פרשת בא

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

פרשת בא

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג ינואר 08, 2008 2:45 pm

[align=center]כל הזכיות שמורות
פרשת בא[/align]


.... ...

דער פרעה, ער געט נישט אויף!

ווער דער פרעה איז, איז אפשר צו שפעט אראפצושטעלן פארן עולם, דאס באלאנגט אין פ' שמות צו נאך פריער, אבער וואס איך האב באמערקט דעם לעצטן שבת האט מיך ארויסגענומען פון מיינע קישקעס.

שב"ק צופרי, מיין יונגעלע זיצט אינעם "חברת תהלים" אין זאגט הויעך אויפן קול א פסוק נאך א פסוק, א נחת צו הערן. זיץ איך אין ביהמ"ד און לערן מיין שיעור אין מס' גיטין, מ'פרובירט איבער'צו'חזרן די גמ' פון די וואך בע"פ, און פלוצלינג ווי געביסן פון א "ערוב-חי'" געב איך א שפרינג אויף..

יוי, וואס גייט פאר?..



אההה, ס'איז נאר ר' חיים.

ר' חיים'ל איז דער רעכט חסידישער אינגערמאן, מיט אן אינערליכע קאטך צו יעדע חסידישע ספר. ער האט נארוואס געלערנט א שטיקל "אור החיים הקדוש" וויאזוי פרעה האט מנאץ געווען קעגן דעם באשעפער, איר הערט, אזא קוויטשקע האט ער געגעבן, אויסשרייענדיג: דו רשע פרעה!!! קוים קוים האט מען אים באוויזן צו בארואיגן..

*

ויאמר ד' אל משה בא אל פרעה, משה רבינו גייט נאכאמאל ווארענען פרעה: "כי אם מאן אתה לשלח את עמי" [אין אידיש: אויב דו ביסט א נישט-וועלער..] דעמאלטס, דעמאלטס: וועסטו באקומען מכות ארבה.

חאחאח, ארבה??, אין מצרים היישעריקן, "קען נישט זיין"!! ס'איז א פייכטע לאנד, היישעריקן קענען זיך דא נישט טרעפן דאס פלאץ, ס'וועט נישט פאסירן. (חת"ס).

נו נו, זאגט משה, מ'וועט זיך שוין איינמאל איבערצייגן.


אינדער'אמת'ן, ווען פרעה זאל ווען וויסן וואס אין משה רבינו'ס גאלדענע הארץ האט זיך דעמאלטס אפגעטון, וואלט ער ווען צו זיינע פיס געפאלן און געקישט זיינע זוילן. דער הייליגער חת"ס שרייבט, אז ביי די מכה האט דער אייבערשטער געזאגט פאר משה רבינו: בא אל פרעה, און ווארן אים אז איך וועל אים שיקן א מכה, אבער וועלכע מכה? דאס קענסטו זיך אליינ'ס אויסקלויבן!! און משה רבינו האט געוועלט פאר מכת ארבה.

ווען מ'זאל ווען מיר אדער דיר געבן אזא "טשויס", הוי וואלטן מיר אים געגעבן, סתם אן היישעריק??? מיר וואלטן אים געשיקט.. אמאמ אמאמ, א גאנצע סטאדע מיט "דיינונג נידעל'ס".. כ'ווייס אליין נישט וואס..

פרעה, שרייעט אבער "נאוי וועי" אין עזשיפטיזש (מצרי'שע) שפראך.. קיינער גייט נישט ארויס פונעם לאנד.

אקעי. ויפן ויצא מעם פרעה.

די קנעכט פון פרעה, די באדינער'ס און סאלדאטן זענען געפאלן צו פרעה'נען אין געוויינט, ווילאנג נאך וועט משה רבינו זיין אונזער "מאטקאטש", לאז אים ארויס, ס'מאכסט זיך נעריש, די לאנד איז איבערצוקאטצקעט, די מצריים זענען צוביסן פונעם ערוב, טויטע פרעש געפינען זיך נאך אין יעדן ווינקל, יוי פרעה: הטרם תדע כי אבדה מצרים??

וואס?? שרייעט פרעה, די לאנד איז איבערגעדרייעט?? פון וואס רעדט איר?

די חרטומים גייען ארויס און ברענגן אריין פאר פרעה א בילד פונעם לאנד, יא יא, פרעה זעהט ס'איז טאקע א פחד.

בילד

יוי יענטטאש, ו ו א ס – ה א ס ט ו - ג ע ט ו ן ?????? כ'בעט דיך...

מ'לויפט צוריק ברעננגן משה מיט אהרן, פרעה זאגט: קען יו פליז טעל מי "מי ומי ההולכים"?

משה רבינו ענטפערט געלאסן: בנערינו ובזקינינו נלך, בבנינו ובבנותינו, אונזערע שעפעלעך און ציגעלעך אלעס גייט מארשירן ארויס פון מצריים אויפאמאל, כי חג ד' לנו זה חג הסוכות... אפססססס איך האב דא עפעס צוזאמגעקרעשט, מיין רבי שליט"א זאגט עס אלעמאל צוזאמען. ס'קיצור, איך ווייס נישט צו סוכות גייט יא צו נישט, אבער כלל ישראל מוז זיכער ארויסגיין.

ויגרש אותם מאת פני פרעה! אזא בזיון התורה!! זיי האבן זיך אפי' געשעמט צו זאגן וועלכע באדינער ס'האט עס געטון.

נאט נאט

זיי האבן נישט ארויסגעלאזט די אידן, אקעי. ווארט'ס נאר.


אבער ווען ס'איז אנגעקומען די היישעריק, איז עס אנגעקומען און נאך ווי, "א גרינע הימל" האט מען געהערט די מצריים שרייען, אלע סעלפאנס האבן פארלוירן די קענאקשענס, ס'איז געווען א פחד, די היישעריקן האבן געביסן און געריסן, גראז און פירות און אפי' מענטשן, מ'האט נישט געקענט זעהן די ערד, מ'האט נישט געקענט טרעטן אויף די פלאר אן צוקוועטשן 12-15 היישעריקן, יעעכככככככככ איז דאס געווען עקלדיג.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18574
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דינסטאג ינואר 08, 2008 2:49 pm

יענטאאאאאאאאאאש שכוח. (יעדער ווייסט פארוואס.)

יגר'ל, א גרויסן הערליכען יישר כח, געווענליך ווען מ'צווינגט איינעם עפעס, טוהטער א גאנצע טובה אז ער פאלגט, אבער דו, ווי וואס ווען, זיך געהעריג אנגטוהן די גארטל, און געפאלגט ווי א וואויל קינד, און ארויס געגעבן מעשה אצבעותיך. שכוח, און מיר ווארטן אויפן פארזעצונג, כ'מיין סיגעווען נאך אפאר מכות דעי וואך.

אוועטאר
יאנאש
שר שמונת אלפים
תגובות: 8286
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

תגובהדורך יאנאש » דינסטאג ינואר 08, 2008 3:02 pm

יגר, עס איז געווען צעהן מכות, זאל זיין צעהן ארטיקלן, און אה יא, איי העוו נאו איידיע ווער פרעה איז געווען און מיין רבי פלעגט זאגן אז עס איז קיינמאל נישט שפעט, סאו גיוו אז דיס טו.

טענקיו, העי פעך וואס איז דא אויפן פלאר, אפס א היישעריק אה ניין עס איז פלעין א פאפירל, אבער מיט יגר'ס אריינברענגן אינעם סדרה, האבעך געמיינט אז עס איז א היישעריק.

איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2313
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am

תגובהדורך איזאק » דינסטאג ינואר 08, 2008 3:49 pm

אט אזוי !! א מחיה מומע לאה.... א נחת יגר.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » דינסטאג ינואר 08, 2008 4:26 pm

אפדעיט:

וואלווי שנייבערג'ס נאז איז שוין כמעט אינגאנצן אויסגעהיילט, דער דאקטאר זאגט אז נאך א צוויי דריי טעג 'בעסיטרעיסין' און ס'איז נישטא מער קיין זכר.

זאנווי פאללאק האט שוין אפילו נישט אן די בענדיטש, אגב זאגט ער אז דאס אראפנעמען די בענדיטש האט שוין באלד מער וויי געטון ווי די גאנצע בובו, אבער דער עיקר איז אז מ'זעט שוין ממש גארנישט, אויף אזוי ווייט אז די 'קאצבורג זיידע' האט זיך שוין אפילו ערלויבט אים א געזונטן ציפ צו טאן טאקע באותו מקום ובאותו באוק.... אאאאאוטש!

לאה'לע שפירא איז שוין לאנג בארואיגט, אירע אויגן זענען שוין אפילו נישט רויט, צירי פיינשטיין האט איר איבערגעבעטן מיט א דזשעלי פיש און זיי זענען בעסטע פרענדס.

מאטעלע פרענקל האט באקומען א שליסל האלטער און א קאלקולעיטער און ער קעירט שוין אפילו נישט וועגן די אויסגעריסענע פיאות.

און דער עיקר, ווי די שכנ'טעס גיבן איבער איז מיסטער פיינשטיין היינט אהיימגעקומען פריער פון די ארבעט מיט א 'סעווען לעיער קעיק' און 'דזשעי דזשעי דרינקס' פאר אלע קינדער לכבוד ראש חודש, און די סיטואציע גייט צו א בעסערונג.

'איי עם סאאאאאאאו העפי דעט איטס סעטעלינג' זאגט די שכינה ראטה מיט די קאקאו'דיגע פאנדזשאלאו, 'יע, דעי ארר סאטש עי נייס פעמילי, דעי דעזערוו איט' שטימט צו די פאשיט-פארשמעקטע מרס. פויגעל מיט די אלטע שירצל.

אויב אלעס גייט ווייטער אן ווי עס פארלאנגט זיך, וועט ביז שבת שוין זיין אלעס פולקאם געסטעלט אי"ה ביי די פיינשטיין'ס.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דינסטאג ינואר 08, 2008 4:28 pm

חאחחאחאחא, דו האסט מיך גע'שחט'ן ביידע סימנים..

זעה אז פרעה זאל דערפון נישט געוואר ווערן, ווייל ווען יא, וועט ער "זיכער נישט" ארויסלאזן די אידן..

אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

תגובהדורך אנדי פעטיט » דינסטאג ינואר 08, 2008 5:39 pm

מעם מעם מעם

א הערליכע שטיקלע פון ארבייט.

ביי דע וועי איך האב ארום געזוכט אין די גאנצע פרשה און איך האב גארנישט געטראפען איבער די עירוב! וואס רעדסטו וועגען?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג ינואר 08, 2008 6:37 pm

באמבאסטיש (די אייגנארטיגע רעיונות פון "דיינינג נידלעך" פאר א מכה... עד מתי יהיה זה לנו ל'מאקאש'... ובפרט די בילד (וויאזוי מאכט מען אזאנס?)... איום ונורא!)

איין הערה: "מטאון" פלעגט מיין רבי טייטשן "ווייגערן", אם מאן אתה = אויב ביסטו א ווייגערער.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג ינואר 08, 2008 7:03 pm

יגר'ס הילף און יענטאאש'ס כוח. ענק ביידן א שכויח.

די מאקאש האט מיר געדויערט א רגע אבער ס'י גוט גוט....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

תגובהדורך אלעקסיי » מיטוואך ינואר 09, 2008 10:42 am

אה... א מחיה. שכוח יגר'עעטאש, פאר די הערליכע דערקוויקענדיגע ארטיקלען.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.

אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3682
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

תגובהדורך יגרסהדותא » דאנארשטאג ינואר 10, 2008 9:29 am

ליהוי ידוע: (ובפרט לקרעמער באטשי)! די איינפאל פון די "דיינונג נידל" איז געווען פון "אלטער בחור"!!

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג ינואר 10, 2008 11:14 am

פשיהא! שיק אים א שערקויך אין מיין ניק.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » פרייטאג ינואר 11, 2008 9:40 am

יגר,

א גרויסן שכוח.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מוצ"ש ינואר 19, 2008 8:53 pm

יגר, ס'גוט געווען. הערליך.

כ'ווייס אז כ'בין שפעט. מ'האט שוין געלייענט פריער פ' יתרו. אבער ס'גארנישט; נחום איש האטליין האלט נאך ביי פ' ויצא...
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג ינואר 15, 2013 11:36 am

ס'איז פרשת בא, ארויף!
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:34 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:ס'איז פרשת בא, ארויף!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט