ל'אופס משפחת ה'אופס'י (Oops, איי'ם סארי...)

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

ל'אופס משפחת ה'אופס'י (Oops, איי'ם סארי...)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

‏די אלטימעט "אופס" געשיכטע

מארטש 23, 1984.

דער מעדיקל עקזעמינער האט נארוואס ערהאלטן די גוף פון א נפטר מיטן נאמען 'ראנאלד אופס'. נאך א אינטערזיכונג האט דער עקזעמינער באריכטעט אז דער בר מינן איז אומגעקומען פון א שאס אין קאפ‏.
א מארד (האמעסייד).

די פראבלעם איז אבער געווען אז די אינפארמאציע וועלכע דער מעדיקל עקזעמינער האט ערהאלטן לכתחילה האט באריכטעט אז מיסטער אופס איז געשפרינגן צו זיין טויט פון א 10 שטאקיגע געביידע. - דהיינו, די רעדע איז גא פון א "זעלבסמארד‏" (סוסייד).
דאס האט מצען געוואוסט דורך דעם וואס מיסטער אופס האט איבערגעלאזט א זעלבסמארד צעטל מיט זיין כוונה און זיין אקט.‏

שטעלט זיך די פראגע, וויאזוי קומט דאס אז ער איז למעשה געשטארבן דורך א שאס?

אויפדעם האט די אינוועסטיגעשען געענטפערט אז דורכפאלענדיג די 9'טע שטאק איז מיסטער אופס'ס לעבן ‏"געשטערט געווארן" דורך א קויל וועלכעס איז ארויסגעפלויגן פון די פענסטער פון א דירה אויף די ניינטע שטאק, און די קויל האט אומווילענדיגערהייט אומגעברענגט מיסטער אופס... 

#אופס... דאס מיינט אז יעצט איז די קעיס צוריק געווארן א 'מארד' (האמעסייד) קעיס...

‏די פראבלעם?!  

די פראבלעם איז, ווייל על פי דיני דמלכותא, ווען א פארשוין באשליסט, און טוט א אקט פון באגיין זעלבסמארד, דאן איז נישט קיין חילוק וויאזוי ער קומט 'בפועל' אום. דהיינו, אין די פאל אין וועלכע מיסטער אופס איז געשפרינגען צו זעלבסמארד, אבער איז למעשה אומגעקומען ‏נישט ווי ער האט געוואלט נאר דורך א צווייטע אופן, דורך א קויל אין קאפ, מיטדעם אלעם ווערט די אורזאך פונעם טויט נאכאלס פארצייכענט אלס א 'זעלבסמארד' און נישט אלס א 'האמעסייד'

אופס....‏

אבער איין מינוט! ס'נאכנישט פארטיג. (אוטש!)‏

סאו האלט מיר דערווייל אז ס'איז יא א 'סוסייד'.‏

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט נאך מער גרינטליכע אויספארשונגען אז די בילדינג האט פארמאגט א 'סעיפטי נעץ' ביי די אכטע שטאק וועלכע מען האט אויסגעשפרייט צו פארזיכערען די רייניגער פון בנין, און נישט מיסטער אופס, און נישט דער וואס האט אים געשאסן האבן געוואוסט אז ס'איז פארהאן די סעיפטי נעץ

אופס....

וואס מיינט די נייע אינפאו?

די נייע אינפארמאציע באדייט אז צוליב די סעפטי נעץ איז 99 פראצענט זיכער אז מיסטער אופס וואלט איבערגעלעבט זיין שפרינג און ער וואלט נישט געווען סוקסעספול מיטן אויספירן זיין זעלבסמארד פלאן‏. און דאס מיינט, אז הגם טאקע ווי פריער געשריבן אז אויב איינער באשלוסט צו באגיין זעלבסמארד איז נישט קיין נפקא מינא צו ער איז למעשה אומגעקומען‏ לויט ווי ער האט גערעכענט אדער דורך א אנדערע אופן, און די טויט ווערט פארצייכענט אלס 'סוסייד', אבער דא, צוליב די פאקט אז מיסטער אופס וואלט בכלל נישט אומגעקומען דורך זיין פעולה, צוליב די סעיפטי נעט וואס וואלט אום געכאפט, דאס האט געמאכט אז די מעדיקל עקזעמינער זאל צוריק טוישן און יא אנרופן די טויט א 'האמעסייד' (א מארד) און נישט קיין סוסייד!.

אופס.....

און איר מיינט אודאי אז דא האט זיך עס גענדיגט?! א מכה! ‏
חא חא! ווארט נאר ווארט... די מעשה גייט נאך ווייטער!

זיך דערגרינטעווענדיג טיפער אין די נושא, האבן די נאכפאלגענדע אויספארשונגען געצייגט אז די דירה אויף די ניינטע שטאק פון וואנעט די קויל וועלכעס האט דערמארדעט מיסטער אופס איז געקומען באלאנגט צו א עלטערע פארפאלק, און דער האזבענד האט בשעת מעשה געצילט דעם רעוואלווער צו זיין כנגדו אינמיטען א העפטיגע געפעכט (וואזשע דען זאלן זיי טון אויף דער עלטער חוץ זיך קריגן?!...)‏, און מחמת גרויס אויפרעגונג האט ער נישט געקענט באלאנצירען זיין האנט שלעפענדיג די צינגל, און דעריבער ווען ער האט געשלעפט די צינגל פונעם רעוואלווער האט זיך די קויל פארקירעועט און ארויסגעשאסן פון פענסטער (אנשטאט אין זיי כנגדו אריין) און אוועקגע'פטר'ט מיסטער אופס'ן.....

אופס...‏

יעצט אזוי.
ווען איינער צילט צו הרג'נען ראובן און ער האט 'בטעות' גע'הרג'עט שמעון, איז ער נאך אלס שולדיג אינעם מארד פון שמעון! - ‏סאו דער אלטער, וויבאלד ער האט געצילט אויף זיין שווענצעלע איז ער יעצט געווארן דער שולדיגער אינעם טויט פון מיסטער 'אופס' אפילו ער האט בכלל נישט געוואלט הרג'נען מיסטער אופס.

#אופס!!‏

‏ווען די אלטע  האבן געהערט אז זיי ווערען באשולדיגט אינעם מארד, האבן זיי ביידע געשריגן אויף די העכסטע אלטע טענער אז דאס איז בכלל נישט ריכטיג! אמער, קיינע פון זיי צוויי האבן נישט געוואוסט אז די גאן פארמאגט קוילן! ‏

ווי ס'האט זיך ארויסגעשטעלט האט דער אלטער פארמאגט אזא 'האבי' וועלכעס גייט שוין צוריק יארן, אין וועלכע ער פלעגט סטראשענען ס'רעבעצין זיינע מיט א "ליידיגע גאן" ‏און עס צילן אויף איר, און די יעצטיגע פאל איז נישט געווען אנדערש. ער האט נישט געוואוסט אז די גאן זאל האבן קוילן דערינען!

אופס!‏

סאו, אז דער אלטער האט נישט געהאט קיין כוונה צו הרג'נען בכלל,‏ איז ער דאך נישט קיין מערדער,  מאכט דאס די טויט פון מיסטער אופס איז אויב אזוי א ווירקליכע "עקסידענט", דהיינו, די גאן האט "בטעות" פארמאגט קוילן דערינען.


אבער ווייטערדיגע אויספארשונגען האט אנדעקט עדות וועלכע האבן געזעהן אז די זוהן פון די פארפאלק איז געזען געווארן אנפילענדיג די גאן מיט לעבעדיגע קוילן געציילטע וואכן איידער די פאטאלע עקסידענט האט פאסירט.

#אופס... (אוטש)...‏

די אויספארשונג האט ווייטער געטראפן אז דער זוהן האט געהאט לעצטענס א געפעכט מיט די מוטער זיינע צוליב וואס זי האט אים נישט געלאזט אויספאטשקענען געלט, און וויסענדיג פון זיין פאטערס רייץ און האבי צו פאכענען די גאן פאר מאמי האט ער במזיד אריינגעשטעלט אפאר קוילן האפענדיג אז איין טאג בשעת ס'וועט פארקומען א ויתרוצצו צווישן די‏ עלטערען וועט דער אלטער שלעפן דעם צינגל און ס'וועט פאסירן.....‏

מיט די פרישע אויפדעקונג האט מצען יעצט 'צוריקגעטוישט' די קעיס צו א 'מארד קלאגע' אויפן זוהן בשיכות מיטן טויט פון מיסטער אופס.....‏

און דא קומט די גרעסטע "אופס" פון די גאנצע געשיכטע....!

נאכן אויפזוכן דעם זוהן האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער זוהן - ראנאלד אופס - איז געווארן זייער נערוועז און דערפרעסט זעהנדיג אז זיין פלאן צו הרג'נען די מוטער דורכ'ן פאטער ארבייט זיך נישט אויס‏, ס'נעמט שוין צופיל צייט. איז ער מארטש 23 1984 אין גרויס יאוש ארויף אויפן דאך פון די 10 שטאקיגע געביידע מיטן ציל צו 'יורד זיין לחייו" נאר צו ווערען דערשאסן מיטן גאן פון די ניינטע שטאק....

אופס!!!!!!!....

הה"ד: "לאופס משפחת האופסי. ומפרשינן - אופס, איי'ם סארי....."

נ.ב.. דער מעדיקעל עקזעמינער האט פארצייכענט די מארד אורזאך - זעלבסמארד. 

#על דאט-פעך אטפעך. וסוף הכבד לבוא חמת.

שנשמע ונתבשר בשורות טובות. ‏
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

שמאטי שמאטי שמאטי... אופס אמעסארי!
געשטימט פאר ראשעק הול
קליינקעפיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 441
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קליינקעפיק »

WOW
יקיש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 7:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקיש »

ווי האט מען עם געלייגט?
אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1853
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילעך אידל »

;l;p- ;l;p- ;l;p- :lol:

איך דארף מער גארנישט צילייגן... (חוץ אפשר נאך א שמייכל...)
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
יקיש
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 7:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יקיש »

און דאנקען די באשעפער אז דיין טאטע מאמע וואוינט נישט אויפן ניינטן שטאק!
אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כא כא כא »

:grin: :smile: :lol: :P
ביסט אזא צוריסענע שמאטע.......
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר
איך לאך
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך לאך »

לשמאטי משפחת השמאטי..ללאכי משפחת הלאכי...

טיס מען איז אנריעל
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איך בין נישט אזא למדן. איך האב נישט געקענט מטהאלטן די גאנצע שיעור...

עפעס דערמאנט עס מיר א בריסקע תורה איבער די טאכטער פון המן. זרק חץ וכו'...
ניק נקי
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 11:23 pm
לאקאציע: ביי קריעת ים סוף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק נקי »

וואס דיר פאלט נאר נישט ביי????!!

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

בקיצור ס'איז נישט א פשוטע זאך צו באגיין זעלבס מארד, נ'וואדע נישט אין שמאטע'ס בילדינג.
אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5021
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משהזוךמיר »

WOW! אן עכטער בצל כוואפאפעיכו ארטיקל!! פיין געלאכט..

שמאטע האט געשריבן:די פראבלעם איז, ווייל על פי דיני דמלכותא, ווען א פארשוין באשליסט, און טוט א אקט פון באגיין זעלבסמארד, דאן איז נישט קיין חילוק וויאזוי ער קומט 'בפועל' אום. דהיינו, אין די פאל אין וועלכע מיסטער אופס איז געשפרינגען צו זעלבסמארד, אבער איז למעשה אומגעקומען ‏נישט ווי ער האט געוואלט נאר דורך א צווייטע אופן, דורך א קויל אין קאפ, מיטדעם אלעם ווערט די אורזאך פונעם טויט נאכאלס פארצייכענט אלס א 'זעלבסמארד' און נישט אלס א 'האמעסייד'

די זעלבע איז להלכה (עכ"פ אין דעם פאל ווי ער איז געשפרינגען צו זיין טויט און איז דער'הרג'עט געווארן אינצווישן) וויבאלד זרק חפץ מראש הגג ובא אחר ושברו במקל פטור וויבאלד מנא תבירא תבר (ריש כיצד הרגל).

זעה איך אז איינער ערווענט שוין די נושא:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך בין נישט אזא למדן. איך האב נישט געקענט מטהאלטן די גאנצע שיעור...

עפעס דערמאנט עס מיר א בריסקע תורה איבער די טאכטער פון המן. זרק חץ וכו'...

דער בריסקער תורה לויפט אזוי: אין פסוק שטייט והמן נדחף אל ביתו אבל וחפו ראש. זאגט די גמ' אין מגילה אבל על בתו וואס איז ארויסגעשפרינגען פון פענסטער, וחפו ראש ווייל זי האט אים באגאסן מיט מיסט.
איז דאך שווער, אויב אזוי וואלט געדארפט שטיין חפו ראש ואבל, אמער זי האט אים דאך קודם באגאסן (מיינענדיג אז ס'איז מרדכי) און דערנאך ארויסגעשפרינגען?
איז דער תי', ווייל אויף די גמ' ב"ק הנ"ל זאגט תוס' אז דוקא זרק כלי מראש הגג זאגט מען מנא תבירא תבר וויבאלד ער האט געטון א פעולה אינ'ם חפץ. משא"כ זרק חץ פונ'ם דאך אויף א כלי אויף דער ערד און איינער האט עס צובראכן אינצווישן איז ער יא חייב, וויבאלד למעשה אינ'ם כלי האט איז נאכנישט געטון געווארן קיין שום פעולה, כאטש וואס די כלי וואלט פוקט אזוי צובראכן געווארן ווי ביי זרק די כלי אליינס.

אויב אזוי איז זייער פשוט. די מעשה איז געווען אז זי האט געכאפט אז ס'איז המן נאך פאר די מיסט האט אים אנגעטראפן, און איז תיכף ארויסגעשפרינגען. אין יענע רגע ווען ביידע זענען געפלויגן איז המן שוין געווען אבל, ווייל היות זי איז אליינס ארויסגעשפרינגען זאגט מען אז זי איז שוין א מנא תבירא אזויווי זרק כלי, ממילא הייסט זי שוין טויט. אבער חפו ראש איז ער ערשט געווארן ווען די מיסט האט געלאנדעט אויף אים, וויבאלד דאס איז שוין זרק חץ....
Get your facts first, then you can distort them as you please.
אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 970
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2010 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברותה »

אופס.. וואס דער ווארפט דא צאם. ;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32534
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

נישט אומזינסט זינגט גרויזי אויף זיין נייע סידי "שמאטי, שמאטי את אופ'סיתך" און ביי איין פאל שרייטער אפאר מאל אין איין צי "שמאטי שמאטי שמאאאאטי"...

#בצל כוואפאפעיכו עט היז בעסט!
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9234
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

ווי האט מען געטראפן מר אופס, אין די נעץ אדער אויף דער ערד?
עפעס שטימט נישט דא
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

וואס א מעשה! וואוו!! לומדות געמישט מיט היומער מיט דראמא. #בצל כוואפפע שאו!

טענק יו מר. שמאטי
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

סארא מעשה! סארא קעפל! סארא שפראך! געוואלד!!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

כ'האב געזעהן ס' שטייט שמאטע פונדרויסן בין איך שנעל אריינגעלאפן... שטארק הנאה געהאט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

;l;p- ;l;p- שמאטע גאר גוט
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
פינחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 20, 2017 12:03 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינחס »

:lol: זייער גיט הנאה געהאט
מושך חסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מושך חסד »

יויש איז דער..... כאניש קיין ווארט
איין פראבלעם האב איך מיט דיינע מאסעס, איך ווייס נישט ווען צו גלייבן, מ'דארף איינפירן אז פאר יעדע ארטיקל פון דיין צייטונג זאל שטיין 'אמת'ע מאסע', אדער 'פעליטאן' (מ'נוצט נאך די ווארט? כאבעם שוין לאנג נישט געזען) אדער 'באזירט אויף אביסל אמת'ע פאקטן'. דא אבער ווייס איך נישט, אפשר 'באזירט אויף א געבאקענע מעשה'
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

מושך חסד האט געשריבן:יויש איז דער..... כאניש קיין ווארט
איין פראבלעם האב איך מיט דיינע מאסעס, איך ווייס נישט ווען צו גלייבן, מ'דארף איינפירן אז פאר יעדע ארטיקל פון דיין צייטונג זאל שטיין 'אמת'ע מאסע', אדער 'פעליטאן' (מ'נוצט נאך די ווארט? כאבעם שוין לאנג נישט געזען) אדער 'באזירט אויף אביסל אמת'ע פאקטן'. דא אבער ווייס איך נישט, אפשר 'באזירט אויף א געבאקענע מעשה'

נעה, די מעשה איז א אמת'ע געבאקענע מעשה....

האיך יתקימו שניהם??
זעה דא.
Ronald Opus is the subject of a fictional murder case, often misreported as a true story.

The case was originally told by Don Harper Mills, then president of the American Academy of Forensic Sciences, in a speech at a banquet in 1987. After it began to circulate on the internet as a factual story and attained the status of urban legend, Mills stated that he made it up as an illustrative anecdote "to show how different legal consequences can follow each twist in a homicide inquiry"
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
אוועטאר
קאטשקע
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 1:40 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע »

איך האלט אז עס איז יא א האמעסייד אומדירעקט פון ראנעלד און עס קומט טויט שטראף פארן מערדער...
אלינפאלס :lol: :lol: :lol:
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

יוש שמאטע..... אלעס האט א מאס, לאז אטעמען.... כהער נישט אויף צו לאכן.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”