דעת הקהל אויף חתונות נוסח רבי יואל ראטה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וואלט געווען א גוטע זאך צו איינפירן מאכן חתונות נוסח יואלי ראטה? דעת הקהל

יא
229
78%
ניין
64
22%
 
סך הכול שטימען: 293

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

דעת הקהל אויף חתונות נוסח רבי יואל ראטה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג יוני 27, 2017 8:55 pm

דעת הקהל אויף חתונות נוסח רבי יואל ראטה (אבער אפשר נישט אזוי עקסטרעם, נאר אזוי ווי איסר האיטלקי לייגט עס אראפ, עיין למטה)
איז דא א געוונטשענע זאך אדער נישט?
ביטע אן קיין זייטיגע טענות, על האיש ועל דרכו, אויב מען וויל שרייבן הערות איז נאר לעצם הענין
לעצט פאראכטן דורך ויתן לך אום מיטוואך יוני 28, 2017 2:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג יוני 27, 2017 9:12 pm

ביטע מאכן אן אפציע ערגעץ אינדערמיט.

ווי 'יא אבער אביסל ווייניגער עקסטרעם' וכדו'
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2273
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג יוני 27, 2017 9:15 pm

'אביסל ווייניגער עקסטרעם' איז צו א ברייטע ספעקטראם

די אנקעטע איז אויף די עצם איידיע נישט אויף אלע פרטים פונקטליך
לעצט פאראכטן דורך ויתן לך אום דינסטאג יוני 27, 2017 9:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אמונה בטחון גאולה

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דינסטאג יוני 27, 2017 9:16 pm

יא, אלל דע וועי
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג יוני 27, 2017 9:20 pm

געשטימט אויף יא!

נישט אזוי ווייט פארן געלט חלק, ווי פארן עקלדיגן פארמאלן צוגאנג צו א שמחה ווי די גאנצע שמחה טראגט נישט קיין היימישע ברודערליכע אפענע צוגאנג פון אמתע שמחה, נאר ליבערשט א אנגעשטעלטע/אהערגעשטעלטע שמחה, אלעס איז פארמאל עד לב הלבנה.. מיט פארמאלעטי קען קיין שמחה אינעם זעהל קיינמאל נישט האבן קיין עקסעס!

למשל: ווער דארף די הספדים ביי א חתונה, וואס זענען די נערישע זינלאזע בכיות בזמן שמחה? אנשטאט דעם זאל זיך א בדחן (נישט קיין טרויעריגער דיפּרעסטער קאמפּאזירער) אויפשטעלן און מאכן דעם עולם וויינען פאר געלעכטער א גאנצע שעה צייט אונטערהאלטן דעם ציבור מיט בדיחות און מאכן אן אמתער שמחת חתן וכלה ושושבינון...!

דערנאך אויסרופן די מחותנים זיידעס יעדן גאנצע צוויי מינוט אויפן זייגער און אזוי יעדער זאל כאפן א קאדאטשקע טענצל מיט א ברייטן שמייכל אויפן פנים.

וואס איז דאס פאלשע צוגאנג צו א שמחה.
מאך עס היימיש און א ברודערליכע געזעלשאפט.

פעלעסטיק געשיר, מיט שלוש סעודת בילקעס איז איבערגעטריבן!
עסן זאל זיין כיד המלך בשר בקר מיט יין ודגים לויט יעדענס געשמאק.

השפעות זאל זיך גיסן - אין די געמיטער זאלן אין די הייעך שוועבן!

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יוני 27, 2017 9:32 pm

הגם איך האב געשטימט פאר יא, וואלט אזא נוסח בעסער געווען
"וואלט געווען א גוטע זאך ווען יעדער באשליסט ביי זיך אויף וועלכע אופן חתונה צו מאכן געוואנדן לויט וואזוי זיין טאש ערלויבט, אן קיין שום פרעשער פון די ארומיגע"

ווייל אז עפעס א גביר וויל זיך אויפרייסן, זאל ער דאס טאן געזונטערהייט, און איך וועל נאך אלס טאן וויאזוי איך פארשטיי.

אין די גאנצע ציווילע וועלט אינדרויסן פון די היימישע גאס ווערן חתונות געפראוועט אין פארשידנארטיגע פארמאטן. טייל אין זאלן און רעליגיעזע אינסטיטוציעס, אנדערע אין האטעלן און געוויסע אין רעסטאראנטן וכו'. געוואנדן לויט די אייגענע החלטה און מעגליכקייט פונעם מדובר. מיר ברויכן נישט זיין אנדערש מיט דעם פרט.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דינסטאג יוני 27, 2017 10:45 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ביטע מאכן אן אפציע ערגעץ אינדערמיט.

ווי 'יא אבער אביסל ווייניגער עקסטרעם' וכדו'

איך קען נישט שטימען נישט אויף יא און נישט אויף ניין
רבניש האט דאס הערליך אראפגעלייגט אז די ''פארמאלקייט'' איז די זאך וואס מדארף אויסרייסען עד השורש
דאס איז היפך שמחה, סאיז נאר פרעשור און אויף דעם ''כל הכבוד'' און דאס האט ר' יואל ראטה געטוהן אנדערש ווי אלע תקנות ער האט פשוט גענומען א גרויסן שופר ( די געדרייטע) און געבלאזען אויף סאסייעטי מיט זייער עבודה זרה
אבער א חתונה איז גענוג א גרויסע מאורע אז סזאל זיין עטוואס מער ווי א שלש סעודות אין א ארימע בית המדרש
סדארף זיין עסן סדארף זיין טרינקען סדארף זיין מוזיק מיט בדחנים נישט קיין פענסי פלעיט'ס מעניו'ס מיט אויפגעריסענע משועגעתן און אויך נישט פאר די גאנצע שטאט און אפילו נישט פאר די גאנצע משפחה וכדומ'
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

תגובהדורך תכלית הידיעה שלא נדע » מיטוואך יוני 28, 2017 1:32 am

פון מיין עקספיריענס!!!!!!

מער ווייניגער די זעלבע מענטשען וואס נעמען די מערסטע פיער פרעשור און לעבן פאר יענעם מיט די גאנצע פארמאלקייט

זענען די זעלבע מענטשען וואס ווען ס'קומט צו א דין ודברים אין דעם ענין אין א קופקע וועט דער זעלבער מענטש האלטען אז ס'איז נישט נארמאל וויאזוי יעדער לעבט פאר יענעם אינדעצייט וואס טאקע ער און נישט קיין צווייטער זענען די סעמפעל פון לעבן פאר יענעם.

משא"כ די מעסיגע מענטשען וואס מער ווייניגער טוען זיי טאקע די זעלבע וואס יעדער טוט פשוט ווייל ער איז נישט קיין סעלף העיטער און ער איז באקוועם מיט דאס וואס איז אנגענומען אין זיין סאסייעטי אגער ווען ס'וועט קומען ערגעץ ווי ער וועט פילען אז ער וויל טון אביסעל אנדערש וועט ער נישט טראכטען קיין צוויי

די מענטשען האבען נישט קיין שום פראבלעם מיט פיער פרעשור........................
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 695
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מיטוואך יוני 28, 2017 12:58 pm

תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:פון מיין עקספיריענס!!!!!!

מער ווייניגער די זעלבע מענטשען וואס נעמען די מערסטע פיער פרעשור און לעבן פאר יענעם מיט די גאנצע פארמאלקייט

זענען די זעלבע מענטשען וואס ווען ס'קומט צו א דין ודברים אין דעם ענין אין א קופקע וועט דער זעלבער מענטש האלטען אז ס'איז נישט נארמאל וויאזוי יעדער לעבט פאר יענעם אינדעצייט וואס טאקע ער און נישט קיין צווייטער זענען די סעמפעל פון לעבן פאר יענעם.

משא"כ די מעסיגע מענטשען וואס מער ווייניגער טוען זיי טאקע די זעלבע וואס יעדער טוט פשוט ווייל ער איז נישט קיין סעלף העיטער און ער איז באקוועם מיט דאס וואס איז אנגענומען אין זיין סאסייעטי אגער ווען ס'וועט קומען ערגעץ ווי ער וועט פילען אז ער וויל טון אביסעל אנדערש וועט ער נישט טראכטען קיין צוויי

די מענטשען האבען נישט קיין שום פראבלעם מיט פיער פרעשור........................

סאיז משמע אז איר האלט שוין ביים ''תכלית הידיעה''
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

נישט דא עפעס בעסערס!

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 1:29 pm

צו ווייסט איר וויפיל מענטשן האבן שוין געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע נאר פון טראכטן פון חתונה מאכן?!
איי א וועלט!

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך יוני 28, 2017 2:41 pm

אויך מיר האט געשריבן:צו ווייסט איר וויפיל מענטשן האבן שוין געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע נאר פון טראכטן פון חתונה מאכן?!

די אלע וואס טראכטן צו סאך, די כאפן די הארץ אטאקע'ס...., מען טאר נישט אזויפיל דאגה'ן...

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך יוני 28, 2017 2:49 pm

ויתן לך האט געשריבן:'אביסל ווייניגער עקסטרעם' איז צו א ברייטע ספעקטראם

די אנקעטע איז אויף די עצם איידיע נישט אויף אלע פרטים פונקטליך

אין די עצם איידיע איז פארהאן צופיל מושגים.

צו "זיין" געדאנק איז א גוטער? ניין. פארוואס? ווייל ער פאררוקט עקסטרעים, עס איז פארהאן א דרך ממוצע - אויך אין אזא סארט ביליגקייט.
דער מהלך פון עס מאכן אין א פשוטערער בית מדרש אדער אין א קלענערער שב"ב זאל איז גאר א גוטער אבער... מיט אביסל מער נארמאלקייט, (ווי שענערע פאפירנע געשיר, אנגרייטן די סעודה אויף יעדע פלאץ באזונדער, נארמאלערע זמנים ווען אפילו ארבעטארער און כולל אינגעלייט זאלן זיך קענען משתתף זיין, ביליגערע מוזיק - אבער מוזיק, וכו').
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 28, 2017 2:58 pm

איך האב געשטימט "יא" אבער נישט ווייל איך האלט אז ס'דארף זיין תקנות נאר די געדאנק פון חתונה מאכן אן קיין זייטיגע נערישע הוצאות איז געוואלדיג. די איינציגסטע תקנה וואס מ' דארף איינפירן איז אז איש כל הישר בעיניו יעשה, יעדער זאל טון דאס וואס ער וויל נישט נאכטאנצן יענעמס משוגעתן

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2686
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך יוני 28, 2017 3:15 pm

תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:פון מיין עקספיריענס!!!!!!

מער ווייניגער די זעלבע מענטשען וואס נעמען די מערסטע פיער פרעשור און לעבן פאר יענעם מיט די גאנצע פארמאלקייט

זענען די זעלבע מענטשען וואס ווען ס'קומט צו א דין ודברים אין דעם ענין אין א קופקע וועט דער זעלבער מענטש האלטען אז ס'איז נישט נארמאל וויאזוי יעדער לעבט פאר יענעם אינדעצייט וואס טאקע ער און נישט קיין צווייטער זענען די סעמפעל פון לעבן פאר יענעם.

משא"כ די מעסיגע מענטשען וואס מער ווייניגער טוען זיי טאקע די זעלבע וואס יעדער טוט פשוט ווייל ער איז נישט קיין סעלף העיטער און ער איז באקוועם מיט דאס וואס איז אנגענומען אין זיין סאסייעטי אגער ווען ס'וועט קומען ערגעץ ווי ער וועט פילען אז ער וויל טון אביסעל אנדערש וועט ער נישט טראכטען קיין צוויי

די מענטשען האבען נישט קיין שום פראבלעם מיט פיער פרעשור........................

הא תונח ווען מ'מאכט א בר מצוה אדער וואכנאכט. ביי א חתונה איז דא נאך א צד. די קענסט זיין באקוועם צו טון ווי דיר שמעקט און פייפן אויפ'ן סיסטעם אבער טאמער דיין מחותן איז נישט אויף די מדריגה דאן האסטי א פראבלעם

אוועטאר
א מחי'
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » מיטוואך יוני 28, 2017 3:19 pm

דריידל האט געשריבן:
תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:פון מיין עקספיריענס!!!!!!

מער ווייניגער די זעלבע מענטשען וואס נעמען די מערסטע פיער פרעשור און לעבן פאר יענעם מיט די גאנצע פארמאלקייט

זענען די זעלבע מענטשען וואס ווען ס'קומט צו א דין ודברים אין דעם ענין אין א קופקע וועט דער זעלבער מענטש האלטען אז ס'איז נישט נארמאל וויאזוי יעדער לעבט פאר יענעם אינדעצייט וואס טאקע ער און נישט קיין צווייטער זענען די סעמפעל פון לעבן פאר יענעם.

משא"כ די מעסיגע מענטשען וואס מער ווייניגער טוען זיי טאקע די זעלבע וואס יעדער טוט פשוט ווייל ער איז נישט קיין סעלף העיטער און ער איז באקוועם מיט דאס וואס איז אנגענומען אין זיין סאסייעטי אגער ווען ס'וועט קומען ערגעץ ווי ער וועט פילען אז ער וויל טון אביסעל אנדערש וועט ער נישט טראכטען קיין צוויי

די מענטשען האבען נישט קיין שום פראבלעם מיט פיער פרעשור........................

הא תונח ווען מ'מאכט א בר מצוה אדער וואכנאכט. ביי א חתונה איז דא נאך א צד. די קענסט זיין באקוועם צו טון ווי דיר שמעקט און פייפן אויפ'ן סיסטעם אבער טאמער דיין מחותן איז נישט אויף די מדריגה דאן האסטי א פראבלעם

זאל ער צאלן די דיפערענס!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 3:23 pm

א מחי' האט געשריבן:

ער וויל נישט

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 3:26 pm

יהיה כן האט געשריבן:
אויך מיר האט געשריבן:צו ווייסט איר וויפיל מענטשן האבן שוין געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע נאר פון טראכטן פון חתונה מאכן?!

די אלע וואס טראכטן צו סאך, די כאפן די הארץ אטאקע'ס...., מען טאר נישט אזויפיל דאגה'ן...

אבער די פאקט בלייבט אזוי אז פיל מענטשן האבן שוין געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע נאר פון טראכטן פון חתונה מאכן
איי א וועלט!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 3:31 pm

אויך מיר האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
אויך מיר האט געשריבן:צו ווייסט איר וויפיל מענטשן האבן שוין געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע נאר פון טראכטן פון חתונה מאכן?!

די אלע וואס טראכטן צו סאך, די כאפן די הארץ אטאקע'ס...., מען טאר נישט אזויפיל דאגה'ן...

אבער די פאקט בלייבט אזוי אז פיל מענטשן האבן שוין געכאפט א הארץ אטאקע ל"ע נאר פון טראכטן פון חתונה מאכן

לשיטתך, וואלטן עטליעסט 60 פערצענט פון אידן וואס מאכן חתונה, שוין געדארפט ליגן אין בית החיים, און די איבריגע וואלטן שוין רוב געדארפט קומען צו די חתונה אויף א ווילטשעיר אין באגלייטונג פון א רוסישן...

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 3:34 pm

טרייב נישט איבער פליז. פארוואס דארף א חתונה זיין אזוי אויפרייסעריש וכדו', איין הארץ אטאקע ווייניגער האט זיך שוין אלעס געלוינט.
פרעג זיך נאך וואס זענען געווען די דעת פון די אמת'ע גדולים איבער דעם
איי א וועלט!

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 4:10 pm

קוק נאר אויף די אנקעטע, לא אלמן ישראל

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 4:13 pm

וויפיל פון די אנקעטע באטייליגער מאכן שוין חתונה?.........
[בערך ווי די קליינע קינדער אין חדר גרויסן זיך 'ווען איך וועל זיין א טאטע....]

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 4:25 pm

אפען געפרעגט: פארוואס דארף א חתונה קאסטן 60-80 אלפים? מען מוז נישט מאכן אזא הויכע סטענדערט, פרעג שטילערהייט "מחותנים" וואס האבן שוין חתונה געמאכט וועט דיר רובא דרובא ענטפערן אז זיי האבן די זעלבע קשיא. ודי בזה
איי א וועלט!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 4:29 pm

אויך מיר האט געשריבן:אפען געפרעגט: פארוואס דארף א חתונה קאסטן 60-80 אלפים? מען מוז נישט מאכן אזא הויכע סטענדערט, פרעג שטילערהייט "מחותנים" וואס האבן שוין חתונה געמאכט וועט דיר רובא דרובא ענטפערן אז זיי האבן די זעלבע קשיא. ודי בזה

ס'דארף נישט קאסטן מער ווי 35 אלפים אויב דו ווילסט
אז דו וועסט האלטן דארט, און וועסט וועלן וויסן ווי אזוי קען איך דיר אריינשיקן א גענויע רשימה
בקיצור, מען דארף נישט זיין קיין חזיר, מען קען זיין א נארמאלער מענטש

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך יוני 28, 2017 4:31 pm

אויב 35 פאר ביידע זייטן און דאס רעכענט אריין אלע הוצאות הכל בכל דעמאלטס שטייען מיר אויף איין זייט
איי א וועלט!

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך יוני 28, 2017 4:33 pm

אויך מיר האט געשריבן:אויב 35 פאר ביידע זייטן און דאס רעכענט אריין אלע הוצאות הכל בכל דעמאלטס שטייען מיר אויף איין זייט

ניין דאס האב איך נישט געשריבן
35 פאר איין זייט
לעצט פאראכטן דורך זבחי צדק אום מיטוואך יוני 28, 2017 4:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 18 געסט