל, עס איז ממש א מוסר ספר, עס איז אונז מחייב אסאך, וויאזוי קען א פשוטע יליד אישה אנקומען כחד משרפי מעלה?? אלע צדיקים הקודמים בדורו -ווען וועלט איז נאך געווען וועלט- האבען נישט געקענט נאכקומען און פארשטיין פון ווי מען נעמט אזא קדושה און אזא מאס חסד, בקיצור ממש ווייל איך בין פליצלינג געווארען זייער מיעד, און נאכען אנגרייטען נעגעל וואסער איז שוין בערך 10:30 און געב איך יעצט צוריק די נשמה פאר׳ן היי׳ באשעפער מיט א תפילה עס צירוקצובאקומען אין קארגע 4 שעה ארום

בערך 2:10 וועקט מיר מיין חבר אויף פון שלאף, מען מאכט זיך גרייט און איך פאר צו משה יוסל פריעדלענדער׳ס מקוה און... עס איז אפען! עס איז זייער פיין געווען, עס איז אביסעל אינטרעסאנט ווייל עס איז אזוי ווי א בעבי סווימינג פול, מען גייט ארויף שטיגען און נאכדעם צוריק אראפ, אזוי ווי עס פלעגט זיין אלע יארען ביים רעבין אין חצר אויף די יארצייט- ביז מען האט געבויעט די געהעריגע, אבער עס איז זייער פיין געווען, אמת׳דיג פיין ווארעם, זויבער, אזוי ווי א מקוה דארף זיין, און אויף די וואנט איז דא א צעטעל אז מקוה געלט איז $5, מען לייגט אריין א פיניפער אין די פושקע וואס איז אויף די וואנט, עס האט זיך געלוינט! כדי צו זיין גע׳מקוה׳ט ר״ח פאר׳ן דאווענען, און א מקוה פאר'ן זיך געזעגענען ביים רעבין אין קוויטעל שטוב

איך קום צירוק צום רעבין אין שטוב, מיר גייט זיך געזעגענען, געזעגענען מיר זיך דען? איך בין נישט מסיח דעת פון די הייליג ווארט קערעסטיר א גאנץ יאר!, מען גייט אריין אין קוויטעל שטוב, און די וואנט אקעגען איבער די טוהר ווי מען קומט אריין פון בית שלמה -נישט פון מל״מ שטוב- איז דא א קעסטעל אנגעפילט מיט קוויטלעך, וואס אידען לאזען איבער ספעציעל ביים רעבין אין פראווע שטוב דא אין געזעגענונג צימער אין די הייליגע קוויטעל שטוב, און מיר זענען בטוח דאס די רבי ליינט אלע אונזערע בקשות, און יעדע שטיק צייט גייט נאמן ביתו ושליח מיוחד של רביה״ק, ה״ה הרב משה בצלאל מיט אלע קוויטלעך און לייגט עס ארויף אויף׳ן ציון הק׳, און אזוי ווי יעצט איז ר״ח גייט מען דאך נישט צום ציון איז שרייבט מען א קוויטעל דא און מען ליינט עס פאר הויעך אין די הייליגע פלאץ און מען לייגט אראפ די קוויטעל אין די מקום מיוחד, נאכ׳ן בעטען א תפילה חרישית פאר מיין גרויסע שוואגער נאכאמאל, גיי מיר צוריק אין מל״מ שטוב זיך עפעס איינצופאקען פאר צידה לדרך, ממש א מחיה וואס דא גייט פאר! אפציעל אנגעגרייט צו זיך קענען מיטפאקען, עטליכע מינע יוגערט'ס, קליינע טרינקען, גרייט געמאכטע סענדוויטשעס, קליינע פושקעס טאנע אייער א.ד.ג. קליינע דיענעשעס, וכדומה, מען פאקט זיך איין אפאר קליינקעקייטען צו האבען צו עסען ווען מען ענדיגט שחרית אין עירפארט

נאכדעם גיי איך צו די קאווע טיש גדי צו נעמען צוריק אהיים קערעסטירע צוקער, וואס כידוע די היי׳ עבודה האט די רבי גענומען פון זיין גרויסע׳ן רבי הרה״ק מ׳ליסקא זי״ע, און די רבי פלעגט ״אלעמאל״ ״אלעמאל״ זאגען אז די ציקער ניצט זיך נישט אויס, און נאך מער, ממש פאר די פטירה האט ער געשיקט זיין געטרייע גבאי הרה״ח ר׳ משה לייב בלייך ז״ל גיין ברענגען צוקער, ווייל ער וויל עס אפשפרעכן כדי עס זאל בלייבען אויף שפעטער נאך די פטירה, וואס כידוע פלעגט נאך די רבי ר׳ מאיר יוסף טיילען פון די צוקער, איז מיט א פילע האנט מיט צוקער גיי איך צוריק אריין צום רעבין אין קוויטעל שטוב, און איך בעט פון היי׳ רבי זאל אונז ווייטער משפיע זיין זיסקייט אין לעבען, ווייל דאס איז געווען זיין תפקיד, זיס צו מאכען אין אידישע שטובער

עס איז שוין בערך 3:00 פארטאגס ווען מיט די פנים צום הייליגען שטוב ארויסגענדיג צוריק צו וועגס, קישט מען די מזוזה, און בסל מלא ברכות וישועות גיי מיר און קאר אריין נאכען פארברענגען אין עיר הקודש קערעסטיר די לעצטע באלד 14 שעה

מען פארט צום עירפארט קיין בודעפעסט די וועג נעמט זייער שנעל, בערך 5:20 איז שוין די קאר געפארקט נאכען עס צוריק אנפילען מיט געז, ווייל די וועגען זענען ליידיג נאך, מען געזעגענט זיך מיט מיין חבר מיט זייער א שווערע געפיהל נאכען מיטלעבען אזא העכערע גייסט, ער גייט צו בריטיש עירוועיס, זיין פליגער הייבט זיך און בערך 2 שעה, און איך גיי צו א אנדערע טירמענעל בילדינג צו לופטהאנזא עירליין, מיין פליגער הייבט זיך און 1 שעה און 20 מינוט, און פארשטייטזיך איך גיי גלייך צו סיקיארטי, ווייל איך בין שוין געווען איינגעטשעקט פון פריער דורך מיין געטרייע ב"ב פון ניו יארק... און יעצט פאר מיר בעזה"ש ביזנעס קלעס, איז מיין שורה דורך צוגיין זייער שנעל ב"ה, איך גיי אריין אין די לופטאנזע lounge פון ביזנעס קלעס און א ווינקעל שטעלט מען זיך שחרית ר"ח אלול מיט הלל, און גלייך נאך הלל, טוה מיר אויס די טו"ת ווייל מען בארד שוין (איך בין אנגעקומען אין עירפארט זייער שפעט שוין... עס איז געווען א ביסעל איינגעשטעלט) מען גייט ארויף אויף'ן פליגער, און מען פליט מיט די קליינע קענעקטינג פלייט בשעה טובה קיין פראנקפורט

געלאנדעט בערך 8:15 אינדערפרי, און די נעקסטע פלייט איז 11:00 איבער 2 און האלב שעה סטאפ אויבער, אבער נאך א מזל ווייל פון איך בין ארויס פון די קליינע פליגער ביז איך בין נאכאמאל דורך סיקיארעטי האט גענומען איבער א שעה, אויב נישט נאך מער, עס איז ריזיג גרויס די עירפארט, באלד אזוי גרויס און מען קען כמעט ווערן אזוי צומישט ווי אין לאנדאן די היטרוי עירפארט, נאך דורך גיין סיקיארעטי גייט מען אריין אין די lounge וואס גלייך פון דא גייט מען בארדען, כמעשהו בראשון כך משהו בשניה, אזוי ווי אין בודעפעסט גיי מיר דא אין א ווינקעל און מען איז מסיים די דאווענען, און ווען מען ענדיגט מוסף מיט אלע תפילות, גייט מען זיך איבערפרישען, זיך גרייטען צו גיין שלאפען -נאכען שלאפען סך הכל פון שב"ק צופרי ביז יעצט וויינגער ווי 7-8 שעה אלעס צוזאמען...- מען זאגט דאך נאך פון צדיק הדור מרן הק' מ'סוקלעני שליט"א אז די בעסטע שמירת הדרך איז צו שלאפען ווייניג פאר מען גייט אויף א פליגער ווייל אזוי שלאפט מען דורך די פליגער, און עס העלפט פאר שמירת עינים! איז נאכען איבערפרישען זעצט מען זיך צוריק אראפ מיט'ן מופת הדור און ביז א קורצע צייט בערך 10:45 גייט מען שוין בארדען, נישט דא וואס צו רעדען, ביזנעס קלעס איז א מחיה! די רוהיגקייט וואס דא איז דא ממש עס לאזט זיך נישט גלייבען אז מען איז אין עירפארט

מען זעצט זיך אוועק אויף'ן פליגער און איך זאג פאר מיין שכן דאס איך פלאן זיך אויסצוציען פון אנפאנג ביז'ן סוף, און אויב ער דארף דורך גיין זאל ער מיר ביטע וועקען, ווייל א רגע שפעטער גיי איך שוין ווייטער שלאפען, און מען דארף מיר נישט שוינען, ווער עס ווייסט וויאזוי א ביזנעס קלעס בענקל קען ווערן ווייסט זייער פיין פון וואס איך רעדט יעצט, מען ציעט זיך גענצליך אויס גלייך נאכען זיך הייבען, און ממש פאר'ן לאנדען 6-7 שעה שפעטער וועק איך זיך אויף אויסגעריערהייט ב"ה, און מיין שכן זאגט מיר אז עס איז נישט געווען מעגליך מיר צו וועקען, און ער איז מיר דורך געוואקט איבער מיין פיס א ערך פון 5 מאל אהין און צוריק און איך בין פיין דורך געשלאפען די גאנצע צייט

עס איז בערך 1:15 ניו יארקע צייט און מען לאנדעט יעצט בשלום אין JFK מיט פילע באגאזשען השפעות טובות, און בגשמיות פיין אויסגעריעט הודו לה', נאכען אראפקומען פון פליגער גייט מען דורך קאסטעמס און מיט די נייע סיסטעם מיט די מאשינען פאר די אמירקאנע בירגער גייט עס איינס צוויי, און עס איז נאך 20 מינוט פאר 2 אזייגער און איך זיץ שוין אין מיין קאר אויף די וועג צוריק צום קאנטרי אפצונעמען מיין משפחה אהיים צירוק אין שטאט אריין, זי דארף אביסעל צייט פאר די עולם קומט אהיים פון די קאנטריס זיך צו מסדר זיין נאכדערצו מען האלט פאר ישעי'לעס אפשערן

נאכען רופען שלום נעמען פון די נאנטע רוף איך אהן מיין שוואגער, און איך בעט אים ווי נאר ער הערט גוטע נייעס זאל ער מיר רופען פארציילען תיקף ומיד, רבותי איהר וועט נישט גלייבען! זעצט אייך אלע אראפ אויף בענקלעך! ער האט היינט ר"ח אלול אנדערפרי אריינקומענדיג אין אפיס שוין אנגעהויבען צו זעהן א אפענע נס! נאך 3 חדשים קלאפען א בארג, און ווערן נאכגעקוקט, און ער זאגט מיר אז ער וויל עס אליינס נישט גלייבען, אבער יעצט איז ער אין שאק, ווייל ער גלייבט אליינס נישט וואס זיינע אויגען האלטען מיט, זאג איך אים דאס איך בין נישט אין שאק בכלל, ווייל איך בין געווען זיכער נאך פאר איך בין געפארען, דאס עס וועט זיין א ישועה למעלה מדרך הטבע, און ווען איך האב איבערגעלאזט אלע פאפירען פון די citi of new york ביים ציון אנטער די קוויטלעך, האב איך געוויסט אז עס ליגט אין גוטע הענט און מען דארף זיך נישט זארגען דערויף מער, און איך בעט אים דאס ווען זיי ענדיגען גענצילך זיך אפשאקלען פון אים זאל ער מיר לאזען תיקף וויסען

זאל די רבוש"ע העלפען כשם שזכיתי לראות חוץ לדרך הטבע ניסים זאל מען זוכה זיין עס זאל מקיים ווערן אלעס וואס מיר האבען זיך אויסגעבעטען לנו ולכל ישראל, און מיר זאלען זוכה זיין צו כל טוב וכי טוב, תמיד, שטענדיג, און אלעמאל, ביזן קרעטשעמע אויך א טרינק, ביז מיר ווען זוכה זיין צו ביאת משיח צדקינו און דעמאלטס וועו זיין יקוצו וירננו שוכני עפר, און מען וועט זוכה זיין צו תחיית המיתם און בתוכם דעם היי' רבי זי"ע און מען וועט קענען קוקען אין זיין לעכטיג געשטאלט און קענען נהנה זיין מזיו שכנתו מיט אלע צדיקים אינאיינעם,אמן! אבער טאטע אין הימעל אונז בעטען פון דיר איין זאך, שוין!
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 760
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

ישר כח

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 1:42 pm

ישר כח פאר אלע חבירים ידידים פאר די ווארעמע פיד בעק, סיי די פון ברבים דא, און סיי די וואס האבען מיר געשיקט פרייואט אויף אימעיל אדער אויף טעקסט, אונז האבען הנאה געהאט צוריקצוהערן אז די עולם האט הנאה, און די זעלבע צייט וויל איך זיך אנטשיליגען אויף די נישט גוטע ספעלינג'ס (וואס עטליכע האבען מיר מעורר געווען זייער איידעל פרייואט) אי"ה ווען איך וועל האבען א געלעגענהייט וועל איך עס ארויףלייגען אויף א פי.די.עף. געפיקסטערהייט, אי"ה כדי די עולם זאל קענען ליינען אהן ווערן נערוועז פון אלע מיס-ספעלינגס...

בברכת געפויעלט אלס גוטס לנו ולכל ישראל, אמן

י.י.ב.ש.
חסיד אמיתי לרביה"ק מרן ישעי' ב"ר משה זי"ע
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 2:22 pm

ארויסגעפרינט אלע חלקים.

וועל מיר שפעטער מאכן די Wow'ס...

יישר כח פון טיעפן הארץ!!
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10645
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 6:30 pm

יישר כח מעומקא דליבא אויף די הערליכע הערצליכע טאגבוך

אפשר איז כדי צו בעטן די גבאים זאלן דאס אפטיילן און מאכן א באזונדערע אשכול דערפון
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:16 pm

לכאורה האט געשריבן:יישר כח מעומקא דליבא אויף די הערליכע הערצליכע טאגבוך

אפשר איז כדי צו בעטן די גבאים זאלן דאס אפטיילן און מאכן א באזונדערע אשכול דערפון

פארוואס עפעס מאכן אפאר אשכולות
לאז עס אזוי זאל יעדער לייגן בילדער באריכטן אין 1 אשכול
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

קערעסטיר
שר חמישים
תגובות: 96
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 09, 2016 10:28 am
לאקאציע: קערעסטיר

תגובהדורך קערעסטיר » דינסטאג אוגוסט 29, 2017 10:26 pm

חסיד אמיתי האט געשריבן:ישר כח פאר אלע חבירים ידידים פאר די ווארעמע פיד בעק, סיי די פון ברבים דא, און סיי די וואס האבען מיר געשיקט פרייואט אויף אימעיל אדער אויף טעקסט, אונז האבען הנאה געהאט צוריקצוהערן אז די עולם האט הנאה, און די זעלבע צייט וויל איך זיך אנטשיליגען אויף די נישט גוטע ספעלינג'ס (וואס עטליכע האבען מיר מעורר געווען זייער איידעל פרייואט) אי"ה ווען איך וועל האבען א געלעגענהייט וועל איך עס ארויףלייגען אויף א פי.די.עף. געפיקסטערהייט, אי"ה כדי די עולם זאל קענען ליינען אהן ווערן נערוועז פון אלע מיס-ספעלינגס...

בברכת געפויעלט אלס גוטס לנו ולכל ישראל, אמן

י.י.ב.ש.
חסיד אמיתי לרביה"ק מרן ישעי' ב"ר משה זי"ע

איך האב שטארק הנאה געהאט צו זעהן וויאזוי איהר לייגט אראפ אייער טריפ מיט אלע מטעמים, זאלסט האבן אויסגעבעטן אלעס גוטס.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: טיפיקעל, יש מזל און 24 געסט