בלאט 1 פון 5

ספעשל פאר די ניין טעג!!! Lets Enjoy

געשריבן: מוצ"ש יולי 22, 2017 11:23 pm
דורך צו געזונט
ווילט איר ענדזשויען די ניין טעג? קומט און כאפט אלע זאכען פאר ספעציעלע פרייזען, סיי פאר די קינדער, סיי פאר די עלטערע, אז אזוי זאלט איר ח"ו נישט ליידען צוליב די זינד פון אונזערע אור עלטערן וואס צוליב זיי איז דער ביהמ"ק פערברענט געווארען...
און באמת, וואס זיינען מיר טאקע שולדיג אז זיי האבען עטליכע טויזענט יאהר צוריק עפעס געזינדיגט?
לאמיר עס ענדשזויען פולקאם.
ספעשל ניין טעג מעניוס
ספעשל ארטס און קרעפט פאר די ניין טעג
ספעשל האטעל פרייזען פאר די ניין טעג
ספעשל ספיריטואלע רעדעס -צו זעהן ווי פיין אונז זעמיר- פאר די ניין טעג

געשריבן: מוצ"ש יולי 22, 2017 11:34 pm
דורך כא כא כא
דארפסט הערן ווי ר' לייבוש ליש לייגט עס אראפ. הוי זאגט ער גוט

געשריבן: מוצ"ש יולי 22, 2017 11:42 pm
דורך צו געזונט
ווער רעדט פון ר' לייביש? (גראדע האלט איך אז ער האט א ווילדען צוגאנג וואס איז נישט פאסיג פאר קינדער...) מיר האבען פשוט דורכגעקוקט די אנאנסען אין די אויסגאבעס און דאס אלעס אינאכט גענומען

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 4:06 am
דורך יאצמעך
צו געזונט האט געשריבן:מיר האבען פשוט דורכגעקוקט די אנאנסען אין די אויסגאבעס און דאס אלעס אינאכט גענומען

ווער רעדט נאך ווען מיר וועל׳ן זיך טרייסטן שבת נחמו, מיר האבן דאך אזאנס געטרויערט אויפ׳ן חורבן!

א קידוש,
א קאנצערט,
מלוה מלכה,
עפעס א נייע הסתרה ניגון, (עד הנה..??.)
וכו.

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 11:22 am
דורך כא כא כא
נאך נישט דא עפעס א כולל וואס וועט מאכן פאר דיר א סיום און די קענסט רואיג עסן פליישיגס?

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 11:50 am
דורך Kosher Travel
עס איז דאך שוין היינט דא רעסטוראנטן מיט "סיום on premises".
הכל כשר בתכלית הכשרות ויאכלו עניים וישבעו.

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 11:53 am
דורך וואוילע שעפעלע
טאקע?!

נאכנישט געזען אזאנע אנאנסן. זעהט אויס אין ווילי איז עס נאכנישט 'אפיציעל'

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 11:54 am
דורך דניאל אויערבאך
Kosher Travel האט געשריבן:עס איז דאך שוין היינט דא רעסטוראנטן מיט "סיום on premises".

טאקע????

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 12:05 pm
דורך בערל קראקאווער
יא נעבעך.

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 12:05 pm
דורך מונאוויטש
יאצמעך האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:מיר האבען פשוט דורכגעקוקט די אנאנסען אין די אויסגאבעס און דאס אלעס אינאכט גענומען

ווער רעדט נאך ווען מיר וועל׳ן זיך טרייסטן שבת נחמו, מיר האבן דאך אזאנס געטרויערט אויפ׳ן חורבן!

א קידוש,
א קאנצערט,
מלוה מלכה,
עפעס א נייע הסתרה ניגון, (עד הנה..??.)
וכו.

א יעדע צרה פארמאגט אן אייגנארטיגע נחמה. ווען מען קלאגט אויפן חורבן מיט סיום-באזירטע באר-בי-קיו על הגג און דאס גלייכן; פאר אזא סארט טרויער איז די פאסיגסטע טרייסט א שבת נחמו ומוצאי מיט בדחנים, קידושים און בהסתרה קומזיצן.

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 12:07 pm
דורך ראפאט קראמפלי
Kosher Travel האט געשריבן:עס איז דאך שוין היינט דא רעסטוראנטן מיט "סיום on premises".
הכל כשר בתכלית הכשרות ויאכלו עניים וישבעו.

א געהעריגע מכשול, ס'איז פשוט נישט אויסגעהאלטן.

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 12:35 pm
דורך Kosher Travel
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:עס איז דאך שוין היינט דא רעסטוראנטן מיט "סיום on premises".
הכל כשר בתכלית הכשרות ויאכלו עניים וישבעו.

א געהעריגע מכשול, ס'איז פשוט נישט אויסגעהאלטן.

למעשה, ראפאט קראמפלי איז אויסגעהאלטן אין די ניין טעג?

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 2:16 pm
דורך נודה לך
נעבעך נעבעך מדארף קלאגן אויף דעם אליינס אז מווייסט שוין אפילו נישט וואס די פראבלעם איז....

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 3:48 pm
דורך לאנדאנער
כא כא כא האט געשריבן:דארפסט הערן ווי ר' לייבוש ליש לייגט עס אראפ. הוי זאגט ער גוט


האסט אפשר דער ביים שבת טיש?

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 3:50 pm
דורך לייבל שטילער
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:עס איז דאך שוין היינט דא רעסטוראנטן מיט "סיום on premises".
הכל כשר בתכלית הכשרות ויאכלו עניים וישבעו.

א געהעריגע מכשול, ס'איז פשוט נישט אויסגעהאלטן.

פארוואדזשע נישט? דוכט זיך ביי חסידים איז געווען א ספעציעלע ענין צו מאכן סיומים.

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 3:55 pm
דורך דניאל אויערבאך
מצטרף צו נודה לך,

איך מיין אז פון חוזק מאכען וועט מען גארנישט אויפטוהן, עס איז נעבעך א רחמנות אויף די היינטיגע יונגווארד און די דור בכלל אז מען ווייסט נישט וואס מיר האבען פארלוירען, מיר זענען נעביך אזוי מגושם, ומה יעשה הבן..... אפשר קען מען גיין אויפן אנדערען וועג, רעדן (און שרייבען) מער דרשות התעוררות פאר די יוגענט און מסביר זיין וואס איז דאס געווען דער ביהמ"ק און וואס מיר האבען פארלוירען, ווי אלע צרות פון גלות איז תלוי אין דעם, און ווי נאריש מיר זענען אז מען מאכט די 9 טעג פאר א ליצנות פון אונז אליינס, אז זיי וועלען דאס דעהערען וועט מען נישט דארפען חוזק מאכען פון זיי נאר זיי וועלן אליינס אנערקענען אז עס איז א צייט פאר קלאג און התבוננות, אזוי זאגט מיין קליינע שכל

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 3:56 pm
דורך דניאל אויערבאך
לייבל שטילער האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:עס איז דאך שוין היינט דא רעסטוראנטן מיט "סיום on premises".
הכל כשר בתכלית הכשרות ויאכלו עניים וישבעו.

א געהעריגע מכשול, ס'איז פשוט נישט אויסגעהאלטן.

פארוואדזשע נישט? דוכט זיך ביי חסידים איז געווען א ספעציעלע ענין צו מאכן סיומים.

צו מאכען, זיכער! אבער צו גיין פרעסען אין פרעסטאראנט און יוצא זיין מיט יענעמס סיום סתם ווייל דו ביסט א פרעסער, דאס איז נישט געווען כוונת חז"ל.

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 3:57 pm
דורך לייבל שטילער
דניאל אויערבאך האט געשריבן:מצטרף צו נודה לך,

איך מיין אז פון חוזק מאכען וועט מען גארנישט אויפטוהן, עס איז נעבעך א רחמנות אויף די היינטיגע יונגווארד און די דור בכלל אז מען ווייסט נישט וואס מיר האבען פארלוירען, מיר זענען נעביך אזוי מגושם, ומה יעשה הבן..... אפשר קען מען גיין אויפן אנדערען וועג, רעדן (און שרייבען) מער דרשות התעוררות פאר די יוגענט און מסביר זיין וואס איז דאס געווען דער ביהמ"ק און וואס מיר האבען פארלוירען, ווי אלע צרות פון גלות איז תלוי אין דעם, און ווי נאריש מיר זענען אז מען מאכט די 9 טעג פאר א ליצנות פון אונז אליינס, אז זיי וועלען דאס דעהערען וועט מען נישט דארפען חוזק מאכען פון זיי נאר זיי וועלן אליינס אנערקענען אז עס איז א צייט פאר קלאג און התבוננות, אזוי זאגט מיין קליינע שכל

10+ ;l;p-

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 5:29 pm
דורך נחום וואהלינער
כא כא כא האט געשריבן:דארפסט הערן ווי ר' לייבוש ליש לייגט עס אראפ. הוי זאגט ער גוט

פאר עטליכע שעה צוריק געהערט פון איהם לייוו ווי ער צונעמט אן עד פון א רעסטעראנט, ער זאגט גוט.

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 11:47 pm
דורך כא כא כא
ער טוט דאס שוין אפאר יאר
כאב געהערט אז ס'איז געווען איין יאר וואס איינע פון די אויסגאבעס האבן עם אנגעקאלט זיך בעטן אז ס'איז בטעות אריין אין זייער אויסגאבע אזא מין אדווערטייזמענט און זיי בעטן עם אז ער זאל פליז נישט נעמען אויפן צימבל זייער אויסגאבע, זיי גייען שוין תשובה טוהן, זיי גייען מער אכטונג געבען ס'זאל נישט געשען

געשריבן: זונטאג יולי 23, 2017 11:51 pm
דורך חיי אריכי
א איד האט מיר געזאגט אז ער איז געוועהן לעצטענס אין איינע פון די סטיעטס, איז געוועהן דארט א אידישע רעסטעראנט, אין מ׳האט דארט פארקויפט ״סורר ומורה פלייש״...

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 12:17 am
דורך רצון טוב
אזוי גייט עס היינט
א גרויסער ציבור לערנט נאר ווייל מען גייט מאכן עפעס א סיום אזאנס און אזעלכעס מיט אלע מיני בשר ודגים
האלט עס שוין ביי דעם אז מענטשן לערנען און זענען מסיים מסכתות צו מזכה זיין רעסטעראנטען מיט מאכיל זיין אידן אין די 9 טעג בשר.
די ירידת הדורות איז א דין אין די אופן לימוד תורה"ק, נישט א ירידה אין די 9 טעג.

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 12:34 am
דורך הרבטייטעלבוים
ב"ה אז ס'כאפט אונז נאך א עקל.

נעבעך אויף די קינדער וואס ווייסען נישט אז מען האט עפעס פארלארען.

גיי זאג פאר די עלטערע אידען אז אונעם יאהרטאג וואס דער דייטש איז אריינגעקומען איז דא א ספעשל אויף א געשמעקא סארדינס סאלאט וכדומה.

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 5:06 pm
דורך shalsheles
נודה לך האט געשריבן:נעבעך נעבעך מדארף קלאגן אויף דעם אליינס אז מווייסט שוין אפילו נישט וואס די פראבלעם איז....

אין ספר הליכות שלמה ברענגן זיי אז רבי שלמה זלמן אויערבאך זצ״ל פלעגט זיך אפרעדן כנ״ל און ער פלעגט טייטשען דעם קינה וואס מען זאגט ת״ב, "על חורבן בית המקדש,/כי הורס וכי הודש,/אספוד בכל שנה ושנה מספד חדש,״ אז דאס מיינט אז אויף דעם אליין אז מען פארגעסט פונם חורבן דארף מען באזונדער טרויערן.

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 5:18 pm
דורך סאדאם חוסעין
די פראבלעם איז עסן אין א רעסטעראנט,
אבער אויסצורעכענען א סיום איז געווען א גרויסע ענין ביי די תלמידי הבעש"ט.
און די חלק פון משתתפים וואס זענען נישט קיין קרובים איז מאי שנא פון ערב פסח וואס עס איז א לכתחילה ביי אונז.
סא ס"ה איז די חורבן הדורות פון עסן אין א רעסטעראנט.