אפשטעלן! אויך א טאלאנט...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
אפשטעלן! אויך א טאלאנט...
ווען ער קען ווען, וואלט ער אפגעשטעלט די גרעסטע שאסיי אין די פאראייניגטע שטאטען, ער וואלט מיט פאניק פארפירט אז אלע אויטא-מאביליזטען זאלען שוין אראפנעמען זייער פיס פונעם גאז געבער, און פארלעשן די מאטאר. און ווען דאס שטילקייט וועט הערשן, וועט ער מיט א הילכיגן שפאט, דערקלערען פאר די טויזענטע דערשראקענע בעל עגלות, אז עס איז איהם געלונגען און ער האט זיי אלע אפגענארט. אוי, וואלט ער געשטראלט פאר סיפוק.
קען ער דאס דאך נישט באווייזען, ער איז דאך נישט פעהיג אפצושטעלן אפילו איין וואגען!
נו, וואס טוט א זינגען ליבהאבער וואס קען נישט זינגען; מען קומט אין בית המדרש אריין. קומט ער דאך אויך אין שטיבעל אריין אויסצואיבען זיינע הנאות, וואס זיינע טאלענט באגרעניצונגען לאזען איהם נישט טוהן ערגעץ אנדערש.
ער קומט באוואפענט מיט אפאר סטעיטמענטס וואס מן הסתם האט ער דאס דורך געטוהן מיט אלע מפרשים הפוך וישר, מאכט זיכער אז ער זאל זיך ארויסשיינען ווי א געבוירענע תלמיד חכם און ער שטעלט זיך פונקט אינדערמיט.
ווען די תפילה איז שוין סטעיבעל, די באהן איז אויף די גלייזען, אלע מתפללים קאנצענטרירן זיך שוין אין סידור אריין, דער שליח ציבור האט שוין געטראפן די ריכטיגע טאן; יעצט, ממש יעצט איז די גאלדענע געלעגענהייט, ער לאזט עס נישט ווערן פארפאלן פאר קיין געלט און געבט א שריי - ״נו, נו, נא, נו, נא עה״.
עס איז איהם געלונגען, אין הארצן ווארפט ער זיך פאר געלעכטער, אלע אויגן זענען געוואנדען צו איהם, טייל האבן אפילו אפגעהאקט אינמיטען א ווארט ווען עס האט זיי אנגעכאפט א שאק שווייגעניש, אלע ווארטן ער זאל געבן צו פארשטיין זיין פאניק.
ווי א מומחה נעמט ער ארויס זיין געווער, ער הייבט אן מיט א פליסיגע לשון הקודש צו רעדן פון ששה מתפללים, תשעה עונים, עשרת הדברות, אחד עשר כוכבים. ער לויפט פון איינעם צום צווייטען, ביידע הענט אין די לופטן, זיינע ליפן שעפשען הושיעה את עמך, ער קוקט אריין אין יעדעם׳ס סידור אזוי ווי מען באטראכט אן אתרוג, אין איין וועגס ליינט ער שוין אויך אלע טלית בייטלעך וואס זענען איהם נאכנישט באקאנט, דערנאך קוקט ער צו די פרצוף שטימט מיט דעם ארויפגענייעטען נאמען.
צוביסלעך זעהען אלע איין אז עס איז א שטורעם אין א גלעזל וואסער, עס איז א ברייטע מנין, עס פארט גוט, עס איז פשוט נאכאמאל א געלונגענע אקט פון איינער וואס ווארט קוים עס צו מאכן ווידער אמאל.
אין פאר שמונה עשרה, די זעלבע זאך, נאך א טיפיקעל געלעגענהייט, ווען מענטשען האבן זיך שוין אנגעהויבן ביקען, די קניען שטעקן שוין ארויס, די ריקען האלב איינגעבויגן, מען האט שוין געזאגט א האלבע ברוך; טאקע יעצט מוז מען אלארמירן, אפשטעלן דעם גאנצען פארקעהר, אוי, איז דאס אן הנאה, ווער רעדט נאך ווען ער אליין איז די זעקסטע און ווען נישט זיין טעאטער וואלט מען שוין געקענט האלטן ביי אתה חונן.
רבי יוד, מוזסטו טאקע באלעסטיגן יעדן מנין? מוזסטו טאקע מיסברויכען א הלכה פאר דיינע הנאות און צו קענען ווייזן מאכט וואס לכאורה אין שטוב קענסטו נישט? מוזסטו טאקע ווייזן בפני קהל ועדה אז דו קענסט נישט ציילן ביז זעקס?
און אז איך פרעג שוין, וויל איך וויסן, מוז טאקע יעדע יוד וואס דארף ארויסגיין אינמיטען זיין געבעט, אדורך גיין דיין חוות דעת צו ער מעג יא אדער נישט? דו קלערסט אז דער יוד וואלט געלאזט א ציבור שטעקן אן א מנין, זיכער האט ער טויזענט מאל איבער געקוקט צו ער קען גיין, מוזסטו אפשטעלן א גאנצע מנין און ציהען אויפמערקזאמקייט פון אלע באטייליגטע צו דער ארויסגייער, מוז יעדער מיטהאלטן וויפיל מאל ער גייט אריין און ארויס?
איין זאך איז אבער אינטערעסאנט, אז פונקט דארט וואו אלע זענען שטיל און געשפאנט צו זעהן צו דער בעל תפילה וועט זאגען יתגדל ויתקדש, ביזסטו דער נחשון וואס וועט ארויסשרייען מיט הנאה ״אלוקינו ואלוקי אבותינו״ - אבי צו פייניגען א ציבור!

__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!

-
- שר האלפיים
- תגובות: 2909
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 364
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm
פיין !!!
ב"ה יענער האט נאך קיינמאל נישט געקימען צו מיין מנין.

האסט שוין אמאל געבליבן שטיל ווען איינער האט דיך אריינגעפליקט, אפי' האסט געהאט א גוטס אויף צריק?
מאך זיכער אז די האסט די עפפ
שמועסער האט געשריבן::lol:
שמחי? ווי ביסטו געזיצן אין מיין מנין היינט??...
גוט געשמייכלט! געב אונז נאך סחורה!
איך בין געווען דער וואס האט ארויסגענומען די ציצית אנמיטען איזהו מקומן, אז ער זאל מיינען איך האלט ביי קרי"ש...
א דאנק אייך אלע מגיבים און באדאנקערס!
__________
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
שמחת עולם - מיין ארטיקלען מפתח
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
אויסגעפלאצט פון געלעכטער
איך מיין איך קען דעם בחור, ער דרייט זיך ביי מיין מנין.

כשמ"ו כן הוא
סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/
גם אני נקי עם נטפרי