לאמטערנע - אייוועלט אויסגאבע #2 - קיץ תשע"ז
מיר ווילן זיך אנטשולדיגן פאר די וואס האבן פרובירט צו קויפן אויף די לאמטערנע סייט און האבן זיך אנגעשטויסן אין שוועריקייטן. אזוי ווי דער סייט איז צוזאמענגעשטעלט געווארן אין איילעניש זענען זאכן נישט אויפגעסעט געווארן ריכטיג. מיר האבן ב"ה באוויזן צו פאריכטן די פראבלעמען, און מ'קען שוין קויפן אויפ'ן סייט, סיי מיט פעיפעל און סיי מיט א קרעדיט קארטל.
- טראבל מעיקער
- שר האלף
- תגובות: 1618
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm
- לאקאציע: ווי איך געפין מיך דאס פלאץ
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 251
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm
- נא_שכל
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4322
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם הדמיון
איך שיהיה האט געשריבן:איך האב נישט געליינט ביז אהער אלע תגובות, כ' האב געוואלט אויסלויבן ספעציעיל די ארטיקל איבער ר' ישראל ובנו משה לאנדא, וואס איז גאר מייסטערהאפטיג באשריבן, איך וויל נאר אנפרעגן ווי קען מען זעהן די מחזור מראשית השנה די סוכות באנד??
לכאורה דארף עס צו זיין דאס, מחזור לסוכות, אבער כ'מיין אז ס'דא א פריערדיגע, וואס האט בלויז א לשון קודש'דיגע ביאור.
אויף פסח איז דא אויף היברו בוקס http://beta.hebrewbooks.org/43191
כ'האף אי"ה מיט די צייט צו מאכן א שיינער אשכול פון די גאנצע באשרייבונג.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 251
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm
-
- שר העשר
- תגובות: 29
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm
-
- שר העשר
- תגובות: 29
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 366
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2009 1:11 am
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 251
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 2:01 pm
- בערל קראקאווער
- שר חמש מאות
- תגובות: 769
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
- לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן
איך טרעף נישט קיין אשכול איבער די זעלטן רייכער ארטיקל ''אב ובנו'' פון ר' ישראל ובנו ר' משה לאנדא פון פראג.
איך האב עס נעכטן גענדיגט לעזן, הו הא, א זעלטנהייט פון א רייך שטיק היסטאריע, א מאסיווע פארש ארבייט.
א שיינעם דאנק.
איך האב עס נעכטן גענדיגט לעזן, הו הא, א זעלטנהייט פון א רייך שטיק היסטאריע, א מאסיווע פארש ארבייט.
א שיינעם דאנק.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 362
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
- לאקאציע: office
בערל קראקאווער האט געשריבן:איך טרעף נישט קיין אשכול איבער די זעלטן רייכער ארטיקל ''אב ובנו'' פון ר' ישראל ובנו ר' משה לאנדא פון פראג.
איך האב עס נעכטן גענדיגט לעזן, הו הא, א זעלטנהייט פון א רייך שטיק היסטאריע, א מאסיווע פארש ארבייט.
א שיינעם דאנק.
יישר כח פארן אויפברענגען דעם ארטיקל.זייער א רייכע ארטיקל
music helps your mood
כא כא כא האט געשריבן:איז שוין דא אן אשכול איבער דעם ארטיקל פון 'אן עצה פון דעם אידישן קעניג'?
viewtopic.php?f=3&t=14396
טריסקער האט געשריבן:כא כא כא האט געשריבן:איז שוין דא אן אשכול איבער דעם ארטיקל פון 'אן עצה פון דעם אידישן קעניג'?
viewtopic.php?f=3&t=14396
גרויסן יישר כח רבי טריסקי
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
לאך פון די וועלט
-
- שר העשר
- תגובות: 29
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm
לכבוד אלע חשוב'ע חבירים וואס האבן באשטעלט לאמטערנע אויף די פאסט, כ"א בשמו יבורך.
אזויווי די סטעף פון לאמטערנע ארבעט גענצליך שלא ע"מ לקבל פרס, און קיין עדווערטייזמענטס איז אויך נישט דא צוליב טעכנישע סיבות, דעריבער האט לאמטערנע 'נישט' קיין אינקאם. דאס מיינט אז מיר קענען נישט דרוקן טויזנט שטיק און אפי' אויב ס'בלייבט איבער אביסל וועט זיך עס שוין אויסצאלן, ווייל עס איז נישט דא פון וואו.
דעריבער האבן מיר מסדר געווען אז מ'זאל עס קענען קויפן ביי לולו, וואס זייער סיסטעם איז אז זיי דרוקן נאר לויט וויפיל ארדערס זיי באקומען, ממילא וועלן מיר נישט בליין מיט איבריגע סחורה און א לאך אין קעשענע.
האט זיך אבער געשאפן א פראבלעם אז לולו איז געבלאקט דורך רוב פילטערס. האבן מיר דעריבער נישט געשפארט קיין צייט און קיין כוחות און אויפגעשטעלט אן אייגענעם סייט וואס פארקויפט נאר לאמטערנע, אזוי אז די פילטערס זאלן דאס דורכלאזן. דא איז אבער ווייטער דא דעם פראבלעם פון בלייבן מיט איבריגע סחורה, האבן מיר געפלאנט צו באשטעלן אויף לולו יעדע 2-3 טעג לויט וויפיל ארדערס ס'איז אריינגעקומען.
ענדליך, נאך עטליכע טעג ארבעט איז דער סייט פארטיג געווארן, און מ'ווארט ס'זאל אריינקומען ארדערס.
און מ'ווארט.
און מ'ווארט.
נאך עטליכע טעג ווארטן איז אריינגעקומען קוים עטליכע ארדערס!
האבן מיר מחליט געווען אז ס'איז מער נישט קיין תכלית. מיר האבן באשטעלט 4 קאלירטע און 12 שווארץ און ווייסע, אז פאר די נעקסטע פאר ארדערס זאלן מיר האבן.
דאס איז געווען סוף פאריגע וואך. עטליכע מינוט צוריק האב איך באקומען אן אימעיל אז זיי האבן עס ענדליך ארויסגעשיקט, און עס וועט אנקומען אי"ה שבת.
זונטאג איז די פאסט אפיס פארמאכט.
אלזא, די פריסטע וואס איז שייך עס ארויסצושיקן איז נעקסטע וואך מאנטאג.
מיר בעטן אנטשולדיגונג פאר די פארשפעטיגונג. ביטע נעמט אין באטראכט די ארבעט וואס אהערשטעלן די געדרוקטע לאמטערנע האט געקאסט (ס'האט מיר געדויערט איבער א וואך ארבעט!) און אז נאך אלעם האבן זיך די הוצאות נאך ווייט נישט געדעקט, און נישט זיין בייז.

מיט האפנונג אויף פארשטענדעניש,
הק' זי"ת
הק' זי"ת
- שמעלקא זאפטיגער
- שר האלפיים
- תגובות: 2836
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטינקען
- פרישער בחור
- שר העשר
- תגובות: 17
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:59 pm
- לאקאציע: פארשוויצט
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מכה בפטיש און 20 געסט