זאל מען מבטל זיין די קאנטרי'ס (קאנטשרי"ס בלע"נ)? - אנקעטע

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זאל מען מבטל זיין די קאנטרי [קאנטשרי בלע"נ]

יא!!, אויסרייסן לגמרי, א געלט שווענדעריי צי וואס פעלט עס אויס?
15
21%
נאר פאר כולל יונגעלייט
1
1%
נאר פאר כלי קודש
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
נאר אויב די מענער זענען דארט א גאנצע וואך
11
16%
נאר אויב מען בלייבט דארט וואוינען א גאנץ יאר
16
23%
נאר אויב די מענער זענען אין שטאט א גאנצע וואך
2
3%
עס זאל בלייבן ווי אזוי ס'איז יעצט, אפגעזעהן וויפיל ס'קאסט
3
4%
מען זאל עס איינטוישן מיט האטעלן
3
4%
מען זאל עס איינטוישן מיט ווינטערייזד הייזער
0
נישטא קיין אפגעגעבענע שטימען
גענוג פיר וואכן
7
10%
גענוג צוויי וואכן
10
14%
איין וואך איז פונקט גענוג
2
3%
 
סך הכל שטימען: 70

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

זאל מען מבטל זיין די קאנטרי'ס (קאנטשרי"ס בלע"נ)? - אנקעטע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זאל שוין זיין נאך אן אנקעטע:
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום מיטוואך יוני 28, 2017 3:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

קאמפליצירטע אנקעטע.

קאנטרי האט 2 סיבות נישט צו גיין. ס'קאסט א ים מיט געלט, און אז די מענער זענען נישט דארט.

2 סיבות יא צו גיין. א מענטש דארף נעמען וואקאציע, די קינדער דארפן די פרייע פלאץ וואס איז נישטא אין שטאט.

ממילא לכתחילה האב איך געוועלט אז מ' זאל דארט בלייבן א גאנץ יאר אזוי האסטו פארדינט ביידע מעלות, און פארשפארט ביידע חסרונות.

די 2' טע אפציע האב איך געוועלט אז די מענער זאלן דארט זיין, אבער די געלט פראבלעם בלייבט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

זאגט מיר איינער וואס וואוינט אין צענטער פון קר"י ערגעץ אריינגעקוועטשט אויפן 5'טן שטאק אנע עלעוועיטער, אז ער גייט עמטליך אין קאנטרי גאנץ זומער. צוביסלעך ווערט קאנשרי אויך א סטאנדארד פאר די וואס וואוינען נישט אין די סיטי.
צד תמות
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 05, 2015 2:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צד תמות »

ספעלט א אפציע עס צו מאכן פאר בלויז 2-3 וואכן אזוי אין אייראפע ואר"י, אי וואס דאס שפארט אסאך געלט, און אי אז די מענער קענען געווענליך דארט בלייבן.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

ר' יום טוב האט געשריבן:זאגט מיר איינער וואס וואוינט אין צענטער פון קר"י ערגעץ אריינגעקוועטשט אויפן 5'טן שטאק אנע עלעוועיטער, אז ער גייט עמטליך אין קאנטרי גאנץ זומער. צוביסלעך ווערט קאנשרי אויך א סטאנדארד פאר די וואס וואוינען נישט אין די סיטי.

פון דעם וואס איינער גייט ווערט עס נאכנישט קיין סטאנדארט. פון שרייבן אז עס ווערט די סטאנדארט, יא...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א מחי' »

ר' יום טוב האט געשריבן:זאגט מיר איינער וואס וואוינט אין צענטער פון קר"י ערגעץ אריינגעקוועטשט אויפן 5'טן שטאק אנע עלעוועיטער, אז ער גייט עמטליך אין קאנטרי גאנץ זומער. צוביסלעך ווערט קאנשרי אויך א סטאנדארד פאר די וואס וואוינען נישט אין די סיטי.

ער וואוינט דאך יא... :roll:
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

ווי מער קרית יואל גייט משנה זיין די צורה פון suburban צו urban אלס מער מענטשן גייען אנהייבן אוועקצופאר זומער.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

זאכליך האט געשריבן:ווי מער קרית יואל גייט משנה זיין די צורה פון suburban צו urban אלס מער מענטשן גייען אנהייבן אוועקצופאר זומער.

בכלל נישט עס האט גארנישט צו טוען צו מען וואוינט אין א סיטי אדער אין א שטאט,
עס האט פלעין מיט די ווינד די מציאות איז כהיום יום אז אין וויליאמסבורד פארט מען און אין קרית יואל נישט צו די ווינד גייט זיך טוישן אין איינע פון דעי צוויי פלעצער קען זיין אבער אז עס האט מיט די צאל דירות אין שטאט איז נעריש צו זאגן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

הערטס שוין אויף מיט "מבטל זיין" און מאכן "תקנות". מענטשן מעגן ניצן אליינס די שכל און טון וואס קומט זיי אויס גוט. ס'איז דא פארוועם קאנטרי איז א גוטע זאך, און ס'איז פארוועם נישט.
נאר וואס יא? ווי שוין עטליכע מאל ערווענט דא אויפ'ן וועלטל, וואלטן מוסדות געדארפט גיבן די אפציע פאר עלטערע קינדער צו קענען בלייבן אין שטאט. אדערווייס קען יעדער פאר זיך מחליט זיין וואס צו טון
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

קאנטשרי זענען מענטשן נישט אזוי ווייט געצווינגען פון קיינעם צו גיין
אויב עפעס זאלן קאנטשרי'ס ווערן יישובים פאר א גאנץ יאר, העכסטענס וועט מען קומען וויזיטין פאר א וואך וויקאציע קיין בעדפאר און מרטעל עוועניוס זיך אויסצוליפטערן אין די רוישיגע גאסן.
אוועטאר
טשעסטנאט רידש
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:23 pm
לאקאציע: בלומענגבערג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעסטנאט רידש »

דריידל האט געשריבן:הערטס שוין אויף מיט "מבטל זיין" און מאכן "תקנות". מענטשן מעגן ניצן אליינס די שכל און טון וואס קומט זיי אויס גוט. ס'איז דא פארוועם קאנטרי איז א גוטע זאך, און ס'איז פארוועם נישט.
נאר וואס יא? ווי שוין עטליכע מאל ערווענט דא אויפ'ן וועלטל, וואלטן מוסדות געדארפט גיבן די אפציע פאר עלטערע קינדער צו קענען בלייבן אין שטאט. אדערווייס קען יעדער פאר זיך מחליט זיין וואס צו טון

זייער גוט געזאגט מ'לעבט היינט אין א נאכמאכן דור אלע קוקן וואס אלע טוהן... ס'איז אזוי ביי די גוים אויך,סטאדי'ס ווייזן אז ריזיגע פראצענטן 'ווילן' מבטל זיין זייער דעת פאר'ן דעת הקהל.
קוקט למשל אויף עמעזאן ביי יעדע זוך וועט ער זאגן וואס דער 'עולם' קויפט, למנפ''מ?! דאס אז אסאך קויפן דאס מיינט אז איך דארף עס אויך? יא. עמעזאן האט איינגעזעהן פון אייגענע ערפארונג אז א אייטעם וואס ליגט ביי 'פאפולער אייטעמס' פארקויפט זיך ווי מצה וואסער... פרעג פארוואס
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6413
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זאכליך האט געשריבן:קאנטרי האט 2 סיבות נישט צו גיין. ס'קאסט א ים מיט געלט, און אז די מענער זענען נישט דארט.

2 סיבות יא צו גיין. א מענטש דארף נעמען וואקאציע, די קינדער דארפן די פרייע פלאץ וואס איז נישטא אין שטאט.

ממילא לכתחילה האב איך געוועלט אז מ' זאל דארט בלייבן א גאנץ יאר אזוי האסטו פארדינט ביידע מעלות, און פארשפארט ביידע חסרונות.

אז מען וואוינט דארט א גאנץ יאר , ווי אזוי איז די צורך פון וואקאציע ??
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”