זאל מען מבטל זיין דאס גיין אין קעמפ ? - אנקעטע -

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

איז קעמפ וויכטיג, פאר איר פרייז וואס מען צאלט ?

מען זאל גענצליך מבטל זיין די קעמפ גיין
48
21%
קעמפ איז יא וויכטיג נאר פאר א ביליגע פרייז
78
34%
קעמפ איז יא וויכטיג אפגעזעהן פאר וועלכע פרייז
14
6%
מען זאל צושטעלן חדרים אין שטאט פאר אלע יארגענג
53
23%
קעמפ איז יא גוט בלויז פאר עטליכע וואכן
37
16%
 
סך הכל שטימען: 230

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

94 פראצענט קעגן 6

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

עס איז צום שטוינען וויאזוי פיר און ניינציג פראצענט ציבור וויל נישט אזא סטאנדארט אנהאלטען, און די 6 פראצענט האלט אהן די אויבערהאנט.
קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאק »

חוקר האט געשריבן:
קאזאק האט געשריבן:קעמפ איז וויכטיג פשוט כדאי מען זאל זיך נישט דרייען אין די שמוציגע גאסן ל"ע. ס'איז א גוטע הכנה צו חודש אלול און תשרי. הלואי וואלטן די פרייזן פון קעמפ געווען ביליגער אז נאך אידן זאלן קענען שיקן זייערע קינדער אין די קעמפס.

אז עס שטערט אייך אז מען זאל זיך נישט דרייען אין די שמוזיגע גאסן ביטע ציעט אייך אריבער קיין קר"י/מאנסי וכו' וכו'

אויב עס קומט אייך אן שווער, שיקט אייער קינדער קיין אפסטעט פון לכה"פ אינמיטן ספירה ביז כמעט ראש השנה (די סיבה פארוואס מען פארט נאר צוויי חדשים און דוקא אויפן גוישע מאנאטן איז מנהג אמעריקע, און סאטמער רב זי"ע פלעגט דייקא פארן אויפן אידשן לוח)

נ.ב. איך זעה נישט די אידן פון די פראדזעקטס זאלן אנטלויפן און זיך אריבערציען צו ריינערע געגנטע (אבער א זאל וואס ברענגט אביסל מאדערנער אידן שטערט זייער שטארק פאר די אידישע פראדזעקט שכנים)
יעדער טוהט וואס ער קען זיך ערלויבן

ס'איז דא א סך מער אפגעהיטענע אידן ווי דו מיינסט וואס קענען נישט אלע זיך באזעצן אין קר"י אדער מאנסי. א קעמפ כאטש פאר די 2 חדשים איז א must פאר היימישע ערליכע אידן. ווען דער סאטמער רבי זצ"ל וואלט געלעבט היינט, וואלט ער מסתמא שוין ארויסגעפארן חדשים פריער. 40 יאר צוריק האט די וועלט נישט אזוי אויסגעזען.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

דו האסט נישט געענטפערט אויפ די שאלה, וואס איז די 2 חדשים אנדערש ווי די איבעריגע 7 זומער חדשים ?????
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

קאזאק האט געשריבן:
חוקר האט געשריבן:
קאזאק האט געשריבן:קעמפ איז וויכטיג פשוט כדאי מען זאל זיך נישט דרייען אין די שמוציגע גאסן ל"ע. ס'איז א גוטע הכנה צו חודש אלול און תשרי. הלואי וואלטן די פרייזן פון קעמפ געווען ביליגער אז נאך אידן זאלן קענען שיקן זייערע קינדער אין די קעמפס.

אז עס שטערט אייך אז מען זאל זיך נישט דרייען אין די שמוזיגע גאסן ביטע ציעט אייך אריבער קיין קר"י/מאנסי וכו' וכו'

אויב עס קומט אייך אן שווער, שיקט אייער קינדער קיין אפסטעט פון לכה"פ אינמיטן ספירה ביז כמעט ראש השנה (די סיבה פארוואס מען פארט נאר צוויי חדשים און דוקא אויפן גוישע מאנאטן איז מנהג אמעריקע, און סאטמער רב זי"ע פלעגט דייקא פארן אויפן אידשן לוח)

נ.ב. איך זעה נישט די אידן פון די פראדזעקטס זאלן אנטלויפן און זיך אריבערציען צו ריינערע געגנטע (אבער א זאל וואס ברענגט אביסל מאדערנער אידן שטערט זייער שטארק פאר די אידישע פראדזעקט שכנים)
יעדער טוהט וואס ער קען זיך ערלויבן

ס'איז דא א סך מער אפגעהיטענע אידן ווי דו מיינסט וואס קענען נישט אלע זיך באזעצן אין קר"י אדער מאנסי. א קעמפ כאטש פאר די 2 חדשים איז א must פאר היימישע ערליכע אידן. ווען דער סאטמער רבי זצ"ל וואלט געלעבט היינט, וואלט ער מסתמא שוין ארויסגעפארן חדשים פריער. 40 יאר צוריק האט די וועלט נישט אזוי אויסגעזען.

אז דו ברענגסט אריין סאטמערע רבי אין דעם שמועס וועל איך דיר זאגן וואס סאטמערע רבי וואלט געטון
סאטמערע רבי איז שוין פאר איבער 40 יאר צוריק ארויסגעפארן חדשים פריער, ער איז ארויסגעפארן אלול (תשל"ד) און געבליבן דארט ביז אלול וחוזר חלילה, פאר די סיבה האט דער סאטמערע רבי געגרינדעט א שטעטל, ער האט נישט געהאלטן אז קעמפ איז א סעלושען פאר שמירת עינים, ער האט געשריגן ישיבת כרכים קשה, קרית יואל און מאנסי איז נישט פאר דיר מאך א נייע שטעטל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאק »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דו האסט נישט געענטפערט אויפ די שאלה, וואס איז די 2 חדשים אנדערש ווי די איבעריגע 7 זומער חדשים ?????

א מוסד פון חינוך האט א באשטימטע לערן טעג דורכ'ן יאר. קומט אויס אז מען דארף לערנען 10 חדשים, בלייבט נאר בערך 2 חדשים פאר קינדער זיך צו דרייען אין די גאסן און די עצה אויף דעם איז זיי צו שיקן אין קעמפ.

און מי יודע: דאס האב איך טאקע געשריבן, אבער ווי נישט ווי קענען נישט די אלע הונדערטער טויזענטער אידן וואוינען אין ק"י, פאר איזה סיבה איבער.
אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מים שלנו »

קאזאק האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:דו האסט נישט געענטפערט אויפ די שאלה, וואס איז די 2 חדשים אנדערש ווי די איבעריגע 7 זומער חדשים ?????

א מוסד פון חינוך האט א באשטימטע לערן טעג דורכ'ן יאר. קומט אויס אז מען דארף לערנען 10 חדשים, בלייבט נאר בערך 2 חדשים פאר קינדער זיך צו דרייען אין די גאסן און די עצה אויף דעם איז זיי צו שיקן אין קעמפ.

און מי יודע: דאס האב איך טאקע געשריבן, אבער ווי נישט ווי קענען נישט די אלע הונדערטער טויזענטער אידן וואוינען אין ק"י, פאר איזה סיבה איבער.

דאס איז געווען ווען קעמפס האבן זיך געגרינדעט, היינט איז געהעריג דא באשטימטע 12 חדשים לערנען אן צוויי זיך דרייען אין די גאסן.
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער
קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאזאק »

מים שלנו האט געשריבן:
קאזאק האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:דו האסט נישט געענטפערט אויפ די שאלה, וואס איז די 2 חדשים אנדערש ווי די איבעריגע 7 זומער חדשים ?????

א מוסד פון חינוך האט א באשטימטע לערן טעג דורכ'ן יאר. קומט אויס אז מען דארף לערנען 10 חדשים, בלייבט נאר בערך 2 חדשים פאר קינדער זיך צו דרייען אין די גאסן און די עצה אויף דעם איז זיי צו שיקן אין קעמפ.

און מי יודע: דאס האב איך טאקע געשריבן, אבער ווי נישט ווי קענען נישט די אלע הונדערטער טויזענטער אידן וואוינען אין ק"י, פאר איזה סיבה איבער.

דאס איז געווען ווען קעמפס האבן זיך געגרינדעט, היינט איז געהעריג דא באשטימטע 12 חדשים לערנען אן צוויי זיך דרייען אין די גאסן.

פון וועלכע רעגליע שרייבסטו וואס האט 14 חדשים?
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

רצון טוב האט געשריבן:עס איז צום שטוינען וויאזוי פיר און ניינציג פראצענט ציבור וויל נישט אזא סטאנדארט אנהאלטען, און די 6 פראצענט האלט אהן די אויבערהאנט.

האלט שוין ביי 95% קעגן 5%.

אפשר קען דאס אויך זיין פון די זאכן אויף די ליסטע וואס די וועד ההורים קען פארהאנדלען מיט די הנהלה, עס זאל זיין כתות אין שטאט פון כתה ו' ביז ישיבה גדולה חלק ג, סא ווער עס וויל זאל קענען שיקן דא אינקלודעד אינעם געהעריגן שכ"ל פרייז. (די וואס זענען מקפיד אויף שמירת עינים 2 חדשים א יאר וועלן ווייטער קענען שיקן אין די קעמפס).
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

חדשות האט געשריבן:

איז 141 מענטשען וואס האבן געוואוט רוב ציבור ? (אינקלודינג ניק'ס כפולות)
עס איז דא עטליכע הונדערט איינגעשריבענע יעדן טאג אפשר נעמט מען אן די אלע וואס וואוטען נישט אז זיי זענען יא מסכים צום קעמפ

איך האב נישט קיין אפשען אויף וואס צו וואוטען ווייל די משפחה איז אין קאנטרי (פארדעם וואוט איך אז עס יא וויכטיג) אין דארט איז נישטא קיין חדר ווי צו שיקען ממילא מוז איך על כרחך האבען קעמפ אין לכאורה נאך טויזענטער זענען אין זעלבען מצב
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:עס איז צום שטוינען וויאזוי פיר און ניינציג פראצענט ציבור וויל נישט אזא סטאנדארט אנהאלטען, און די 6 פראצענט האלט אהן די אויבערהאנט.

האלט שוין ביי 95% קעגן 5%.

אפשר קען דאס אויך זיין פון די זאכן אויף די ליסטע וואס די וועד ההורים קען פארהאנדלען מיט די הנהלה, עס זאל זיין כתות אין שטאט פון כתה ו' ביז ישיבה גדולה חלק ג, סא ווער עס וויל זאל קענען שיקן דא אינקלודעד אינעם געהעריגן שכ"ל פרייז. (די וואס זענען מקפיד אויף שמירת עינים 2 חדשים א יאר וועלן ווייטער קענען שיקן אין די קעמפס).

איז 141 מענטשען וואס האבן געוואוט רוב ציבור ? (אינקלודינג ניק'ס כפולות)
עס איז דא עטליכע הונדערט איינגעשריבענע יעדן טאג אפשר נעמט מען אן די אלע וואס וואוטען נישט אז זיי זענען יא מסכים צום קעמפ

141 איז נישט רוב ציבור. אבער לענ"ד מייינט עס אז עס איז דא לכה"פ 50% אין די ברייטע גאס וואס איז נישט צופרידן פונעם סטאטוס קווא. (די וואס זענען פרא קעמפ באיקאטירען נישט אייוועלט, און האבן אויך ניק כפולות... :roll: )
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

יעצט ווען די גראבע סטעיטמענטס פון קעמפ דיפאזיט קומט אויפן פאסט אינאיינעם מיט די אנדערע יו״ט הוצאות
וויל איך וויסן צו דער עולם האלט נאכאלס די זעלבע

בכלל , איך גלייב נישט אז די וואס האבן געוועלט אז די מוסדות זאלן ווייטער מאכן קעמפ פאר אלע יארגאנג וואלטן געהאט א פראבלעם אויב זאלן די מוסדות צושטעלן ביידע, סיי קעמפ און סיי דעי קעמפ פאר אלע כיתות
סו מה כל הרעש?
זאלן די מוסדות עפענען דעי קעמפס ביז כיתה ט אין שטאט און יעדער העט אליין פירן זיין בודשעט
Haklal
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4033
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

עס איז מיר טאקע א חידוש אז דעס מוזן גיין אין קעמפ האלט נאך אהן אין תש18

ווער וואלט דאס געקענט טוישן?
די רבי? די אדמיניסטרעטאר? די ציבור?
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

געהערט אין בארא פארק איז דא 2 מוסדות וואס האבן אלע כיתות ביז ט' ועד בכלל אויפן גאנצן זומער
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2341
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראפאט קראמפלי »

הענדימען האט געשריבן:געהערט אין בארא פארק איז דא 2 מוסדות וואס האבן אלע כיתות ביז ט' ועד בכלל אויפן גאנצן זומער

ראחמיסטריווקא
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:געהערט אין בארא פארק איז דא 2 מוסדות וואס האבן אלע כיתות ביז ט' ועד בכלל אויפן גאנצן זומער

ראחמיסטריווקא

נאר ביז כיתה ח'
כיתה ט' האט יא א אייגענע קעמפ
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

איך האב געשטימט אז מ'מוז גיין אין קעמפ. איך דארף די פיקטשערס אין די וואך וכו'.
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7278
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס טוט זיך »

יא די מצב אויפן מינוט איז גענויגט אויך טוישנגען, אבער איך האב געוואט מ'זאל לאזן קעמפ, קעמפ איז א טויש פארן קינד, עפעס וואס איז משוגע וויכטיג, פונקט געליינט א מעשה א שטיק צייט צוריק אין איינע פון די מאגאזינען פון א קינד וואס האט זיך אויפגעבויט אין קעמפ, אפשר ווען מ'האלט ווי 'גור' האלט נאכן מאכן אלע אנדערע תקנות איז עס גוט, אבער לענ"ד איז קעמפ פון די לעצטע זאכן וואס מ'זאל טוישן.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

וואס טוט זיך האט געשריבן:יא די מצב אויפן מינוט איז גענויגט אויך טוישנגען, אבער איך האב געוואט מ'זאל לאזן קעמפ, קעמפ איז א טויש פארן קינד, עפעס וואס איז משוגע וויכטיג.

האסט מיר ארויסגעכאפט די ווערטער פון מויל
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך ברענג פון א אנדערע אשכול וויבאלד עס איז דא שטארקע שורות
פארווייטאגט האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:פ?

ווער האלט ווען יא פון אונזער ברוקלינער הייליגער מנהג, וואס מענער זענען אין שטאט א גאנצער וואך, און אונזער נשים צדקניות זענען ממשיך די הייליגער מסורה פון שמירת עיניים. רח"ל. וכדי בזיון וקצף.

כמדומה אז עס נישטא קיין שום מקום אין כלל ישראל, אדער אפילו להבדיל ביי נישט אידן, ווי מ'ווערט צוטיילט אויף צוויי חדשים.
די תוצאות קען מען פרעגן אלע רבנים צו וועמען די פראבלעמען קומען אן.

ריכטיג, קעמפ פאר קינדער איז האלבוועגס עפעס אנדערש, אבער אפילו ווען איז עס אינגאנצען אנדערש איז לך לך אומרים לנזירא לכרמא לא תקרב.
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

איך עיר ה'' פער פרעשור וויליאמסבורג איז דא זימער א( אדער מער )זאל ווי די אינגעלייט וואס זענען אליין אינדערהיים א גאנצע וואך עסן סאפיר
סאיז מיר שוין אויסגעקומען צו עסן סאפיר דארט( גראדע יענע זאל איז א מער א ערליכע חלק עולם ) סאיז א ווייטאג צי זעהן וויפיל מענער עס בלייבן אליין אין שטאט און מען שיקט די ווייבער 3 שעה אוועק.וועגן די גאסן אין וויליאמסבורג זענען טריפה...
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

בבל האט געשריבן: סאיז א ווייטאג צי זעהן וויפיל מענער עס בלייבן אליין אין שטאט און מען שיקט די ווייבער 3 שעה אוועק.וועגן די גאסן אין וויליאמסבורג זענען טריפה...

איז קומט אויס אז קאנטרי איז א מוז!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

ניס קראכער האט געשריבן:איז קומט אויס אז קאנטרי איז א מוז!

וויאזוי האט יענער געזאגט

4 סיבות צו גיין אין קאנטרי

• מאנטאג
• דינסטאג
• מיטוואך
• דאנערשטאג
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

ניס קראכער האט געשריבן:
בבל האט געשריבן: סאיז א ווייטאג צי זעהן וויפיל מענער עס בלייבן אליין אין שטאט און מען שיקט די ווייבער 3 שעה אוועק.וועגן די גאסן אין וויליאמסבורג זענען טריפה...

איז קומט אויס אז קאנטרי איז א מוז!

פאר וועמען? פאר א אינגערמאן וואס זיצט אין ארבייט א גאנצער יאהר, און האט איבער גענוג נסיונות, זאל חאטש זיין שבת אויסערן שטאט, אדער גאר פאר אונזער נשים צדקניות.

הערטס אויף צו רעדן וועגען אידישקייט און נסיונות, ווילאנג עס איז איינגעפירט אז מענער בלייבן אין שטאט אליין דורך אויס דעם זומער.

לאמיר נער'ן א דריטן, און דערווייל עפעס טוען צו פארמינערן אונזער חורבן.

יא חורבן.
גשמי און רוחני צו גלייך.
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”