אנגעצויגענע טעג, העפטיגע הכנות, דעם ווידערוויילונג פון אונזער קעניג!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:38 pm

אנגעצויגענע טעג, העפטיגע הכנות, דעם ווידערוויילונג פון אונזער קעניג!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרדס הסופר »

בס"ד

אין טויזנטע שטעט און הונדערטע לענדער זענען אוועקגעשטעלט הויפקווארטירן צו אקאמאנדירן די פילע וואלאנטירן וואס האבן זיך אנגעשלאסן צו ארויסהעלפן מיט פראפעגאנדע און פאמפ, ריסערטש און מחשבה, וויאזוי מיר וועלן געווינען דעם קומענדיגן וואלן וואס קומען שוין אט אט צו גיין, וואס איז אונזער סראטעגיע און מעסעד'ז, אויף וואס וועלן מיר זיך שטעלן און וואס איז אונזער אגענדא.

צעטלעך, פלאקאטן, רופן און שמועסן, מיט אנווייזונגען פון די הויכע פענסטערס לויפן מיר ארום טאג נאך טאג, נאכט נאך נאכט צו טוהן אלעס וואס איז נאר מעגליך אז אונז זאלן ארויסקומען די געווינער'ס, און מיט א שטארקייט!

נישטא קיין ארבייט נישטא קיין נייעס, נישט דא קיין צייט פאר עפעס אנדערש, מען איז נאר פארנימען צו טוהן אלעס וואס מען קען צו זיין גרייט פאר דעם גרויסן טאג.

דער קעניג זיצט אין זיין פאלאץ, קוקט זיך צו און קוועלט פון נחת ווי זיין געטרייע פאלק ארבייט אריין מיט כוחות אדירים, שלאפלאזע נעכט און שווערע טעג, שעות אויף שעות טוען זיי זיצן און קלערן צו וויסן און פארשטיין וואס דער קעניג האט ליב, וויזאוי זיי קענען ארויסוויזן געטריישאפט פארן קעניג.

פון מאל צו מאל קומט דער קעניג אויף א באזוך אינעם שטעטל, כאפט זיך אריין אינעם הויפטקוואטיר און צושמועסט זיך מיט זיינע געטרייע ארבייטער און באדינער, און בלאזט אריין חיזוק און עידוד צו גין ווייטער אן קיין אויפהער ביז צום גרויסן טאג ווען מען גייט עם פון ניי אויפנעמען.

די טעג רוקן זיך, די אנגעצויגנקייט שפירט זיך אין די לופטן, דאס פאלק קען שוין נישט ווארטן, נאך געציילטע טעג וועט די גאנצע וועלט מיטהאלטן אז אוזנער קעניג איז ווידעראמאל ערוויילט געווארן מיט א שטארקייט און פעסטקייט, און זיין מעכטיגע אימעפריע וועט ווידעראמאל שיינען און געוועלטיגן אויפן גאנצן וועלט.

יעדער ראש משפחה נעמט צאם די קינדער און איז מסביר וואס דא קומט פאר, צו וואס מען וועט אין די נאנטע טעג אנקומען, און ווי גליקליך מיר זענען אז אונז זענען א חלק פון דעם פאלק, ווי די גאנצע וועלט וועט אויף אונז ארויף קוקן און מיט קנאה וועלן זיי מודה זיין אז אונזער קעניג, ער און נאר ער געוועלטיגט אויפן וועלט.

מען קויפט איין נייע קליידער, מען רייניגט די הויז, מען גרייט צו דעם שטוב און מען דעקט דעם טיש, ווייל אט אט קומט עס שוין! אט אט וועל איך ווערן א חלק פון די גרעסטע און שטארקסטע מלוכה אויפן וועלט!

*
אונזער צוגאנג צו די הייליגע טעג.

ס'איז חודש תמוז, מען הערט שוין אידן אין שוהל זאגן אז תמוז איז ראשי תיבות ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, ס'איז חודש אב, גאנצעטע קרעמליך מיטן אויסדרוק אב איז ראשי תיבות א'לול ב'א, ס'איז שוין חמשה עשר באב, מען וואונשט זיך שוין א כתיבה וחתימה טובה.

ס'איז שוין חודש אלול, ווי יעדער איינער האט שוין געהערט דעם קול השופר, יעדער איינער ווייסט שוין אז מען האלט שוין אט אט דא, עס קומען שוין די גרויסע טעג וואס מיר גייען אלע שרייען ה.ה..ה... מלך! מיר גייען אויסשרייען מעומק הלב ותמלוך אתה הוא לבדך! המלך הקדוש!

די הכנות ווערן פילפאכיג שטערקער, די אנגעצויגנקייט איז אויפן העכסטן קלימאקס, יעדער טראכט יעדער לערנט, יעדער וויל וויסן וואס צו טוהן צו זוכה זיין בדין און זוכה זיין אריינצוגיין תחת כנפי השכינה און באקומען די השפעות טובות צום נייעם יאר.

דו שוהלן אונזער הויפטקוואטירן פילן זיך אן, מען לערנט ספרי מוסר וחסידות, מען זאגט תהילים און מען בעהט זיך אויס, מען גייט הערן דרשות און מען מאכט די חשבונות ווי האלט איך, וויאזוי איז מיין יאר אריבער, וואס איז מיין פלאן פארן נייע יאר, וואס איז מיין אגענדא און ווי וועל איך ציהלן.

אונזערע רבי'ס און מורי דרך, אונזער ספרים הקדושים געבן אונז די אנווייזונגען, דאס יא און דאס נישט, אויף דעם דארף מען תשובה טוהן און דעס דארף מען אפלאזן, אין דעם תחום זיך פארבעסערן און דעם מדה זיך שטארקן, יעדער מיט זיין עבודה, יעדער מיט זיין מחשבה איז פארנומען.

די רבוש"ע קוקט זיך צו און קוועלט ווי זיינע געטרייע קינדער ווילן אזוי שטארק, ווי זיי פראבירן מיט אלע כוחות צו מאכן דעם ריכטיגן הכנה, און ער קומט אראפ באזוכן צו אונזערע שוהלן און שטובער, ווי עס שטייט אז אין חודש אלול איז די רבוש"ע א בחינה פון המלך בשדה.

עס ווערט שוין נענטער, ס'איז זוחלים ורועדים מיום בואך, יעדער לויט זיין מנהג הייבט אן מיט די סליחות, די תחינות און בקשות, מ'קויפט זיך זכותים און מ'גיבט צדקה, מען פארט צו הייליגע פלעצער און מען מאכט די לעצטע הכנות ווייל אט אט קומט שוין דער טאג וואס מיר גייען ממליך זיין דעם הממליך מלכים ולו המלוכה.

המלך המלך,
שרייען וועל איך,

דו ביסט אונזער קעניג,
צו דיר בין איך אונטערטעניג,

נאר צו דיר זיך בייגן,
אלעס אנדערש אוועקלייגן,

לויט דיין ווילן וועל איך מיך פיהרן,
אן דעם תורה וועל איך זיך נישט רירן,

צום יאר דעם נייען,
צו זיין בעסער וועל איך טרייען,

מיט חרטה געפיהלן טוה איך קומען,
אז מיין תשובה זאל ווערן אנגענומען,

אלע מיינע עבירות אפגעמעקט,
נישט בלייבן קיין שום עפעקט,

מיט א נשמה אינגאנצן ריין,
וועל איך צו די גרויסע טעג צוגיין,

זיך אויסבעטן אלעס גוטס פון דיר אליין,
און צו תחל שנה וברכותיה זאל איך זוכה זיין.
אוועטאר
לכאורה
שר עשרים אלף
תגובות: 28204
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 20, 2009 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכאורה »

הארציג, התעוררות'דיג, יישר כח
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

לכאורה האט געשריבן:הארציג, התעוררות'דיג, יישר כח


פרדס א נחת אייערע ארטיקלען דא אויפן וועלטל. כה לחי!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
ווי זע' מיר
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווי זע' מיר »

זייער גוטֱֱ!!!!
PLEASE DON'T SPIN, ACT LIKE AN ADULT !!
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4965
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

נודה לך האט געשריבן:
לכאורה האט געשריבן:הארציג, התעוררות'דיג, יישר כח


פרדס א נחת אייערע ארטיקלען דא אויפן וועלטל. כה לחי!!
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלומה »

א מורדיגע משל ונמשל
יישר כח פאר די דברי התעוררת
זייטיגע נאטיץ
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

יישר כח פארן 'אנצינדן' דעם חודש אלול!

זאל זיין א גוטע התחלה.
פרדס הסופר
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 22, 2016 2:38 pm

געשריבן פאריאהר לכבוד אלול

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרדס הסופר »

א יאר אריבערגעלאפן, מען האלט שוין נאכאמאל דא.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

thanks
!!THANK YOU BANAA#
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”