דעת הקהל אויף חתונות נוסח רבי יואל ראטה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלט געווען א גוטע זאך צו איינפירן מאכן חתונות נוסח יואלי ראטה? דעת הקהל

יא
204
77%
ניין
60
23%
 
סך הכול שטימען: 264

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 4:34 pm

גוט איבערגעטריבן!!
איי א וועלט!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 4:35 pm

אויך מיר האט געשריבן:גוט איבערגעטריבן!!

זיסקייט, האסט שוין אמאל חתונה געמאכט?

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 4:36 pm

מער ווי איינס, אבער מען קען און מען מוז זיין אויסגערעכנט!
איי א וועלט!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 4:38 pm

אויך מיר האט געשריבן:מער ווי איינס, אבער מען קען און מען מוז זיין אויסגערעכנט!

און ס'האט דיר געקאסט ווינציגער ווי 20 אלפים א זייט?

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 4:42 pm

10 אלפים ביידע זייטן חתונה נאכט - תקנות, איבעריגע האבן מיר ביידע מחליט געווען צו זיין אויסגערעכנט און עס האט טאקע געקאסט בערך 35. גלייב מיר די קינדער זענען פונקט אזוי צופרידן אויב נישט מער
איי א וועלט!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 4:48 pm

אויך מיר האט געשריבן:10 אלפים ביידע זייטן חתונה נאכט - תקנות, איבעריגע האבן מיר ביידע מחליט געווען צו זיין אויסגערעכנט און עס האט טאקע געקאסט בערך 35. גלייב מיר די קינדער זענען פונקט אזוי צופרידן אויב נישט מער

אלזא פינף און צוואנציג אלעס ציזאמען?! (אויסער חתונה נאכט), דאס איז שוין א חידוש! ס'שטימט כמעט נישט אויפן פאפיר,
מסתמא נישט אין ווילי [א דירה אליינס קען אריינציען א גוטע צען פופצן אלפים אדער מער]
אבער די חתונה איז געווען אין א זאל, אויף א נארמאלע שטייגער, נישט אויף געפילטע פיש און א שלש סעודות בילקע...
נו, האלטן מיר דאך אייניג!

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 5:08 pm

זעמער גיט. די וועלט זאגט: ווי אזוי רופט מען אן געלט שווענדעריי? בל תשחית דגופא
איי א וועלט!

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19064
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 28, 2017 5:26 pm

אויך מיר האט געשריבן:10 אלפים ביידע זייטן חתונה נאכט - תקנות, איבעריגע האבן מיר ביידע מחליט געווען צו זיין אויסגערעכנט און עס האט טאקע געקאסט בערך 35. גלייב מיר די קינדער זענען פונקט אזוי צופרידן אויב נישט מער

קוקט אויס ווי א חלום לויט מיין אינפאו.

ס'האלט אסאאאך אסאאך העכער ביי מעינסטריעם מחותנים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 5:28 pm

די עולם דארף זיך פלעין אויפוועקן
איי א וועלט!

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1461
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך יוני 28, 2017 5:32 pm

גערעדט צו א איד וואס מאכט חתונה גאר אויסגערעכנט און אביסל נידריגער פון די סטענדערט, ער זאגט אז 35 איז די קלענסטע נומער וואס איז שייך.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 5:34 pm

שמואל בארג האט געשריבן:גערעדט צו א איד וואס מאכט חתונה גאר אויסגערעכנט און אביסל נידריגער פון די סטענדערט, ער זאגט אז 35 איז די קלענסטע נומער וואס איז שייך.

רעדט קלאר, איין זייט אדער ביידע?

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1461
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך יוני 28, 2017 5:37 pm

זבחי צדק האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:גערעדט צו א איד וואס מאכט חתונה גאר אויסגערעכנט און אביסל נידריגער פון די סטענדערט, ער זאגט אז 35 איז די קלענסטע נומער וואס איז שייך.

רעדט קלאר, איין זייט אדער ביידע?


איין זייט.

פון שידוך שליסן ביז נאך אשת חיל.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 5:46 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:גערעדט צו א איד וואס מאכט חתונה גאר אויסגערעכנט און אביסל נידריגער פון די סטענדערט, ער זאגט אז 35 איז די קלענסטע נומער וואס איז שייך.

רעדט קלאר, איין זייט אדער ביידע?


איין זייט.

פון שידוך שליסן ביז נאך אשת חיל.

נו, הוא הדבר אשר דיברתי

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יוני 28, 2017 5:57 pm

שמואל בארג האט געשריבן:גערעדט צו א איד וואס מאכט חתונה גאר אויסגערעכנט און אביסל נידריגער פון די סטענדערט, ער זאגט אז 35 איז די קלענסטע נומער וואס איז שייך.

ריכטיג.

און כ'וואלט צו געלייגט אז דער וואס גיבט אויס איין פעני מער ווי 50 פארשווענדעט געלט. נארמאל קאסט עס צווישען 35 און 50. אזוי פיל האט עס געקאסט ביי מיר (איינס נענטער צו 35 און איינס נענטער צו 50). ס'ווענדעט זיך אין א סאך זאכען, און מ'קען נישט (אפילו ווען מען וויל) א סאך מאל חתונה מאכען פאר נאר 35; אבער מער ווי 50 איז סתם אויס געגעבען געלט, ואין שיעור וויפיל מענטשען גיבען אויס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » מיטוואך יוני 28, 2017 10:50 pm

35 איז אויך אסאך לויט די מצב הפרנסה פון רוב עולם מען וואלט נאך געדארפט אסאך שניידען און מען קען שניידען
למשל מיין טאטעס שבת שבע ברכות איז געווען ביי זיין שווער אינדערהיים און צום בענטשען איז ארויפגעקומען די קרובים פון זיין זייט מיט אפאר נאנטע פריינד
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

אוועטאר
טיפיקעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 2:32 pm

תגובהדורך טיפיקעל » מיטוואך יוני 28, 2017 10:55 pm

איך האלט אז דא דרייען זיך חבירים וואס לעבן און ציען פרנסה פון די חתונה אינדוסטרי

א נארמאלער מענטש וועט דען זאגען אז מען מיז חתונה מאכען א שטוב מיט קינדער אין א זאל מיט 150 קאפעלס ווייל אין חוות יאיר שטייט אז עס איז א ענין צו האבען פלייש ביי א חתונה?

א נארמאלער מענטש וועט דען ענטפערן אויף די פאקט אז מענטשן ווערן ל״ע קראנק פון דאגות פון חתונה מאכען אז עס איז זייער שילד ווייל מען דארף נישט טראכטען?

א נארמאלער מענטש ווייסט זייער גוט דעם אמת, וויאזוי א חתונה האט אויס געזען ביז מיר זענען געקומען אויף אמעריקע, איך האב מקבל געווען פון עלטערע אז אינדערהיים האט געהייסען א גרויסע חתונה ווען מען האט עס געמאכט אין א קליין בית מדרש׳ל, רובא דרובא איז געווען אינדערהיים , יא! אינדערהיים !! און אפילו פון דעם האבען א גרויסע פראצענט געמאכט פרייטאג צו נאכטס,,,, הפנים זיי האבען נישט געוויסט פונעם חוות יאיר

אוועטאר
טעם וריח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 426
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך יוני 28, 2017 10:56 pm

Spsm פופציג???? זעה איך גוט? איר האט נאך צייט (שוין צייט..) צו שרייבן דאהי?! איר מוסט דאך זיין א שטיקל עושר....

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג יוני 29, 2017 1:08 am

זבחי צדק האט געשריבן:
אויך מיר האט געשריבן:אפען געפרעגט: פארוואס דארף א חתונה קאסטן 60-80 אלפים? מען מוז נישט מאכן אזא הויכע סטענדערט, פרעג שטילערהייט "מחותנים" וואס האבן שוין חתונה געמאכט וועט דיר רובא דרובא ענטפערן אז זיי האבן די זעלבע קשיא. ודי בזה

ס'דארף נישט קאסטן מער ווי 35 אלפים אויב דו ווילסט
אז דו וועסט האלטן דארט, און וועסט וועלן וויסן ווי אזוי קען איך דיר אריינשיקן א גענויע רשימה
בקיצור,מען דארף נישט זיין קיין חזיר, מען קען זיין א נארמאלער מענטש

דא ליגט דער הונט באגראבן
פארוואס בין איך גע'לעיבלט א "חזיר" אויב וויל איך נישט צישטעלן א חתונה וואס פאר הונדערט יאר צוריק האט ניטאמאל די ראש הקהל פון לייפציג צוגעשטעלט?
פארוואס בין איך געבונדן צום מספר $35,000 כהלכה למשה מסני?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג יוני 29, 2017 7:14 am

דיזער אשכול באלאנגט אין פארברענגען.

מענטשן רעדן פון 35,000 חתונה מאכן.
איינער זאגט אז העכער 50,000 איז אויסגעווארפן.

איך רעד פון מציאות (פאקטן בלע״ז) אונטער 75,000 איז קיין חתונה נישטא.

איך שוין פשוט די אינגעלייטלעך וואס רעדן זיך איין אז וואס מ׳ליינט דא האט א טראפ נאמנות - ס׳איז ליידער זייער ווייט פון ריאליטי.

75 אלפים איז דער מציאות, און פאר רוב משפחות קאלעקט מען געלט.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג יוני 29, 2017 7:21 am

ווען הצדיק הקדוש רבי יחזקאל׳ע מערץ זצ״ל האט געהאלטן פאר חתונה זיין קינד, און מ׳האט זיך עפעס אפגערעדט אז מ׳דארף קויפן מעבל און מ׳דארף אראפלייגן געלט.

רבי יחזקאל׳ע נעמט ארויס א צוואנציגער פון טאש און גיט אהין... ער איז געווען אזוי מופשט פון עולם הזה אז ער האט נישט געוואוסט וואס פורניטשער קאסט...

איך זעה דא אסאך ענליכע שטריכן ביי מענטשן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19064
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 29, 2017 8:30 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:35 איז אויך אסאך לויט די מצב הפרנסה פון רוב עולם מען וואלט נאך געדארפט אסאך שניידען און מען קען שניידען
למשל מיין טאטעס שבת שבע ברכות איז געווען ביי זיין שווער אינדערהיים און צום בענטשען איז ארויפגעקומען די קרובים פון זיין זייט מיט אפאר נאנטע פריינד

שבת שבע ברכות אינדערהיים איז נישט אזוי לאנג צוריק [25 יאר] געווען נארמאל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1783
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג יוני 29, 2017 8:36 am

איך רעד פון דעם אז מען האט קיינעם נישט גערופען אפילו נישט די געשוויסטער פון די חתן
The best thing about a Boolean is even if you are wrong, you are only off by a bit

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג יוני 29, 2017 9:37 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
אויך מיר האט געשריבן:אפען געפרעגט: פארוואס דארף א חתונה קאסטן 60-80 אלפים? מען מוז נישט מאכן אזא הויכע סטענדערט, פרעג שטילערהייט "מחותנים" וואס האבן שוין חתונה געמאכט וועט דיר רובא דרובא ענטפערן אז זיי האבן די זעלבע קשיא. ודי בזה

ס'דארף נישט קאסטן מער ווי 35 אלפים אויב דו ווילסט
אז דו וועסט האלטן דארט, און וועסט וועלן וויסן ווי אזוי קען איך דיר אריינשיקן א גענויע רשימה
בקיצור,מען דארף נישט זיין קיין חזיר, מען קען זיין א נארמאלער מענטש

דא ליגט דער הונט באגראבן
פארוואס בין איך גע'לעיבלט א "חזיר" אויב וויל איך נישט צישטעלן א חתונה וואס פאר הונדערט יאר צוריק האט ניטאמאל די ראש הקהל פון לייפציג צוגעשטעלט?
פארוואס בין איך געבונדן צום מספר $35,000 כהלכה למשה מסני?

דו ווילסט וויסן פארוואס? ווייל אזויפיל קאסט עס! [א גענויע רשימה ווערט פארטיילט ביי אלע חתונה מאלן], ווי אנדערע האבן עס ערווענט דא פריער כ'מיין דער עולם דא קען פשוט נישט קיין פרייזן....

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג יוני 29, 2017 10:13 am

זבחי צדק האט געשריבן:
ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
זבחי צדק האט געשריבן:
אויך מיר האט געשריבן:אפען געפרעגט: פארוואס דארף א חתונה קאסטן 60-80 אלפים? מען מוז נישט מאכן אזא הויכע סטענדערט, פרעג שטילערהייט "מחותנים" וואס האבן שוין חתונה געמאכט וועט דיר רובא דרובא ענטפערן אז זיי האבן די זעלבע קשיא. ודי בזה

ס'דארף נישט קאסטן מער ווי 35 אלפים אויב דו ווילסט
אז דו וועסט האלטן דארט, און וועסט וועלן וויסן ווי אזוי קען איך דיר אריינשיקן א גענויע רשימה
בקיצור,מען דארף נישט זיין קיין חזיר, מען קען זיין א נארמאלער מענטש

דא ליגט דער הונט באגראבן
פארוואס בין איך גע'לעיבלט א "חזיר" אויב וויל איך נישט צישטעלן א חתונה וואס פאר הונדערט יאר צוריק האט ניטאמאל די ראש הקהל פון לייפציג צוגעשטעלט?
פארוואס בין איך געבונדן צום מספר $35,000 כהלכה למשה מסני?

דו ווילסט וויסן פארוואס? ווייל אזויפיל קאסט עס! [א גענויע רשימה ווערט פארטיילט ביי אלע חתונה מאלן], ווי אנדערע האבן עס ערווענט דא פריער, כ'מיין דער עולם דא קען פשוט נישט קיין פרייזן....

פון דעם "עס" רעד איך, דעם עס הגדול,
וואס איז דאס "עס"? אה, דו מיינסט די אלע זאכן וואס מ' קויפט און באשטעלט היינטיגע טעג ווען מען מאכט חתונה, קען טאקע זיין אז מ'קען נישט קוועטשן אונטער 35 אלפים,
אבער מאן יימר אז מען דארף טאקע צושטעלן די אלע זאכן וואס זענען נכלל אין דעם" עס"?? און אויב נישט בין איך גאר מעגליך חזיר'יש!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
א מחי'
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » דאנארשטאג יוני 29, 2017 12:48 pm

מצלמה האט געשריבן:דיזער אשכול באלאנגט אין פארברענגען.

מענטשן רעדן פון 35,000 חתונה מאכן.
איינער זאגט אז העכער 50,000 איז אויסגעווארפן.

איך רעד פון מציאות (פאקטן בלע״ז) אונטער 75,000 איז קיין חתונה נישטא.

איך שוין פשוט די אינגעלייטלעך וואס רעדן זיך איין אז וואס מ׳ליינט דא האט א טראפ נאמנות - ס׳איז ליידער זייער ווייט פון ריאליטי.

75 אלפים איז דער מציאות, און פאר רוב משפחות קאלעקט מען געלט.

איין צד אדער ביידע צדדים צוזאמען?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 17 געסט