צייט צו פארמירן א וועד ההורים אין די מוסדות?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

דינסטאג נאכט איז נישט אור ליום כ״ז

פעיק ניוז
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובה דורך היסטאריע »

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
היסטאריע האט געשריבן:יעצט א עצה פאר די מוסדות התורה:
מיר פארשטייען אייער פראבלעם, עס איז באמת א שווערע עול. אבער די עצה דערצו איז צו העכערן דעם שכר לימוד פאר די גבירים! אבער נישט מיט הונדערט דאלער, נאר מיט טויזנט דאלער. יא, דער גביר וואס ספענדט שווערע טויזנטער אויף נסיעות צו מקומות הקדושים, אדער מיט פארן מיט'ן רבי'ן זאל זיין געזונט, וואקעישן דריי מאל א יאר, טייערע קאר, חתונה בר מצוה'ס צענדליגער טויזנטער, נאך א הויז אין קאנטרי אדער אין פלארידע, אדער ביידע, און נאך און נאך, דער איז מחויב על פי תורה צו צאלן א סאך מער ווי וויפיל זיין קינד קאסט! אזוי איז געווען אין אלע דורות.

ווי לאנג שכר לימוד איז א פרייז קענסטו נישט בעטען מער פון די גביר אזוי ווי א גראסערי קען נישט בעטען פאר א מילך מער פון א גביר
חוץ דעם איז דא נאך א הסבר פארוואס מען קען עס נישט טוהון אויף אזא מוגזומדיגע אופן ווי די זאגסט אבער עס איז אן אריכות

זע דעם בני יששכר אין קונטרס תמכין דאורייתא, ווי ער פירט אויס אז אויב לערנט מען נישט מיט די בני עניים אויך, איז מען נישט יוצא אפילו די דאורייתא פון "ולמדתם את בניכם", אפילו דו לערנסט מיט דיין קינד!
יא, תורה איז נישט קיין גראסערי.
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (60.87 KiB) געזען 4040 מאל
וואס הערט זיך
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובה דורך וואס הערט זיך »

די שטערקסטע קשיא איז לכאורה
וויפיל מער צאלט מען פאר אונזערע קינדער'ס מלמדים פון 30 יאר צוריק?
גייען די מלמדים באקומען כאטש 50% פון די העכערונג?
איר ווייסט ווי שווער עס איז מיט טרעפן מלמדים היינט צוטאג'ס?
IMBZ
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 1:49 pm

כולנו למערכה

תגובה דורך IMBZ »

אין מיין שול איז דא א קאפיין נישט צו צאלן שכר לימוד אויפן קומדיגע יאר די ליסטע איז נעבעך גאר גרויס
נחשבי חברים לדבר מצוה אל תהיו יוצא מן הכלל לאמיר זיך נישט זאזן פירן כשה ואין רעה
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך האב קיינמאל פראבירט אראפצוהאנדלען שכ"ל. איך בין פשוט נישט דער סארט, איך שעם זיך און איך ווייס נישט וויאזוי מען טוט דאס. - איך קען דאס גראדע ערלויבן צו באצאלן, און איך צאל צייטליך יעדן חודש.

איינמאל הער איך ווי דער יוקאן איד אין מיין שול, א ביזנעסמאן, רעדט מעשה סוחר ביי א קופקע ווי ער באווייזט דורך א געוויסע פראטעקציע צו צאלן האלב פרייז, מיטן שלעפן דעם שוין אראפגעהנדלטן ביל און דערמאך דאס אפווישן מיט א קלענערע פעימענט.
מיגו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:33 pm

תגובה דורך מיגו »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב קיינמאל פראבירט אראפצוהאנדלען שכ"ל. איך בין פשוט נישט דער סארט, איך שעם זיך און איך ווייס נישט וויאזוי מען טוט דאס. - איך קען דאס גראדע ערלויבן צו באצאלן, און איך צאל צייטליך יעדן חודש.

.

ס'איז דא אסאך אזעלעכע ווי דו, זיי קענען נאר גראדע נישט ערלויבן.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

איין נקודה נאר
דאס וואס מאנכע טענה'ן אז מען זאל די עשירים שינדן די הויט און אויס שלעפן שכר לימוד פון זי דאס מערסטע, איז אויך נישט קיין עפעקטיווער מהלך
יעדער עושר וואס וואלט ווען געגעבן אסאך געלט פאר א צוועק, אויב באגייט מען זיך מיט אים מיט א רויבערישן צוגאנג, וועט ער באקומען דעם געפיל אז יענער וויל מיך סתם 'אויסזויגן', וועט ער מער קיין פרוטה אחת נישט געבן,
די זעלבע ביי שכ"ל, אידן עשירים וועלכע מען וואלט געקענט אסאך הנאה האבן מנדבת לבם הטוב [סך מער ווי די העכסטע שכ"ל], אויב וועט מען זיך באגיין מיט זיי ביי שכ"ל פרייזן, מעשה רויבער, וועט ער מהיום והלאה מער נישט וועלן געבן קיין פרוטה אחת פאר די מוסדות
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך האב קיינמאל פראבירט אראפצוהאנדלען שכ"ל. איך בין פשוט נישט דער סארט, איך שעם זיך און איך ווייס נישט וויאזוי מען טוט דאס. - איך קען דאס גראדע ערלויבן צו באצאלן, און איך צאל צייטליך יעדן חודש.

איינמאל הער איך ווי דער יוקאן איד אין מיין שול, א ביזנעסמאן, רעדט מעשה סוחר ביי א קופקע ווי ער באווייזט דורך א געוויסע פראטעקציע צו צאלן האלב פרייז, מיטן שלעפן דעם שוין אראפגעהנדלטן ביל און דערמאך דאס אפווישן מיט א קלענערע פעימענט.

די עיקר נושא דא איז פון די וואס האבען נישט צו באצאלען דאס ביז יעצטיגע וואס איז ליידער א גרויסע עולם
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8736
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובה דורך מי יודע »

זבחי צדק האט געשריבן:איין נקודה נאר
דאס וואס מאנכע טענה'ן אז מען זאל די עשירים שינדן די הויט און אויס שלעפן שכר לימוד פון זי דאס מערסטע, איז אויך נישט קיין עפעקטיווער מהלך
יעדער עושר וואס וואלט ווען געגעבן אסאך געלט פאר א צוועק, אויב באגייט מען זיך מיט אים מיט א רויבערישן צוגאנג, וועט ער באקומען דעם געפיל אז יענער וויל מיך סתם 'אויסזויגן', וועט ער מער קיין פרוטה אחת נישט געבן,
די זעלבע ביי שכ"ל, אידן עשירים וועלכע מען וואלט געקענט אסאך הנאה האבן מנדבת לבם הטוב [סך מער ווי די העכסטע שכ"ל], אויב וועט מען זיך באגיין מיט זיי ביי שכ"ל פרייזן, מעשה רויבער, וועט ער מהיום והלאה מער נישט וועלן געבן קיין פרוטה אחת פאר די מוסדות

דאס וואס דו זאגסט איז גאר א שטארקע נקודה, און להוי ידוע ס'איז נישט נאר ביי עשירים, ס'איז ביי יעדן, איך בין נישט קיין עושר אבער איך געב גענוג און נאך דא און דארט פאר מוסדות, איך האלט מיך שטרענג מיט מיין מעשר, אבער במציאות ווען ס'קומט צו די מוסדות ווי מיינע קינדער לערנען האב איך נישט דעם געפיל עפעס צו געבן בתורת נדבה, פון איין זייט העכערט מען דעם שכר לימוד יעדע שטיק צייט, בן גמלא איז א חיוב אויב צאלסטו נישט די פולע פרייז פון שכר לימוד, און פון די אנדערע זייט איז דער אומאפיצעלער סיסטעם אז יעדע צווייטע יאר האט מען נישט קיין גוטע מלמד, שפיר איך, דו מוסד טוסט כל מה שביכלתך צו באקומען געלט, אבער צושטעלן גוטע מלמדים איז גוט ווי פאר 30 יאר צוריק (נישט ממש, ס'איז היבש בעסער ווי אמאל, אבער נאך אלץ דא א גרויסע וועג צו גיין), ממילא געב איך וואס איך מוז, בפרט ווען איך האב שוין אויך געהערט (וואס איינער האט שוין געשריבן דא אויבן) פון כמה עניים ואביונים אז אין רחמים בדין, און 'יעדער' דארף צאלן עפעס, נישטא אזא זאך מ'צאלט גארנישט, סאו וואו גייט בן גמלא? נאך א אינקאם אזוי ווי טראנספארטעישאן מיט רעגיסטרעישאן, בוטשער רייסט מען די זיבעטע הויט מיט א תירוץ מוסדות ועוד ועוד, סא איך בעקיפין געב איך טאקע די מערסטע פאר די מוסדות, אבער במישרים האב איך מער א געפיל פאר אנדערע מוסדות ועניי ארץ ישראל, אדער סתם עניים ואביונים וואס גייען ארום אין ביהמ"ד אין געלט, א אפטע ערשיינונג, א איד קומט צו, דאס חינוך פון מיינע קינדער קאסט מיר זייער אסאך אפשר ווילסטו זיך משתתף זיין? וואס איז דאס טייטש? בן גמלא וויל נישט צאלן מיין שכר לימוד!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובה דורך שאינו יודע »

פיין געזאגט.

ובפרט ווען די הנהלה באגייט זיך צו די עלטערן ערגער ווי א פוד סטעמפ אפיס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
Flash light
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 31, 2015 4:09 pm

תגובה דורך Flash light »

וואס מאכט ענק טראכטן אס די מוסדות
האבן נישט קיין געלט
אהה?
ווייל זיי האבן אליין געזאגט

יש לו מנה רוצה מאתיים
איז ביי זיי אויך גולטיג

היינו טעמה די ֽֽ,head start, vouchers,tap
ועוד
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ס"ה פונעם גאנצען שמיעס ווייס איך שוין אז מען איז ארויף מיט 100 פער קינד,
אבער וויפיל גייט מען צאלן א חודש ס"ה פער קינד?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

היסטאריע האט געשריבן:סוף כל סוף ווען מען בויעט א נייער בנין מיט גלאזערנע טירן און מארבל טיילס איז דאס בלויז פאר די גבירישע קינדער, די סתם עמך קינדער דארפן דאס נישט, זיי האבן דאס נישט אינדערהיים אויך. - די טייערע דינערס וועלכע שלעפן אריין אין הונדערטער טויזנטער דאלער איז בלויז פאר די עליטע וועלכע געבן געלט נאר אויף דעם וועג, - פאר די ארעמעלייט איז גוט פיש און קוגל. די אלע טייערע קאלירטע בראשורן, וואס קאסט אפ אוצרות: שרייבערס, גרעפקיערס, דרוקן, פאסט, דאס אלעס איז צוליב די גבירים. טייערע ארטס און קרעפטס א.ד.ג. איז ווייל מען דארף געפעלן פאר די בעסערע יענטעס, נישט פאר המון עם. נו, ווילסט מען זאל ספענדן געלט, פילסט דיך גוט, באצאל! אזוי ווי דו באצאלסט פאר אלע אנדערע דיינע רצונות.
.

פיין געזאגט.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ס"ה פונעם גאנצען שמיעס ווייס איך שוין אז מען איז ארויף מיט 100 פער קינד,
אבער וויפיל גייט מען צאלן א חודש ס"ה פער קינד?

300 אדער 400 אדער 500 (אדער 600) געוואנדען לויטן עלטער פונעם קינד
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

א נארישע פראגע האב איך
וואס טוצעך מיט כל מזונותיו של אדם קצובים לו מר"ה ועד ר"ה חוץ מהוצאות שבת ויו"ט והוצאת בניו לתלמוד תורה ?????
עפעס בטחון דארף מען דאך האבען, נישט אזוי ???
איך מוטשע זיך אויך שטארק אבער מען שטופט אדורעך אויף עפעס א אופן,

נאך א פראגע ,
פארוואס דארף מען יעדע יאר נאכאמאל מאכן רעגיסטראציע ?? און עס קאסט עקסטרע געלט ??
איך גיב מיין קרעדיט קארטל, טשארדזש עס יעדע חודש יעדעס יאר ביז דער קינד גייט ארויס און שוין........ עס איז רגרינגער פאר ביידע זה נהנה וזה נהנה....נישט אזוי ???
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

גייט זיין א אסיפה?

כ'הער עפעס (נישט קראנט...) אז אדמו"ר מהרי"י האט געלייגט א האלד דערווייל אויף די העכערונג.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:א נארישע פראגע האב איך
וואס טוצעך מיט כל מזונותיו של אדם קצובים לו מר"ה ועד ר"ה חוץ מהוצאות שבת ויו"ט והוצאת בניו לתלמוד תורה ?????
עפעס בטחון דארף מען דאך האבען, נישט אזוי ???
איך מוטשע זיך אויך שטארק אבער מען שטופט אדורעך אויף עפעס א אופן,

אז איך מאך דעם חשבון, איז 'הוצאת בניו לתלמוד תורה' שוין פון לאאאאנג געדעקט, [לויט די וועידזשעס די מלמדים און טיטשערס]
דאס איבעריגע געטשארדזשעכצער, איז לכאורה פאר די גלאזערנע טירן און מארבל טיילס, און אלע טויזנט אנדערע שטותים, וואס איז נישט אין כלל, און קען געשניטן ווערן ...
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

זבחי צדק האט געשריבן:

גערעכט, אבער ווען מען שניידט, שניידט מען די מלמדים און נישט די גלאזערנע טירן
Sad,זאגט דער פרעזידענט
.
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

תגובה דורך זבחי צדק »

איינע פון מיין משפחה איז א טיטשער אין די מוסדות, איך האב זיך נאכגעפרעגט ביי איר וויפיל איז דער פלאן פון א רעיז צום קומענדן יאר, דער ענטפער איז לויטן חשבון ס"ה ווייניגער ווי 'פינף' פראצענט.....
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

נא_שכל האט געשריבן:כ'הער עפעס (נישט קראנט...) אז אדמו"ר מהרי"י האט געלייגט א האלד דערווייל אויף די העכערונג.

גארנישט געהערט דערפון, הלואי עס איז אמת, דעווייל שיינט עס ווי, wishful thinking
.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:א נארישע פראגע האב איך
וואס טוצעך מיט כל מזונותיו של אדם קצובים לו מר"ה ועד ר"ה חוץ מהוצאות שבת ויו"ט והוצאת בניו לתלמוד תורה ?????
עפעס בטחון דארף מען דאך האבען, נישט אזוי ???
איך מוטשע זיך אויך שטארק אבער מען שטופט אדורעך אויף עפעס א אופן,

נאך א פראגע ,
פארוואס דארף מען יעדע יאר נאכאמאל מאכן רעגיסטראציע ?? און עס קאסט עקסטרע געלט ??
איך גיב מיין קרעדיט קארטל, טשארדזש עס יעדע חודש יעדעס יאר ביז דער קינד גייט ארויס און שוין........ עס איז רגרינגער פאר ביידע זה נהנה וזה נהנה....נישט אזוי ???

דניאל כ'בין סתם נייגעריג פאר וויפל קינדער צאלסטו שכר לימוד? און וויפיל יאר צאלסטו שוין?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

זבחי צדק האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:א נארישע פראגע האב איך
וואס טוצעך מיט כל מזונותיו של אדם קצובים לו מר"ה ועד ר"ה חוץ מהוצאות שבת ויו"ט והוצאת בניו לתלמוד תורה ?????
עפעס בטחון דארף מען דאך האבען, נישט אזוי ???
איך מוטשע זיך אויך שטארק אבער מען שטופט אדורעך אויף עפעס א אופן,

אז איך מאך דעם חשבון, איז 'הוצאת בניו לתלמוד תורה' שוין פון לאאאאנג געדעקט, [לויט די וועידזשעס די מלמדים און טיטשערס]
דאס איבעריגע געטשארדזשעכצער, איז לכאורה פאר די גלאזערנע טירן און מארבל טיילס, און אלע טויזנט אנדערע שטותים, וואס איז נישט אין כלל, און קען געשניטן ווערן ...

און אזוי אויך די גלאזערנע טירן אין די אפיסעס אין צוויי און אכטציג, אדער גאר די צוואנציג פוסיגע דאך אינעם נייעם בוטשער אויף בעדפארד.

לכאורה איז אלעס אריינגערעכענט בהוצאת בניו לת"ת :roll:
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

רויט האט געשריבן:עס וואלט געווען בעסער געשריבן אזוי: [איך נעם נישט אויף מיין אחריות קיין שום שריט קעגן די מוסדות, נאר פשוט אלס מגיה]

ועד ההורים שע"י ישיבה תורה ויראה דרב"י ד'סאטמאר
קיין אדרעס דארף מען נישט שרייבן ווייל עס איז ממילא מובן לויט וועלכע ביהמ"ד די צעטיל הענגט.

מודעה נחוצה

הנני בזה להודיע לכל אנשי שלומינו הורי תלמידי מוסדותינו הק', אשר יתקיים אי"ה
אסיפה נחוצה
ביום ג' פרשת מטו"מ הבעל"ט
בשעה 10:00 לפנות ערב
בחדר זאב
שע"י בית מדרשינו בית יעקב נחמי' דקיט"ל - מירטעל עוו.
נושא האסיפה: לטכס עצה אודות קביעת שער השכר לימוד לשנת הלימודים הבעל"ט

השתתפות כאו"א נחוצה מאוד, למען הצלחת כל אחד ואחד

בכבוד רב

הועד ההורים

אויב איז דער צעטעל אמת איז דאס א געוואלדיגע דערגרייכונג.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

חדשות האט געשריבן:און אזוי אויך די גלאזערנע טירן אין די אפיסעס אין צוויי און אכטציג, אדער גאר די צוואנציג פוסיגע דאך אינעם נייעם בוטשער אויף בעדפארד.

לכאורה איז אלעס אריינגערעכענט בהוצאת בניו לת"ת :roll:

די גלאז און דאך אין די בוטשער איז אריינגערעכענט אין הוצאת שבת ויו"ט... ווייל די פלייש גייט דאך ארויף משוגענע פרייזן.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובה דורך לדעתי »

שלום עליכם טייערע אידן!

דער אמת איז, אז איך האב בכלל נישט וואס צו זוכן אין דעם אשכול, עס איז נישט פאר מיין עדש.

אבער!
ס'איז מיר אויסגעקומען צו שמיסן מיט מיין טאטע (וואס האט לכאורה נישט דא קיין ניק), א שטיל אידל פון ביהמ"ד, איבער די נושא פון שכר לימוד.
איך רעד פון א איד וואס האט אלע יארן געארבעט און זיך געמיטשעט מיט ברויט אין שטוב.
מאכט חתונה יעדע 1 אהאלב יאר ב"ה, און צו דער זייט א קינדער געבענטשטע שטוב.

פרעג איך אים, וואס גייט זיין ?

ס'הערשט א שטילקייט!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
טאטי...............! וואס איז געשעהן? .......................

מ'וועט שינדן די הויט! און מ'וועט באצאלן.

אוי טאטע אין הימל................ דערבארעם דיר אויף דיין אויסגעקאלפטע פאלק ישראל.

מיר האט נישט אזוי שטארק בארירט אז "מ'וועט באצאלן" ווי "מ'וועט שינדן די הויט". ודי............................
פארשפארט

צוריק צו “דעת הקהל”