בלאט 4 פון 5

געשריבן: זונטאג אוגוסט 04, 2019 3:10 pm
דורך משה יענקל
וואס איך מייו צו זאגען איז א פלוצלונגע טשענדזש ראש חודש נאך אלע אדווערטייזמענטס

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 11:28 am
דורך ברוינע באנאנע
שקר האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/j8ly9mwg0kfen23/F4M87EnIaI6xCGiq.mp4?dl=0

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די בית המקדש איז חרוב געווארן זחך טאקע געלוינט.........
Sham on you

רח״ל

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 1:21 pm
דורך שמחה ונחת
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
שקר האט געשריבן:
לייטער האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/j8ly9mwg0kfen23/F4M87EnIaI6xCGiq.mp4?dl=0

יעצט פארשטיי איך שוין פארוואס די בית המקדש איז חרוב געווארן זחך טאקע געלוינט.........
Sham on you

רח״ל


אנבעליוועבעל!!
ווי גיימיר שטיין און 10-20 יאר ארום? כ'ווער שוואך פון טראכטן!!


כ'וויל נאר זאגן עניות דעתי הקצרה - אזוי ווי איינער האט שוין געשריבן דא אפאר בלעטער צוריק:
כ'מיין אז ביי מסביר זיין פאר די היינטיגע חברה די פראבלעם דערפון - וועלן זיי נישט וויסן אפילו וואס די ווילסט.. "חז"ל האבן נישט דאס געמיינט..." "עס שטייט פון ריזשינער אז....." "מיט שמחה טוט מען מער אויף...." ועוד ועוד...
ענדערש שפיר איך אז מ'העט ווען געדארפט מער ארומרעדן וואס עס פעלט אונז און אויף וואס מיר קלאגן. פון די ביהמ"ק, פון די זמנים וואס כלל ישראל איז געווען ברום המעלה, וואס דאס האט געמיינט זיין נאנט מיטן אויבערשטן, קרבנות, ימים טובים, ישראל שרויין על אדמתם, ירושלים בתפארתה, ועוד ועוד.
דאס קען אולי ואולי ברענגען אז מ'זאל שפירן אביסל וואספארא אבילות דא איז דא און ס'זאל זיך פון זיך אליינס וועלן קלאגן און זיך נישט קענען אזויפיל נאכגעבן און די טעג.
(אין קורצן: אנשטאט "מוזן" פאלגן די הלכה... און "זוכן" היתרים - זאל מען "שפירן" א שטיקל אבילות און "וועלן" עפעס נאכגעבן)
כנלע"ד

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:19 pm
דורך לייטער
איך האב גערעדט מיט איינעם וועגן די רייכע מעניא'ס ביי סאפיר אין די 9 טעג, זאגט ער מיר אז ביי עם עסט מען פאר סאפיר אין די 9 טעג אייער שפייז אן זאלץ, א מדריגה אין תש19
כדאי בית א'

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 6:53 pm
דורך רבי מנשה
לייטער האט געשריבן:https://www.dropbox.com/s/j8ly9mwg0kfen23/F4M87EnIaI6xCGiq.mp4?dl=0

עיני עיני ירדו מים... כי רחק ממנו! רבונו של עולם אויף אזא קליפ!
לייז אונז אויס...
לייז אונז אויס.
טאטע לייז אונז אויס.
זיי בעסער צופריעדן.
לייז אונז אויס אלץ אידען.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 8:39 pm
דורך דניאל אויערבאך
די פראבלעם הייבט זיך נישט אן ביי די 9 טעג, וואס ערווארסטע אז יעדער זאל פלולצינג אויפאיינמאל ווערן א צדיק????
אז מען ליגט א גאנץ יאר ראשם ורובם אין פרעסס כמנהג אמעריטשקע און תאות אכילה האט פארלוירן די משמעות און פרישות איידלקייט און העכערקייט האט נישט קיין מקום אין אונזער זוהמא'דיגע גלות, ווי אזוי ווילסטע אז פלוצלינג זאלען מענטשן אנהייבן קלאגן אויפן חורבן.........

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 9:55 pm
דורך חושב מחשבות...
שלומה האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:איך האב אזא אינטרעסאנטע איסתפקתא,
מצד א' טאר מען נישט משנה זיין פון שו"ע קיין קיצו של יוד. הלכה בלייבט הלכה!
מצד ב' אסאך זאכען זענען היינטיגע צייטן זייער נשתנה געווארען און עס מאכט נישט קיין סענץ אז דאס האבן חז"ל געוואלט די הלכה.

למשל שיך. מיינע לעדערנע שיך דריקט מיר א סאך מאל און איז מיר גורם פיס ווייטיג און מיינע סליפערס זענען OH-SO קאמפטעבל. וועלכע זאל איך ענדערש גיין ת"ב?
איך בין נישט משוגע פאר פלייש, דע טשיקען באדעמס איז שוין בארינג.... אביסעל סושי אדער א גוטן פיצא שמעקט מיר מער פאר א טשענזש. וועלעכע וואלטן חז"ל מיר געהייסען עסן די 9 טעג?

איך זע ממש נישט די ענין פון מאכען א סיום היינטיגע צייטען. ווער איז בכלל עקסייטעד פאר אביסל פלייש? די חסידישע רבי'ס וואס האבען געהאלטען פון מאכען א סיום האבען געהאט העכערע כוונות. היינטיגע צייטען איז נישטא די העכערע כוונות און אויכעט איז רוב עולם נישט עקסייטעד פאר פלייש און די אלע מילכיגע עדס פאר די 9 טעג רייצט גוט אן... די גאנצע מטרה פון די 9 טעג איז מטושטש..

כהאף מען פארשטייט וןאס איך רעד.


יא יא אזוי האבען אויכט גערעט די ריפארמע


במחילת כבודכם הרמה, האט איר נישט גוט פארשטאנען רבי דניאל'ן

ווען דו וואלסט אריינגעגאנגען אין א טעמפל פון די רעפארמער בימים ההם און זיך אונטערגעהערט די באבלאזענע ראבייס און זייערע געשפרעכן, און דאן אריבערקראסט די גאדער און זיך אונטערגעהערט להבדיל די שיחות קודש פון הני שרפי מעלה רבותינו הק' נ"ע, וואלסטו געווארן זייער שאקירט, ווייל די זעלבע קשיות וואס זיי האבן באהאנדלט האבן אונזערע רבי'ס פונקט אזוי ערנסט גענומען און אויסגעקאכט.

ביי אונז האט מען נישט דערשטיקט קשיות און סתירות, אדרבה מ'האט מחשיב געווען דעם בן החכם און מ'האט מעיין געווען צו טרעפן א פאסיגע תשובה המתיישב על הלב.

נאר וואס איז די חילוק?
ס'ווענד זיך וואס די תכלית איז, ס'דא 2 וועגן וויאזוי מ'קען פרעגן א שאלה, די בן החכם פרעגט ווייל ס'קוועטש איהם און ער וויל פארשטיין כדי צו קענען דערנאך דינען דעם אייבערשטן מיט מער קלארקייט, און אפילו ווען ער האט נישט קיין תשובה ווערט ער נאכנישט פארלוירן ווייל ער האט טראסט אין דברי חכמינו ז"ל, אבער די בן הרשע הקהה את שיניו, ווייל ער זוכט צו בלייבן ביים קשיא, ער פרעגט מה העבודה הזאת? וואס פעלט אויס די גאנצע אידישקייט לאמיר גיין נאכגעבן מיינע תאוות וכו' די קשיא איז א מיטל צו פארענטפערן זיינע מעשים תעתועים.

איך פיל אז אונזער רבי דניאל פרעגט ווי די בן החכם, און ער זוכט נישט כלל וכלל צו משנה זיין, ווי ס'שיינט קלאר פון זיין הקדמה. און אדרבה מ'מעג פרעגן, די קאטוילישע קירכע להבדיל זיי האבן א פראבלעם מיט קשיות ווייל זיי זענען 1 שטיק סתירה און שקר מכף רגל ועד ראש, אבער ביי אונז תורתינו תורת אמת און אונז ווערן נישט שוואך פון א קשיא אדרבה ס'געבט אונז מער ביטול אין דברי חכמינו זכרונם לברכה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 05, 2019 10:17 pm
דורך וואס עפעס?
האמיר געזעהן די קליפ אינדערפרוה אין מיין הארץ האט זייער וויי געטוהן
איך האב געמיינט א דאס העט זיין די ירידות הדורות ערשט אין 10 יאר ארום אדערווייל האלט מען שוין ביי אזא מצב..

אזוי אפצולאכען פון די שורשי היהדות
דאס קען נאר צושטאנד קומען ווען מען האדעוועט א דור פון פראסטאקעס וואו אידישקייט ווערט א שטיק פאון און מען ווייסט נישט בחייכון פון די באשעפער צו זאגן

וואו זאגט די נוסחא פון פושיסחא
לייז אונז אויס אלס אידן.....

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:39 pm
דורך סאדאם חוסעין
ר' ברוך'ל גארליצער האט אמאל געפרעגט א בחור ווי עסטו?
האט ער גע'ענטפערט א ער עסט טעג,

פרעגט אים די רבי, נו ווען עסטו שוין אויף די ניין טעג?
הלואי עסט מען נאך היינט טעג, וואלט שוין זיכער נישט געווען קיין ניין טעג,

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 9:57 pm
דורך שמואל בארג
HelpMe האט געשריבן:
משה יענקל האט געשריבן:זאגט מיר איינער.

די חכמים וואלטן ווען היינט געמאכט א תקנה אז מען מיז עסן נאר פליישיג'...

אבער טשיקען פלייש!


לעגהארן...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:58 am
דורך גענעראל
nmi האט געשריבן:אינטערעסאנט אז תשעה באב איז נאכנישטא קיין קאונצערטס מיט קומזיצן....... משוגעים.

האסטו...
2019-08-08.png
2019-08-08.png (317.48 KiB) געזעהן 1200 מאל

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:01 am
דורך גיב א שמייכל
גענעראל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:אינטערעסאנט אז תשעה באב איז נאכנישטא קיין קאונצערטס מיט קומזיצן....... משוגעים.

האסטו...
2019-08-08.png

על אלה אני בוכיה :-(

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:02 am
דורך טעם וריח
צו רבי דניאל.. NOTHING BEATS א גוט שטיקל געבראטענע סטעיק... אלע מיליכיגס שבעולם.. איי טשיקן?? נא עוף איז טאקע נאר א דרבנן... נישט דאס האט מען עכט געמיינט.. אין שמחה אלא בבשר איז א מציאות און גארנישט ריפלעיסט דאס...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 11:42 am
דורך לעגאו מענטשעלע
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ר' ברוך'ל גארליצער האט אמאל געפרעגט א בחור ווי עסטו?
האט ער גע'ענטפערט א ער עסט טעג,

פרעגט אים די רבי, נו ווען עסטו שוין אויף די ניין טעג?
הלואי עסט מען נאך היינט טעג, וואלט שוין זיכער נישט געווען קיין ניין טעג,

דאכצעך מיר אז דאס איז געווען מיטן בארדיטשובער רב זי"ע.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:04 pm
דורך צד תמות
טעם וריח האט געשריבן:נא עוף איז טאקע נאר א דרבנן...

משא"כ סטעיק איז א ?
אולי נתערב לך באיסור בב"ח

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:09 pm
דורך טעם וריח
צד תמות האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:נא עוף איז טאקע נאר א דרבנן...

משא"כ סטעיק איז א ?
אולי נתערב לך באיסור בב"ח

נו טאקע דא מיינעך... ריכטיגע דאורייתאדיגע פלייש איז סטעיק... (אוודאי איז אלעס אסור אין די ניין טעג כהאב געוואלט ארויסברענגען א פוינט אינם שמועס..)

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:18 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
טעם וריח האט געשריבן: NOTHING BEATS א גוט שטיקל געבראטענע סטעיק... אלע מיליכיגס שבעולם.. אין שמחה אלא בבשר איז א מציאות און גארנישט ריפלעיסט דאס...

;l;p-

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:23 pm
דורך נו גוט נו שוין
דניאל אויערבאך האט געשריבן:די פראבלעם הייבט זיך נישט אן ביי די 9 טעג, וואס ערווארסטע אז יעדער זאל פלולצינג אויפאיינמאל ווערן א צדיק????
אז מען ליגט א גאנץ יאר ראשם ורובם אין פרעסס כמנהג אמעריטשקע און תאות אכילה האט פארלוירן די משמעות און פרישות איידלקייט און העכערקייט האט נישט קיין מקום אין אונזער זוהמא'דיגע גלות, ווי אזוי ווילסטע אז פלוצלינג זאלען מענטשן אנהייבן קלאגן אויפן חורבן.........


א גוטע מליצה ישרה

אבער פארוואס דארף מען שרייען אזוי הויעך?!
האלא!! חברה!! אונז זעמער פארגרעעעעעעבבבטטטטט!!
ווילסט נאכאלץ מאכן א סיום.....

זאל מען כאטש איינזען וואו מ'האלט און זיך פארשטעקן פאר בושה

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 5:05 pm
דורך נייגעריגע תלמיד
יודל שטריימלהויזך האט געשריבן:איינער זאגט מיך אז אין מיהאלדי ישיבה איז היינט געוועהן א סיום הש"ס פון איינע פון די מגי"ש און מען האט דארט געגעיבן פון אלעם גוטס
בשר שמן ויין ישן

דאס יאר די זעלבע זאך הרה"ג ר' יואל מייזלס שליט"א די ראש הישיבה זון

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:22 pm
דורך סאדאם חוסעין
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ר' ברוך'ל גארליצער האט אמאל געפרעגט א בחור ווי עסטו?
האט ער גע'ענטפערט א ער עסט טעג,

פרעגט אים די רבי, נו ווען עסטו שוין אויף די ניין טעג?
הלואי עסט מען נאך היינט טעג, וואלט שוין זיכער נישט געווען קיין ניין טעג,

דאכצעך מיר אז דאס איז געווען מיטן בארדיטשובער רב זי"ע.

דאכט זיך דיר נישט גוט.
איך גלייב נישט אז אין בארדיטשוב, איז געווען בכלל אזא דערהער.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:26 pm
דורך myrtle
גענעראל האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:אינטערעסאנט אז תשעה באב איז נאכנישטא קיין קאונצערטס מיט קומזיצן....... משוגעים.

האסטו...
2019-08-08.png

:-( :-(

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:42 pm
דורך לעגאו מענטשעלע
סאדאם חוסעין האט געשריבן:
לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ר' ברוך'ל גארליצער האט אמאל געפרעגט א בחור ווי עסטו?
האט ער גע'ענטפערט א ער עסט טעג,

פרעגט אים די רבי, נו ווען עסטו שוין אויף די ניין טעג?
הלואי עסט מען נאך היינט טעג, וואלט שוין זיכער נישט געווען קיין ניין טעג,

דאכצעך מיר אז דאס איז געווען מיטן בארדיטשובער רב זי"ע.

דאכט זיך דיר נישט גוט.
איך גלייב נישט אז אין בארדיטשוב, איז געווען בכלל אזא דערהער.

גערעכט, כ'האב גענוצט א נישט ריכטיגע לשון, איך וואלט געדארפט שרייבן: איך האב "געהערט" די מעשה אויף דער בארדיטשובער

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 10:35 pm
דורך נו גוט נו שוין
פאר שיינע שיעור איבער דעם נושא דריקט דא

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 12:18 am
דורך שמו
אינטרעסאנט ס'נאך נישט ארויס געקומען מגילת איכה פון מלכות וואקסבערג מיט 3D פיקטשער'ס ווי 'נשים רחמניות בשלו בשר בניהם' וכדו'
אדער א קאמיק'ס בוק, איבער דעם חורבן


א משוגענע וועלט, ניטאמאל פארגרעבט, ס'איז אסאך ערגער פון דעם, מ'איז דום נעבעך נעבעך.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 4:24 am
דורך מוזיק מבין
טאקע, ס'אביסעלע פאני 4:22 פארטאגס און ער שרייבט א תגובה, מילא אז דו קענסט נישט שלאפן און דו פעדלערסט ארום אויפן וועלטל איז איין זאך אבער שרייבן א תגובה?! מ'הע.. מ'העט נאך מיינען ביסט א טראמפ שטיצער.. [ דאנט וואדי, איך בין טאקע איינס, נאר געוואלט אונטער צינדען די לינקע דא] און אז איך שרייב נאכאלץ קומט עס נאר ווייל מיין אידיש הארץ שרייט פון ווייטאג אויף די טמא'נע קליפ וואס איז דא פריער געלייגט געווארן וואס ווען א ג-ט פארכטיגע איד זעהט אזאנס שפרינגט ער ווי א שלאנג געביסענער!!!
או לנו כי חטאנו!