בלאט 2 פון 5

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 5:47 pm
דורך קליינקעפיק
צו געזונט האט געשריבן:ווילט איר ענדזשויען די ניין טעג? קומט און כאפט אלע זאכען פאר ספעציעלע פרייזען, סיי פאר די קינדער, סיי פאר די עלטערע, אז אזוי זאלט איר ח"ו נישט ליידען צוליב די זינד פון אונזערע אור עלטערן וואס צוליב זיי איז דער ביהמ"ק פערברענט געווארען...
און באמת, וואס זיינען מיר טאקע שולדיג אז זיי האבען עטליכע טויזענט יאהר צוריק עפעס געזינדיגט?
לאמיר עס ענדשזויען פולקאם.
ספעשל ניין טעג מעניוס
ספעשל ארטס און קרעפט פאר די ניין טעג
ספעשל האטעל פרייזען פאר די ניין טעג
ספעשל ספיריטואלע רעדעס -צו זעהן ווי פיין אונז זעמיר- פאר די ניין טעג

GKR News: Dozens of 9 Day Menus & Specials / Month in Review Openings & Events

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 6:16 pm
דורך אור
איינער זאגט מיר בדרך הלאצא... ער קען א גוי וואס האט זיך מגייר געווען פשוט פון זעהן די געשמאקע ערב ר"ח אב... יעדער איז אפגעוואשן.. פרישע בעט-געוואנט, די הויז אויפגעקלינט רעדי צו טרויערן :roll: .. גרייט פאר די אייז קריעם טשיז קעיק.. וואס קען שוין זיין בעסער

סיום אויף די רעדיו

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 6:32 pm
דורך בדרך אפשר
סיום לכבוד די ניין טעג אויף די רעדיו

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 10:09 pm
דורך נייגעריגע תלמיד
די קאשוי רב האט דאך געהייסן בחורים מאכן סיום'ס און די ניין טעג כדי די בחורים זאלען קענען עסן פליישיג'ס

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 10:25 pm
דורך Kosher Travel
עס איז געוועהן א ענין ביי חסידים דווקא יא צו מאכן א סיום אין די ניין טעג און עסען פלייש.

איך מיין אז וואס באדערט קליינעם קעפעלע איז דאס מאכן גאנצע סעילס מיט ספעשעל ניין דעי מעניוס.

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 10:29 pm
דורך שמו
היוצא לנו, אז מ'דארף פשוט מאכן א אויפוואכונג, אויף וואס מיר האבן געהאט בזמן שבית המקדש הי' קיים, דער רוחניות'דיגער אטמאספער, און די גשמיות'דיגער געשמאק, ביידע צוזאמען

און דערנאך וואס מיר האבן פארלוירן

דאן וועט מען שוין נישט קענען עסן קיין פלייש אין די ניין טעג, און מ'וועט זיך נישט זיכן די אלע אזויגערופענע התירים.

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 10:30 pm
דורך סאיזגוטבה
עס איז הלכה'דיג אויסגעהאלטן צו גיין צו א restaurant ווען א פרעמדע מענטש מאכט א סיום און עסן פליישיגס?

געשריבן: מאנטאג יולי 24, 2017 10:30 pm
דורך שמו
אגב קיינער רעדט נישט קעגן מאכן א סיום אין די ניין טעג און עסן פלייש
נאר דער צוגאנג ווי אזוי מ'מאכט דאס,

צו מ'פראוועט א סיום, צו א פלייש פרעסעריי

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2017 1:27 am
דורך משה כספי
שמו האט געשריבן:אגב קיינער רעדט נישט קעגן מאכן א סיום אין די ניין טעג און עסן פלייש
נאר דער צוגאנג ווי אזוי מ'מאכט דאס,

צו מ'פראוועט א סיום, צו א פלייש פרעסעריי

;l;p-

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2017 5:35 pm
דורך לייבל שטילער
שמו האט געשריבן:היוצא לנו, אז מ'דארף פשוט מאכן א אויפוואכונג, אויף וואס מיר האבן געהאט בזמן שבית המקדש הי' קיים, דער רוחניות'דיגער אטמאספער, און די גשמיות'דיגער געשמאק, ביידע צוזאמען

און דערנאך וואס מיר האבן פארלוירן

דאן וועט מען שוין נישט קענען עסן קיין פלייש אין די ניין טעג, און מ'וועט זיך נישט זיכן די אלע אזויגערופענע התירים.

איינער האט אמאל געפרעגט אן עצה פון א צדיק וויאזוי צו פאסטן גרינג תשעה באב, האט איהם די צדיק גע'ענפער'ט זאלסט ארייננעמען אין דיך באמת דאס וואס מיר האבן פארלוירן ביים חורבן וועסטו נישט קענען עסן.

געשריבן: דינסטאג יולי 25, 2017 8:00 pm
דורך יאצמעך
ס׳דא א באקאנטע ווארט ״תשעה באב ווער קען עסן, יום כיפור ווער דארף עסן״.

געשריבן: מיטוואך יולי 26, 2017 9:08 am
דורך געשיקטער
Untitled.jpg
Untitled.jpg (252.63 KiB) געזעהן 2475 מאל

געשריבן: זונטאג יולי 30, 2017 12:44 pm
דורך Out of towner
אין חבד דאכט זיך איז געווען די מנהג צו מאכן א סיום און נישט עסן פלייש

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 12:28 am
דורך נייגעריגע תלמיד
נא ווידער די ניין טעג

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 3:37 am
דורך שלומה
עס איז דאך די ר"ת פון די נאמען פונם ס"מ סיום מסכת אין לעשות.
ממילה איז געווען א עניין ביי חסידים יא צו מאכען א סיום,
אלעס איז דא נאך זייער פיין,
קימט אבער פאר וואס געשעט ווען מען ענדיקט א מסכת אימטען יאר קיק איינער אויף א געהעריגע סעודה עס איז דאך א סעדות מצוה,
יא ווען איינער ענדיקט אליין א מסכת אנמיטען יאר וועלען נישט אלע חברים קימען עסען ליידער יא עס איז א סעדות מצוה איןביי חסידים האט מען זיך מחזק געווען אין די 3 וואכען אין אהבת חינם איז מען חאטשאין די 9 טעג געגאנגען צו א סיום,

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 6:17 am
דורך וואשינגטאן
נייגעריגע תלמיד האט געשריבן:די קאשוי רב האט דאך געהייסן בחורים מאכן סיום'ס און די ניין טעג כדי די בחורים זאלען קענען עסן פליישיג'ס

טאקע טאקע די קאשוי רב האט געהייסן נערים עם זקנים זאלן זיך צוזאמקומען פרעסן איבער א סיום בשר ושכוי אין א רעסטוראנט מיט דים לייטינג...... אתמהה

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 8:17 am
דורך אזוי גאר!
סאיזגוטבה האט געשריבן:עס איז הלכה'דיג אויסגעהאלטן צו גיין צו א restaurant ווען א פרעמדע מענטש מאכט א סיום און עסן פליישיגס?

זיכער נישט!
שטייט קלאר און הלכה אז ממעג נאר גיין צו א סיום וואס מקען די בעל הסיום און מוואלט געגאנגען צו זיינע שמחות

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 8:29 am
דורך לבלוב
אזוי גאר! האט געשריבן:
סאיזגוטבה האט געשריבן:עס איז הלכה'דיג אויסגעהאלטן צו גיין צו א restaurant ווען א פרעמדע מענטש מאכט א סיום און עסן פליישיגס?

זיכער נישט!
שטייט קלאר און הלכה אז ממעג נאר גיין צו א סיום וואס מקען די בעל הסיום און מוואלט געגאנגען צו זיינע שמחות

לכידה.PNG
לכידה.PNG (187.49 KiB) געזעהן 1408 מאל
לכידה..PNG
לכידה..PNG (93.09 KiB) געזעהן 1408 מאל

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 12:42 pm
דורך סאדאם חוסעין
אזוי גאר! האט געשריבן:
סאיזגוטבה האט געשריבן:עס איז הלכה'דיג אויסגעהאלטן צו גיין צו א restaurant ווען א פרעמדע מענטש מאכט א סיום און עסן פליישיגס?

זיכער נישט!
שטייט קלאר און הלכה אז ממעג נאר גיין צו א סיום וואס מקען די בעל הסיום און מוואלט געגאנגען צו זיינע שמחות

דא איז איינע פון די זאכן וואס איז א נפקא מינה צווישען א פלעינע יאר וואס איז דא א שבועה שחל בו, צו היי יאר.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 12:45 pm
דורך סאדאם חוסעין
ביי אונז אין ישיבה פלעגט זיין געהעריגע פליישיגע סאפער 2 /3 טעג עפ"י הוראת דיינים,
און עס איז געווען יעדן טאג איין בחור וואס האט מסיים געווען [רוב אירע האבן אפילו נישט געוויסט ווער עס איז]

בקיצור די מנהג בי אונז איז ברור, אז היי יאר מעג מען רופען וויפיל שושבינון מען וויל,
אן אנדערע יאר שבועה שחל בו, האט מען גערופען נאר וויפיל עס קומען אייביג.
.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 1:24 pm
דורך דניאל אויערבאך
איך האב אזא אינטרעסאנטע איסתפקתא,
מצד א' טאר מען נישט משנה זיין פון שו"ע קיין קיצו של יוד. הלכה בלייבט הלכה!
מצד ב' אסאך זאכען זענען היינטיגע צייטן זייער נשתנה געווארען און עס מאכט נישט קיין סענץ אז דאס האבן חז"ל געוואלט די הלכה.

למשל שיך. מיינע לעדערנע שיך דריקט מיר א סאך מאל און איז מיר גורם פיס ווייטיג און מיינע סליפערס זענען OH-SO קאמפטעבל. וועלכע זאל איך ענדערש גיין ת"ב?
איך בין נישט משוגע פאר פלייש, דע טשיקען באדעמס איז שוין בארינג.... אביסעל סושי אדער א גוטן פיצא שמעקט מיר מער פאר א טשענזש. וועלעכע וואלטן חז"ל מיר געהייסען עסן די 9 טעג?

איך זע ממש נישט די ענין פון מאכען א סיום היינטיגע צייטען. ווער איז בכלל עקסייטעד פאר אביסל פלייש? די חסידישע רבי'ס וואס האבען געהאלטען פון מאכען א סיום האבען געהאט העכערע כוונות. היינטיגע צייטען איז נישטא די העכערע כוונות און אויכעט איז רוב עולם נישט עקסייטעד פאר פלייש און די אלע מילכיגע עדס פאר די 9 טעג רייצט גוט אן... די גאנצע מטרה פון די 9 טעג איז מטושטש..

כהאף מען פארשטייט וןאס איך רעד.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 2:39 pm
דורך סאדאם חוסעין
יאפס, איך פארשטיי נישט די נושא פון בלאזען שופר חודש אלול. איך ווער נישט נתעורר צו תשובה דורך דעם, ווער עס פילט דורך דעם אן התעוררות זאל ווייטער בלאזן...
כ' האף אז דניאל פארשטייט וואס איך רעדט.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 2:40 pm
דורך סאדאם חוסעין
איך פארשטיי נישט די מנהג פון אנטוען א ווייסע קיטל ביים יום החופה, איך האב מיר נישט דערמאנט פון מיין יום המיתה אפשר אמאליגע צייטן איז געווען הייליגערע אידען ווי היינט האט מען זיך מער דערמאנט,

בקוציר אויב גייען מיר אנהייבן צו מאכן אינזערע אייגענע חשבונות קען מען מבטל זיין יעדע מנהג ישראל.

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 2:48 pm
דורך דניאל אויערבאך
חס ושלום!!! ווער רעדט פון מבטל זיין??????
איך האב קלאר געשריבן אין מיין ערשטע שורה אז הלכה בלייבט הלכה און טוישט זיך נישט קיין קיצו של יוד!! האסט פארזען די שורה????
שופר איז א דאורייתא און האט אין זיך אזויפיל סודות וואס א ילוד אשה קען וואשיינלעך קיינמאל נישט משיג זיין... ווי קענסטו עס אפילו פארגלייכען???

די 9 טעג זאכן האבן חז"ל אונז מגלה געווען אז די מטרה איז כדי צו טרויערן און נישט זיין פרייליך, ממילא איז מיין שאלה צי חז"ל וואלטן היינט אנדערש געזאגט
אבער אוודאי און אוודאי אז חז"ל לעבן שוין נישט היינט זענען מיר גארנישט ביכולת צו טוישן ח"ו וח"ו און הלכה בלייבט הלכה
נאר עס איז ליידער א ווייטאג אז מען נעמט די הלכות און מען מאכט פון דעם א פורים שפיל מיט די אלע באקוועמע זאכן און נאראפטיגע מעניו'ס

געשריבן: זונטאג יולי 15, 2018 3:24 pm
דורך שמואל אלצווייסער
חז״ל ברוח קדשם האבן זיכער געוויסט וויאזוי יעדע דור גייט אויסקוקן ביז משיח. עס איז נישט ריכטיג צו זאגן ״ווען חז״ל וואלטן ווען געלעבט היינט וואלטן זיי...״ ווייל זיי האבן פונקטליך פאראויס געזעהן יעדע דור מיט אלע אונזערע שוואכקייטן.