דעת הקהל אויף חתונות נוסח רבי יואל ראטה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלט געווען א גוטע זאך צו איינפירן מאכן חתונות נוסח יואלי ראטה? דעת הקהל

יא
210
77%
ניין
61
23%
 
סך הכול שטימען: 271

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » דאנארשטאג יוני 29, 2017 3:49 pm

SPUSMN האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:צום קעפל בנוגע ''ליל החתונה''

די גאנצע זאך אז ארויס פון רעליעטי.. ווייל א תקנות ליל החתונה קומט אויס בערך 5 טויזענט פער צד

אז מען וועט עס מאכן אין א ביהמ''ד (לויט די חלומות... מודה אני...) וועט עס קאסטען מינומום דריי טויזענט פער צד [נישט יעדער האט בחורים צו קאכען פיש... און אנצושטעלן די MP3]


סך הכול רעדט מען פון 2 טויזענט דאלער

עס קאסט א סאך מער ווי 5000 א צד.

איך רעדט פון פרדס זאל ווען מען האלט זיך צי די זמנים

אזוי אויך וועט א ביהמ''ד חתונה וועט קאסטען מער ווי 3000 פער צד

און ווי @זבחי האט ארויסגעברענגט איז דער פראבלעם נישט דער ליל החתונה

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג יוני 29, 2017 3:55 pm

נישט נאר די ליל החתונה כצ"ל
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11913
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג יוני 29, 2017 3:59 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:
א. טראכטער האט געשריבן:צום קעפל בנוגע ''ליל החתונה''

די גאנצע זאך אז ארויס פון רעליעטי.. ווייל א תקנות ליל החתונה קומט אויס בערך 5 טויזענט פער צד

אז מען וועט עס מאכן אין א ביהמ''ד (לויט די חלומות... מודה אני...) וועט עס קאסטען מינומום דריי טויזענט פער צד [נישט יעדער האט בחורים צו קאכען פיש... און אנצושטעלן די MP3]


סך הכול רעדט מען פון 2 טויזענט דאלער

עס קאסט א סאך מער ווי 5000 א צד.

שוין פריער דערמאנט, אין פרדס זאלן בוומבס"ג קאסט 5500 א זייט, אריינגערעכנט הכל בכל מכל, (מוזיק, זינגער, בדחן, פאטאגראפירער, בלומען)

לא זכיתי לכך.

אויב קאסט עס טאקע נישט מער, און עס אינקלאד "באמת" אלע אנדערע הוצאות ליל החתונה, איז עס טאקע א גרויסע שריט אין דער רייט דיירעקשען (דאס איז אבער נאר איין חלק פון 4,5,6 פון חתונה מאכען א קינד). אבער אין מיין עקספיריענס (נישט אין די פרדס זאלן) ווי עס האט "געדארפט" זיין אינקלאדעד אינעם פעקעדז, האט מען געדארפט שיין צוצאלען ווייל די וואס זענען גרייט צו ארבעטען ביליגער זענען פינקט נישט געווען עוועליעבעל, וכו' וכו' (איינער האט אפילו אויף מיר געקענסעלד ווייל מען האט אים גע'אפערט דאפעלט) ושערי תירוצים לא ננעלו.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג יוני 29, 2017 4:35 pm

לגבי דעם ענין איז היינט צוטאגס נישט דא קיין רולס יעדער קען טוהן וואס מען וויל, דער עכט רייכע מענטש קען מאכען א הערליכע חתונה אדער א פשוטע חתונה, מענטשען וואס זענען זייער רייך אבער ״פינאנציעל קלוג״ וועט קויפען רייכע זשולערי אדער קויפען א הויז פאר די פאר פאלק אבער א צען מאן בענד אדער צינג פלייש וועט ער נישט נעמען ווייל עס איז נישט פינאנציעל קלוג צו ספענדען געלט וואס מען בלייבט נישט.

עמאציענאל ספענדען געלט באלאנגט פאר פרויען נישט פאר מענער.

נעבעך פאר די ארימע נאך שלעפערס וואס געבן נאר אויס די געלט ווי יעדער קען זעהן ווייל ער וויל דאך קיינער זאל חס ושלום נישט אויס געפינען אז אלעס איז געבארגט אדער געדרייעט, די נעבעך פאנגט זיך אן ווען אפאר רייכע נערנים ספענדען געלט ווי עס ברענגט זיי אטענשאן און מען וואלט געדארפט דרייען מיט די נאזווען מען זעהט ווי אזאנע ווארפען געלט אין גארבידזש פאר טייערע זאלען וואס ער מיז זיך ארויסזעהן אין צען שעה און דערנאך בלייבט מען מיט בילדער וואס מען קוקט קיינמאל נישט דערויף.

#נעבעך
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג יוני 29, 2017 4:55 pm

קען איינער מסביר'ן ווער זענען די ארום א פערטל וואס ווילן נישט איינפירן ביליגע חתונות ?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

פעטיציע דרייו

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג יוני 29, 2017 5:25 pm

נאך 10 בלעטער תגובות וועט נישט צופיל משנה זיין.

א דבר טוב וואלט געווען ווען אלע קהילות זאלן חתמ'ן פעטיציעס צו די ראשי הקהילה והמוסדות, און די 75 פראצענט ציבור וואס שטימט בעד צמצום ההוצאות זאל לאזן הערן זייער באגער אז די צמצום ההוצאות זאלן ווערן א פאקט, און מען וועט בעז"ה צולאזן די 75 פראצענט ציבור צו מאכן חתונות כאוות נפשם, און נישט זיין געצווינגען צו נאכקומען די סטאנדארט פון די 25 וואס ווילן דייקא יא א העכערע ראסע.
און די 25 פראצענט עקשנים וואס ווילן פארבלייבן אויפן העכערן סטאנדארט וועלן אויך בלי ספק האבן דערפון א טובת הנאה, ווייל צו זיין העכער און מער ווי די עמך אידן וואס צאלן 10 אלפים, וועט זיין גענוג מיט ספענדן 15 20 אלפים ולא יותר.

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דאנארשטאג יוני 29, 2017 5:27 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:קען איינער מסביר'ן ווער זענען די ארום א פערטל וואס ווילן נישט איינפירן ביליגע חתונות ?


נישט דורכגעליינט ביז דא
געווענליך זענען דאס די וואס מ'שטעלט זיי צוזאם די חתונה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 29, 2017 5:32 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

פעסט
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 03, 2016 3:42 pm

תגובהדורך פעסט » דאנארשטאג יוני 29, 2017 5:45 pm

יא. אבער נארמאלע געשיר און מער נארמאל דו עסן.

אוועטאר
איךביןאיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 06, 2017 11:03 am

תגובהדורך איךביןאיך » דאנארשטאג יוני 29, 2017 5:53 pm

בקיצור
רוב עולם האלט אז יא
נאר נישט אזוי קארג

אוועטאר
אימפעט
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 06, 2016 5:30 pm

תגובהדורך אימפעט » דאנארשטאג יולי 13, 2017 6:23 pm

און יעצט לאמיר שרייען אלע צוזאמען "פעיק נוז"!!! און "הו קעירס"!!! ...

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » דאנארשטאג יולי 13, 2017 8:03 pm

מקנא די בר מצוה בחור'ל ער האט גערעדט צום אייבירשטען און געבעטן א בייק.
ביי מיין בר מצוה האט מען שוין אויסגעלערנט אז שפילערייען פאסט נישט צו בעטן און וואס מ'האט געזאגט אז מ'דארף בעטען האט מען נאכנישט פארשטאנן, קרח מכאן וקראך מכאן...
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דאנארשטאג יולי 13, 2017 8:07 pm

;l;p-
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » פרייטאג יולי 14, 2017 12:05 am

סאיז דא עטליכע סיפורים פון תלמידי בעל שם וואס האבען געזאגט אז מדארף בעטן דעם אייבירשטען אלעס וואס מדארף אפילו זאכען וואס זעהט אויס נישט וויכטיג אדער ספאסט נישט
דו מיינסט מסתמא צו זאגען אז א טאג וואס מווערט בר מצוה דארף מען האבען בעסערע השגות
רבותי לאמיר אלע ווערן הצלה מעמבערס גייטס ארויס פון כולל (הערטס אויס די דרשה)
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

metsboy
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » פרייטאג יולי 14, 2017 1:22 am

איך האב א חבר מיינע וואס האט חתונה געמאכט נארמאל, ער האט נישט קיין זאך געלט, דעגט די בילס יעדע חודש, ער איז מיט מיר דורכגעגאנגען די גאנצע זאך פון אנפאנג ביזען סוף, און ער האט נישט געדארפט בארגען קיין דולר!

יום החתונה $5,500 תקנה זאל, שטעלט צו אלעס!
שדכן $1500
דשולערי פאר די כלה
רינג, ברעסלעט, נעקלעס,2000$ פאלשע
גיפטס: יום הולדות, וואכען זייגער $150
יו״ט : סעט מחזורים $200
שטרייימל $1,600
טיש בעקטישע , בעקטישע, רעשוואלקע, רעקעל $600 ביי א סעיל פון דשי ענד דשי
דריי גוטס $300, נישט אלעס געקויפט נייע
שיך $120
נייע קליידער פאר די ב״ב אין קינדער $800, געקויפט און גואישע סטארס (אידישע סטארס בעטען סתם און די וועלט אריין געלט)
חתן שיעורים $600
באווארפען, סעודות אינדערהיים
פעקלעך $50, געקויפט א פאטעטע טשיפ מיט א קענדי
קידוש שבת אינדערפרי $600 קעיק מיט הערינג און קוגעל (גענוצט סנעקערס אנשטאט אייער קיכעל, געשפארט $200)

סל הכול בערך $13,000
איך זעה נישט וואס די עולם שרייט דא עס קאסט $35,000

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג יולי 14, 2017 1:27 am

metsboy האט געשריבן:איך האב א חבר מיינע וואס האט חתונה געמאכט נארמאל, ער האט נישט קיין זאך געלט, דעגט די בילס יעדע חודש, ער איז מיט מיר דורכגעגאנגען די גאנצע זאך פון אנפאנג ביזען סוף, און ער האט נישט געדארפט בארגען קיין דולר!

יום החתונה $5,500 תקנה זאל, שטעלט צו אלעס!
שדכן $1500
דשולערי פאר די כלה
רינג, ברעסלעט, נעקלעס,2000$ פאלשע
גיפטס: יום הולדות, וואכען זייגער $150
יו״ט : סעט מחזורים $200
שטרייימל $1,600
טיש בעקטישע , בעקטישע, רעשוואלקע, רעקעל $600 ביי א סעיל פון דשי ענד דשי
דריי גוטס $300, נישט אלעס געקויפט נייע
שיך $120
נייע קליידער פאר די ב״ב אין קינדער $800, געקויפט און גואישע סטארס (אידישע סטארס בעטען סתם און די וועלט אריין געלט)
חתן שיעורים $600
באווארפען, סעודות אינדערהיים
פעקלעך $50, געקויפט א פאטעטע טשיפ מיט א קענדי
קידוש שבת אינדערפרי $600 קעיק מיט הערינג און קוגעל (גענוצט סנעקערס אנשטאט אייער קיכעל, געשפארט $200)

סל הכול בערך $13,000
איך זעה נישט וואס די עולם שרייט דא עס קאסט $35,000

לפום חורפא משבשתא, איך זעה האסט פארפעלט עטליכע קלייניגקייטן.

די חמשה עשר באב פרעזענט, די זאת חנוכה גיפט, און די רענצל, זאטשקא און פאספארט בערזל ווען דער זיידענע חתן דנן פארט אויפן מקומות הקדושים טריפ...

metsboy
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

תגובהדורך metsboy » פרייטאג יולי 14, 2017 1:36 am

נאך איין זאך האב איך פארגעסען, די פורניטשור,
דיינעט סעט $800, צוויי בעטען $600 און בעטרום סעט פון אייקיע $500
נאך $950 פאר א יעדע צד

און די צווי לעבען העכסט גליכלעך אן די זאטשקא און פאספארט בערזעל...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 14, 2017 9:01 am

metsboy האט געשריבן:נאך איין זאך האב איך פארגעסען, די פורניטשור,
דיינעט סעט $800, צוויי בעטען $600 און בעטרום סעט פון אייקיע $500
נאך $950 פאר א יעדע צד
.

דא, ליגט דאך דער Hint בעגראבן.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 14, 2017 9:03 am

אימפעט האט געשריבן:און אצינדער א בר מצוה

מזל טוב מיכאל, זאלסטו פיל נחת דקדושה שעפן פון אים און פון אלע.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אפעטיט
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 11:16 pm

תגובהדורך אפעטיט » פרייטאג יולי 14, 2017 9:18 am

הער אז ס'קומט נאך א חתונה ביי ר' יואל אין ביהמ"ד נאך סוכות

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » פרייטאג יולי 14, 2017 10:52 am

אימפעט האט געשריבן:און אצינדער א בר מצוה

גראדע איך האב אויך אזוי בר מצוה געהאט.....

געדענקסט נאך
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » פרייטאג יולי 14, 2017 1:13 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
אימפעט האט געשריבן:און אצינדער א בר מצוה

גראדע איך האב אויך אזוי בר מצוה געהאט.....

וואס קען מען זיך נישט אנטון א נארמאל בגד ? זיצן מיט א כאלאט בי א שמחה ? דאס קאסט אויך געלט ?? אדער סתם זיין פארקערט פון די וועלט ......

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » פרייטאג יולי 14, 2017 1:32 pm

metsboy האט געשריבן:איך האב א חבר מיינע וואס האט חתונה געמאכט נארמאל, ער האט נישט קיין זאך געלט, דעגט די בילס יעדע חודש, ער איז מיט מיר דורכגעגאנגען די גאנצע זאך פון אנפאנג ביזען סוף, און ער האט נישט געדארפט בארגען קיין דולר!

יום החתונה $5,500 תקנה זאל, שטעלט צו אלעס!
שדכן $1500
דשולערי פאר די כלה
רינג, ברעסלעט, נעקלעס,2000$ פאלשע
גיפטס: יום הולדות, וואכען זייגער $150
יו״ט : סעט מחזורים $200
שטרייימל $1,600
טיש בעקטישע , בעקטישע, רעשוואלקע, רעקעל $600 ביי א סעיל פון דשי ענד דשי
דריי גוטס $300, נישט אלעס געקויפט נייע
שיך $120
נייע קליידער פאר די ב״ב אין קינדער $800, געקויפט און גואישע סטארס (אידישע סטארס בעטען סתם און די וועלט אריין געלט)
חתן שיעורים $600
באווארפען, סעודות אינדערהיים
פעקלעך $50, געקויפט א פאטעטע טשיפ מיט א קענדי
קידוש שבת אינדערפרי $600 קעיק מיט הערינג און קוגעל (גענוצט סנעקערס אנשטאט אייער קיכעל, געשפארט $200)

סל הכול בערך $13,000
איך זעה נישט וואס די עולם שרייט דא עס קאסט $35,000


איר שרייבט וואס ׳מ׳קען׳, און 35 איז וואס ׳מ׳טוט׳

מבטל דעתי
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 5:35 pm

עס מיז נישט הײסען נוסח רבי יואל ראטה

תגובהדורך מבטל דעתי » פרייטאג יולי 14, 2017 3:20 pm

די אמת איז אז מען װאַלט געדאַרפט מאַסען הסברה אויף די מיסקײט פון מתּנת בּשר ודם אָדער נאָך ערגער צו לוה רשע ולא ישלם און די שײנקײט און אײנגענעמקײט פון עשה חײך חול ואל תצטרך לבריות

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » פרייטאג יולי 14, 2017 3:45 pm

ס'איז אביסל אינטערסאנט און אנטריסענד ווי אין דעם אשכול ווי אויך אין דעם 'קעמפ' אשכול, איז מען פארנומען צו שטעלן דעם סטאנדארד פאר כל הקהל הקודש, יא גיין, נישט גיין. אביסל גיין, אסאך גיין וכו'. גרויסע חתונות, קליינע חתונות. זאל עס זיין אזוי ווי א בר מצוה אדער ווי א קידוש וכו'

How about everybody minds their own busines? מאך חתונה וויאזוי דו ווילסט און שיק אין קעמפ אויב דו ווילסט. און פארטיג!

איש כל הישר בעינו יעשה איז אין גשמיות קיין חסרון!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], דממה דקה און 25 געסט