זיסע זכרונות פון דער אלטער היים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זארעכפעפער
שר האלפיים
תגובות: 2167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 2:28 pm

זיסע זכרונות פון דער אלטער היים

תגובהדורך זארעכפעפער » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 3:16 pm

שאלעם צו אייך מיינע טייערע אלטע מיטגלידער.

א גוטן כוידעש אייך.

ווי דער שטייגער פלעגט זיין, נאך פאר יארן צוריק, ביי אונז אין דער אלטער היים, אין אונזער אלט דערפעלע הייד-פארק, בעת עס האבן זיך דערנענטערט די פארכטיגע טעג, די מאנאטן פון אלול און תשרי, פלעגן מיר דאן, אלס דאיען, באקומען אן איינלאדונג פון די ארטיגע דעמאלטדיגע ראשי הקהלה אויפצוטרעטן מיט א דרשה לכבוד די בעפארשטייענדיגע טעג אין וואס דער כלל ישראל טרעט נארוואס איצט אריין.

ואכן מה נהדר הי' המראה, בעת דער אלטער דאיען, א קאחפלאטרע זאל זיין דאס געלעגער זיינע, פלעגט זיך דאן אונטערגארטלען זיינע לענדן און אפגאלן א דרשה מטלזע טאם וועטויכן.

אייגנטליך פלעגט זיך שוין אנהויבן די גרייטונגען צו די הייליגע טעג, ביי אונז אין דערהיים אין הייד פארק, שוין אזוי פרי ווי כאמישאסערבעאוו. אונזער אלטער קרעטשמער איז שוין פון דעם טאג אן ארומגעגאנגען מיט אן אראפגעלאזט נאז, די געדערעם זיינע האבן אים שוין געגרידזשעט. איינמאל באגעגענענדיג דעם אלטן קרעשטמער אין איינע פון די טעג, בעת ווען פון זיין געזיכט האט ארויסגעשריגן פארכטיקייט און צובראכנקייט, האבן מיר דאן געשפירט פאר א פליכט אביסל צו שטארקן דעם אלטן קרעטשמער, מיר האבן זיך טאקע נישט געפוילט, אונטערגעגארטלט און אים א קלאפ געטוהן אויף די פלייצע, און פארשטייט זיך מיר האבן אים נישט צוריה געלאזט ביז דער שטענדיגער שמייכל זיינע האט זיך צוריק אויסגעגאסן אויף זיין געזיכט. בארכאשעם פאר דעם.

נעוואדע, געוויס איז וויכטיג צו נאטירן, אזוי זייטיגווייס, דאס אומפארגעסלעכע איינלאדונג וואס דער כאשעווער דאיען האט אינעם פארגאנגענעם יאר באקומען דעם פופצנטן אין אטוו. די ראשעקעהילע פון דארף האבן דאן פארבעטן דעם דאיען אויף אפאר ווערטער לעקאוועד דעם געהויבנעם טאג, און ווי פארשטענדלעך איז דער דאיען מיט זיינע גאלדענע מידעס דאן נעתר געווארן לבקשתם, און האט דאן אויפגעטראטן מיט אינהאלטסרייכבארע רעדע, אזש אז ס'געווען ממש... (דא גיט דער אלטער דאיען אייך א געלעגנהייט אליין אריינצופילן אייערע יעמאלט'דיגע געפילן...).

אצינד ווען דער קיילאכדיגער יאר רעדל האט זיך א דריי געטוהן, און מיר שטייען שוין ווידער ביים איינגאנג פון אט די טעג, און מיר דערמאנען זיך דאס פאריעריגע, טוט דאס הארץ פשוט קוועלן פאר פרייד און גליק, דאס מיר האבן געגרייכט צו אונזער איצטיגן שטאפל.

דאס הארץ קוועלט, דאס הארץ איז אפן, גוט אויפגעלייגט, ואלו דברים שאדם אוכל פירותיהם בעולם הזה. אז מיר טוען זיך א קוק אויף צוריק - נאך א צייט אפשניט פון אנוועזנהייט - און מען זעט ווי אונטערן נעסיעס קוידעש פונעם נייעם דאיען, האט זיך די קעהילע צושפרייט און צוזייט אין אלע אירע פינות און ווינקלען, זינגט זיך ווי פון זיך אליין ארויס א לויב-זמר'ל פון מויל.

זייענדיג אויף א באזוך דא אין די נייעם מדינה, ווי די חשובע ראשי קהלה האבן מיט שווייס און בלוט און מסירעס נעיפעש מאמעש איבערגעפלאנצט דאס קרעטשמעלע אין דעם טריפענעם אינטערנעט, בע-עירעטס לאוי זעריעה, זענען אין אונז פארלאפן געדאנקען און זכרונות פון די אלטע גוטע צייטן פון אמאל, בעת מיר זענען געזעצן צוזאמען אין דער אלטער היים און פארברענגט ביקדישע וועטארע. איי, וואו נעמט מען די צייטן פון אמאל...

מיר טראכטן און טראכטן, פארשידנארטיגע געדאנקען קומען אונז אויף אויפן געדאנק, וואס קענען מיר אצינד איבערגעבן פארן נייעם אינגן דור, וואס האט שוין ליידער נישט זאויכע געווען אויפצו-וואקסן אין דער אלטער היים? וואס קענען מיר זיי דערציילן? אוי דאס אינגער דור וואס איז שוין ליידער אויפגעוואקסן אינאיינעם מיט די לוקסוס פון די נייע היגע מדינה, איי וואס ווייסן זיי? וואס וועט זיין מיט זיי?

אט פארלויפט אונז א געדאנק, אז מיר וועלן זיי איבערגעבן וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזער פריערדיגע, און דערמיט וועלן זיי מעגליך האבן א שטיקל באגריף פון אונזער אלטער היים, ווי אזוי מיר האבן אויסגעניצט די טעג און וואכן, ספעציעל אין דעם לעצטן מאנאט פון יאר.

מורי ורבותי, טייערע אלטע גוטע פריינד.
ס'באקאנט דאס משל, וואס צדיקים פלעגן ניצן אינעם 'גרויסן הילפ'ס טאג', וועלכער ווערט גערופן 'הושענא רבה'. דער משל מיטן קעניג, וועלכער האט זיך געראכטן אפצושטאטן זיין קעניגליכן באזוך אין די שטאט, און דערביי איז געמאלדן געווארן אז דער קעניג וועט פארבלייבן און זיך אויפהאלטן אין די שטאט אויף א לענגערע וויילע, בכדי זיך אביסל נענטער צו באקענען מיט די שטאטס לייט און אירע איינוואוינער. דער גרויסער קעניג, זייענדיג א גוטער, האט שוין דרייסיג טאג איידער'ן באזוך געשיקט שליחים און געלאזט מעלדן פאר די שטאט, אז אין די וואכן פון זיין באזוך אין די שטאט וועלן זיינע טויערן און טירן זיין אפן פאר יעדן אורחי פרחי; פאר יעדן פארבייגייער, קיין חילוק זיין אויסזען, זיין קליידונג, זיין געטריישאפט, עס וועט קיין אויסנאם זיין!, יעדער איינציגער אן קיין אינטערשיד וועט אריינגעלאזט ווערן צום קעניג.

איבריג צו זאגן, אין די גאנצע שטאט און אין אלע דערפלעך ארום, ווי נאר מען האט דערהערט די פריידיגע מעלדונג אז דער קעניג ריכט זיך אפצושטאטן זיין קעניגליכע באזוך, האט מען זיך באלד אנגעהויבן גרייטן. מען האט באלד אנגעהויבן צו מאכן די נויטיגע איינרישונגען, די נויטיגע הכנות, בכדי צו זיין גרייט אויפצונעמען דעם קעניג ווי עס פאסט. די פלייסיגע און קליגערע לייט האבן זיך באלד גענומען צו דער עבודה, זיי האבן אנגעהויבן אויפצורוימען זייערע שטיבער, איר אויסצורייניגן פון יעדן סארט שמוצ'ל וואס נאר פארהאן, זיי האבן זיך שוין אנגעהויבן מסדר צו זיין זייערע פאלאנגען וואס עס דריקט זיי, בכדי אז ווען דער קעניג וועט שוין זיין אין דער שטאט זאלן זיי נישט דארפן דאן זיין פארנומען מיט'ן זויבערן און רייניגן, נאר זיי זאלן שוין דאן זיין אויסגעזויבערט און גרייט צו קענען אריינגיין רעדן צום קעניג, אן קיין שטאלפערניש און צומישעניש.

רבותי, היינט אי-עס!
היינט זענען שוין אנגעקומען די שליחים פון קעניג און געמאלדן די פרייליכע מעלדונג, אז דער עולם זאל זיך מאכן גרייט, ווייל ביז פיר וואכן וועלן מיר זוכה זיין אז דער קעניג וועט אפשטאטן א באזוך ביי אונז אין שטאט, ווי ער וועט זיך אויפהאלטן אויף עטליכע וואכן. לאמיר נישט זיין קיין צועק לשעבר. לאמיר נישט דארפן שרייען שאחנעראחבע בעת דער קעניג געזעגנט זיך שוין פון דער שטאט, אי מלכא אנא וכו'.

זאל אייך דער אויבערשטער העלפן, איר זאלט אלע זוכה זיין צו א זיס לעכטיג יאר, און מארכעוו זיין די געווילע קעדישע אל דעירך האיאשן ווהאמקיבל. ביי.

דא גיט דער אלטער דאיען איבער דאס ווארט, פארן חשובן אמטירנדן דאיען אייערער, זאל פארענדיגן מיינע רייד, ווייל די קויכעס לאזן זיך מיר שוין אויס. איך בין שוין אלט און שוין פאר א לאנגע צייט נישט געוואוינט צו זאגן זוינע לאנגע רעדעס.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 3:32 pm

( ס'איז נאר בדרך אגב, איך וויל באמת נישט פארדרייען דעם אשכול, נכתב משום הרואה ) איך ווייס נישט צו מען זאל מאכן אן עקסטערן אשכול פאר קאמענטס, צו נישט, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, ( משום טעם הכמוס וידוע ) די אויגן זענען נאך נאס, די טישוס נאך נישט אויסגעטרוקנט, דאס ספר וואס איז פונקט געווען אויפגעמישט, נאך פארקלעפט פון פאכטקייט, פון דאס התעוררות וואס דא האט זיך אפגעטוהן בשעת דער אלטער דיין האט זיך געלאזט הערן נאך אזא לאנגע אפוועזנהייט, מיר טוען זיך באדאנקען פאר די טייערע ווערטער וואס זענען געווען יוצאים מן הלב, און ס'וועט אוודאי זיין נכנסים אל הלב, מ'בעט דעם חשובן עולם זיך צו האלטן רואיג, איך גלייב אז ס'וועלן נאך ארויף קומען נאך אפאר רעדנער דא, ששששששששששש.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 4:06 pm

א פארכט א שרעק הערשט אין דעם גאנצן ארום, ראבויסיי יא! איר האט זויכע געווען אזש דער אלטער דאיען זעכיסוי יאגיין אלייני, סיקומט מיר שווער אן ארויסצוזאגן זיין נאמען פון מויל איז אראפגעקומען פון די אויבערשטע הימלען אונז מחזק זיין אין די זעלביגע צייט אונז מעורר זיין אויף די קומענדיגע פארכטיגע טעג, וואס מיר וועלן שוין באלד הערן פון אונזער דאיען וואס איז בחיים אתנו, די גרויסקייט פון אט די טעג. אלזא ראבויסיי לאמיר אפגעבן א שעוואח און הוידאעה פאר דעם רבון כל העולמים, כי לא יטוש ה' את עמו, אז מיר האבן געהאט די געוואלדיגע זכי', איך זאג אייך נאכאמאל, די הענט טרייסלען, די (געלע) צאן האקן איינס אויף די אנדערע, די מויל איז פארטרונקט, די אויגן נאס, די נאז רינט, די קאפ איז צופיקעוועט, פון גרויס איבעראשונג. לאמיר האפן אז דער אלטער דאיען וועט אפטער אונז מחי' און מחזק זיין, מיר זאלן טאקען גיין בדעירך האיאשן ווהאמקיבל, אזוי ווי ער דרוקט זיך אויס אין זיינע ווערטער. שפעטער וועלן מיר האבן די זכי' צו הערן די פערל ווערטער פון דעם כאשיוון דאיען, כמצווה בידו פון דעם אלטן דאיען נישמאסוי איידען.

אוועטאר
התאחדות
דומ"ץ דקהלתינו
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2006 5:35 pm
לאקאציע: אין בעסדין שטיבל

תגובהדורך התאחדות » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2006 5:32 pm

בס"ד
מוריי ועראבויסיי, די קול שטיקט מיר, כ'קען זיך נישט צוזאמענעמען, כ'בין נאך טיף טיף אונטער'ן רושם פון די דרשה פון דעם אלט-דאיען, וואס האט מיט זיינע דברים כדרבונות, דברים חוצבים, וכו' וכו', אויפגעשוידערט יעדן רעכטדענקענדיגן מענטש, אז סיז נאו מאנקי ביזנעס עני מאר, איטס אבאוט טיים טו דו דע טשיווע פראסעס, מיר האט דער אלטער דאיען באויפטראגט צו רעדן און ממשיך זיין די געהויבענע דרשה זיינע, חייב אדם לשמוע בדברי חכמים, ממילא עליך זאגן מה שבלבי, וואס כאב געלערנט מפי ספרים וסופרים איבער די גרויסקייט פון די טעג.

ס'דערקענט זיך טאקען אויף די אויסגעוויינטע אויגן פון דעם ציבור, אז דבריו עשו רושם למעלה, דער עולם איז צוטרייסלט, יעדער קלערט צו זיך אריין, באיזה פנים ניעול קדם מלכא, מיט וואס פאר א פנים שטעלן מיר זיך צו דעם יום הדין והנורא, צדיקים זאגן אז א איד מיט די קלענסטע עבירה, וואס דאס איז אפילו נאר א הרהור אנדערש פון וואס גאט לאזט אונז טראכטן, זענען מיר פון יענע סעקונדע אן מער נישט פארזיכערט מיט קיין שום זאך, מיהאמיר שוין נישט קיין זכות קיום, פון יעמאלט און ווייטער איז אלעס אלעס נאר א חסד חינם פון די העכסטע פלאץ וואס איז נאר שייך, וואס דאס איז תשובה קדמה לעולם.

תשובה קדמה לעולם, זאגן שוין די ספרים, צו וואס האט דאס דען אויסגעפעלט מ'העטן דאך ווען געקענט באשאפן תשובה נאך וואס מ'זינדיגט?, נאר דער גאט פון דער וועלט וואס רחמיו על כל מעשיו, וואס האט געשוואוירן כביכול חי אני נאום ה' כי לא אחפוץ במות המת כי אם בשובו מדרכו וחי', ער האט דאך געוואוסט פון פאראויס, אין צדיק בארץ אשר יעשה טוב ולא יחטא, אבער דאך איז ער דאך רוצה מאוד בהעולם, ער וויל ארויסשרייען זיין גוטס און זיין רחמנות אויף די וועלט, אויף די אידן וואס די גאנצע וועלט איז באשאפן געווארן צוליב זיי, האט ער באשאפן תשובה פאר די וועלט, ער האט דאס מקדים געווען פון פראנאויס, אז מיר אידעלעך, יעדערער באשר הוא שם זאל קענען האבן א זכות קיום.

פרעגן דאך אלע נו וויאזוי טוט מען טאקען תשובה, די ערשטע גדרים פון תשובה איז דאך פשוט און באקאנט, מ'דארף זיך מקבל זיין אז מ'זאל מער נישט זינדיגן, אגב דאס איז דאך דער עיקר בחירה, אבער כ'וועל נישט אריינגיין אין דעם איצטערט. אבער דאס איז זיכער אז מ'דארף סיי מקבל זיין אויף להבא און חרטה האבן אויף לשעבר, ווער קען דען זאגן דא ראבויסיי אז מ'האט חרטה אויף'ן עבר? וויי געוואלד, ליידער האט דער בע"ד אונז אזוי פארטעמפט די חושים, אז קוים האלט מען אז מ'האט געזינדיגט, ווער רעדט נאך פון חרטה האבן, ווער טראכט דעם ביי זיך סיז מיר נישט גוט ווען איך זינדיג, ואני קרבת אלוקים לי טוב, נאר דעמאלט איז מיר גוט אויף ביידע וועלטן ווען איך טוה דעם רצון פון השם יתברך? אבער מ'דארף דאך דאס נעמן אין באטראכט, אז דאס איז פון די ערשטע חלקים פון תשובה, און פארשטייט זיך אז נאר נאך א ריכטיגע חרטה קען מען מאכן א קבלה לעתיד, עד שיעיד עליו יודע תעלומות שלא ישיב לאיוולתו.

ראבויסיי כ'קוק מיר אליינס אן איך קלער ווער ביניך צו זאגן מוסר פאר דעם חשוב'ן ציבור, ווייסעך דען אפילו ווי דער עולם מוטשעט זיך דא ארום מיט דעם בעל דבר? נאר אויף אזויפיל וויפיל דער לעצטער נביא ביי כלל ישראל, מלאכי, האט געזאגט, אז נדברו יראי ה' איש את רעהו אז מ'זאל זיך דורכרעדן איינער מיטן צווייטן, זיך מעורר זיין אז מ'דארף זיך צוריק דערנענטערן צו איהם, ויקשב ה' וישמע ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה' ולחושבי שמו, השי"ת וועט זיך צו דעם צוהערן, און פארשרייבן, נאך מער זאגט אויף דעם דער נביא ווייטער, אז דער באשעפער זאגט: והיו לי אמר ה' צבאות ליום אשר אני עשה סגולה וחמלתי עליהם כאשר יחמל איש על בנו העבד אתו, אז דער באשעפער וועט זיך דערבארעמען אויף אונז און אויף אונז רחמנות האבן כאשר יחמול איש על בנו העובד אותו, אז צום סוף אפילו מ'קענען מיר נישט אליינ'ס מיר זענען אין אזא ארים דור, נישט דא קיין מוכיחים נישט דא קיין מגידים, אבער אויב טוט מען כאטש וואס מ'קען מיט א ערענסקייט, מיט אביסל אן אמת, וועט ער אונז ביים סוף נישט אנטוישן, און ער וועט אויף אונז רחמנות האבן ווי א טאטע אויף זיין קינד.

ממילא רעד איך זיך דא דורך מיט אייך מיינע טייערע ברודער, לאמיר זיך אנכאפן אין דעם געהויבענעם זמן, אזוי ווי דער אלטער דאיען האט שוין ערווענט די משל, אז דער מלך קומט אין שטאט, לאמיר נישט ווארטן אויף די לעצטע מינוט, לאמרי זיך אנכאפן אין איהם בעוד מועד, און איהם אויסהערן, איהם פרעגן וויאזוי מיר זאלן זיך פירן, נישט זיך לאזן פירן פון די אייגענע קאפ, נאר זיך לאזן פירן פון איהם, און אויב ער זאגט אז סיז נישט גוט צו זינדיגן, איז דאך דאס טאקע נישט גוט, ער האט דאך געמאכט די בלו-פרינט פון די וועלט, יעדער וויל דאך האבן אלעס גוטס אויף די וועלט, אוי וויפיל אידן מוטשען זיך נעבעך מיט פרנסה, מיט געזונט, די הארץ ווערט צוגאנגען פון אזויפיל אינגע קול'כלעך וואס זאגן קדיש, יעדער וויל זיך אויסבעטן א גוט זיס לעכטיג יאר, איז לאמרי גיין צום מקור, לאמיר פרעגן דעם רבונו של עולם וואס גוט איז? וויאזוי קען אונז גוט זיין, אין זיין הייליגע תורה שטייט דאך אלדינגס, מ'דארף נישט אנקומען צו קיין נייע ערפינדונגן, לאמיר צוריק גיין צו דעם אלטן באשעפער, און אזוי אמת'דיג חרטה האבן אויף אונזער אלטן וועג, און זיך מקבל זיין באמת מהיום והלאה נישט מער צו טוהן קייגן זיין רצון, נאר עוסק זיין במצוה ומעשים טובים, פארמערן אין לימוד התורה, כ'דארף דאך אייך נישט צו זאגן, יעדער אינגערמאן דארף האבן א שיעור קבוע, צופרי און ביינאכט, חוק ולא יעבור, יעצט האט זיך שוין אנגעהויבן די טעג פון אלול, וואס צדיקים האבן געזאגט אז די פיש אין וואסער ציטערן שוין פונעם יום הדין, און מיר דארפן ציטערן פארוואס מיר ציטערן נישט, איז דאך זיכער אז ווער עס קען זאל טאקען זאגן די תהלים צען קאפיטלעך א טאג, ווער עס קען זאל זאגן די תיקוני זוהר, נישט אריבערלאזן די טעג אזוי טרוקן ווי ביז היינט.

סיז דא אזעכע וואס קלערן ביי זיך, ווער וואס ווי ווען, אין די בחור'ישע יארן האביך נאך געהאט א געפיל, סיז אנגעקומען חודש אלול, די אטמעספערע האט זיך געטוישט, מ'האט זיך עטוואס אנגעהויבן גרייטן צום יום הדין, צו די הייליגע טעג, היינט, אבערוואז, די טעג לויפן, שנה ראשונה האביך נאך געמיינט אז עפעס וועט בעסער זיין אלס אינגערמאן, פונקט קאפויער, מ'איז פארשלאפן און פארחלומ'ט, מ'איז פארנומען פון די צופרי שעה'ן ביז אינדערנאכט, מ'ארבעט ביטער שווער, ממילא איז וואס ווילסטו פון מיר האבן, און אז איך וועל שוין טראכטן עפעס מער וועליך שוין ווערן א צדיק, די אלע זענען גערעכט, אויב טראכט מען און קלערט מען מיט די אייגענע שכל, אויב אבער קוקט מען אין די תורה, מ'ליינט אז כביכול איז חושב מחשבות לבל ידח ממנו נדח, דער פון אויבן האט הנאה פון יעדן בייג וואס א איד געט למען כבוד שמו יתברך, פון יעדעס מאל וואס א איד האלט זיך איין פון א ראי' אסורה רח"ל, פון א טשעפע טוהן מיט א חבר, -סיז נישט דא דאס פלאץ טאקען ארויסצוברענגן די אהבת חבירים וואס הערשט ביינונז אין דארף, יעדער איז גרייט צו העלפן א חבר ביי סיי וואסערע געלעגנהייט- אבער דאך יעדעס מאל וואס מ'איז מחי' א איד, מ'איז מחי' אין שטוב די פרוי מיט די קינדער, אלעס אלעס רעכנט מען, אלעס ברענגט נאנט צו דעם בורא כל עולמים.

אלזא לאמיר נישט זיין קיין רשעים פאר זיך אליינ'ס, לאמיר אריינכאפן וואס מער גוטס אויף די וועלט, בפרט אין די טעג, לאמיר נישט לאזן די טעג אויך פאלן פאר דעם בעל דבר ווי א פיש צו זיין יעגער, לאמיר זיך ארויסדרייען פון איהם וויפיל מ'קען נאר, און זאל דער פון אויבן אונז באשענקן א זיס לעכטיג יאר, תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה, מיר זאלן שוין געהאלפן ווערן דאס יאר מיט א שנת גאולה וישועה, במהרה דידן, אמן.

אוועטאר
יענטאאש
מ. ראש הקהל
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 3:12 am
לאקאציע: http://twitter.com/yentash
פארבינד זיך:

תגובהדורך יענטאאש » פרייטאג אוגוסט 25, 2006 10:31 am

א געמיש פון עמאציע און אמת'ע געפילן מאכט געשיקט איר וועג אדורך אין די ביינער. א ווארימקייט צולאזט זיך אין די גלידער און א ציטער נעמט איבער דעם קערפער. דער בלויזער פאקטישער ערשיינונג פונעם דייען זיכרוינע ליבראחע מאכט אן א שאקל אין די גלידער. אבער נאך מער, און אסאך פיל מער, איז דער רושם פון די אמת'ע דברי כבושין וואס דער כאשיווער דייען האט אונז געזאגט במתוק לשונו.

הוי געוואלד! אוי וויי! געוואלד און געשריגן! וואו זענען מיר? ווי שטייען מיר איין? קענען מיר זען דעם הייליגן טאטן אין פנים אריין?!......

ס'איז קיין וויץ נישט........ מ'ברויך תשובה טאן....... און נאך ווי תשובה טאן.....

אוועטאר
יז בתמוז
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2006 1:28 pm

תגובהדורך יז בתמוז » מיטוואך אוגוסט 30, 2006 4:48 pm

עס האט מיר היבש לאנגע געדויערט צו ענדיגן ליינען דא די ביידע מייסטערהאפטיגע דרשות מלא תוכן, ווי עס פאסט פאר א ריעל קהלה און בית המדרש, קיפ אן דע גוד ווארק.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אוגוסט 30, 2006 5:21 pm

יישר בתמוז פארן ארויפברענגן דעם אשכול, איך האב עס נישט באמערקט ביז יעצט, אזאנס צו פארפאסען?

און פארשטייט זיך אז נאך א גרעסערע יישר כח פאר סאכדעס, און נאך א גרעסערע פאר ר' זארעך פאר די ווארימע ווערטער.


אבער איין קשיא האב איך נאך,
פארוואס ליגט עס נישט אין בית המדרש?

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מיטוואך אוגוסט 30, 2006 6:01 pm

טריאו, נישט פאר מיר נאר פאר התאחדות, דארפסט נישט ענפערן דא, כ'וויל נישט אז דער אשכול זאל פארדרייט ווערן.

3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9146
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

תגובהדורך 3x0 » מיטוואך אוגוסט 30, 2006 6:19 pm

אקעי, איך ענטפער נישט.

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18573
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

תגובהדורך איך_הער » מיטוואך אוגוסט 30, 2006 6:28 pm

3X0 דאס איז פאר דיר ;l;p-

אוועטאר
מעסטערמיינד
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 5:35 pm

תגובהדורך מעסטערמיינד » מיטוואך אוגוסט 30, 2006 6:50 pm

דריינול
;a-1; ;a-1; ;a-1; ;a-1; ;a-1;

רעב זארעכ

התאחדות

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2006 12:36 am

העללא. חשובער דיין ערעב זארעך.

צי קאן מען נאך אריינגעהן מיט א קוויטל בעפארן יום הדין?

און א שכויעך ערעב התאחדות פאר די דברי כבושין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » דינסטאג אוגוסט 14, 2007 3:21 pm

אזוי ווי כ'זעה אז דא האט מען געהערט הערליכע דרשות פון ביידע דאיאנים אונזערע אויף אלול-תשרי ברענג איך עס ארויף...

אוועטאר
בעל הבית
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2007 7:05 pm
לאקאציע: אויף גרויזאמערס קאפ

תגובהדורך בעל הבית » דינסטאג אוגוסט 14, 2007 4:07 pm

שיין געזאגט, ווארים געזאגט.
"דא" - בין איך דער בעלעבוס!

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:28 pm

הערשט יעצט האבעך באמערקט דעם אשכול כ'מיז זאגן ביידע דראשעס האבן מיר צוטרייסלט די ביינער, און כ'וויל צולייגן אז מען זאל זיך נישט באגנוגן דערמיט, ווער ס'האט עפעס צוצולייגן זאל זיך נישט פוילן, ווייל ליידער אין דעם שווערן זמן פון חושך יכסה ארץ קוקט מען קוים אמאל אריין אין א מוסר ספר אדער א חסידיש ספר, אבער צו דעם שטיפט דאך שוין דער באל דאווער, נו איז לאמיר עם טאקע אויסשפילן, און אויסניצן דאס קרעטשמעלע פאר התעוררות צו תשובה און תיקון המעשים, בבחינת מאויבי תחכמני.

און איך וועל אנהייבן

געהערט אמאל א משל, וואס הייסט חרטה?
איז געווען אמאל אין רוסלאנד א איד וואס האט געמאכט געשעפן דורך פירן סחורה איבער די טייכן. זומער מיט שיפלעך, און ווינטער מיט פערד און שליטן זיך געגליטשט איבער די פארפרארענע טייכן. קומט איין יאר שוין אביסל שפעט אין ווינטער, און אנזער אידל האט א גרויסן טראנספארט צו פירן, נא מיט א שיף איז נאך נישט שייך אבער מורא געהאט זיך ארויסלאזן מיט א שליטן, אפשר איז שוין די אייז נישט גענוג שטארק. גייט אונזער אידל אריבער צו א חבר, א מומחה אויף טייכן, און טוט א פרעג וואס צו טאן, פארן אדער ווארטן. דער חבר זאגט ווארטן סישוין אביסל שפעט אינעם סיזען ס'קען זיין א סכנה.

נו, האט ער שוין נישט קיין ברירה און ווארט אביסל, אבער נאך אפאר טעג פלאצט עם דאס געדולד און ער כאפט דעם שליטן און לאזט זיך ארויס. נו, די ערשטע שטיק צייט איז עס געפארן א מחי' און ר' אידל טראכט צו זיך, "וואס פארשטייען שוין די אלע מומחים, מען פארט אמחי' נאך אביסל און מען קומט אן און מ'ברענגט אהיים אפאר דאללער". און אזוי טראכטנדיג פון די פאר דאללער, וועקט ער זיך פלוצלינג אויף פון די מחשבות צו עפעס א שרעקעדיגן גערודער, יא, א גערודער פון שפאלטנדיגע אייז. ער האפט אז ס'דוכט זיך עם נאר, אבער ניין נאך א מינוט און נאך א קראך און אזוי ווי טיפער ער איז אריין אלץ שוואכער איז די אייז געווארן און זיך אנגעהויבן שפאלטן מער און מער. אויף צוריק איז שוין זיכער נישט געווען קיין רעדע ווייל דארט איז דאך שוין אזוי שטארק געשפאלט פון זיין פריערדיקן אדורכפארן, שטייט דער איד אובד עצות און הייבט אן זיך גרייטן אויפן ביטערן גורל מיט תשובה און ווידוי. און אזוי טראכטנדיג אויף צוריק באפאלט דעם אידל א ביטערן חרטה געפיל, "פארוואס האב איך נישט געפאלגט".

ע"כ המשל, און דער נמשל פארשטייט זיך אליין אז חרטה דארף זיין אזוי אז מען זאל זיך שפירן אזוי ווי דער צובראכענער אידל אויף די האלב איינגעבראכענע אייז.

איז מיט אזא חרטה קען מען אנהייבן דעם תשובה פראצעדור.
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12549
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » זונטאג אוגוסט 19, 2007 4:35 pm

שכוח!!! שכוח!!! שכוח!!!
An article a day keeps the babies away

דרך אגב
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 12, 2007 11:55 am
לאקאציע: kipka

תגובהדורך דרך אגב » זונטאג אוגוסט 19, 2007 10:07 pm

דם אני מצתרף לכבוד ידידי הנ"ל, ואסיף נופח משלי,

נאך!!! נאך!!! נאך!!! ובזה יצאתי.

בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2664
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

תגובהדורך בני היכלא » זונטאג אוגוסט 19, 2007 10:33 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 6:06 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14154
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג אוגוסט 20, 2007 1:26 am

ואם בחרטה עסקינן....

ווערט געברענגט בשם בעלי מוסר א משל אויף חרטה. געווען א סוחר פון פערדן וואס פלעגט יאר איין יאר אויס פארן קיין לייבציג/דאנציג אנצופירן מיט זיינע געשעפטן און מאכן א שיינער ריוח, ויהי היום געווען איין יאר וואס די פערדן האבן זיך נישט אזוי געמערט און ס'יז געווען א שטיקל מאנגל, וואס א טאג נענטער צום גרויסן מארק טאג זענען די פרייזן ארויף ווייל יעדער האט געוואלט אריינכאפן צו קויפן פון די פרישע פערדן. אונזער אידל רייבט זיך די הענט, איי ווי גוט! טראכט ער צו זעך, איך וועל ווארטן נאך א טאג צוויי און די פרייזן וועלן זיך מער הייבן הערשט דאן וועל איך פארקויפן פאר א פילפאכיגן ריוח!.

אומר ושותה, די קונדן שטייען דארט עטליכע טעג און בעטן זיך ביים סוחר ער זאל שוין ארויסגעבן די פערדן, אבער די רייץ פארן געלט האט אים פארבלענדעט, ער האלט זיך ביי זיין אפמאך פון ווארטן ביז די פרייזן וועלן זיין גאר גאר הויך. צום פערטן טאג ווען די פרייזן האבן שוין געהאלטן ביי פיר מאל די פרייז, הערט מען פלוצלונג די שטאטישע פויק אן אנדייטונג אויף עפעס איבערראשענדע נייעס פון די באהערדע. דער עולם האט זיך פארזאמלט ארום דעם אויסרופער ווארטנדיג מיט שפאנונג צו הערן די פרישע מעלדונג, אט ווען ס'יז שוין ענדליך שטיל געווארן פון די אנלויפנדע מאסן הער מען הויך דעם קול פונעם אויסרופער: היי פאלקס! אזויווי ס'יז דא די לעצטע צייט א שטארקער מאנגל אין פערדן האט די רעגירונג אריינגעלייגט כוחות צו ברענגען פרישע פערד פון א ווייטע מדינה פאר א ביליגן פרייז, עס איז אלזא היינט אנגעקומען די פערדן טראנספארט עס ווערט איצט געליפערט פון פארט און ביז א קורצע צייט וועלן זיי זיך געפונען אויפן מארק!!

די מעלדונג האט געטראפן ווי א דונער אין העלן טאג פאר אונזער פערדן סוחר, ער האט זיך געגרייט שוין טעג אוון וואכן אויף זיין סוקסעס, נישטאמאל געוואלט פארקויפן פאר דריי מאל די פרייז מיט די האפענונג אז עס גייט זיך נאך ווייטער הייבן די פרייזן, און דא.... אזזאאא בראך!! וויי געוואלד! אפילו די ערשטע פרייז זענען זייענ פערדן מער נישט ווערט, ער קלאפט זיך די הענט אין קאפ פאר גרויס "חרטה" אויף זיין נארישן האנדלונג, ער קען זיך נישט מוחל זיין, ער עסט זיך די געדערם ווארום ער האט נישט געטראכט אפילו פון אזא אינצידענט אז זיינע פערד וועט מער קיינער נישט אנקוקן...


..... אט דאס הייסט ריכטיג חרטה.....
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג אוגוסט 20, 2007 1:20 pm

איר ווילט הערן א לעבעדיגן ביישפיל פון חרטה וואס האט זיך נארוואס אפגעשפילט צווישן די פיר ווענט פון מיין קרעמל?

ווי באקאנט זענען מיר יעצט עוסק אין פרשת ויהי בנסוע (יש אומרים אלה מסעי), האבן מיר זיך פארשטענדיגט מיט ווערייזאן אז זיי זאלן איבערשיקן אונזער טעלעפאן ליניע צום נייעם כאטקע ביים עק דארף. זיי האבן אונז געגעבן א דאטום אויף היינט מאנטאג צווישן 1 און 5 (ממש יעצט זיץ איך און ווארט אויף זייער ארבייטער זאל פארפארטיגן דעם טויש). ווי באקאנט האט ווערייזאן אזא "פארווערדינג" סערוויס, וואס אויב איר קוועטשט אריין 72* פון אייער טעלעפאן, קענט איר נאכדעם אריינשטעלן דעם סעלפאון נומער אייערן, אדער וועלכע נומער איר ווילט אז אייער רופונגען זאלן אהין אנקומען אנשטאט צו אייער געווענליכן היים טעלעפאן, און זיי טראנספערירן אייך אהין אלע קאלס (פריי פון אפצאל, אויב איר נעמט אן זייערע פלענער).

נעכטן נאכט האב איך זיך באקלערט אז אין די צווישן צייט וואס איך וועל נישט פארמאגן קיין געהעריגן טעלעפאן אין די אלטע דירה, ביז מען רישט זיך איין גענצליך אין די נייע דירה, איז נישט מער ווי פאסיג מען זאל טראנספערירן אלע קאלס צו איינע פון די צוויי סעלפאון וואס מיר פארמאגן יעצט (געט נאכנישט קיין קידוש... עס איז בלויז אויף בארג). נו, אבער יעצט אויפדערנאכט איז דאך נאך א שאד, די סעלפאון'ס ווערן דאך געווענליך פארלאשן איבערנאכט, אבער באלד אינדערפרי וועלן מיר דאס טאן אי"ה.

מען שטייט אויף ארום אכטע זייגער אינדערפרי און... די היים טעלעפאן האט שוין נישט קיין דייל-טאון!

איר רעדט פון חרטה? דאס הייסט חרטה!

---
געלויבט צו הקב"ה אז דא אינעם נייעם דירה איז שוין יא דא סערוויס, האב איך זיך פריער אהערגעריקט מיט אן אלטן טרייבל, און באלד אנגעארבעט דעם "פארווערדינג" צום סעלפאון, אבער עס איז פונקט גענוג געווען אז די פאר שעה זאל מען זיך דרייען מיט געוויסנביסנס וואס זאלן אונז געבן צו פארשטיין די ענין פון "חרטה" וואס ווערט דערמאנט אין ספרים הקדושים אויף די יעצטיגע טעג.

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5035
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » דינסטאג אוגוסט 21, 2007 12:51 am

בני, שוועמל, קרעמער,

אלעס פיינע משלים, אבער פראבירט אייך נאר אריינצולייגן אין די שיך פון דעם אידל וואס גליטשט זיך רואיג מיטן שליטן איבערן פארפרוירענעם טייך, און עס הויבט זיך אן שפאלטן, דער יוד טראכט שוין נישט פון קיין געלט פון קיין פערד פון קיין טעלעפאן, ער טראכט היצטערט פון ווידוי, און...............פארוואאאאאאאאאאאאאאאאאאאס, פארוואאאאאאאאאאאאאס האב איך נישט געפאלגט.

ווען מען האלט ביים פארלירן דעם לעבן, נאך דערצו אויף אזא מין אופן, ווייל מען האט זיך נישט צוגעהערט, יעמאלט האט מען ריכטיג חרטה.

אבער נאך אלעם זענען זיי אלע גוטע משלים, ווער נאך ס'האט עפעס איז מכובד ארויפצושטעלן.
חי עולמים - טהור עיניים

NO man is a failure who has friends

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג ינואר 20, 2013 10:37 pm

אויב ממעג תשובה טון אינמיטן ווינטער, ליינטס דורך דעם אשכול.

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דינסטאג ינואר 22, 2013 10:46 am

derech eretz האט געשריבן:אויב ממעג תשובה טון אינמיטן ווינטער, ליינטס דורך דעם אשכול.


פיין - אווי איז דער דיין טאקע אין די ווינטער?

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:58 pm

מוראדיגע אלול דרשות


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט