דער פארשוואונדענער האנטוך דילעמע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

דער פארשוואונדענער האנטוך דילעמע

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג יולי 16, 2017 10:23 pm

פארוואס איז דאס ווידעראמאל געשען צו מיר?

איך שטיי עלנד אליין, מיואש און צובראכען, פארלוירן און הילפלאז, פילע מענטשן גייען און קומען אהין און צוריק, יעדער איז פארנומען מיט זיך און קיינער קוקט זיך נישט אויף מיר אום. איך בין צומישט און געפרוירן, געלעמט און צושאסן, פארוואס פאסירט דאס אייביג צו מיר נאגט א שטילע זעלבסט-מאנענדע שטימע וואס טוט איינווארפן מיין אזוי אויך געפאלענע געמוט אראפ צו דער זייפיגע פאדלאגע.

וואו איז מיין האנטוך?

מיין האנטוך איז נישט סתם א טיפיקל גאסן האנטוך, עס איז נישט א האנטוך ווי אלע האנטוכער, די האנטוך מיינע איז מסלתה ומשמנ"ה ארויסגעזופט נאך שווערע הארעוואניע און לאנגע מינוטן פון פילן, טאפן, קוועטשן, שמעקן און גלעטן איין האנטוך נאכן צווייטן טו איך מיך ענדליך פאראייניגן אויף איין גליקליכן שטיק לייוונט וואס האט די זכי' אריינצופאלן אין מיין רשות.

אגב, נאך יארן פון זוכן און נישטערן בין איך ענדליך געקומען צו די מסקנה אז דער סאמע אויבערשטע האנטוך פארמאגט סטאטיסטיש די ווייניגסטע פינגער אפדריקן און געווענליך איז עס דער וואס געפונט די חן אין מיינע אויגן (איר קענט דאס אליין עקספירעמענטירן ביי די האנטוך נעבן די סינק וואס די מערסט טרוקענע טפח וועט זיין טאקע אין פארנט פון אייערע אויגן און נישט ווי איר טראכט - די אנדערע זייט און דאס זעלבע ביי די צייטונג אין געשעפט וואס דער מערסט גראדע צייטונג וועט זיין טאקע אויבן וויבאלד יעדער נעמט טאקע פון דערמיט ואכמ"ל ופשוט ודוק וקל).

איך אלס חלק אין כלל ישראל פארמאגט פונקט ווי יעדעם מיין אייגנארטיגן וועג וויאזוי איך פלאציר דעם האנטוך נעבן די מקווה בור, עס איז דא די מער פשוטי עם וואס געבן א בייג ארויף דעם האנטוך אריבער דעם אייזן העכערן בור העכערנדיג די שאנסן פון דעם אומגליקליכן האנטוך זיך צו דערטרענקן דורך א פיינפולע טויט, ווידעראום איז דא וואס בייגן אריין איין עק אינעם צווייטן אויף א גאר פאכמאנישן וועג, דערנאך איז די וואס מאכן א קניפ און דערנאך איז דא די גאר טאלאנטפולע מענטשן וואס פארמירן אזא געדרייטן מישמאש ווי די עקן זעען זיך ניטאמאל ארויס פארן פשוטן אויג נאר איז כמקשה אחת געקניפט און געבינדן איינס אינעם צווייטן אז ממש קיינער זאל זיך נישט טועה זיין מיט זיין האנטוך, דער ריינע דעפיניציע פון משזר.

איך בין פון דעם לעצטן טיפ.

עכ"פ, צו מאכן א קורצע געשיכטע נאך קורצער, איך קום ארויס פון בור, ואיננו... דער איז נישט צום געפונען, נישטא. פינטל.

שטייענדיג אזוי פארלוירן בין איך אריין אין א דילעמע, צו זאל איך נעמען סיי וועלכע האנטוך און גיין ווייטער כאילו נישט מיך מיינט מען אדער גייט דאס אריין אין אבק גניבה.

די צדדים פון מיין דילעמע זענען געווען ווי פאלגענד, צו האט דער וואס האט געהאט דעם תביע"ת עין אויף מיין האנטוך געברענגט זיין אייגענע האנטוך נאר משום איזה סיבה שהוא האט ער זיך פארמישט אדער צו האט ער בכלל נישט געברענגט קיין האנטוך און גענומען מכל הבא לידו.

לצד אז ער האט יא געברענגט א האנטוך, צו קען איך נעמען סיי וועלכע האנטוך און האפן אויפן בעסטן אז איך האב צוגעטראפן און גענומען טאקע דעם האנטוך פונעם יעניגן אדער אפשר ניין און א אומשילדיגער אינגערמאן וועט זיך טרעפן אן זיין האנטוך. יעצט, אפילו לצד אז איך וועל נישט צוטרעפן און איך וועל יא נעמען א צווייטנס אפשר וועט יענער מאכן דעם זעלבן חשבון ווי מיר און נעמען א דריטנס וכן להלאה והכל על מקומו יבא בשלום אדער אפשר נישט ואת"ל אז נישט ווער זאגט אז איך בין דער וואס ברויך ליידן אפשר איז דאס גאר נארמאל צו כאפן א האנטוך און עס ברויך אפילו נישט זיין דיינס בבחינת כל דאלים גבר.

טראכטנדיג אזוי איז מיר בייגעפאלן, לאמיר עס מפרסם זיין, אולי וועט דער וואס האט גענומען מיין האנטוך קענען פושט זיין די דילעמע, וואס זיין פלאן איז געווען מתחילה און וואס ער האט - אויב בכלל געטראכט.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
חברותה
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 29, 2010 1:18 pm

תגובהדורך חברותה » זונטאג יולי 16, 2017 10:43 pm

פלטי, פיינע נייעס דאס.
אבער לאמיר דיר זאגן די אמת, איך האב עס גענומען, איינער האט צוגענומען מיין האנטוך, האב איך געמאכט א פשוט'ע חשבון. אין בור איז דעמאלטס געווען בערך א מנין ווייקערס, אויב זאל איך נעמען איינע פון די פשוטע האנטוכער קען זיין איך וועל באקומען בליקן פון איינע פון די איבעריגע ניין אידן, אז איך נעם די מיט די מקשה אחת'ניק וועל איך העכסטענס באקומען נאר פון איינעם א קרום מיט די נאז...
אזוי ווי ביי אונז אין ישיבה ווען עס האט גערעגנט פלעגט מען נעמען א רעגן קויט מיט א לעבעל, אזוי האט מען זיך געוויסט פון וועם זיך וואטשן...

אבער זיי נישט באזארגט, מארגן אי"ה לייג איך עס צוריק אויסגעוואשענערהייט....

כא כא כא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 454
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג יולי 16, 2017 11:22 pm

כא כא כא כא.......
יוש ביסטו גוט!

ווען איך לייג אזוי שיין צאם מיין האנטוך ממש ווי פון סטאר ארויס בין איך זיכער אז קיינער וועט זיך נישט דערוואגן דאס צי נעמען, וועגן דעם טאקע ווער איך זאזוי בייז ווען ס'געשענט יא, באט לעצטענס קוק איך שוין פראנויס אויב זע איך א זיידע אין בור געבעך שוין נישט גרויסע האפענונג...
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 798
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג יולי 16, 2017 11:24 pm

די בעסטע עצה איז צו נעמען א האנטוך מיט א מערקבארע סימן, למשל גרויסע בליטש פלעקן, גרויסע לעכער, וכו'.

א נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

תגובהדורך א נעכטיגן טאג » זונטאג יולי 16, 2017 11:31 pm

ביי אונז אין שטאטישן קאנטרי איז נישט געווען ווער עס זאל אוועקנעמן די האנטוך.

אוועטאר
יש ברירה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4207
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג יולי 16, 2017 11:32 pm

מיינסט אוודאי אז כ'האב גענומען דיין האנטוך אנשטאט מיינס, טעות!

כ'האב פארגעסן צו נעמען א האנטוך בכלל... האב איך געכאפט איינס פונעם רעילינג און שוין. העכסטענס וועט יענער נעמען א צווייטענס

אזא אקט האט א ווייטגרייכענדע השפעה און דער לעצטער ארויסצוקומען פון בור ביי חצות.. וועט זיך טרעפן אן א האנטוך, ודו"ק!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10285
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג יולי 16, 2017 11:50 pm

וואס איך טוה געווענליך אין אזא פאל? איך נעם די ערשטע האנטוך וואס איך באמערק, און דאן נעם איך א פרישע האנטוך פונעם קאסטן און שטעל עס צוריק במקום דעם גענומענען/גע'גנב'טן, והכל על מקומו יבא.
בַּיָמִים הָהֵם אַין פְּרֶעזִידֶענְט בָּאַמֶערִיקֶע וגו' (טְרָמְְּפּ א' א')
#קאוופעפ"ע בלעז

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1052
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג יולי 17, 2017 12:18 am

לכאורה האט געשריבן:וואס איך טוה געווענליך אין אזא פאל? איך נעם די ערשטע האנטוך וואס איך באמערק, און דאן נעם איך א פרישע האנטוך פונעם קאסטן און שטעל עס צוריק במקום דעם גענומענען/גע'גנב'טן, והכל על מקומו יבא.

נעה! ביסט סתם א יעקער..
Never argue with an idiot. They will only bring you down to their level and beat you with experience

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

פרשה זו יפה נדרשת...

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 17, 2017 12:50 am

חחח

דאס איז איינע פון די אנגעווייטאגסטע טעמע'ס ביי חסידישע אידן, די גדולי עולם האבן שוין דן געווען איבער די שאלה, דא האט איר א ליקוטי תשובות...

יעקב צוקערמאן דא האט געשריבן:נישט אזוי ממש פונעם ענין, אבער א פראגע וואס דרוקט מיך שוין לאנג, למשל ביים געיט פונעם בור, אויב נעמט מען נישט דעם האנטוך וואס מען האט דארטן צוגעברענגט, נאר יענעמס האנטוך, הייסט דאס גניבה, עס איז א שאלה וואס קומט מיר אויס גאר אפט... ווארום דארטן ביים בור טרעף איך אלץ בעסערע האנטוכער ווי דאס אייגענע

מי יודע האט געשריבן:הייסט דו נעמסט אלס מיין האנטוך?

בערקא האט געשריבן:לייג שנעל צוריק מיין האנטוך!

מיינסט כ׳האב אויפגעווארפן א גאנצע פייל האנטוכער אז די זאלסט מיר עס צונעמען....?!


יהיה כן האט געשריבן:וועמענס האנטוכער איז עס? קהל'ס?, אויב אזוי ווי אזוי האט עס יענער קונה געווען מער ווי דיר?


דורש ומבקש האט געשריבן:וואס איז מיט מענטשלעך׳קייט יענער גייט מוזן ניצען דיין האנטעך אדער גאר א דריטענ׳ס

יהיה כן האט געשריבן:
דורש ומבקש האט געשריבן:וואס איז מיט מענטשלעך׳קייט יענער גייט מוזן ניצען דיין האנטעך אדער גאר א דריטענ׳ס

ער האט געפרעגט וועגן גניבה
בנוגע 'מענטשליכקייט' פארשטייעך ניש, וואס איז ראנג אז יענער גייט נוצן מיין זויבערע האנטוך, כאב עס סך הכל געטראגן פון מיין פלאץ צום בור, איז וואס?


זאל ער קומען האט געשריבן:מיר פלעגט דאס אויך באדערן, כ'האב געפרעגט מיין דיין און ער האט מיר געזאגט אז עס איז נישט קיין שאלה.

פאר די וואס פארשטייען נישט די ענין, אמאל קומט מען ארויס נאך די ש"י טבילות פון די מקוה שפרינגער און מ'זעט אז דיין האנטעך איז נישטא, (ווי איז טאקע האנטעך לעצטענס?) קען מען נעמען א אנדערע איז זיך טרייסטן אז דער גנב האט דא געלאזט דאס? אדער פשוט ביזטו נישט 100% זיכער אז דאס איז דיינס טארסטו עס נישט נעמען? בקיצור מ'מעג.


סאדאם חוסעין האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:ווייל קהל געט אים א רשות עס צו ניצן יעצט איזעס כדידיה אויף די פאר מינוט

אז קהל גיט אים רשות עס צו נוצן איז עס נאך נישט 'זיינס', עד כדי גניבה, כל זמן קהל גיט מיר אויכעט רשות, פונקט ווי פאר עם, איז עס מיינס פונקט ווי זיינס,

ניין ווייל ווען קהל געט אים רשות געט מען עס פאר אים אין נישט פאר דיר איך מיין צו זאגן אז די דעת פונם ציבור איז אז אויב איינער צאלט מקוה געלט, קומט מיט, אז די קויפסט יעצט א האנטוך פאר אפאר מינוט, אין מען גייט עס נישט לאזן א צווייטן יעצט ניצן, אין הכי נמי די וואס צאלן נישט קיין מקוה געלט יז א עקסטערע שמיעס פאר זיך אז מען ווערט נישט הייליג דורך אן עבירה אבער אין כן מקום להאריך מען דארף פאר דעם עפענען א נייע אשכול


יהיה כן האט געשריבן:דיין אייגענע הוראה, איא?
וואס טיצעך ווען ביידע צאלן מקוה געלט, און ביידע נעמען א האנטוך, עפעס א חילוק ווען מ'גייט ארויס פון בור, וועמענס האנטוך איז וועמענס?, איז קהל טאקע מקפיד אז יעדער זאל זיך בקפידא צוריק נעמען זיין האנטוך?, כך עמא דבר, איז יעדער נארמאלער מענטש איז מוחל אזעלכע קלייניגקייטן (אויסער אז די מדובר איז פון אן אויסנאם קארעקטער [לייען=שלעכטער פערזאן]

האנטעך האט געשריבן:איך האב אמאל געפרעגט רז"ל פילאפף שליט"א און ער האט מיר געזאגט אז עס איז נישט קיין חשש גניבה, עס האט מיר אויסגעזעהן אז ער פארשטייט בפשטות, אז קהל פארדינגט נישט קיין האנטוכער, נאר זיי געבן רשות באופן כללי צו נוצן פאר די מקוה'גייערס יעדעם איין האנטעך.


****
מענין לענין האט זיך ערווארבען א צווייטע שאלה, אפשר גאר מעג מען נישט טראגן א האנטוך צו די מקוה.

SPUSMN האט געשריבן:בכלל איז א שאלה צו מען מעג מיט נעמען א האנטוך צום בור. אונזערע עלטערען האבען עס נישט געטוהן.


האנטעך האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:דאס איז די שאלה? צו מחמת המבואר בשו"ע שלא לכסות דנראה כמתבייש

עס איז נאר אסור ביים עצם אראפ גיין אבער ביז צום בור איז יא א הידור זיך צו פארדעקן


דעוויס האט געשריבן: קוק אין די גמרא אז נאר ווען מ'איז נישט קעגן א מענטש דארף מען נישט מכסה זיין אראפ אז מ'איז נאר קעגן ים דארף מען נישט, אבער ארויף ווייל ס'דא מענטשן דארף מען מכסה זיין.


טייבעלע האט געשריבן:ועי' בפמ"ג ובשו"ע הרב.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2055
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מאנטאג יולי 17, 2017 1:16 am

יו צאָרע. מ'זוכט ארום פאלטי אין אלע גאסן. ער איז היינט נאכנישט אהיים געקומען...

ער שטייט ביים 'בור' אין עפעס א מקוה, און ווארט נאך אז איינער זאל'ם ענטפערן אויף זיין תגובה און פושט זיין די שווערע איבעה.

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1446
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג יולי 17, 2017 2:44 am

געהאט טאקע לעצטענס אזא מעשה אין קאנטרי נישט מער געדאכט די פראבלעם נאר איז געווען אז די היינטיכער אין מקווה איז שוין אויסגעגאנגען האט יענער בלית ברירה געגנבט מיינס איז וואס קען איך יעצט טון....

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4015
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 17, 2017 7:43 am

fiena nieas האט געשריבן:געהאט טאקע לעצטענס אזא מעשה אין קאנטרי נישט מער געדאכט די פראבלעם נאר איז געווען אז די היינטיכער אין מקווה איז שוין אויסגעגאנגען האט יענער בלית ברירה געגנבט מיינס איז וואס קען איך יעצט טון....

זומער אין די קאנטשרי איז נישט געפערליך, די וועש ווערט דאך ממילא דורכגענעצט מיט שווייס ווען מ'גייט ארויס אינדרויסן אונטער די זון, אזוי העטעס כאטש בטל ווערן ברוב או במחצה על מחצה מיט די מקוה וואסער...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג יולי 17, 2017 12:45 pm

חברותה האט געשריבן:האב איך געמאכט א פשוט'ע חשבון. אין בור איז דעמאלטס געווען בערך א מנין ווייקערס, אויב זאל איך נעמען איינע פון די פשוטע האנטוכער קען זיין איך וועל באקומען בליקן פון איינע פון די איבעריגע ניין אידן, אז איך נעם די מיט די מקשה אחת'ניק וועל איך העכסטענס באקומען נאר פון איינעם א קרום מיט די נאז...
אזוי ווי ביי אונז אין ישיבה ווען עס האט גערעגנט פלעגט מען נעמען א רעגן קויט מיט א לעבעל, אזוי האט מען זיך געוויסט פון וועם זיך וואטשן...

:grin: :P
Things aren't always #00000 and #FFFFF

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מאנטאג יולי 17, 2017 9:04 pm

א בחינה ווי די לולבים און בית המקדש
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

דניאל אויערבאך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יולי 18, 2017 9:21 pm

אוי די טרעסט אויף מיינע וואנדן, שוין יארען וואס איך ווייטאג אויף דער פירצה, ווען איך קום ארויס פין מקווה און מיין האנטעך איננו פארהרג'ט עס מיין טאג ר"ל
אויב איינער פרעגט מיין עצה דארף מען מאכן אין יעדע מקווה קאלערפולע האנטעכער פון מינימים 20 קאלירן ,דאס טוט דראסטיש פארקלענערען די טשענס אז אזא עוולה זאל פאסירען!!!

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג יולי 18, 2017 9:50 pm

חחחח חברה! איר וועט נישט גלייבן!

אבער הערט.

היינט, אריינקומענדיג אין מקוה מערק איך א אינגערמאן שטייט אין ווינקל מיט ציטערדיגע ציין, בלויז א קאפל אויפן קאפ.

די הויזן הענגט נאך אויף די הוק. די וועש צובארדעט אויפן באנק, און ער טראגט די רעקל אויף זיך אלס א כיסוי...

איז זעה ווי ער זיצט און טראגט א מינע פון איינגעמאכטס. די ציין קלאפט איינס אין צווייטען (שוין געשריבן פריער?! יא, אבער ס'קלאפטעך נאכאלס. ניין?!). די פיאות ציבוזשעוועט און אויסקעטריקענט. די בארד אראפגעלאזט און קערלי. אין האנט האלט ער זיין טעלעפאון מיט די אויער שטאפערס דערינען, און ער איז זועף.

איך - האבענדיג א אויסנאם ווייעך הארץ - האב געשפירט פון ווייטענס אז עפעס איז דא נישט אין ארדענונג.
איך גיי צו צים אינגערמאן. איך פרעג אים איידל און מיט מיטגעפיל "עפעס איז נישט מסודר? איר ברויכט הילף?"

דער ענטפערט גארנישט... נאך א סקונדע שטורעמט ער אויס אין א יאמערליכען געוויין פון וועלכע ער קען נישט קומען צום ווארט. ער וויינט בדמעות רביע (ער איז שוין אויסגעלאפן פון דמעות שליש א טאג פריער - אזוי האט ער מיר נאכדעם געזאגט).

הכלל, נאכן אביסעל קומען צו זיך, זאגט ער מיר מיט רויט פארוויינטע אויגן און א געשוואלן נעזעלע:
"מיין האנטעך!!!!......." - ברעטשע! וויינט!... קייכט...
יוש באשעפער האב שוין רחמנות אויף דעי קניידל פארעם!!!!!

איך שטיי און איך כאפ נישט וואס ער מיינט מיט זיין געוויין. איך פרעג אים איבער זיכערצומאכן אז איך האב גוט פארשטאנען.

ענדליך זיפצט ער אפ און איז מיר מסביר אז פאר צוויי טעג צוריק האט איינער גענומען "זיין האנטוך" פון די בור רעילינג, און ער האט שוין געפרעגט אויף אייוועלט וואס ער זאל טוען, אבער היות זיין פאון איז אויסגעגאנגען פון בעטערי דשוס קען ער נישט באקומען קיין תירוץ וואס צי טוען! און ער זיצט שוין אזוי זינט דאן!!!!!!!!!!!!!!

איך האב עס נישט געקענט אויסהאלטן מער! אזאנס???


איך האב מיך שנעל אוועקגעדרייט און אויסגעשאסן פאר געלעכטער. - סארי פאלטי...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג יולי 18, 2017 11:06 pm

איך האב דיר פארגעסן צו זאגן, אחוץ וואס דיין באבי-פין (מא"פ) שטעקט זיך ארויס פון דיין קנאבל ווי די צינג פון א קאברע איז עס א שאלה פון חציצה... און ביידעוועי דיין באנדאדזש הענגט נאך אראפ פון דיין אינגראונטאנעיל... עס איז זייער לאכעדיג...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:01 pm

נא שקצים אזאנ'ס צו לאכן אין די דריי וואכן.

די 'פלטי' מיט 'שמאטע' האבן זיך צופירט דא די הענט ממש געקומען לידי סכנה.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4854
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:07 pm

פלטי, זיסליך

אן אלטע אנגעווייטאגטע נושא וואס פלאגט דעם חרדי'שן ציבור שוין פאר לאנגע יארן

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר מאה
תגובות: 144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:38 pm

מיין מיינונג
וואס איך טוה געווענטלעך, איך זיך אויף א האנטוך וואס איז די מערסטע ענדליך צו די האנטוך וואס איך האב אויסגעקלויבט, איך בין נישט מחיוב צו האבן א דרגא ווייניגער ווייל יענער דארף דוקא מיין האנטוך, איי יענער ? נו ער וועט טוהן די זעלבע ווי מיר !!!

אוועטאר
ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 20, 2017 12:52 pm

מהאמיר שוין אמאל דא באהאנדעלט דעם נושא אויפן שפיץ גאפעל
שטייצעך קומט עס נישט צו צום קנעכל פון דעם פלטי
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אוועטאר
שמן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דאנארשטאג יולי 20, 2017 1:02 pm

פלטיא'ל אוי ביסטו גוט, עס איז אזוי זיס געשריבן, און אויך אמת ליידער צו אפט

אוועטאר
גארגארפיק
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

מעשה שהיה

תגובהדורך גארגארפיק » דאנארשטאג יולי 20, 2017 1:14 pm

עס דערציילט א איד:
אמאל איז א חשובע/בעסערע איד געקומען מיט טענות צום מקוה איד פון א גרויסע באוויסטע בית המדרש:
היתכן איך שפאציר ארויס פון בור נאך ש"י טבילות און ואיננו דער האנטוך איז נישט צום געפינען!!!!!!!!!!! וואספארע ביהמ"ד איז דאס וואספארע ווירטשאפט!!!!!!!! היתכן א גניבה אימיטן העלן טאג!!!!!!!!!!
דער מקוה איד ווערט נישט באנומען פון זיינע ברויזנדע געשרייען, נאר ענטפערט:
"זייער גוט מיר זיכן טאקע א שומר ביים בור ציליב די לעצטערע איבערפלוס פון אזעליכע ערשיינונגען, אפשר וואלט איר אנגענומען דעם שטעלע? פאר גוט באצאלט"
די ענדע איז איבריג צו אראפלייגן...........
---------------------
טייערע אידן בארואיגט אייך!!!
ביז ווילאנג מיר זענען נישט גרייט פאר דעם שטעלע ברויכן מיר זיצן מיט פארלייגטע הענט...
נישט אזוי?
צווישן וכך היה אומר און וכך היה מונה פאלט מען זיבן מאל כורעים (קרעדיט הרב שאול קליין שליט"א)
כאפט אייך אריבער


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט