גיין אין קעמפ - צו פעלט דאס טאקע אויס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג יוני 25, 2017 1:52 pm

נא_שכל האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אונזערע מוסדות דא וואס זענען 'אמאל' געווען די סימבאל פון שפארזאמקייט, ווי די דאגה פון רבין ז"ל און די מענטשן וועם ער האט געשטעלט צו פירן מוסדות, איז געווען אז אידן זאלן נישט אינטערברעכן, צדקה וחסד איז געווען די עיקר וואס מען האט אונז געלערנט.

אבער די זעלבע איז מיט שכר לימוד, מען שיקט ארום בריוו מיט איבער געשרויפטע פרייזן וואס כלומרשט קאסט א קינד, פרייזען 40 פראצענט העכער ווי דער זעלבער אדמיניסטראטאר האט געזאגט ביים דינער א האלבע יאר צוריק, און אין די זעלבע וואך וואס וואוטשער געלט איז געשטיגן מיט שווערע געלט, און צום באוואונדערן אז מען קען זיך נישט פאראייניגען מיט אן אנדערע קהילה פאר קיין שום אידישקייט זאך, אבער עס קומט צו אויסרייסן טאשן איז אויס מחלוקה, מאן ארבעט מייסטערהאפטיג צוזאמען.

און די ישיבה גדולה זעהט אויס די זעלבע, וכן למצה בעקעריי, וכן לפלייש באנק, א גיטער איד האט אמאל געזאגט אז בעצם האט מען גע'עפנט א בוטשער סטאר, היות די בוטשער סטאר האט נישט געברענגט געניג געלט האט מען גע'עפנט א מוסד צו קאווערן פאר די בוטשער.

זייער גערעכט, און ס'זייער ווייטאגליך פאר א גרויס חלק פונעם ציבור.

לאור המצב הקשה הערט מען, אז די רבנים פון פראנקרייך האבן דערהערט דעם ווייגעשריי פון ווילאמסבורג, און זיי האבן זיך צוזאמגענומען, און זיי קומען אהער מחזק זיין דעם עולם בגוף ובממון. ולה' הישועה!
;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג יוני 25, 2017 1:56 pm

רבניש האט געשריבן:לאידך גיסא, לאמיר זיך אפשטעלן אין קוקן גוט פון דעם מוסד׳ס אפיס טישל.... (וואס כאב מיטגעהלאטן)

ווען זיי רופן די עלטערן וואס צאלן טאקע נישט די ״גרויסע״ שכר מלומדת בילס ווייל זיי זענען דאך מיטל קלאס פארדינער אין זיי טענען אז זיי האבן נישט צו באצאלן די ווילדע געהעכערטע אומאויסגעהאלטענע מוסד פרייזן,

ווען מערופט זיי פארן בילל...

הייבט זיך דער טרייבל פון די אנדערע זייט אויף מיט א נערוועזן העלאוי;

עהה.. ווער איז? איר האט א ריזן באלאנס דא דאס לעצטע מאל האט איר געצאלט איבער דריי יאר צוריק... עההה.. ביטע רוף מיך צוריק נעקסטע וואך איך קען יעצט נישט רעדן איך בין אין קערעסטיר...

א האלבן חודש דערנאך... העלאוי, מערופט פונעם שכר מלומדת אפיס... ווארפט אריין א קליינעם פעימענט אויף דעם ריזן וואקסענדן בילל...

די אנדערע זייט טרייבל; ווער איז עס איך הער נישט, העלאוי, רעד העכער, איך הער נישט קיין איין ווארט, די מוזיק האקט... איך בין דא אין מירון איך קען יעצט נישט רעדן קאל א חודש ארום זיי מוחל.

א חודש ארום, מערופט דא פונעם שכר מלומדת אפיס.... עהההה... קאלל מיך דינסטאג ווען איך וועל צוריק זיין אין שטאט וועל איך קעיר נעמען יעצט בין איך אין קאנטערי....

אזוי גייט דאס אן א גאנץ יאר דער ״מיטל קלאס״ פארדינער שווימט ארום לענגאויס די וועלט פאר שוואוילטאג... חודש נאך חודש.. אבער פארן שכר לימוד האט ער נישט גארנישט, און ניטאמאל קימערט ער זיך וויסענדיג צו מאכן!

שרייען די מוסדות וואס עפעס זעמיר אונז דיין שעיר חטאת, אפשר מאך ״דעלטא עיר ליינס ביזנעס קלאס״ פאר דיין שעיר.

אמת עס איז טאקע דא א קליין חלק עכט ארימע, אדער א שיין חלק מיטל קלאס וואס מאכן נישט דעם לעבן און קענען טאקע נישט צאלן דעם שכר לימוד, וואס קען מען אבער טון די גוטע ליידן טאקע צוליב די הפקר חברה וואס זייער קינד׳ס מוסד ווערט געשטעלט ניטאמאל צום לעצט אויף זייער ליסטע.

טייערע מיטל קלאס פארדינער פאר אלע שוואוילטאג האסטו געלט איא? ביטע הייב אן צאלן שכר לימוד ווי א נארמאלער מענטש ווי דיינע קינדער זיצן דעם גאנצן ליבן טאג, דעם ערשטן חלק פון זייער לעבן.

איך גלייב נישט אז די סארט מענטשען זענען מער ווי א מיעוט המצוי
רוב מענטשען דערשטיקען זיך באמת
אדער קען זיין אז איך דריי מיך נישט מיט די בעסערע מענטשען,

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג יוני 25, 2017 2:02 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:

א ריזן פראצענט טייערער איד

און מען מיינט דאך נישט דווקא דעם דוגמת המעשה. דאס איז גייט אויף יעדן איבריגע שוואוילטאגאיגען שגעון וואס איז מרקד בינינו, אויף א צוקוקטן פארנעם.

איך האב אנגעכאפט איינע פון די צעדרייטע לעצטיגע טרענדס ביים ״מיטל קלאס״
לעצט פאראכטן דורך רבניש אום זונטאג יוני 25, 2017 2:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יוני 25, 2017 2:18 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:
מי הוא זה האט געשריבן:וואספארא שמירת עינים פראבלעם איז דא אין קרית יואל אז עס איז געווארן א חיוב צי שיקען אויך די מיידלעך?

אויף דעם קען מען זאגן אז בטלה מביא לידי.... ממילא מוזן זיי זיין דורכאויס די חדשים אין א סאסייעטי.

נאך אמאל איבער חזר'ן די אינגלעך גייען נישט אין קעמפ אין קרית יואל, נאר די מיידלעך און עס איז בכלל נישט קיין חיוב, די סקול פארלאנגט עס בכלל נישט.

קען איך א מיידל וואס איז געווארן אויסגעשפיגן פון אלע חבר'טעס ווייל די טאטע האט נישט געהאט צו באצאלן

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17530
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יוני 25, 2017 2:21 pm

ליסקא האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:כתה ו׳ איז שוין דא היי יאר אין וויליאמסבורג. לאמיר האפן אז עס קומט א דורכברוך

א מלמד זאגט מיר אז יעדעס יאר האט ער עטליכע קינדער וואס פאר זיי איז יסורים צו זיין אין קעמפ, לדוגמא בעט נעצן, מעדיקעישאן, שטארק בענקוועדיג, און נאך עניינים.

וועלכע מוסד האט שוין כיתה ו' ?

וויען / וויזניץ / פאפא(?)

נו שיקט איר אהין?

ווייט ווייט פון א דורכברוך

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג יוני 25, 2017 2:22 pm

@ רבניש, אייער תגובה איז אביסל צו עקסטרעים און א דיסרעקשן פון די נקודת האשכול, און עס איז בכלל נישט קיין צד השני צו דאס וואס אנדערע האבן דא געשריבען אז מיטעלע און שוואכע פארדינער קענענן שווערליך נאכלויפן די סטאנדערט געשטעלט דורוך די פארמעגליכע.

יא, עס איז דא אזעלכע סארט מענטשן פון וואס איר שרייבט, אבער נישט דאס איז די נקודה ווען מען דעבאטירט די נושא.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2189
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » זונטאג יוני 25, 2017 2:30 pm

רבניש האט געשריבן:לאידך גיסא, לאמיר זיך אפשטעלן אין קוקן גוט פון דעם מוסד׳ס אפיס טישל.... (וואס כאב מיטגעהלאטן)

ווען זיי רופן די עלטערן וואס צאלן טאקע נישט די ״גרויסע״ שכר מלומדת בילס ווייל זיי זענען דאך מיטל קלאס פארדינער אין זיי טענען אז זיי האבן נישט צו באצאלן די ווילדע געהעכערטע אומאויסגעהאלטענע מוסד פרייזן,

ווען מערופט זיי פארן בילל...

הייבט זיך דער טרייבל פון די אנדערע זייט אויף מיט א נערוועזן העלאוי;

עהה.. ווער איז? איר האט א ריזן באלאנס דא דאס לעצטע מאל האט איר געצאלט איבער דריי יאר צוריק... עההה.. ביטע רוף מיך צוריק נעקסטע וואך איך קען יעצט נישט רעדן איך בין אין קערעסטיר...

א האלבן חודש דערנאך... העלאוי, מערופט פונעם שכר מלומדת אפיס... ווארפט אריין א קליינעם פעימענט אויף דעם ריזן וואקסענדן בילל...

די אנדערע זייט טרייבל; ווער איז עס איך הער נישט, העלאוי, רעד העכער, איך הער נישט קיין איין ווארט, די מוזיק האקט... איך בין דא אין מירון איך קען יעצט נישט רעדן קאל א חודש ארום זיי מוחל.

א חודש ארום, מערופט דא פונעם שכר מלומדת אפיס.... עהההה... קאלל מיך דינסטאג ווען איך וועל צוריק זיין אין שטאט וועל איך קעיר נעמען יעצט בין איך אין קאנטערי....

אזוי גייט דאס אן א גאנץ יאר דער ״מיטל קלאס״ פארדינער שווימט ארום לענגאויס די וועלט פאר שוואוילטאג... חודש נאך חודש.. אבער פארן שכר לימוד האט ער נישט גארנישט, און ניטאמאל קימערט ער זיך וויסענדיג צו מאכן!

שרייען די מוסדות וואס עפעס זעמיר אונז דיין שעיר חטאת, אפשר מאך ״דעלטא עיר ליינס ביזנעס קלאס״ פאר דיין שעיר.

אמת עס איז טאקע דא א קליין חלק עכט ארימע, אדער א שיין חלק מיטל קלאס וואס מאכן נישט דעם לעבן און קענען טאקע נישט צאלן דעם שכר לימוד, וואס קען מען אבער טון די גוטע ליידן טאקע צוליב די הפקר חברה וואס זייער קינד׳ס מוסד ווערט געשטעלט ניטאמאל צום לעצט אויף זייער ליסטע.

טייערע מיטל קלאס פארדינער פאר אלע שוואוילטאג האסטו געלט איא? ביטע הייב אן צאלן שכר לימוד ווי א נארמאלער מענטש ווי דיינע קינדער זיצן דעם גאנצן ליבן טאג, דעם ערשטן חלק פון זייער לעבן.

פון די אנדערע זייט פון די טאטע'ס קוק ווינקעל
אז אויב איז ער נישט מגזים נאר ער ערלויבט זיך אמאל עפעס (וואס איך גלייב אז דאס איז א נארמאלע מענטש עס איז נישט דא צו סאך (אומ)מענטשען וואס וועלען אויסגעבען געלט א גאנצע טאג פאר לוקסוס און נאכדעם נישט האבען פאר שכר לימוד)
איז זיין חשבון זייער פשוט אז איך ארבעט שווער אלעמאל א מאל מעג איך מיך ערלויבען עפעס איך בין נישט קיין עבד נאר פאר מיין לענדלארד און די מוסדות און חוץ דעם מעג איך קיינמאל גארנישט קויפען אדער באצאלען
ער מעג אויך אמאל ענדשויען עפעס און עס גייט נאך ווייטער אז אויב זיין נערווען וועלען קראכען וועט זיך קיינער נישט זארגען מה שאין כן די מוסד גייט נישט אינטערגיין ווייל עס איז דא גענוג וואס גייען זארגען פארדעם

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » זונטאג יוני 25, 2017 3:56 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:
מי הוא זה האט געשריבן:וואספארא שמירת עינים פראבלעם איז דא אין קרית יואל אז עס איז געווארן א חיוב צי שיקען אויך די מיידלעך?

אויף דעם קען מען זאגן אז בטלה מביא לידי.... ממילא מוזן זיי זיין דורכאויס די חדשים אין א סאסייעטי.

נאך אמאל איבער חזר'ן די אינגלעך גייען נישט אין קעמפ אין קרית יואל, נאר די מיידלעך און עס איז בכלל נישט קיין חיוב, די סקול פארלאנגט עס בכלל נישט.

ווען "יעדער" גייט ווייל "יעדער" גייט ווערט דאס פון זיך אליין א "חיוב"

אויב די האסט קינדער פון 7-10 קלאס ווייסטו זייער גוט וואספארא מין חיוב דאס איז

רואיג
שר העשר
תגובות: 15
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2016 7:49 pm

תגובהדורך רואיג » זונטאג יוני 25, 2017 4:29 pm

און איך זיץ און לאך. זייענדיג א קרית יואלער איינוואוינער, וואו ביז היינט איז א שיינע פראצענט געפארן אין קעמפ אויף די אייגענע ווילן, און די יאר האט די מוסד געסטאפט געבן רשות צו פארן אין קעמפ, און זיי לאזן מער נישט קיין קינדער גיין אין קעמפ, איז די טענה פון אסאך טאטע'ס פארקערט, היתכן די מוסד לאזט נישט גיין אין קעמפ, א יונגל דארף האבן קעמפ, וכולי וכולי

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6517
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג יוני 25, 2017 4:33 pm

רואיג האט געשריבן:און איך זיץ און לאך. זייענדיג א קרית יואלער איינוואוינער, וואו ביז היינט איז א שיינע פראצענט געפארן אין קעמפ אויף די אייגענע ווילן, און די יאר האט די מוסד געסטאפט געבן רשות צו פארן אין קעמפ, און זיי לאזן מער נישט קיין קינדער גיין אין קעמפ, איז די טענה פון אסאך טאטע'ס פארקערט, היתכן די מוסד לאזט נישט גיין אין קעמפ, א יונגל דארף האבן קעמפ, וכולי וכולי

דו פארשטייסט טאקע נישט קיין חילוק ווען ס'איז אפשענעל ווי ווען ס'איז א מוז?
איך האב אויך געשיקט מיין אינגל אין קעמפ פאר איין יאר, ס'האט אויסגעפעלט אין שטוב, א יאר שפעטער האט נישט אויסגעפעלט האב איך נישט געשיקט
ווידער מיינע מיידלעך, איז ניטאמאל קיין אפשען, מ'מוז שיקן אין קעמפ, ווייל זי קען נישט זיין די יאנטשי מיידל וואס גייט נישט אין קעמפ
70 פראצענט טאטעס זוכן נישט צו שיקן אין קעמפ, ס'מאכט זיך אמאל א סיבה אז מ'מוז שיקן, שיקט מען, אבער לכבוד דעם זאל יעדער שוין דארפן שיקן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1259
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » זונטאג יוני 25, 2017 4:33 pm

רואיג האט געשריבן:און איך זיץ און לאך. זייענדיג א קרית יואלער איינוואוינער, וואו ביז היינט איז א שיינע פראצענט געפארן אין קעמפ אויף די אייגענע ווילן, און די יאר האט די מוסד געסטאפט געבן רשות צו פארן אין קעמפ, און זיי לאזן מער נישט קיין קינדער גיין אין קעמפ, איז די טענה פון אסאך טאטע'ס פארקערט, היתכן די מוסד לאזט נישט גיין אין קעמפ, א יונגל דארף האבן קעמפ, וכולי וכולי

איך ווייס נישט וואס זייער טעם איז אויפן נישט לאזן.

אבער איך זעה נישט פארוואס דאס דארף זיין א בלענקט תקנה, אין ווילי "מוזטו" שיקן, און אין ק"י "טארסטו" נישט שיקן.

ווער עס וויל שיקן, און ווער ס'קען זיך נישט ערלויבן צו שיקן, זאל טוהן וןאס אלע אונזערע טאטעס און זיידעס פלעגן טוהן, מסביר זיין "רואיגערהייט" אז ס'איז נישטא קיין געלט און מ'קען נישט גיין. און די לעסאן וועט פיל מער אויפטון פארן קינד ווי א זומער אין קעמפ.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג יוני 25, 2017 4:47 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:די נושא איז א יערליכע דעבאטע צווישען דעם עושר און דעם ארעמאן,

״קעמפס״ איז נאר א ״משל״ ווי אויפציווייזען די דיפרענטץ, די ״נמשל״ איז די טאג טעגליכע הלוך ילך ביים היימישען ציבור.

דער עושר קען זיך ערלויבען קעמפס, חתונה מאכען, קערעסטיר, ליסענזסק, שכ״ל, ל״ג בעומר, בר מצווה מאכען, אא״וו אלע גרויסע אויסגאבן ביים היימישען ציבור.

און דער ארימאן קרעכטץ אויף יעדע זאך עקסטער, ער קרעכטץ כסדר אויף די גרויסע הוצאה וואס די סאסייעטי האט אויף אים ארויף געווארפן, דער ארימאן קרעכטץ יערליך אז די סטאנדארט ווערט אראפגעשטעלט דורוך די פארמעגליכע, און די נישט פארמעגליכע קענענן עס נישט דערגרייכען.

די דיפרענטץ צווישען די צוויי קלאסן מענטשן ווערט נאר גרעסער און גרעסער צילוב די גרעסערע משפחות, און צילוב די לוקסוס אין וואס מען לעבן היינט און וואס מענטשן ערלויבן זיך היינט צוטאגס, דאס טרייבט ארויף די פרייזן און סטאנדערט פון אלעם, און דאס ברענגט אז די קרעכטצן זאלן אויך ווערן העכער און שטערקער.

אזוי אמת יעדעס ווארט!!!
טאקע אאאטטט דא! ליגט דער הונט באגראבן
מיר זענען אין גלות צווישן אידן....

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג יוני 25, 2017 5:40 pm

El Rushbo האט געשריבן:
רואיג האט געשריבן:און איך זיץ און לאך. זייענדיג א קרית יואלער איינוואוינער, וואו ביז היינט איז א שיינע פראצענט געפארן אין קעמפ אויף די אייגענע ווילן, און די יאר האט די מוסד געסטאפט געבן רשות צו פארן אין קעמפ, און זיי לאזן מער נישט קיין קינדער גיין אין קעמפ, איז די טענה פון אסאך טאטע'ס פארקערט, היתכן די מוסד לאזט נישט גיין אין קעמפ, א יונגל דארף האבן קעמפ, וכולי וכולי

איך ווייס נישט וואס זייער טעם איז אויפן נישט לאזן.

אבער איך זעה נישט פארוואס דאס דארף זיין א בלענקט תקנה, אין ווילי "מוזטו" שיקן, און אין ק"י "טארסטו" נישט שיקן.

ווער עס וויל שיקן, און ווער ס'קען זיך נישט ערלויבן צו שיקן, זאל טוהן וןאס אלע אונזערע טאטעס און זיידעס פלעגן טוהן, מסביר זיין "רואיגערהייט" אז ס'איז נישטא קיין געלט און מ'קען נישט גיין. און די לעסאן וועט פיל מער אויפטון פארן קינד ווי א זומער אין קעמפ.

עס איז זייער פשוט ווייל אויב טוען געוויסע קינדער אנדערש ווי רוב ווערט די מוסדות צופארן, מען מיז מאכן א תקנה אז די מיעוט זאל זיך צושטעלן, מען קען נאר אויסארבעטן וואס רוב זאלן טוען.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג יוני 25, 2017 5:54 pm

רויט האט געשריבן:סאדאם@ כהאב הנאה פון דיר, מגייט דאך סייווי נישט אויפטוהן פון העצן אויף די מוסדות, (כ'מיין אין קרית יואל-ס'ווערט דאך סייווי נישט געהערט/געפירט פון אונז,) נו, זאל מען כאטש רעדן און טראכטן פאזאטיוו.

אזי נעגעטיוו צו טראכטען, אויף די קרית יואלע מוסדות, קען זיין אז אין די מוסד ווי דו שיקטס טוט מען נישט אויף, אבער ביי אונז קען מען א געוואלט אויפטוען אז מען וויל.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » זונטאג יוני 25, 2017 6:05 pm

הנני בידך האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:ס'קאסט טאקע געלט, אבער נישט קיין סיבה עס מבטל צו זיין, ווען די תועלת ברוחניות און בגשמיות אויף א גאנץ יאר איז להפליא.

די תועלת ברוחניות ובגשמיות איז טאקע להפליא אבער ממיז אין די זעלבע צייט וויסן אין רעכענען די חורבונות בגשמיות וברוחניות

פארקערט ווי פילע דא וואס האלטן אז עס איז לתועלת, די פראגע איז נאר צו ס׳ווערט די קאסט, איז ביי אונז להיפך. ב״ה מ׳קעמיר זיך עס ערלויבן, איך זעה נאר נישט די תועלת, נישט ברוחניות, און נישט בגשמיות, און אוודאי נישט צו די עקסטענד פון עד להפליא.

אלזא מיין ענטפער אויף די קשיא פונ׳ם אשכול, ניין! ס׳פעלט נישט אויס, אפילו ס׳וואלט געווען אומזיסט.
לעצט פאראכטן דורך בּרזל אום זונטאג יוני 25, 2017 6:29 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » זונטאג יוני 25, 2017 6:11 pm

רבניש האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:לאידך גיסא, לאמיר זיך אפשטעלן אין קוקן גוט פון דעם מוסד׳ס אפיס טישל.... (וואס כאב מיטגעהלאטן)

ווען זיי רופן די עלטערן וואס צאלן טאקע נישט די ״גרויסע״ שכר מלומדת בילס ווייל זיי זענען דאך מיטל קלאס פארדינער אין זיי טענען אז זיי האבן נישט צו באצאלן די ווילדע געהעכערטע אומאויסגעהאלטענע מוסד פרייזן,

ווען מערופט זיי פארן בילל...

הייבט זיך דער טרייבל פון די אנדערע זייט אויף מיט א נערוועזן העלאוי;

עהה.. ווער איז? איר האט א ריזן באלאנס דא דאס לעצטע מאל האט איר געצאלט איבער דריי יאר צוריק... עההה.. ביטע רוף מיך צוריק נעקסטע וואך איך קען יעצט נישט רעדן איך בין אין קערעסטיר...

א האלבן חודש דערנאך... העלאוי, מערופט פונעם שכר מלומדת אפיס... ווארפט אריין א קליינעם פעימענט אויף דעם ריזן וואקסענדן בילל...

די אנדערע זייט טרייבל; ווער איז עס איך הער נישט, העלאוי, רעד העכער, איך הער נישט קיין איין ווארט, די מוזיק האקט... איך בין דא אין מירון איך קען יעצט נישט רעדן קאל א חודש ארום זיי מוחל.

א חודש ארום, מערופט דא פונעם שכר מלומדת אפיס.... עהההה... קאלל מיך דינסטאג ווען איך וועל צוריק זיין אין שטאט וועל איך קעיר נעמען יעצט בין איך אין קאנטערי....

אזוי גייט דאס אן א גאנץ יאר דער ״מיטל קלאס״ פארדינער שווימט ארום לענגאויס די וועלט פאר שוואוילטאג... חודש נאך חודש.. אבער פארן שכר לימוד האט ער נישט גארנישט, און ניטאמאל קימערט ער זיך וויסענדיג צו מאכן!

שרייען די מוסדות וואס עפעס זעמיר אונז דיין שעיר חטאת, אפשר מאך ״דעלטא עיר ליינס ביזנעס קלאס״ פאר דיין שעיר.

אמת עס איז טאקע דא א קליין חלק עכט ארימע, אדער א שיין חלק מיטל קלאס וואס מאכן נישט דעם לעבן און קענען טאקע נישט צאלן דעם שכר לימוד, וואס קען מען אבער טון די גוטע ליידן טאקע צוליב די הפקר חברה וואס זייער קינד׳ס מוסד ווערט געשטעלט ניטאמאל צום לעצט אויף זייער ליסטע.

טייערע מיטל קלאס פארדינער פאר אלע שוואוילטאג האסטו געלט איא? ביטע הייב אן צאלן שכר לימוד ווי א נארמאלער מענטש ווי דיינע קינדער זיצן דעם גאנצן ליבן טאג, דעם ערשטן חלק פון זייער לעבן.

איך גלייב נישט אז די סארט מענטשען זענען מער ווי א מיעוט המצוי
רוב מענטשען דערשטיקען זיך באמת
אדער קען זיין אז איך דריי מיך נישט מיט די בעסערע מענטשען,

א ריזן פראצענט טייערער איד

און מען מיינט דאך נישט דווקא דעם דוגמת המעשה. דאס איז גייט אויף יעדן איבריגע שוואוילטאגאיגען שגעון וואס איז מרקד בינינו, אויף א צוקוקטן פארנעם.

איך האב אנגעכאפט איינע פון די צעדרייטע לעצטיגע טרענדס ביים ״מיטל קלאס״

אגרי אז ס׳איז ליידער א גרויסע פראצענט, אבער אויב גייט ארויף די קעמפ/שכ״ל לכבוד דעם, זאל מען מאכן אז ווער ס׳טוט דאס נישט, און ער לעבט יא אויסגערעכענט, זאל בלייבן די אלטע פרייזן

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג יוני 25, 2017 6:12 pm

צהלה ושמחה האט געשריבן:די נושא איז א יערליכע דעבאטע צווישען דעם עושר און דעם ארעמאן,

״קעמפס״ איז נאר א ״משל״ ווי אויפציווייזען די דיפרענטץ, די ״נמשל״ איז די טאג טעגליכע הלוך ילך ביים היימישען ציבור.

דער עושר קען זיך ערלויבען קעמפס, חתונה מאכען, קערעסטיר, ליסענזסק, שכ״ל, ל״ג בעומר, בר מצווה מאכען, אא״וו אלע גרויסע אויסגאבן ביים היימישען ציבור.

און דער ארימאן קרעכטץ אויף יעדע זאך עקסטער, ער קרעכטץ כסדר אויף די גרויסע הוצאה וואס די סאסייעטי האט אויף אים ארויף געווארפן, דער ארימאן קרעכטץ יערליך אז די סטאנדארט ווערט אראפגעשטעלט דורוך די פארמעגליכע, און די נישט פארמעגליכע קענענן עס נישט דערגרייכען.

די דיפרענטץ צווישען די צוויי קלאסן מענטשן ווערט נאר גרעסער און גרעסער צילוב די גרעסערע משפחות, און צילוב די לוקסוס אין וואס מען לעבן היינט און וואס מענטשן ערלויבן זיך היינט צוטאגס, דאס טרייבט ארויף די פרייזן און סטאנדערט פון אלעם, און דאס ברענגט אז די קרעכטצן זאלן אויך ווערן העכער און שטערקער.

אבער אמאל האט מען זיך מער גערעכנט מיט א ארימאן, אז מ'האט שוין יא געגעבן א הנחה'דיגען שכר לימוד פרייז, איז עס געווען א פארטיגע פרייז, היינט נאך שכר לימוד צאלט צען צו דאפלט א יאר, פאר אומגעבעטענע טייערע טריפס יעדן שני וחמישי, וואס מ'דארף נאכמאכן מוסד פלוני, כסדר בעט מען טיפס מיט פרעזענטס, ביכער מיט ספרים, מ'קען נישט ברענגען קיין אלף בינה מיט חומשים פון דערהיים, און אלעס קאסט ביטערע געלטער טיימס וויפיל קינדער דו האסט. ס'קומט אויס אז מ'צאלט אומאפיציעל דאפלט שכר לימוד.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג יוני 25, 2017 6:17 pm

בּרזל האט געשריבן:אגרי אז ס׳איז ליידער א גרויסע פראצענט, אבער אויב גייט ארויף די קעמפ/שכ״ל לכבוד דעם, זאל מען מאכן אז ווער ס׳טוט דאס נישט, און ער לעבט יא אויסגערעכענט, זאל בלייבן די אלטע פרייזן

ליידער זענען היינטיגע אדמיניסטרעיטארס נישט קאמפעטענט צו קאלעקטן געלט פון די עשירים, זיצט מען און מען שינדט די הויט פון ארעמעלייט, איך קען צוויי יונגעלייט מיליאנערן וואס זייער שכר לימוד איז האלב פון מיינס, נישט זיכער אז דאס צאלן זיי יא, ווען עס קומט אן ארימע פרוי זיך בעטן פאר א הנחה רעדט מען צום דופן עקומה.

צייט איבערצוגעבן פאר אט די הנהלה אז מען קען באלאנסירן דעם בודשעט פאר ביליגער, און אז זיי זענען נישט קאמפעטענט זאלן זיי אפטרעטן און לאז אנדערע פירן.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 472
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג יוני 25, 2017 6:23 pm

בלעטל האט געשריבן:
צהלה ושמחה האט געשריבן:די נושא איז א יערליכע דעבאטע צווישען דעם עושר און דעם ארעמאן,

״קעמפס״ איז נאר א ״משל״ ווי אויפציווייזען די דיפרענטץ, די ״נמשל״ איז די טאג טעגליכע הלוך ילך ביים היימישען ציבור.

דער עושר קען זיך ערלויבען קעמפס, חתונה מאכען, קערעסטיר, ליסענזסק, שכ״ל, ל״ג בעומר, בר מצווה מאכען, אא״וו אלע גרויסע אויסגאבן ביים היימישען ציבור.

און דער ארימאן קרעכטץ אויף יעדע זאך עקסטער, ער קרעכטץ כסדר אויף די גרויסע הוצאה וואס די סאסייעטי האט אויף אים ארויף געווארפן, דער ארימאן קרעכטץ יערליך אז די סטאנדארט ווערט אראפגעשטעלט דורוך די פארמעגליכע, און די נישט פארמעגליכע קענענן עס נישט דערגרייכען.

די דיפרענטץ צווישען די צוויי קלאסן מענטשן ווערט נאר גרעסער און גרעסער צילוב די גרעסערע משפחות, און צילוב די לוקסוס אין וואס מען לעבן היינט און וואס מענטשן ערלויבן זיך היינט צוטאגס, דאס טרייבט ארויף די פרייזן און סטאנדערט פון אלעם, און דאס ברענגט אז די קרעכטצן זאלן אויך ווערן העכער און שטערקער.

אבער אמאל האט מען זיך מער גערעכנט מיט א ארימאן, אז מ'האט שוין יא געגעבן א הנחה'דיגען שכר לימוד פרייז, איז עס געווען א פארטיגע פרייז, היינט נאך שכר לימוד צאלט צען צו דאפלט א יאר, פאר אומגעבעטענע טייערע טריפס יעדן שני וחמישי, וואס מ'דארף נאכמאכן מוסד פלוני, כסדר בעט מען טיפס מיט פרעזענטס, ביכער מיט ספרים, מ'קען נישט ברענגען קיין אלף בינה מיט חומשים פון דערהיים, און אלעס קאסט ביטערע געלטער טיימס וויפיל קינדער דו האסט. ס'קומט אויס אז מ'צאלט אומאפיציעל דאפלט שכר לימוד.

האסט נאר איבער געזאגט וואס איך האב געזאגט "די חילוק צווישען דעם עושר און דעם ארימאן" און בסך הכל געגעבן אנדערע משלים ארויסצוברענגן די דיפרענטץ ווי דער ארימאן ליידט פון די סטאנדערט געשטעלט דורוך די פארמעגליכע.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

בּרזל
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 10, 2016 5:16 pm

תגובהדורך בּרזל » זונטאג יוני 25, 2017 6:27 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:אונזערע מוסדות דא וואס זענען 'אמאל' געווען די סימבאל פון שפארזאמקייט, ווי די דאגה פון רבין ז"ל און די מענטשן וועם ער האט געשטעלט צו פירן מוסדות, איז געווען אז אידן זאלן נישט אינטערברעכן, צדקה וחסד איז געווען די עיקר וואס מען האט אונז געלערנט.

אבער די זעלבע איז מיט שכר לימוד, מען שיקט ארום בריוו מיט איבער געשרויפטע פרייזן וואס כלומרשט קאסט א קינד, פרייזען 40 פראצענט העכער ווי דער זעלבער אדמיניסטראטאר האט געזאגט ביים דינער א האלבע יאר צוריק, און אין די זעלבע וואך וואס וואוטשער געלט איז געשטיגן מיט שווערע געלט, און צום באוואונדערן אז מען קען זיך נישט פאראייניגען מיט אן אנדערע קהילה פאר קיין שום אידישקייט זאך, אבער עס קומט צו אויסרייסן טאשן איז אויס מחלוקה, מאן ארבעט מייסטערהאפטיג צוזאמען.

און די ישיבה גדולה זעהט אויס די זעלבע, וכן למצה בעקעריי, וכן לפלייש באנק, א גיטער איד האט אמאל געזאגט אז בעצם האט מען גע'עפנט א בוטשער סטאר, היות די בוטשער סטאר האט נישט געברענגט געניג געלט האט מען גע'עפנט א מוסד צו קאווערן פאר די בוטשער.

זייער גערעכט, און ס'זייער ווייטאגליך פאר א גרויס חלק פונעם ציבור.

לאור המצב הקשה הערט מען, אז די רבנים פון פראנקרייך האבן דערהערט דעם ווייגעשריי פון ווילאמסבורג, און זיי האבן זיך צוזאמגענומען, און זיי קומען אהער מחזק זיין דעם עולם בגוף ובממון. ולה' הישועה!
;l;p-

און א נאמען פאר׳ן קאמפיין איז שוין דא?? א לאגא??

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג יוני 25, 2017 7:00 pm

וואס טוט זיך מיט די עומס משא כל ימות השנה
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5050
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יוני 25, 2017 7:05 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די עומס משא כל ימות השנה

פארדעם דארף מען א מסע קודש פון די רבני (גבירי) לאס אנדזשעלס...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג יוני 25, 2017 7:29 pm

לינענדיג אזוי די דריי בלעטער זע איך נישט קיין טינט איך זעה בליט גיסט זיך אויפן סקרין,
יעדער ברענגט דאס ארויס אויף זיין אופן, דער עולם איז נישט גענוג רעשינעל צו מאכען סדר וואס דער פראבלעם איז,
סאיז אזוי יסודותדיג איינגעגעסן אין אונזער סאסייעטי אז די רייכער קלאס פירען די מוסדות מיט די קעמפס און זיי שטעלן עס אהער לויט זייער סטאנדארד
און לאכען זיך אויס פונעם מיטעל קלאס,
איר האט אן אנונג וואס משטעלט צו אין מ'ב'ר פאר די מיידלעך???, סאיז נישט אויסגעהאלטען נישט רוחניותדיג, און אפילו נישט גשמיותדיג,
א קימפעטארען פאר עטליכע יאר צוריק (בעפאר אשת חיל וואס האט אויך געהויבען דעם סטענדערט) האט מען נישט צוגעשטעלט וואס משטעלט צו פאר די מיידלעך אין די אכט וואכען,ווי מער די עפענסט דעם אפעטיט דארף ער נאך, און אראפ ברענגען די לבנה וועט אויך נישט זיין גענוג,
איך רעד נאר אלץ א קרית יואלער איינוואוינער באפאלט מיר יעדעס יאר אזא באלאנס, פון אפאר טויזנט דאללער וואס ממוז באצאלען,
די מיידלעך אין מ'ב'ר,
און די וואס גייען נישט איז דא דעי קעמפ, בנוסף צו שכר לימוד,
יעדעס קינד ברענגט א קעמפ פאנטש ליסט, וואס אויב איז מען נישט אויסשטאפירט ווי א כלה בחופתה, איז מען א נעבעך,
סאיז נישט געווען אזוי אפילו פאר צען יאר צוריק, מהאט נישט אזויפיל צוגעשטעלט און סהאט נישט געקאסט אזויפיל, און אפילו וויפיל סהאט געקאסט
איז געווען ר' יודל וואס האט געבעטן לויט די נאז, דער עושר זאל באצאלען וויפיל ער קען, און דער מיטל קלאס וויפיל ער קען, פאר דעם איז ער
מנהל המוסד נישט קיין מענעדעשר פון א ביזנעס, א מוסד האט מעגליכקייטען זיך צו דעקן אויפ אן אנדערע אויפן פון ביזנעס, סאיז דא דינערס, סאיז דא נדיבים, דו האלטס נישט ביים דעקן דעם באדשעט דורך שווער ארבייטען, נאר דורעך שניידען די טאשען פונעם מיטל קלאס, זיי מוחל לאז צו א צווייטען,
אפשר וועט זיך מאכען אן עסקן וואס וועט וויסען וואס א חבר הנהלת המוסד מיינט,

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג יוני 25, 2017 7:34 pm

יא, מען האט דערמאנט הצדיק ר' יודל זצ"ל
הלואי זאל זיך איינער יאווען און באשרייבן בפרטי פרטים, די מעשי הצדקה והחסד, הונדערטער עובדות און פאקטן, וואס דער איד האט געטוהן ביים אננעמען און איינשרייבן אין קעמפ, ווי ער האט גענומען קינדער כמעט בחנם, אדער אינגאנצן בחנם, אויב ער האט נאר געהאט א 'שמעק' אז די עלטערן האבן א לאסט פון דעם צאלן פאר קעמפ, אלעס האט ער מיט זיין פלינקן מוח געכאפט אויפן ווינק, בהשכל ובדעת בכבוד ולא בבזיון.
עס דארף פאשריבן ווערן לדורות עולם, למען ידעו דור אחרון, אז יא, אמאל האט אזוי אויס געזעהן אונזער קעמפ-פירער!
ביכער קען מען באשרייבן, קיין גרייצער נישט גענומען פאר זיך, און געווען א לעבעדיגער מוסטער ווי אזוי מען קען פירן א קעמפ שפארעדיג, אן דעם ס'זאל קאסטן די מכנסיים

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג יוני 25, 2017 7:47 pm

זבחי צדק האט געשריבן:יא, מען האט דערמאנט הצדיק ר' יודל זצ"ל
הלואי זאל זיך איינער יאווען און באשרייבן בפרטי פרטים, די מעשי הצדקה והחסד, הונדערטער עובדות און פאקטן, וואס דער איד האט געטוהן ביים אננעמען און איינשרייבן אין קעמפ, ווי ער האט גענומען קינדער כמעט בחנם, אדער אינגאנצן בחנם, אויב ער האט נאר געהאט א 'שמעק' אז די עלטערן האבן א לאסט פון דעם צאלן פאר קעמפ, אלעס האט ער מיט זיין פלינקן מוח געכאפט אויפן ווינק, בהשכל ובדעת בכבוד ולא בבזיון.
עס דארף פאשריבן ווערן לדורות עולם, למען ידעו דור אחרון, אז יא, אמאל האט אזוי אויס געזעהן אונזער קעמפ-פירער!
ביכער קען מען באשרייבן, קיין גרייצער נישט גענומען פאר זיך, און געווען א לעבעדיגער מוסטער ווי אזוי מען קען פירן א קעמפ שפארעדיג, אן דעם ס'זאל קאסטן די מכנסיים

די געדאנק איז נישט צו מאכען דעם שמועס פון ר' יודעל וואס פאר צדיק אדער ??? ער איז געווען ווייל דעמאלטס ווערט דער דיבעיט איבער ר' אידעל און נישט יעדער איז ר' יודעל די ווארט איז אז ער האט געוויסט וואס מיינט א מנהל המוסד אין א סאטמארע קעמפ און מדארפ פראבירן עכ''פ דאס נאכצומאכען

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Graphic24, בן בוזי, בר חכים, טשולענט בונדלעך און 24 געסט