וואס איז געשעהן מיט זיינע קינדער ?

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך tech yid »

גאר שטארק!! דאס וועל איך אי"ה איבערליינען און איבערליינען!!
הק׳ טעקעלע
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:געהערט אויך אז דער סאטמארער רב זי"ע האט געזאגט פאר א איד וואס האט נאר געהאט מיידלעך און געקומען בעטען פאר אינגלעך; אז וואס טויג דיר אינגעליך וואס וועלען נישט זיין ערליך (בערך בזה הלשון; כ'געדענק שוין נישט).

ריכטיג (איש ידוע בקרב חסידי סאטמאר וממפיצי תורתו), ואמר לו 'וואס טויג דיר אינגלעך, פון די מיידלעך וועסטו האבן נחת' (והמבינים הבינו, אשר מכלל הן וכו', כידוע הרה"ק מסאטמאר זצ"ל כמעט לא דיבר מפורש עניני עתידות), און נאכן מוטשענען און 'אויס'פועל'ן' האט ער 'זוכה' געווען צו אפאר בנים זכרים, והמקום ירחם.

גראדע מיין איך א אנדערע סאטמארער איד; געהערט עס פון אים אליין. ס'זעהט אויס אז מערערע אידען זענען געקומען בעטען פאר אינגלעך (כנהוג), און נישט פאר יעדען האט ער געוואלט מתפלל זיין דייקא פאר א אינגעל (ווי עס באוויסט פון צדיקים וואס האבען געפרעגט "א מיידעל איז שלעכט", וכך הוה).

און וועגען דער לשון "בהדי כבשי דרחמנא למה לך" ביזטו גערעכט; עס איז א גמרא אין ברכות (דף י' ע"א - 8 שורות פון אינטען)
... בימים ההם חלה חזקיהו למות ויבא אליו ישעיהו בן אמוץ הנביא ויאמר אליו כה אמר ה' צו לביתך כי מת אתה ולא תחיה וגו', מאי כי מת אתה ולא תחיה, מת אתה בעולם הזה ולא תחיה לעולם הבא, אמר ליה מאי כולי האי? אמר ליה משום שלא עסקת בפריה ורביה, א"ל משום דחזאי לי ברוח הקודש דנפקי מינאי בנין דלא מעלו, א"ל בהדי כבשי דרחמנא למה לך, מאי דמפקדת איבעי לך למעבד ומה דניחא קמיה קודשא בריך הוא לעביד. אמר ליה השתא הב לי ברתך אפשר דגרמא זכותא דידי ודידך ונפקי מנאי בנין דמעלו, א"ל כבר נגזרה עליך גזירה, א"ל בן אמוץ כלה נביאתך וצא, כך מקובלני מבית אבי אבא (דוד המלך) אפילו חרב חדה מונחת על צוארו אל ימנע עצמו מן הרחמים ...

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 24&hilite=
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

א הערליכע יסודותדיגע ארטיקל וויאזוי צו זיין אליינס גיט, און דאס איז אודאי די חלק ההשתדלות צו האבען גיטע קינדער,
אבער סהאט בכלל נישט צו טוהן מיטן פועל יוצא, איך קען אידען וואס באקומען א ''הונדערט'' לויט דיין ארטיקל, און האבען קינדער זערא, וכן להיפוך,,,
נאך אזאך זעה איך, סאיז דא קינדער וואס ווערען געבוירען מיט שווערע נאטורען, כשרונות, אדער סתם קאלטקייט צו אידישקייט, און וויפיל די זאלסט אים מחנך זיין, וועט עס נישט קלעבן, און נאכדעם, זענען דא קינדער וואס ווערן געבוירען נשמה'לעך, סאיז בהדי כבשי דרחמנא,,,
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

SPUSMN האט געשריבן:מען זאגט אז דער חתם סופר האט פארגאסען טייכען טרערען אז ער זאל האבען אזא זוהן ווי דער כתב סופר.
(אויף רבי משה טעטשער זצ"ל האב איך עס אויך געהערט)

עס אז דא אסאך זאכען וואס קענען גורם זיין;
די טרערען פון דער מאמע,
די טרערען פון די זיידעס און באבע'ס פון דורות ארויף, וואס דאס מיינט זכות אבות
די זכותים פון די עלטערען, און פארשטייט זיך די זכותים פון די זיידעס און באבעס אויף ארויף

און מיט דעס אלעס האט קיינער נישט קיין גאראנטי; זאל מען שטארק בעטען און כאטש נישט פארפאטשקען.

טרעפענדיג לעצטענס דעם יוד פון וועם איך האב געהערט וואס כ'האב בד"א דערמאנט אין די איינגערינגעלטע פאראגראף, האב איך אים געבעטן ער זאל מיר נאכאמאל דערציילען די מעשה, האט ער מיר פארציילט אזוי:

אז רבי משה טעטשער פון חוסט האט געטוהן זייער א סאך פאר דער ערוגת הבושם, האט ער אים געבעהטען אז ער זאל אים צוזאגען אז ער וועט אויך האבען גוטע קינדער.

האט דער ערוגת הבושם אים געזאגט אז די בעהטסט שוין צופיל פון מיר (עס גייט נישט אזוי), און אריין גערופען דער רעבעצין זאל אים זאגען און דערציילען וואס זיי האבען אלס געטוהן פאר גוטע קינדער; ווי זיי האבען זיך ביידע אראפ געזעצט אויף דער ערד (עפעס אזוי האט ער געזאגט) און צוזאמען שטארק געוויינט צום באשעפער צו זוכה זיין צו גוטע קינדער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

מענין לענין איז כדאי מעתיק צו זיין דברים נוראים וואס דער ישמח משה שרייבט אין פרשת ויצא
ועוד יש לפרש באופן אחר, כי הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים (ברכות ל"ג ע"ב), ומי יודע הבא אחריו אם יהיה צדיק או רשע, על כן לכאורה הוא טעות להתפלל על בנים, דאולי יהיו רשעים ונח להם שלא נבראו, אך אם לא קיים מצות פריה ורביה, יתכן להתפלל כדי לקיים המצוה, והוי כמו מה דמפקדת וכו' (עיין שם ברכות י' ע"א), אבל זה שכבר קיים שטות הוא, דאולי הוא לרעתו. ועל פי זה יובן מאמר יעקב לרחל אבא לא היו לו בנים, על כן התפלל כדי לקיים המצוה, אבל אני יש לי בנים וכבר קיימתי המצוה, דקודם מתן תורה היה די בשני זכרים כבית שמאי (יבמות ס"א ע"ב) (וכמ"ש לעיל בפרשת תולדות), על כן לא יתכן לי להתפלל כי מי יודע מה יולד, והבן:
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

SPUSMN האט געשריבן:זייער גוט געזאגט, אבער איך האב א שארטקאט אויף למעשה און דאס איז צו זיין אדוק אין א צדיק. דענמאלט אפילו אויב מען איז ערגעץ צווישען די צוויי טאטעס, און אפילו אויב מען איז ווי דער צווייטע טאטע ממש, האט ער נאך אלץ גוטע טשענסעס צו האבען זייער גוטע קינדער; און דאס איז דערפאר וואס די קינדער ווייסען אז זייער טאטע איז מחשיב תלמידי חכמים און צדיקים אפילו ער איז נישט. (ער האט נאך אלץ פון וועמען זיך צו לערענען; אפילו אויב דער טאטע איז א שוואכע עקזעמפעל)

באלאנגען ערגעץ און זיין אדוק אין א רבי, א רב, א ראש ישיבה, א צדיק, איז א מאסט היינטיגע צייטען. דאס איז דער מינימום צו האבען גוטע קינדער. (חוץ אפשר אויב ער איז אליין א צדיק, און אין גאנצען אויסגעהאלטען)

אויך דאס האט אסאך סתירות און איז נישט קראנט , דאס איז זיכער נישט דער מינימום אין א וועלט ווי רבי'לעך זענען פיעל ווי די היישעריקען (כדאמרן בשם תלמידי בעש" הק')
קודם דארף מען אפטיילען צווישען רבי און צדיק ווייל עס זענען צוויי באזינדערע אפטיילונגען , און נאכדעם איז צריך עיון אויב טאקע דאס איז דער מינמום היינט, (וויפעל מענטשען זענען אדוק אין צדיקים און האבען קינדער ליידער גליטשעדיגע)

דער הויפט ארטיקעל איז גאר גוט אבער מי יאמר זכיתי ליבי, ליידער אונזער נפש הבהמית איז גובר און די גשמיות ציעט שטארקער ווי די תורה ותפילה, וא"כ ציטער איך צו שרייבען.....

אבער ווי אלע אנדערע שרייבען מיר דארפען טון אינזער השתדלות ט און דאס איבעריגע לאזען אויפען רבש"ע,
וויפיל מאל טרעפט מען 2 ברידער פונעם זעלבען טאטען און ביידע זענען פארקערט א שטייגער ווי יצחק און עשו , קענסטו דען דאס תולה זיין אינעם טאטען ??
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8718
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:זייער גוט געזאגט, אבער איך האב א שארטקאט אויף למעשה און דאס איז צו זיין אדוק אין א צדיק. דענמאלט אפילו אויב מען איז ערגעץ צווישען די צוויי טאטעס, און אפילו אויב מען איז ווי דער צווייטע טאטע ממש, האט ער נאך אלץ גוטע טשענסעס צו האבען זייער גוטע קינדער; און דאס איז דערפאר וואס די קינדער ווייסען אז זייער טאטע איז מחשיב תלמידי חכמים און צדיקים אפילו ער איז נישט. (ער האט נאך אלץ פון וועמען זיך צו לערענען; אפילו אויב דער טאטע איז א שוואכע עקזעמפעל)

באלאנגען ערגעץ און זיין אדוק אין א רבי, א רב, א ראש ישיבה, א צדיק, איז א מאסט היינטיגע צייטען. דאס איז דער מינימום צו האבען גוטע קינדער. (חוץ אפשר אויב ער איז אליין א צדיק, און אין גאנצען אויסגעהאלטען)

אויך דאס האט אסאך סתירות און איז נישט קראנט , דאס איז זיכער נישט דער מינימום אין א וועלט ווי רבי'לעך זענען פיעל ווי די היישעריקען (כדאמרן בשם תלמידי בעש" הק')

דער פראבלעם פון די היישעריק רבי'לעך אז מ'לויפט יעדן שני וחמישי צו א צווייטן צו נעמען יענעם'ס קולות און היתרים, אז א איד איז מקושר צו אן ערליכן איד אפגעזען וואסערע קאלאר בעקיטשע ער גייט, און די קינדער ווייסן אז דער טאטע רירט זיך נישט אן א דעת תורה, איז דאס א שטארקע הילף, ואחרי ככלות הכל דארף מען פארשטייט זיך מתפלל זיין, אבער דאס אויבנדערמאנטע איז פשוט בגדר השתדלות
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גערעכט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”