זאל מען מבטל זיין דאס גיין אין קעמפ ? - אנקעטע -

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז קעמפ וויכטיג, פאר איר פרייז וואס מען צאלט ?

מען זאל גענצליך מבטל זיין די קעמפ גיין
46
22%
קעמפ איז יא וויכטיג נאר פאר א ביליגע פרייז
71
34%
קעמפ איז יא וויכטיג אפגעזעהן פאר וועלכע פרייז
12
6%
מען זאל צושטעלן חדרים אין שטאט פאר אלע יארגענג
47
23%
קעמפ איז יא גוט בלויז פאר עטליכע וואכן
32
15%
 
סך הכול שטימען: 208

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

זאל מען מבטל זיין דאס גיין אין קעמפ ? - אנקעטע -

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג יוני 27, 2017 8:47 pm

ווי שוין אויסגעשמועסט אין עטליכע אשכולות זענען דא פארשידענע מיינונגען איבער די היינטיגע צוגאנג וויאזוי קינדער גייען אין קעמפ,
וועלט אויס איינע פון די 5 אפציעס צו עס זאל יא ווייטער אנגיין די קעמפ געגייעכץ אדער נישט.
לעצט פאראכטן דורך רצון טוב אום דינסטאג יוני 27, 2017 8:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » דינסטאג יוני 27, 2017 8:52 pm

אפשר צו לייגן נאך א אפשען, פון עס מאכן פאר 4 וואכן אנשטאט 8 וואכן

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 870
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דינסטאג יוני 27, 2017 8:59 pm

קעמפ איז זייער וויכטיג אבער נישט פאר די פרייז וואס מ'צאלט. אפשר קען מען גיין פאר אפאר וואכן אזוי ווי ס'פלעגט זיין אין קרית יואל אמאל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג יוני 27, 2017 8:59 pm

היסטאריע האט געשריבן:אפשר צו לייגן נאך א אפשען, פון עס מאכן פאר 4 וואכן אנשטאט 8 וואכן


צוגעלייגט נאך א אפשען
אלע פריערדיגע וויילער דארפן נאכאמאל שטימען
עס האט זיך אלעס אפגעמעקט.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג יוני 27, 2017 9:03 pm

איך מיין אז מיט אזויפיל אפציעס גייט די רעזולטאט פארוואסערט ווערן. איך וואלט געזאגט עס זאל זיין 2 אפציעס

1) לאזן אזוי ווי ביז יעצט

2) מאכן דראסטישע טוישונגען (וואס נעמט אריין איינע אדער אלע פון די פאלגענדע, נאר 3 וואכן אווי אין אייראפע, אויפהערן אינגאנצען מיט די קעמפ ביזנעס, מאכן חדרים פאר אלע קלאסען אין שטאט).

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 9:23 pm

אנקעטעס ארויף אנקעטעס אראפ, ביז ווי לאנג מען שיקט די קינדער אין קעמפ, איז טייטש די עולם וויל עס, ווייל אז נישט פארוואס שיקסטו דיין קינד אין קעמפ,
איי די הנהלה הייסט, אדער דיין דאכטער וויל נישט זיין אנדערש, דאן נעם צוזאם 10/15 טאטעס און מאכטס אפ צוזאמען אז מען שיקט נישט,
אבער ווי עס איז יעצט וויל די עולם גיין אין קעמפ.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג יוני 27, 2017 9:27 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אנקעטעס ארויף אנקעטעס אראפ, ביז ווי לאנג מען שיקט די קינדער אין קעמפ, איז טייטש די עולם וויל עס, ווייל אז נישט פארוואס שיקסטו דיין קינד אין קעמפ,
איי די הנהלה הייסט, אדער דיין דאכטער וויל נישט זיין אנדערש, דאן נעם צוזאם 10/15 טאטעס און מאכטס אפ צוזאמען אז מען שיקט נישט,
אבער ווי עס איז יעצט וויל די עולם גיין אין קעמפ.

פוסטע נארישקייטען.

איינער אליינס קען גארנישט, און 10-15 טאטעס אויך נישט. ווי זאל ער שיקן די קינדער?

מען ברויך 100 טאטעס צוזאמען לכה"פ, אפשר זאל זיך טאקע איינער דא מתנדב זיין צוזאמצונעמן חתימות פון 100 עלטערן, צוזאמען קען דער ציבור אסך אויפטוען, סך מער ווי מען מיינט.

אליינס, זילטש.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דינסטאג יוני 27, 2017 9:31 pm

אוי ווי 10-15 טאטעס קענען, עס הייבט זיך אן אז איינער קלאט אפשמיעסן מיט 10 אירע די אנדערע 90 טאנצען שוין אליינס נאך [אויף היי יאר איז שוין צו שפעט]

צו ארום גיין אינטערשרייבן א פאטיציע אויף נעקסטע יאר איז יעצט די צד נאכן צאלן די געלט וועט יעדער וועלן אינטערשרייבן און נאכן האבן 50 עלטערן [וואס נעמט 10 מינוט צו באקומען אין בהמ"ד] איז אויס מיט די קעמפ פון יענע ת"ת
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג יוני 27, 2017 11:32 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אוי ווי 10-15 טאטעס קענען, עס הייבט זיך אן אז איינער קלאט אפשמיעסן מיט 10 אירע די אנדערע 90 טאנצען שוין אליינס נאך [אויף היי יאר איז שוין צו שפעט]

חלום חלמת..

מהיכי תיתי זאלן 90 נאכטאנצען די 10??

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג יוני 27, 2017 11:38 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:אוי ווי 10-15 טאטעס קענען, עס הייבט זיך אן אז איינער קלאט אפשמיעסן מיט 10 אירע די אנדערע 90 טאנצען שוין אליינס נאך [אויף היי יאר איז שוין צו שפעט]

צו ארום גיין אינטערשרייבן א פאטיציע אויף נעקסטע יאר איז יעצט די צד נאכן צאלן די געלט וועט יעדער וועלן אינטערשרייבן און נאכן האבן 50 עלטערן [וואס נעמט 10 מינוט צו באקומען אין בהמ"ד] איז אויס מיט די קעמפ פון יענע ת"ת

די וואס דארפן שיקן אין א יאר צוויי ארום כאפן נישט אדער ווילן נישט טראכטן דערפון די' לצרה בשעתה... און די וואס דארפן יעצט צאלן קרעכצן און העכסטענס שרייבט מען א תגובה אויף די גע'אסר'טע אייוועלט...

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה נומער 1000

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יוני 28, 2017 12:09 am

חדשות האט געשריבן:איך מיין אז מיט אזויפיל אפציעס גייט די רעזולטאט פארוואסערט ווערן. איך וואלט געזאגט עס זאל זיין 2 אפציעס

1) לאזן אזוי ווי ביז יעצט

2) מאכן דראסטישע טוישונגען (וואס נעמט אריין איינע אדער אלע פון די פאלגענדע, נאר 3 וואכן אווי אין אייראפע, אויפהערן אינגאנצען מיט די קעמפ ביזנעס, מאכן חדרים פאר אלע קלאסען אין שטאט).


עס איז ווערד אפצושאצען פון די אלע אפציעס וואס עס זענען דא
וויפיל פראצענט איז רעדי מיטצוגיין מיט די יעצטיגע מהלך.

דער אנקעטע דא איז אביסל ענדליך צו דעם
דערווייל ווי יענע אנקעטע האלט איז דא נאנט צו 20 פראצענט עולם וואס וויל נישט די דראסטישע טויש
ביי נידון דידן איז דערווייל כולם פה אחד אז מען דארף דא עפעס א טויש געבן, ס'צייט אויפצוהערן חלומ'ן מען דארף טון למעשה. מען וואלט געמעגט גרינדן לעי"נ רבי ישעי' בן רבי משה זצ"ל ולע"נ רבי חיים זנוויל בן רבי משה זצ"ל א קאמפיין צו ראטעווען די אידן וואס ווילן מער נישט מיטגיין מיט די מהלך וואס מען צווינגט אלעמען ארויף. עס איז ברור אידן וועלן זעהן דערביי אותות ומופתים.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2126
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך יוני 28, 2017 12:21 am

2 ניק'ס האבן שנעל געקוועטש די קנעפל לטובת די טייערע פרייזן פארן גיין אין קעמפ.

די פראגע איז צו די וואוט'ס דא רעפלעקט באמת די מיינונג פינעם אלגעמיינעם ציבור.

בן ישי
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2016 2:20 pm

געשטימט בלית ברירה פאר # צוויי

תגובהדורך בן ישי » מיטוואך יוני 28, 2017 2:48 am

באמת וואלט איך געשטימט אז מען זאל מבטל זײן דאס "גיין" אין קעמפ, נאר מען זאל טאקע בלייבן אין קעמפ.
יעדער האט היינט גרויסע לעכטיגן בתי מדרשים, ברייטע מקוואות, ווינטערייזט דירות.
דע ישיבות וואלטן ראיג געקענט זיין דעם גאנצען זומער זמן אין דרויסן, וואס וואלט געהאט א רוחניות תועלת מן הצד.
וויזניץ-גיבערטס יוכיח.
און וואלט געווען א שטופ פאראויס פאר יציאת פון גלות ברוקלין, וואס האט זיך שוין געגעבן א שטיקל רוק פאראויס ב"ה.
ועכשיו שלא זכינו לע"ע, דיזערווען אוודאי אונזערע קינדער א געהעריקע פלאץ מיט א ביסל פרישע לופט אין הרחבת הדעת.
און אוודאי דיזערווען דע עלטערן הרחבת הדעת מען זאל זיי נישט אויסרײסן דע טאשן אין דע נשמה, עפעס וואס איז נישט געווען בעת החסיד שבכהונה ר' יודל רז"ב ע"ה זצ"ל האט געפירט אלע סאטמארער קעמפ'ס.
ובא לציון גואל במהרה.

Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

תגובהדורך Bookkeeper » מיטוואך יוני 28, 2017 12:09 pm

לענ"ד וואלט מען געדארפט קענען וועלן פאר 2 איך וואלט געוועלט פיר און פינף , איז עס דען א סתירה?

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך יוני 28, 2017 2:29 pm

2 און 5
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
כסליו
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 7:29 pm

תגובהדורך כסליו » מיטוואך יוני 28, 2017 2:38 pm

2 און 4
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » מיטוואך יוני 28, 2017 2:51 pm

נאכנישט געשטימט.

לאמיר זאגן נניח אז דאס זענען די פרייזן, און די מוסדות האלטן נישט אדער קענען באמת נישט געבן קיין ביליגערע פרייזן, מיינעך אבער אז ס'וואלט געווען א אחריות פון די מוסדות אויפצוהאלטן געהעריג קלאסן דא אין שטאט פאר טאטעס וואס ווילן נישט/קענען נישט שיקן די קינדער אין קעמפ פאר די פרייזן, ס'טאר נישט זיין קיין התחייבות אז מ'מוז שיקן אן קיין אפשען ארויס, ווער ס'פילט אז ער קען זיך עפארדן, מה טוב ומה נעים, און ווער נישט, דארף ווען זיין צוגעשטעלט אז אזעלכע טאטעס זאלן נישט מוזן אויסבליטיגן.

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

תגובהדורך רויט » מיטוואך יוני 28, 2017 4:00 pm

חברה, ס'א שאד די צייט/אנקעטע מגייט סייוווי גיין אי"ה דעם קומענדיגע וואך אפילו איך האב נישט קיין חשק.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15187
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך יוני 28, 2017 6:12 pm

גיין אין קעמפ? ח"ו, די פוס קענען געשוואלן ווערן

איך שטום פאר ראלינג ווי באסעס
kraitchmah עט גימעיל

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » מיטוואך יוני 28, 2017 8:09 pm

שנאפס האט געשריבן:גיין אין קעמפ? ח"ו, די פוס קענען געשוואלן ווערן

איך שטום פאר ראלינג ווי באסעס

און וואס איז מיט קעטסקיל פאנלענד?

סיריעסלי, זאל די הנהלה קודם עפענען די קלאסן דא, קרן עזר זאך אויפהערן צו ספאנסערן קעמפ, און נאכדעם וועט שוין אלעס פאלן אין פלאץ.

Haklal
שר האלף
תגובות: 1010
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג יולי 11, 2017 10:56 pm

געשטימט פאר אפשען 4,ווייל עס דארף זיין אפשענס.

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » מיטוואך יולי 12, 2017 12:15 pm

אפּשען 2, 3 און 5 זענען יא פאר קעמפ, נאר מיט געוויסע אומשטענדן.
אפּשען 1 און 4 זענען ניין פאר קעמפ.

סך הכול שטימען: 111
61 פאר קעמפ
50 קעגן קעמפ
דערווייל האט קעמפ געוואונען

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך יולי 12, 2017 6:15 pm

איך האב עס גאנץ אנדערש פארשטאנען.

115 שטימן. גאנצע 7...זענען גרייט צו גיין ווייטער ווי ביז יעצט, ווידער 108 האלטען אז עס דארף קומען גאר דראסטישע ענדערונגען

קאזאק
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 12, 2017 7:10 am

תגובהדורך קאזאק » דאנארשטאג יולי 13, 2017 7:29 am

קעמפ איז וויכטיג פשוט כדאי מען זאל זיך נישט דרייען אין די שמוציגע גאסן ל"ע. ס'איז א גוטע הכנה צו חודש אלול און תשרי. הלואי וואלטן די פרייזן פון קעמפ געווען ביליגער אז נאך אידן זאלן קענען שיקן זייערע קינדער אין די קעמפס.

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » דאנארשטאג יולי 13, 2017 1:04 pm

קאזאק האט געשריבן:קעמפ איז וויכטיג פשוט כדאי מען זאל זיך נישט דרייען אין די שמוציגע גאסן ל"ע. ס'איז א גוטע הכנה צו חודש אלול און תשרי. הלואי וואלטן די פרייזן פון קעמפ געווען ביליגער אז נאך אידן זאלן קענען שיקן זייערע קינדער אין די קעמפס.


אז עס שטערט אייך אז מען זאל זיך נישט דרייען אין די שמוזיגע גאסן ביטע ציעט אייך אריבער קיין קר"י/מאנסי וכו' וכו'

אויב עס קומט אייך אן שווער, שיקט אייער קינדער קיין אפסטעט פון לכה"פ אינמיטן ספירה ביז כמעט ראש השנה (די סיבה פארוואס מען פארט נאר צוויי חדשים און דוקא אויפן גוישע מאנאטן איז מנהג אמעריקע, און סאטמער רב זי"ע פלעגט דייקא פארן אויפן אידשן לוח)

נ.ב. איך זעה נישט די אידן פון די פראדזעקטס זאלן אנטלויפן און זיך אריבערציען צו ריינערע געגנטע (אבער א זאל וואס ברענגט אביסל מאדערנער אידן שטערט זייער שטארק פאר די אידישע פראדזעקט שכנים)
יעדער טוהט וואס ער קען זיך ערלויבן
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גרויסע-גדולה, פארנימען און 22 געסט