25.00$ א שאפינג בעג ביים שמש

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

mini van
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mini van »

splinter האט געשריבן:
טיפיקעל האט געשריבן:איך האב לעצטנס באקומען א קאל פון איינעם אז איך קען קומען אויפפיקען מיין שירעם פון אים אינדערהיים נאכדעם וואס ער האט עס בטעות גענומען פון שיל.

איך בין געגאנגען אויף אלע פיר..

מיין שאלה איז צו איז ער טאקע אזא שיינער איד פארן רופען אדער ער וואלט עס געדארפט קומען מיר אפברענגען אדער כאטש ווי יארמער רב פארציילט אז ער האט געזאגט פארן שותף ״לייג עס שוין צוריק״?


אויך געהאט אזא מעשה , און איך האב געלאזט וויסן פארן ריפער מיין אדרעס און אים געזאגט ער זאל עס שיינערהייט אריבער ברענגן, וכך הוה


גם אני בחלומי, אנגעקימען אהיים אינגאנצען נאס. א וואך שפעטער באקים איך אן אימשילדיגע פאן קאל פין א מיידעל אז איר טאטע האט געטראפען אין שיהל אין עס אהיים געברענגט, איך קען עס קימען אויפפיקען, איך האב מיך געדארפט איינהאלטען מיט אייזענע כוחות זיך נישא אויפרייסען.
ליתר שאת איז די אדרעס געווען גלייך דערנעבען, ער האט למען השם נישט געקענט אהיים לויפען אן מיינס.
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ס'טוט זיך דא טישן אויף בענק.

סתם געמאכט א שירעם אין א גלעזל וואסער...
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

א דאנק דיר ״לדעתי״ פאר׳ן מאכן גוט שמייכלען און אריינברענגען הומאר אין א נושא וואס מיר זענען אלע נעבעך אזוי באטראפן!

;l;p-

פרידן, האסט מיר געקאסט אן אויספלאץ, גאר גוט. דערווייל בין איך אן אינוועסטאר...
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

איך האב אמאל באמערקט ווי אן עלטערן יוד (ז״ל) מוטשעט זיך צו עפענען זיין ווילטשעי״ר ביים פארלאזען דאס בית המדרש, האב איך איהם אנגעבאטן מיין הילף.

אז עס איז מיר שוין אונטערגעקומען א מצוה, האב איך איהם געפרעגט וואו ער וואוינט און איך האב איהם אהיימגעפירט.

אנקומענדיג אהיים איז דער יוד אויסגעשטיגען און האט זיך באדאנקט. אויפ׳ן פראגע וואו איך זאל אוועקשטעלן דאס וועגעלע, איז געקומען די באפעהל - ״טראג עס שנעל צוריק אין שוהל, ווארשיינליך זוכט עס שוין דער אייגענטומער!״

ת.נ.צ.ב.ה.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ...דאט.קאם(com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ...וקם!
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

:shock:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

;l;p-
שמחת עולם האט געשריבן:איך האב אמאל באמערקט ווי אן עלטערן יוד (ז״ל) מוטשעט זיך צו עפענען זיין ווילטשעי״ר ביים פארלאזען דאס בית המדרש, האב איך איהם אנגעבאטן מיין הילף.

אז עס איז מיר שוין אונטערגעקומען א מצוה, האב איך איהם געפרעגט וואו ער וואוינט און איך האב איהם אהיימגעפירט.

אנקומענדיג אהיים איז דער יוד אויסגעשטיגען און האט זיך באדאנקט. אויפ׳ן פראגע וואו איך זאל אוועקשטעלן דאס וועגעלע, איז געקומען די באפעהל - ״טראג עס שנעל צוריק אין שוהל, ווארשיינליך זוכט עס שוין דער אייגענטומער!״

ת.נ.צ.ב.ה.

זעהט אויס אז ביי די ניינציג ווערן רעדער בענקלעך א חלק פון די שירעם אינוועסטמענט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

לדעתי האט געשריבן:נחמי נחמי עמי!

יישר כח פאר אלע מגיבים, ס'האט זיך מיר שוין כמעט אויסגעצאלט די שירעם.

מה כל הרעש??!!
האט איר נישט געלייענט דעם "מודעה ואזהרה"
אז איר האט דריסת הרגל אין בעסמעדערש נאר בתנאי כפול ומכופל
אז איר זענט אלעס מפקיר פון טאשענטיכעל ביז'ן זעקסטויזנטער שטריימל
נו, האט דאס יענער קונה געווען מן ההפקר.
---און איצט דארפט איר אפקויפן דעם שירעם פון אים פאר וויפיל געלט ער וועט בעטן
מי כעמך ישראל!
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

FREEDOM האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:נחמי נחמי עמי!

יישר כח פאר אלע מגיבים, ס'האט זיך מיר שוין כמעט אויסגעצאלט די שירעם.

מה כל הרעש??!!
האט איר נישט געלייענט דעם "מודעה ואזהרה"
אז איר האט דריסת הרגל אין בעסמעדערש נאר בתנאי כפול ומכופל
אז איר זענט אלעס מפקיר פון טאשענטיכעל ביז'ן זעקסטויזנטער שטריימל
נו, האט דאס יענער קונה געווען מן ההפקר.
---און איצט דארפט איר אפקויפן דעם שירעם פון אים פאר וויפיל געלט ער וועט בעטן

האסט אויסגעלאזט די 30 טעג
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
FREEDOM האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:נחמי נחמי עמי!

יישר כח פאר אלע מגיבים, ס'האט זיך מיר שוין כמעט אויסגעצאלט די שירעם.

מה כל הרעש??!!
האט איר נישט געלייענט דעם "מודעה ואזהרה"
אז איר האט דריסת הרגל אין בעסמעדערש נאר בתנאי כפול ומכופל
אז איר זענט אלעס מפקיר פון טאשענטיכעל ביז'ן זעקסטויזנטער שטריימל
נו, האט דאס יענער קונה געווען מן ההפקר.
---און איצט דארפט איר אפקויפן דעם שירעם פון אים פאר וויפיל געלט ער וועט בעטן

האסט אויסגעלאזט די 30 טעג


אן אלטע קשיא!

התורה חסה על ממונם של ישראל,
מ'גייט אלעס ווארפן אין גארביטש.
?!?!

גיי פארשטיי א דור עקש ופתלתול!
FREEDOM
שר חמש מאות
תגובות: 787
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 16, 2014 2:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך FREEDOM »

ן[/quote]
האסט אויסגעלאזט די 30 טעג[/quote]
נאך 30 טעג איז חל די הפקר למפרע פון ווען האסט אריבעגעטראטן די שוועל פון בעסמעדרעש
מי כעמך ישראל!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

פיינער אשכול דאס.... שכח לדעתי פארן ארויפברענגען אזא פארווייטאגטע, גאר וויכטיגע נושא


איך זעה אז יעדער קלאגט, וואו זענען די אלע גנבים?.. איזעס טאקע נאר העכער די זעכציג וואס האבן שוין נישט איינטריט קארטלעך אהער?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”