לאמטערנע - אייוועלט אויסגאבע #2 - קיץ תשע"ז

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג יוני 30, 2017 10:16 am

רבותי איר האט נישט קיין השגה וואספארא שווערע ארבעט עס איז אריין דערין, וכאן המקום להביע תודותינו פארן הויפט רעדאקטאר מוה"ר שאול וואהל הי"ו, וואס האט אריינגעלייגט שווערע שווערע צענדליגע שעות פון ארבעט, מחשבה, פירערשאפט און אלעס מיט א שמייכל און רואיגקייט, עס איז צום באוואונדערן זיין ישוב הדעת שלות הנפש און איבערגעטראכטקייט, והרבה הרבה יותר ממה שקריתי לפניכם כתוב כאן, מיר האבן נישט די ווערטער אים צו באדאנקען, בלויז השי"ת קען אים באצאלן פאר דעם!

און אלעס בלויז, נישט פאר געלט, נישט פאר כבוד, נאר מיטן איינעם ציל אהערצושטעלן ערליכע כשר'ע לייען מאטריאל אויף אזא הויכע ניווא און קאליבער, גענצליך חינם אין כסף, אז איר זאלט קענען הנאה האבן און געניסן שעות פון קורת רוח אויף א היימישן שטייגער!

יישר כח, שמעלקא זאפטיגער

די לאמטערנע טיעם

בשם די טויזנטער צופרידענע אייוועלט באנצוער און לאמטערנע ליינער.
אז דו ווילסט מיטהאלטן די ענדע פון "די מיסטריעזע טאשקע", זיי מוחל שרייב ווי א באזעסענער מענטש!



אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 15699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג יוני 30, 2017 12:31 pm

א גראבער הויכער שכח!

אבער ווען וועט זיין עוועילעבעל ארויסצופרינטן?

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » פרייטאג יוני 30, 2017 12:48 pm

די לאמטערנא איז צו באקומען ביי??
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

שבתי בוים
שר חמישים
תגובות: 86
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » פרייטאג יוני 30, 2017 12:58 pm

הערליכע ארבעט.
די שאלה ביי רבי אביגדור מיללער איבער עיברעהעם לינקאלן וואלט מען געמעגט אויסלאזן, וסכנה יש בדבר וד''ל

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

אנאדער דזשאב וועלל דאן!!!!!

תגובהדורך tech yid » פרייטאג יוני 30, 2017 1:21 pm

ממש משוגע צי ווערן, העכסטע פראפעסיאנאלע ארבייט!!!
אזא סופרייז!!!


ווי קען מען עס קויפן?

אוועטאר
לאדיךארויס
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 4:09 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך לאדיךארויס » פרייטאג יוני 30, 2017 1:23 pm

שלום עליכם...

כ'האב נאכנישט רעכט דורכגעבלעטערט דעם אויסגאבע, אבער קודם א ריזיגן יישר כח פאר אלע וואס האבן געארבעט פארן פראיעקט! כ'ווייס נישט וויפיל עס ווייסן, אבער אין אזא פראיעקט איז געווענליך אינוואלווד עטליכע שלאפלאזע נעכט.

(זכרנו ימים מקדם ווען איך פלעג זיצן מיט ענדע צדיק פארן מי מנוחות אויסגאבע, אן ארבעט וואס איך וואלט היינט געטשארדזשד ארום זיבן אכט הונדערט דאלער, אבער געארבעט האבן מיר דאן פאר אומזיסט... אלזא דארף מען יעצט אינזינען האבן די וואס האבן געארבעט דערויף ווי גלייך זיי האבן מנדב געווען א ריזיגע סומע געלט און שווייס פאר אידישע וועלט.)
פרעג נישט וואס אייוועלט קען ביישטייערן פאר דיר - פרעג וואס דו קענסט ביישטייערן פאר איר

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » פרייטאג יוני 30, 2017 1:30 pm

מאסיווע ארבעט!

א דאנק פאר די וואס האבן אוועקגעגעבן פון זייער צייט צו שענקען הנאה פאר אנדערע, ישלם ה' שכרם.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג יוני 30, 2017 4:46 pm

הערליכע קנאקדיגע ארטיקלן, איינס ביי איינס. אלעס שיין רעדאגירט. א דאנק אלע שרייבער, רעדאגירער'ס, גראפיקער'ס, איבערהויפט 'וואוילע שעפעלע' און שמעלקע דער זאפטיגער, און משה מאשקאוויטש.

א קליינע באמערקונג איבער די ארטיקל פון "קאנטרי-ווערסיע", קענט איר זען אין די גריל אשכול.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
טיפיקעל
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » פרייטאג יוני 30, 2017 5:53 pm

גייט נאך היינט זיין די היי רעזש?

זכריה ירוחם תנחום
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 10:07 pm

תגובהדורך זכריה ירוחם תנחום » פרייטאג יוני 30, 2017 6:20 pm

די היי רעזאלושען איז שוין דא, ס'נאר דא פראבלעמען מיט'ן ארויפלייגן אויף אייוועלט.

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » פרייטאג יוני 30, 2017 6:23 pm

זכריה ירוחם תנחום האט געשריבן:די היי רעזאלושען איז שוין דא, ס'נאר דא פראבלעמען מיט'ן ארויפלייגן אויף אייוועלט.

ס׳וועט נאך זיין פאר שבת?

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

פונעם גראפיקערס טישל

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 02, 2017 6:29 am

שוין, און יעצט האב איך בעזרת אדון כל דערגרייכט אל המנוחה ואל הנחלה... מאכנע שפירן דעם מנוחה דערגרייכנדיג אל ההרים ואל הגבעות, אין די שויס פון נאטור וועלכע שפיגלט זיך אפ אויף די מאונטענס בערג, אבער ביי מיר פארמאגט דאס גענצליך א אנדערע סארט דערהער.

נאך וואכן לאנג פון שווערע הארעוואניע, ווידמענענדיג יעדע איבעריגע מינוט פונעם אנגעלייגטן סדר היום פארן אט די פראיעקט, ווערט ענדגליטיג פארפארטיגט די אומגלויבליכע 'לאמטערנע נומער 2'. אנדערש ווי ביים ערשטן אויסגאבע איז דאסמאל אויסגעוועהלט געווארן דעם 'שהצניעות יפה לה', און אן קיין עקסטערע פראפעגאנדע האט זיך געווידעמעט פון אונטער די קוליסן א העכסט געהיימע שפאנונג, ווי די 'לאמטערנע שטאב' זיצט שוין וואכן און חדשים און ארבעט איבערמידלעך אויף א זעלטן אינהאלטסרייכער אויסגאבע, פון איבער הונדערט בלעטער אנגעפילט מיט רייכע ארטיקלן.

עס דארף אנגעמערקט ווערן, אז פון איין זייט איז טאקע אויסגעוועהלט געווארן דעם צניעות, און עס איז אנגעהאלטן געווארן א גענצליכער שטיל-שווייגעניש מטעם די שטאב, איז עס אבער פון דער אנדערער זייט געווען א שווערע באשלוס, זאגאר, פונקט ווי די קאר דארף די מינימאלע גאזאלין פארענדיג אויפן שאסיי, גענוי די זעלבע זענען מיר, מענטשליכע געוויקסן, אנגעוואנדן אין די 'שפאנונג סומאטאכע' וועלכע ברענגט אריין ענערגיע און מוט צווישן די ארבעטער ווייטער אנצוגיין.

טראצדעם, איז געפאסט געווארן די באשלוס דורך די הויפט רעדאקטאר וועלוול סופר און שמואל זאפיר אנצוגיין מיטן מלאכת הקודש פון אונטער פארשלאסענע טירן, און בלויז געציילטע ניקס זענען אנגעזאגט געווארן איבער די פריידיגע בשורה, דארפענדיג צוקומען צו זייער הילף ארויסצוברענגען די אויסגאבע צום העכסטן מאס סוקסעס. די סיבה דערצו איז געווען זייער פשוט און אויפריכטיג, זאגאר מיר זוכן תוכן. מיר זוכן רייכקייט. מיר זוכן א אינהאלטסרייכע פארמאט פון א אויסגאבע. זייענדיג אומגעבינדן צו סיי וואספארא סארט דרויסענדע דרוק, פרעשור אדער אומ-אינהאלטסרייכע איינדרוק, האט זיך געלאזט ארבעטן אויפן אויסגאבע מיט א רואיגקייט, פארזיכערענדיג אז מיר דערגרייכן אונזער אגענדע, און מיר שטעלן אבער פאר די חשובע ליינער 'א שטראל אין די אידישע וועלט'. עפעס וועלכע איז נאך קיינמאל נישט געווען.

ווי איר וועט זיך אליינס איבערצייגן איז דאסמאל געבראכן געווארן היסטאריע, ארויסברענגענדיג א אויסגאבע וועלכע פארפיגט אין זיך שרייבעריי פון אלע סארטן, דורכגייענדיג היסטארישע אנטוויקלונגען, אידישע מיינונגען, וועלטליכע פאסירונגען, קאשמישע געשיכטעס, ווייטאגליכע נאטיצן, השקפה'דיגע שפאקטיוון און אלעס אינדערמיט. ווערנדיג איבערגעגעבן אין א הערליכע פארמאט און אויפלאגע.

יעצט, האלטענדיג די פענע אין האנט, וואלט איך געוואלט אויסדרוקן מיין טיפע הכרת הטוב צו מיין פריינט און ידיד כל בית אייוועלט, האברך החשוב 'וועלוול סופר', וועלכער האט אוועקגעגעבן זיין גאנצער מהות און וועזן למען הצלחת הפראיעקט, נישט שפארענדיג אויף קיין שום צייט און פלאג. ער איז דער וועלכער האט פארמירט א אויסערגעווענליגער שטימונג אינערהאלב די שטאב, ווערענדיג געבענטשט מיטן ריכטיגן שכל הישר אין א יעדע צייט, אנגעהויבן פון די ערשטע מאמענטן זוכענדיג שרייבעריי, אוועקגעבענדיג שעות פאר יעדע קליינע דעטאל, הג"ה, און אלע טעכנישע אנגעלעגנהייטן, און וואס נישט... . עס איז עפעס וועלכע קען נישט איבערגעגעבן ווערן דורכן בלויזן פענע, און עפעס וועלכע וועט ווירקליך קיינמאל נישט קענען ריכטיג באדאנקט ווערן (די גראפיקס איז עפעס וועלכע אלע כאפן זיך צו, אבער וויסן זאלט איר אז דער רעדאקטער פארמאגט א שווערערע ארבעט... איינער וועלכער קען שטיין איבער א גראפיקער און אים פאראויס שטיפן פארמאגט א שווערע אויפגאבע... אדרבה, פרעגט וועלוול...).

ווי פארשטענדליך דארף באדאנקט ווערן ידידינו הגדול, הרב שמואל זאפיר, וועלכער איז געווען דער פונדאמענטאלער באזיס פונעם גאנצן פראיעקט. דיין שטופ און געהויבענע געמוהט איז עפעס וועלכער איז געווען די ריכטיגע באלאנסירטע מאס גאזאלין פארן פראיעקט.

אין דער זעלבער צייט וואלט איך זיך געוואלט באדאנקן פאר ידידי האב 'געקלערט', מבין נפלא בעניני נגינה, וועלכער האט מיר גאר אסאך ארויסגעהאלפן מיטן אינטערוויא מיטן מוזיק ריז יואלי דיקמאן, אוועקגעבנדיג פיל מיט צייט פון זיין פארנומענער סדר היום.

ליינטס און האט הנאה.
לעצט פאראכטן דורך משה מאשקאוויטש אום זונטאג יולי 02, 2017 6:57 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג יולי 02, 2017 6:47 am

Wow, unbelievable

ערשט יעצט באמערקט, כ'האב טאקע דערווייל נאר געזעהן די דעקל

אבער ס'קוקט אויס ווי א מייסטער ארבעט

זאל דער רבש"ע שיקען ברכה והצלחה פאר די אלע וואס האבן א חלק דערין

כה לחי ;l;p-
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג יולי 02, 2017 6:56 am

לאמטערנע האט געשריבן:דאס איז בלויז די לאו רעז.


וואס איז אנדערש לאו רעז. פון היי רעז?

כ'האב אויך געהאט די קשיא ביי מי מנוחות, ווייל איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיין חילוק
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
משה מאשקאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 05, 2015 2:47 pm

תגובהדורך משה מאשקאוויטש » זונטאג יולי 02, 2017 6:58 am

געשמאקער האט געשריבן:
לאמטערנע האט געשריבן:דאס איז בלויז די לאו רעז.


וואס איז אנדערש לאו רעז. פון היי רעז?

כ'האב אויך געהאט די קשיא ביי מי מנוחות, ווייל איך האב קיינמאל נישט געזעהן קיין חילוק

די לאו רעיז איז די גראפיקס נישט קלאר ווען מען דרוקט עס ארויס. סתם אזוי, אויפן לאו רעיז איז די אויפלאגע אויסגעלייגט לויט spreads, עפעס וועלכע שטימט נישט ווען מען וויל עס ארויסדרוקן. והבן.
הלואי ווען איך קען ווען טוישן מיין ניק נאמען, כ'וואלט עס שוין לאנג געטוהן...

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג יולי 02, 2017 7:26 am

הבנתי, שכח פאר די הסברה, הצלחה רבה

אן עקסטרע שכח פאר דיינע מייסטערווערק וואס די לייגסט אריין
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
לאמטערנע
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

לאמטערנע 2 - היי רעזאלושען

תגובהדורך לאמטערנע » זונטאג יולי 02, 2017 11:33 am

מיר האבן יעצט ארויפגעלייגט די היי רעזאלושען דורך דראפבאקס.

ביטע נאר דרוקן די לינק איין מאל, און נאר אויב איר ווילט עס פרינטן, כדי נישט צו שאפן קיין פראבלעמען פאר אנדערע אידן.

viewtopic.php?p=1473260#p1473260

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יולי 02, 2017 11:54 am

לאמטערנע האט געשריבן:מיר האבן יעצט ארויפגעלייגט די היי רעזאלושען דורך דראפבאקס.

ביטע נאר דרוקן די לינק איין מאל, און נאר אויב איר ווילט עס פרינטן, כדי נישט צו שאפן קיין פראבלעמען פאר אנדערע אידן.

viewtopic.php?p=1473260#p1473260


יישר כח!

איידער איך דרוק, וויל איך וויסן, אויב מ'גייט קענען קויפן א הארד קאפי ערגעץ?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לאמטערנע
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 2:25 pm

תגובהדורך לאמטערנע » זונטאג יולי 02, 2017 11:56 am

מ'ארבעט יעצט ס'זאל זיין צו באקומען הארד קאפיס (פול קאלארד) אויף עמעזאן.

אין די געשעפטן וועט עס לכאורה נישט זיין צו באקומען.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יולי 02, 2017 12:05 pm

לאמטערנע האט געשריבן:מ'ארבעט יעצט ס'זאל זיין צו באקומען הארד קאפיס (פול קאלארד) אויף עמעזאן.

אין די געשעפטן וועט עס לכאורה נישט זיין צו באקומען.

פערפעקט, נאך בעסער.
אזא אויסגאבע, ברויך מען קענען אוועקלייגן...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

כא כא כא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » זונטאג יולי 02, 2017 12:15 pm

מיט גדר קען איך עס דערווייל נישט דאון לאודן
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט

אוועטאר
ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1117
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג יולי 02, 2017 12:18 pm

כא כא כא האט געשריבן:מיט גדר קען איך עס דערווייל נישט דאון לאודן
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » זונטאג יולי 02, 2017 1:14 pm

שאקס! שטא קיין ווערטער;

אוועטאר
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג יולי 02, 2017 4:18 pm

זעענדיג די יעצטיגע לאמטערנע ערשיינען האב איך באלד געזען אז דאס איז א ריכטיגע מייסטערווערק, די הערליכע פראפעסניאלע אויג ציעענדע גראפיקס אין באגלייטונג פון פולע תוכן׳דיגע ארטיקלען האבן געוויזן אז דא האט אייוועלט דעליווערד א הערליך געשמאקע אויסגאבע וואס דארף דורכגעליינט ווערן צוביסלעך מיט א רואיגקייט, און נאר אזוי וועט מען קענען ארויסנעמען די גאנצע אינהאלט וואס אונזערע טייערע חבירים האבן דא אריינגעלייגט בלויז פאר אונזער הנאה.

צום ערשט קומט זיך א ריזן דאנק פארן אניאאמע רעדאקטער ״וועלוועל״ וואס האט אנגעפירט די גאנצע פראיעקט ווי עס דערקענט זיך זיין געניטע ארבעט לכל אורך הלאמטערנע. דערנאך קומט זיך א געוואלדיגע יש״כ פאר אונזער גראפיקער ״משה מאשקאוויטש״ וואס האט אראפגעלייגט א געשמאקע אויג זעטנדע עבודה אז עס גלוסט זיך צו מישן בלאט נאך בלאט.
אוודאי דארף מען עקסטער פערזענליך באדאנקען יעדע שרייבער וואס האט אריינגעלייגט טאלאנט, צייט, און כח, אין די אויסגאבע. אבער ווי געשריבן גיי איך אי״ה דורכליינען די אויסגאבע במתינות און אפגעבן דעם פערזענליכן ישר כח פאר איטליכע שרייבער בכבודו הראו ווי עס פאסט. די שרייבער באקומען נישט באצאלט אין געלט וואלוטע, לאמיר זיי כאטש באדאנקען אזוי ווי עס קומט זיך זיי.

- - -

אקארשט אפגעליינט/געלערנט די אזוי טרעפליכע ווערטער פון אונזער מייסטער שריפטשטעלער ״וואוילע שעפעלע״ אין די יורד לחדרי בטן׳דיגע עדיטאריעל ווי ער שמועסט אויס די קריטיש וויכטיגע נקודה פון התבוננות, זיך נישט צו לאזן מיטלויפן מיטן אלגעמיינם שטראם און אויסנוצען די רואיגע זומער טעג פאר אביסל מחשבה. געשמאק און פראפעסינאל געשריבן! אנגעפולט מיט ערליך אידישע תוכן! קורץ און שארף! א 110!
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 517
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

תגובהדורך געקלערט » זונטאג יולי 02, 2017 4:27 pm

משה ! Thanks for your kind words ס'איז א פארגעניגען צו ארבעטן מיט דיר, ביסט א אינגערמאן איין שטיק שעפערישקייט און טאלאנט, אן דיר וואלט לעמטערנע נישט געווען לאמטערנע, און בד'וו דיינע צוויי ארטיקלען זענען איין שטיק ארט, דו האסט אן אבנערמאלן רייכן פעדער,

גיי מיר יעצט געהעריג ארויספרינטן דעם לאמטערנע, און אדורך ליינען אלע ארטיקלעך בכובד ראש, און דערנאך געהעריג קאמענטירן,


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט