בלאט 5 פון 5

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 6:29 am
דורך טישטוך
פוי! איך האב נארוואס זיך אנגעשטויסן אין א גרוילהאפטיגער קליפ וואס דעסקרייבט די מצב פון אונזערע ברידער אויף א הויכער סטאנדערט, ווען מען גיבט עס ווען ארויס אויף פורים וואלט איך מוחה געווען!

די קיצור פון די קליפ איז אז איינער מיט א גרויסער בארד הייבט אן פארזאגן א סיום און זיינע חברים (מענטשן פרעסער אין פילן זין פון ווארט מענטשן-פרעסער) זיצן ארום דעם טיש, ווען ער הייבט אן רעדן אנטדעקט איינער אז די גמרא איז ליידיג, דער עולם טראסקעט אראפ די גאפלעך ביז דער איש בשורה זאגט אז מען קען ווייטער עסן ווייל אלס איז פארעווע...

דאס איז שוין אין צוגאב וואס אין א צווייטע גרויליגע קליפ(ה) האט איינער פובליצירט אז מיר האבן ניין טעג צו אפמאכן וואס מיר ווילן נעמען אין די רעסטוראנט..

פעכי! עס איז א נידריגקייט און א סארט אומוואוסנדע וועג פון ארונטערייסן את כל הקודש לנו, וועמען טארגעטן די מארקעטערס? איך האב נאר איין מליצה ישרה אז דער מארקעטער פון די קליפס איז א בחור אונטער די צוואנציג וואס ווייסט נישט ווי די וועלט האט זיך אנגעהויבן, און נאך א זאך וואס שטערט מיר זענען די קונים, זאג מיר ר' יוד עס איז דיר ממש אזוי שווער זיך איינצוהאלטן פון פרעסן פאר איין נישטיגע וואך? און אויב יא קענסטו נישט עסן ביי זיך אינדערהיים? מוזט עס מאכן פובליק אז משה נעכסבוים קען זיך נישט איינהאלטן פון עסן פלייש? גראבע אוממאראלישע מענטשן, כ'שעם זיך מיט ענק מיינע ברידער... איר זענט אן אומערצויגן פראקציע אינעם יודישן פאלק.

משיח קום שוין! ס'בושות וחרפות.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 7:23 am
דורך שאהן הענניטי
ביטע רעדן איינגעהאלטן. אז דער אויבערשטער קען זיי סובל זיין דארפן מיר אויך. און גענוג מאל וואס דער אויבערשטער איז אונז סובל אויף הארבערס פון דעם.

די געמיינקייט שרייט טאקע און איז א גרויסע ווייטאג, אבער דיינע לעצטע ליניעס איז אביסל קיטרוג - אין מיינע אויגן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 7:53 am
דורך שתקן
שאהן הענניטי האט געשריבן:ביטע רעדן איינגעהאלטן. אז דער אויבערשטער קען זיי סובל זיין דארפן מיר אויך. און גענוג מאל וואס דער אויבערשטער איז אונז סובל אויף הארבערס פון דעם.

די געמיינקייט שרייט טאקע און איז א גרויסע ווייטאג, אבער דיינע לעצטע ליניעס איז אביסל קיטרוג - אין מיינע אויגן.

אז מ׳איז מוחה דא אונטען נעמט דאס אראפ דעם קיטרוג אויבן … אם יש דין למטה אין דין למעלה

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 8:05 am
דורך shimon7323
מוחה זיין איז איין זאך, אויסדריקן לשונות של גנאי איז קןרא זיין שם לחברו וואס שאָן איז שטארק גערעכט.

איך האב אזוי געגרוילט ווען איך האב געזען די קליפ. אז עס איז נישט אמאל שייך עס מסביר צי זיין. (האב איך אבער פונקט דעים קליפ אנגעקוקט אביסל מיט א אנדער אויג, זיצען זיך אידעלעך און א פארווע רעסטאראנט און עסען, הערן א סיום , אבער הערענדיג אז עס איז נישט קיין סיום ווערן זיי אלע פארלוירן און סטאפען גלייך אויפן מינוט. {גלייב מיר אז און א פליישיגע ווייס איך נישט צי זיי וואלטן זיך געקענט מתגבר זיין}, דאס איז סארקאסטיש אביסעל. אבער און די צייטן דארף מען ארבעטן אויף אהבת חנם דארף מען טרעפן א מליצה ישרה)....

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 8:22 am
דורך ותיק וחסיד
וואס האט פרעסן מיט אבילות???

אודאי פרעסן איז א מידה רעה, אבער חז"ל האבן נישט מתקן געווען קיין מיעוט אכילה אין די ניין טעג, עס איז דוקא א מניעה פון פלייש און וויין ווייל לפי גודל דעתם ברענגט דאס שמחה

אודאי טאר מען נישט פרעסן עס איז קעגן די אידישע מציאות, אבער אפילו די פרעסערס זענען זיך מונע פון התרחצות של תענוג, פון מוזיק און פאסטן תשעה באב. זיי זענען מתאבל אויף ירושלים פונקט ווי אונז גרויסע ערליכע נישט פרעסערס.

איך זעה נישט פארוואס פרעסן זאל באדערן מער אין די ניין טעג ווי א גאנץ יאר.

עכ"פ אונז ברויך מיר מאכן די קעיס אז יעדער איז א מתאבל אויף ירושלים און מען ווארט אויף די גאולה. עס ברענגט נישט גארנישט צו מאכן די קעיס פארקערט.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 9:44 am
דורך רואה חשבונות
ותיק וחסיד האט געשריבן:וואס האט פרעסן מיט אבילות???

אודאי פרעסן איז א מידה רעה, אבער חז"ל האבן נישט מתקן געווען קיין מיעוט אכילה אין די ניין טעג, עס איז דוקא א מניעה פון פלייש און וויין ווייל לפי גודל דעתם ברענגט דאס שמחה

אודאי טאר מען נישט פרעסן עס איז קעגן די אידישע מציאות, אבער אפילו די פרעסערס זענען זיך מונע פון התרחצות של תענוג, פון מוזיק און פאסטן תשעה באב. זיי זענען מתאבל אויף ירושלים פונקט ווי אונז גרויסע ערליכע נישט פרעסערס

די עינוי פון גיין אין מקוה יעדן טאג פון די ניין טעג האט איר פארגעסן אויסצורעכענען.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 10:00 am
דורך שמואל אלצווייסער
שתקן האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:ביטע רעדן איינגעהאלטן. אז דער אויבערשטער קען זיי סובל זיין דארפן מיר אויך. און גענוג מאל וואס דער אויבערשטער איז אונז סובל אויף הארבערס פון דעם.

די געמיינקייט שרייט טאקע און איז א גרויסע ווייטאג, אבער דיינע לעצטע ליניעס איז אביסל קיטרוג - אין מיינע אויגן.

אז מ׳איז מוחה דא אונטען נעמט דאס אראפ דעם קיטרוג אויבן … אם יש דין למטה אין דין למעלה

ריכטיג. מ׳ברויך טאקע פארשרייען יעדער וואס רעדט אויס אינמיטן לערנען. ווייסט וואספארא קיטרוג דאס שאפט??

בפשטות מפי ספרים וסופרים, איז ביטול תורה, זיך נישט היטן בקדושה, לשון הרע, זהירות בבהמ״ד מעורר סאך גרעסער דינים ווי די קליפ ה״י.

הערטס אויף האקן און שעלטן, הייבטס אן פאררעכטן און מאכן די אלע חשבונות איבער׳ן מצב הדור פאר דיר פריוואט, יודע צדיק נפש בהמתו. אם יש דין למטה אין דין למעלה.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:37 am
דורך פויליש אמבאסאדאר
:roll: :roll: :roll: :roll: :roll:
שמו האט געשריבן:אינטרעסאנט ס'נאך נישט ארויס געקומען מגילת איכה פון מלכות וואקסבערג מיט 3D פיקטשער'ס ווי 'נשים רחמניות בשלו בשר בניהם' וכדו'
אדער א קאמיק'ס בוק, איבער דעם חורבן

א משוגענע וועלט, ניטאמאל פארגרעבט, ס'איז אסאך ערגער פון דעם, מ'איז דום נעבעך נעבעך.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 11:43 am
דורך Goodmorning
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
שתקן האט געשריבן:
שאהן הענניטי האט געשריבן:ביטע רעדן איינגעהאלטן. אז דער אויבערשטער קען זיי סובל זיין דארפן מיר אויך. און גענוג מאל וואס דער אויבערשטער איז אונז סובל אויף הארבערס פון דעם.

די געמיינקייט שרייט טאקע און איז א גרויסע ווייטאג, אבער דיינע לעצטע ליניעס איז אביסל קיטרוג - אין מיינע אויגן.

אז מ׳איז מוחה דא אונטען נעמט דאס אראפ דעם קיטרוג אויבן … אם יש דין למטה אין דין למעלה

ריכטיג. מ׳ברויך טאקע פארשרייען יעדער וואס רעדט אויס אינמיטן לערנען. ווייסט וואספארא קיטרוג דאס שאפט??

בפשטות מפי ספרים וסופרים, איז ביטול תורה, זיך נישט היטן בקדושה, לשון הרע, זהירות בבהמ״ד מעורר סאך גרעסער דינים ווי די קליפ ה״י.

הערטס אויף האקן און שעלטן, הייבטס אן פאררעכטן און מאכן די אלע חשבונות איבער׳ן מצב הדור פאר דיר פריוואט, יודע צדיק נפש בהמתו. אם יש דין למטה אין דין למעלה.

ווייסטו פארוואס מען פארפירט? ווייל אוודאי האט יעדער זייערע פראבלעמען, אבער דא רירט מען אן דאס פינטעלע פון אידישע געפיל. ווען עס טוט וויי שרייעט מען

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 1:50 pm
דורך nmi
ותיק וחסיד האט געשריבן:וואס האט פרעסן מיט אבילות???

אודאי פרעסן איז א מידה רעה, אבער חז"ל האבן נישט מתקן געווען קיין מיעוט אכילה אין די ניין טעג, עס איז דוקא א מניעה פון פלייש און וויין ווייל לפי גודל דעתם ברענגט דאס שמחה

אודאי טאר מען נישט פרעסן עס איז קעגן די אידישע מציאות, אבער אפילו די פרעסערס זענען זיך מונע פון התרחצות של תענוג, פון מוזיק און פאסטן תשעה באב. זיי זענען מתאבל אויף ירושלים פונקט ווי אונז גרויסע ערליכע נישט פרעסערס.

איך זעה נישט פארוואס פרעסן זאל באדערן מער אין די ניין טעג ווי א גאנץ יאר.

עכ"פ אונז ברויך מיר מאכן די קעיס אז יעדער איז א מתאבל אויף ירושלים און מען ווארט אויף די גאולה. עס ברענגט נישט גארנישט צו מאכן די קעיס פארקערט.

וואס??????? איך האב אין די 9 טעג מער פון איינמאל געהערט באכענען מיוזיק אין גרויסן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 4:47 pm
דורך ותיק וחסיד
nmi האט געשריבן:

נו, זיי פאסטן און גייען מיט קראקס אום תשעה באב. פארוואס טוען זיי דאס? פשוט ווייל זיי זענען נוהג באבילות וועגן דעם גרויסן חורבן.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 7:06 pm
דורך מטעמים
עס איז דא מענטשען וואס ווילען ענדערשט וויינען אויף ירידת הדורות ווי איידער אויפען חורבן בית המקדש, א טייל שפירען אז וויינען פארען חורבן בית המקדש איז זיי מער צוגעפאסט און עס איז אויך דא א טייל וואס ליידער וויינען זיי זיך אויס א גאנץ יאר פארדעם האט די ניין טאג ביי זיי נישט קיין ספעציעלקייט.

ליידער וויינט יעדער זה בכה וזה בכה און ווען משיח וועט קומען און דער רבונו של עולם וועט אונז אויסלייזען וועל מיר אונז אלע לאכען אינאיינעם - עס זאל שוין טאקע מקויים ווערן די פסוק פון אז ימלא שחוק פינו בקרוב ממש.

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 09, 2019 7:44 pm
דורך dim
טישטוך האט געשריבן:פוי! איך האב נארוואס זיך אנגעשטויסן אין א גרוילהאפטיגער קליפ וואס דעסקרייבט די מצב פון אונזערע ברידער אויף א הויכער סטאנדערט, ווען מען גיבט עס ווען ארויס אויף פורים וואלט איך מוחה געווען!

די קיצור פון די קליפ איז אז איינער מיט א גרויסער בארד הייבט אן פארזאגן א סיום און זיינע חברים (מענטשן פרעסער אין פילן זין פון ווארט מענטשן-פרעסער) זיצן ארום דעם טיש, ווען ער הייבט אן רעדן אנטדעקט איינער אז די גמרא איז ליידיג, דער עולם טראסקעט אראפ די גאפלעך ביז דער איש בשורה זאגט אז מען קען ווייטער עסן ווייל אלס איז פארעווע...

דאס איז שוין אין צוגאב וואס אין א צווייטע גרויליגע קליפ(ה) האט איינער פובליצירט אז מיר האבן ניין טעג צו אפמאכן וואס מיר ווילן נעמען אין די רעסטוראנט..

פעכי! עס איז א נידריגקייט און א סארט אומוואוסנדע וועג פון ארונטערייסן את כל הקודש לנו, וועמען טארגעטן די מארקעטערס? איך האב נאר איין מליצה ישרה אז דער מארקעטער פון די קליפס איז א בחור אונטער די צוואנציג וואס ווייסט נישט ווי די וועלט האט זיך אנגעהויבן, און נאך א זאך וואס שטערט מיר זענען די קונים, זאג מיר ר' יוד עס איז דיר ממש אזוי שווער זיך איינצוהאלטן פון פרעסן פאר איין נישטיגע וואך? און אויב יא קענסטו נישט עסן ביי זיך אינדערהיים? מוזט עס מאכן פובליק אז משה נעכסבוים קען זיך נישט איינהאלטן פון עסן פלייש? גראבע אוממאראלישע מענטשן, כ'שעם זיך מיט ענק מיינע ברידער... איר זענט אן אומערצויגן פראקציע אינעם יודישן פאלק.

משיח קום שוין! ס'בושות וחרפות.

איך מיין אזא תגובה וועט אפי' נישט פרידן עפראווען, אפי' די קליפ וואס דו שרייבסט איז טאקע גרויליג, שרייבט מען נישט אזוי.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 12, 2019 10:18 am
דורך קענדי'ס
איך פאשטיי באמת נישט ענקער פראבלעם
די אלע קליפס זענען קלאר לצורך פרנסה