גיין אין קעמפ - צו פעלט דאס טאקע אויס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

הנני בידך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 31, 2016 7:38 pm

גיין אין קעמפ - צו פעלט דאס טאקע אויס?

תגובהדורך הנני בידך » מוצ"ש יוני 24, 2017 11:25 pm

סאיז העכסט צייט צו פארמירן א קאמיטע זיך אפצוגעבן מיט די נושא פון קעמפס, מוואלט זיך געדארפט אראפ זעצן מיט די הנהלת המוסדות און דורך גיין די מעלות און חסרונות און זעהן צו מזאל אנהאלטן אדער מבטל זיין.
וואס האלט דער עולם דא ?

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 25, 2017 12:02 am

וועלכע חסרונות זענען צוגעקומען דורכאויס די יארן?
זענען שוין די שמירת עיניים נסיונות - וואס צוליב זיי איז מען געגאנגען אין קעמפ - אוועק?

הנני בידך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 31, 2016 7:38 pm

תגובהדורך הנני בידך » זונטאג יוני 25, 2017 12:13 am

זייער אסאך איז אנדרעש היינט פון אמאל
א - סקאסט א הון רב, וואס עלטערן קענען נישט אויסהאלטן
ב - שמירת עניניים איז זייער חשוב, די קעמפ איז נישט די סעלאשען... מאיז נאר דארט ווייניג און משיקט אהיים אינדערמיט
ועוד ועוד

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 25, 2017 12:29 am

קעמפ איז נישט די עצה דערפאר? שטאט איז יא אן עצה פאר שמירת עיניים? מ'איז דארט ווייניג ווייל מ'פארט אהיים אויף א שבת אדער צוויי?

ס'קאסט טאקע געלט, אבער נישט קיין סיבה עס מבטל צו זיין, ווען די תועלת ברוחניות און בגשמיות אויף א גאנץ יאר איז להפליא.

אוועטאר
מים שלנו
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » זונטאג יוני 25, 2017 12:31 am

כמיין אז די רעכטע סיבה פאר די קעמפס איז ווייל ביים גרינדונג פון ערליכע תלמוד תורה איז געווען די מנהג אז עס גייט נאר אן צען חדשים, די צוויי זימער חדשעם איז געווען איש כל הישר בעיניו. האט מען געמאכט ערליכע קעמפס פאר צוויי חדשים דאס צו איינצוימען.

לגבי די היינטיגע סטאנדארטן וואלט איך עכ"פ געוואלט עס זאל זיין אן אויסוואל עטליסט ביז ישיבה יארן און די עלטערן זאלן באשליסן צו מען זאל שיקען.

בחורים איז פון איין זייט זייער שווער צו זאגען עס זאל זיין אן אויסוואל אבער פון די אנדערע זייט מיינעך אז יעדער וועט מודה זיין אז רוב בחורים לערנען נישט מער ווי אין שטאט מילד גערעדט. און ועל כולם איז די בעסטע השגחה פאר א בחור צו זיין אינטער די מאמעס פארטוך
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

הנני בידך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 31, 2016 7:38 pm

תגובהדורך הנני בידך » זונטאג יוני 25, 2017 12:53 am

איסר האטלקי האט געשריבן:קעמפ איז נישט די עצה דערפאר? שטאט איז יא אן עצה פאר שמירת עיניים? מ'איז דארט ווייניג ווייל מ'פארט אהיים אויף א שבת אדער צוויי?

ס'קאסט טאקע געלט, אבער נישט קיין סיבה עס מבטל צו זיין, ווען די תועלת ברוחניות און בגשמיות אויף א גאנץ יאר איז להפליא.


די תועלת ברוחניות ובגשמיות איז טאקע להפליא אבער ממיז אין די זעלבע צייט וויסן אין רעכענען די חורבונות בגשמיות וברוחניות

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג יוני 25, 2017 12:55 am

הנני בידך האט געשריבן:
די תועלת ברוחניות ובגשמיות איז טאקע להפליא אבער ממיז אין די זעלבע צייט וויסן אין רעכענען די חורבונות בגשמיות וברוחניות

נו, אויף דעם ווארט איך... הייב אן אויסצורעכענען.

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » זונטאג יוני 25, 2017 1:07 am

עטס ווייסט וויפיל קדושה פראבלעמן עס הייבט זיך אן אין קעמפ?
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יוני 25, 2017 1:10 am

די הויפט רוחניות פראבלעם פון די קעמפס איז אז עניות איז מעביר את האדם מדעת קונו
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » זונטאג יוני 25, 2017 1:16 am

וואספארא שמירת עינים פראבלעם איז דא אין קרית יואל אז עס איז געווארן א חיוב צי שיקען אויך די מיידלעך?

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יוני 25, 2017 1:19 am

ווען מען פארט פון פסח ביז סוכות איז איין זאך, מען פארט אויף 8 וואכן, האוקוס פאוקוס

דער איד וואס וועט עס מבטל זיין קויפט זיך איין א ריזן שטיקל עולם הבא
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג יוני 25, 2017 1:52 am

וואס העלפט א קעמפ ווען גאנצע דריי חדשים דרייט מען זיך ארום דאס ארגעסטע... וואס שמירת עינים ווען שמירת עינים.. אז רוב חדשים פונעם הייסן זומער איז מען געהעריג דא אין די טמנע שטאט, סיי פון פארן קעמפ, סיי נאכן קעמפ, ענדליך איז מען מסודר מיט אביסל שמירת עינים קומט מען דאך אהיים צוריק צום שטאט הארט פאר די הייליגע טעג...

ולכל הקעמפ מה זו עושה ?

דער אמת איז א דער עולם איז זיך אליינס שולדיג, מעלאזט זיך מיט אלעמען, סקוקט אויס ווי יעדער איז מסכים צו אלעמען, ווייל אויב נישט וואלט מען זיך שוין צאמגענומען טון אין דעם ענין און אין אלע אנדערע ענינים וואס איז כנגד השכל!

אוועטאר
גיכער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » זונטאג יוני 25, 2017 2:27 am

פאר אינגלעך פארשטיי איך עס אויך נישט, פאר מיידלעך, וואס דען זאל מען טוהן מיט זיי? מען שטיפט דאך א גאנץ יאר די צייט מיט לערנען כל מיני שטותים, און זימער מאכט מען כאטש אביסל פאן מיט זיי, פאר בחורים איז אזוי, פארן גיטן בחור איז דאס די בעסטע צייט צי שטייגן כידוע, און פארן שוואכן בחור איז עס נישט ערגער ווי א קווארטיר פאר גאנץ יאר

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2309
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » זונטאג יוני 25, 2017 4:41 am

ראחמעסטריווקא אין בארא פארק האט אלע (אדער כמעט אלע) כיתות אפען אין שטאט א גאנץ זומער, א שיינע שריט.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג יוני 25, 2017 4:52 am

גם אני מצטרף.

ס'קאסט נאר א טויזענטער.. פאר נאר א האלבע זומער.
חוץ מזה, קאסט דעי קעמפ אפאר מאות די איבריגע העלפט.
און פארשטייט זיך נאך געהעריג שכר לימוד אויך אין די זעלבע צייט.
חוץ אלע טריפס, און אלעס וואס קומט צו ארום.

און פארוואס, ווייל יעדער?

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג יוני 25, 2017 7:23 am

שאינו יודע האט געשריבן:די הויפט רוחניות פראבלעם פון די קעמפס איז אז עניות איז מעביר את האדם מדעת קונו

ביטער גערעכט! וויפיל שלו' בית און שלאפלאזע נעכט דארפן עלטערן ליידן חדשים לאנג יעדעס יאר צוליב די קעמפס?! פארדעם האבן אונזערע הייליגע רבי'ס געגרינדעט די קעמפס כדי מען זאל אויסרייסן די טאשן פון די ארימע עלטערן וואס פארדינען קוים אויף צום לעבן, און אוועקנעמען פון זיי און זייערע הויזגעזונד יעדן ברעקל הרחבת הדעת?! רבותי טייערע, צו ווייסט איר וויפיל בלוט און עגמת נפש פאר הונדערטער עלטערן ליגט צווישן די שורות?! איז נאך נישט געקומען די צייט צו מאכן א תיקון - אדער "תקנות" - אויף דעם ענין, אדער מען וועט ווייטער זיך אויסבלוטיגן יעדעס יאר כדי די מלמדים און מגי"ש שליט"א זאלן האבן א פרייע באנגעלוי מיט עסן אויף 2 חדשים?!


עד מתי?! ווען וועט זיך אויפהערן די שפיכות דמים [תרתי משמע] יעדן איינציגן זומער, און דערצו ווען נאכ'ן זומער הייבן זיך אן די פרישע הוצאות פון רעגיסטראציע און ימים טובים!

קען זיין איך האבן צו שארף געשריבן אבער דאס איז גארנישט קעגן דעם ווייטאג פון די פילע עלטערן!

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג יוני 25, 2017 8:22 am

איינפאכער איד האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:די הויפט רוחניות פראבלעם פון די קעמפס איז אז עניות איז מעביר את האדם מדעת קונו

ביטער גערעכט! וויפיל שלו' בית און שלאפלאזע נעכט דארפן עלטערן ליידן חדשים לאנג יעדעס יאר צוליב די קעמפס?! פארדעם האבן אונזערע הייליגע רבי'ס געגרינדעט די קעמפס כדי מען זאל אויסרייסן די טאשן פון די ארימע עלטערן וואס פארדינען קוים אויף צום לעבן, און אוועקנעמען פון זיי און זייערע הויזגעזונד יעדן ברעקל הרחבת הדעת?! רבותי טייערע, צו ווייסט איר וויפיל בלוט און עגמת נפש פאר הונדערטער עלטערן ליגט צווישן די שורות?! איז נאך נישט געקומען די צייט צו מאכן א תיקון - אדער "תקנות" - אויף דעם ענין, אדער מען וועט ווייטער זיך אויסבלוטיגן יעדעס יאר כדי די מלמדים און מגי"ש שליט"א זאלן האבן א פרייע באנגעלוי מיט עסן אויף 2 חדשים?!


עד מתי?! ווען וועט זיך אויפהערן די שפיכות דמים [תרתי משמע] יעדן איינציגן זומער, און דערצו ווען נאכ'ן זומער הייבן זיך אן די פרישע הוצאות פון רעגיסטראציע און ימים טובים!

קען זיין איך האבן צו שארף געשריבן אבער דאס איז גארנישט קעגן דעם ווייטאג פון די פילע עלטערן!


איך בין מיט אלעס מסכים, אבער איין זאך נישט, באשולדיג נישט די מלמדים און מגי"ש וועלכע באקומען א פרייע באנגעלוי מיט עסן, עס איז נישט זייער פארלאנג און באשלוס, אז די קעמפס זאלן אנגיין, עס איז פשוט וויבאלד מ'וויל אנהאלטן א געהעריגע סדר הלימוד אין קעמפ, מוז מען ארויסברענגן די מלמדים, און זיי זענען נישט מחוייב צו צאלן פאר זייער באנגעלוי, פונקט אזוי ווי זיי זענען נישט מחוייב צו צאלן פאר זייער טיש און בענקל וועלכע זיי האבן אין כתה. - סך הכל, אויב איז דאס א גרויסע הוצאה פאר די קעמפ, האט די קעמפ א ברירה צו הייסן דעם מלמד בלייבן אין שטאט, וואס דאן וועלן די קינדער נישט האבן קיין מלמד. - אבער די מלמדים און מגי"ש זענען נישט די צו וועם מ'דארף טייטלען מיט די גרויסע פינגער.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2990
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » זונטאג יוני 25, 2017 8:41 am

אלא אדרבה די מלמדים ווילן דעם קעמפ זעהן אויפגעלעזט פאר יעדן איינעם!

זיי ארבייטן פיל שווערער פאר זייער ארים שטיקל ברויט, ווי א גאנץ יאר...

זיי רייסן זיך איבער, חלום נישט פון קיין וועקאציע פאר זיי דארט.

דאס איז פשוט נאך א פארנאכלעסיגונג וואס דער עולם לאזט זיך צוטרעטן.. לאז ארויס די געטרייע כלי קודש.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm
לאקאציע: ווערמאנט

תגובהדורך איינפאכער איד » זונטאג יוני 25, 2017 8:44 am

ווערעצקי האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:
שאינו יודע האט געשריבן:די הויפט רוחניות פראבלעם פון די קעמפס איז אז עניות איז מעביר את האדם מדעת קונו

ביטער גערעכט! וויפיל שלו' בית און שלאפלאזע נעכט דארפן עלטערן ליידן חדשים לאנג יעדעס יאר צוליב די קעמפס?! פארדעם האבן אונזערע הייליגע רבי'ס געגרינדעט די קעמפס כדי מען זאל אויסרייסן די טאשן פון די ארימע עלטערן וואס פארדינען קוים אויף צום לעבן, און אוועקנעמען פון זיי און זייערע הויזגעזונד יעדן ברעקל הרחבת הדעת?! רבותי טייערע, צו ווייסט איר וויפיל בלוט און עגמת נפש פאר הונדערטער עלטערן ליגט צווישן די שורות?! איז נאך נישט געקומען די צייט צו מאכן א תיקון - אדער "תקנות" - אויף דעם ענין, אדער מען וועט ווייטער זיך אויסבלוטיגן יעדעס יאר כדי די מלמדים און מגי"ש שליט"א זאלן האבן א פרייע באנגעלוי מיט עסן אויף 2 חדשים?!


עד מתי?! ווען וועט זיך אויפהערן די שפיכות דמים [תרתי משמע] יעדן איינציגן זומער, און דערצו ווען נאכ'ן זומער הייבן זיך אן די פרישע הוצאות פון רעגיסטראציע און ימים טובים!

קען זיין איך האבן צו שארף געשריבן אבער דאס איז גארנישט קעגן דעם ווייטאג פון די פילע עלטערן!


איך בין מיט אלעס מסכים, אבער איין זאך נישט, באשולדיג נישט די מלמדים און מגי"ש וועלכע באקומען א פרייע באנגעלוי מיט עסן, עס איז נישט זייער פארלאנג און באשלוס, אז די קעמפס זאלן אנגיין, עס איז פשוט וויבאלד מ'וויל אנהאלטן א געהעריגע סדר הלימוד אין קעמפ, מוז מען ארויסברענגן די מלמדים, און זיי זענען נישט מחוייב צו צאלן פאר זייער באנגעלוי, פונקט אזוי ווי זיי זענען נישט מחוייב צו צאלן פאר זייער טיש און בענקל וועלכע זיי האבן אין כתה. - סך הכל, אויב איז דאס א גרויסע הוצאה פאר די קעמפ, האט די קעמפ א ברירה צו הייסן דעם מלמד בלייבן אין שטאט, וואס דאן וועלן די קינדער נישט האבן קיין מלמד. - אבער די מלמדים און מגי"ש זענען נישט די צו וועם מ'דארף טייטלען מיט די גרויסע פינגער.

דו האסט מיך נישט פארשטאנען כבוד הרב ווערעצקי, איך טייטל "נישט" מיט די פינגער אויף די מלמדים און די מגי"ש! מיין ווענדונג איז צו די אנפירער פון די קעמפס, פארוואס האבן זיי איינגעפירט אז 2 חדשים דארפן די קינדער און בחורים זיין און קעמפ און די מלמדים און מגי"ש מיט זיי וכו'??!!!

כוכבי לכת
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:48 pm

תגובהדורך כוכבי לכת » זונטאג יוני 25, 2017 9:05 am

דא שרייבן מיין איך אין גרויס טייל יונגעלייטלעך וואס זענען נאכנישט אין דעם מצב.
א יונגערמאן א שווערער ארבעטער פארציילט מיר אז עס האט אים געקאסט פופצן אלפים איינצושרייבן זיינע קינדער אין קעמפ, אלע האבן געבעטן פון פאראויס באצאלט און ער האט געמיינט ער גייט אראפ פון זינען.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22369
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יוני 25, 2017 9:14 am

כוכבי לכת האט געשריבן:דא שרייבן מיין איך אין גרויס טייל יונגעלייטלעך וואס זענען נאכנישט אין דעם מצב.

דערפאר זאגט דאך די וועלט "אז מען מיינט נארט מען זיך".

זאת ועוד, דער זעלבער שמועס חזר'ט זיך דא איבער יאר יערליך שוין עטליכע יאר.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג יוני 25, 2017 9:31 am

כתה ו׳ איז שוין דא היי יאר אין וויליאמסבורג. לאמיר האפן אז עס קומט א דורכברוך

א מלמד זאגט מיר אז יעדעס יאר האט ער עטליכע קינדער וואס פאר זיי איז יסורים צו זיין אין קעמפ, לדוגמא בעט נעצן, מעדיקעישאן, שטארק בענקוועדיג, און נאך עניינים.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1612
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג יוני 25, 2017 9:34 am

איין צייט ווען איך טראכט אז קעמפ פעלט יא אויס, איז נאך א באזוך ביי מיינע פארפלאגטע ברודער אין וומ"ס, ווי דאס קינד האט נישט די מעגליכקייט גענצליך ארויסצושלעפן די היי-רייזער. א באפרייאונג אויף 8 וואכן פונעם פיר צימער לעכל פאר 8 נפשות איז כמים כרים פאר אזא קינד.

אבער נישט פארן פרייז וואס מ'קען נישט באצאלן...

דאס איז קלאר א חלק פון אונזער דירות קריזיס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » זונטאג יוני 25, 2017 9:40 am

לאור דעם אשכול דערנעבן איבער די 'ביליגע חתונה' און אלעס ארום
המקום לעורר:
אז מען גייט נישט 'נאר' דריי יאר אין קאנטרי (אדער קעמפ, יו נעים איט), קען מען חתונה מאכן זייער שיין, אן זיך דארפן מבזה זיין מיטן סערווירן א שלש סעודות מעניו אין שוהל.....
און אויב מען גייט נישט 'פינף' יאר אין קאנטרי, קען מען חתונה מאכן ווי א מלך....

און לגופו של דבר, איז שוין פארהאן אויף דעם נושא אן אשכול:
viewtopic.php?f=25&t=14223&p=431412

נישט אז ס'האט זיך עפעס געטוישט זייט דעמאלטס....

הנני בידך
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 31, 2016 7:38 pm

תגובהדורך הנני בידך » זונטאג יוני 25, 2017 9:48 am

ר' יום טוב האט געשריבן:איין צייט ווען איך טראכט אז קעמפ פעלט יא אויס, איז נאך א באזוך ביי מיינע פארפלאגטע ברודער אין וומ"ס, ווי דאס קינד האט נישט די מעגליכקייט גענצליך ארויסצושלעפן די היי-רייזער. א באפרייאונג אויף 8 וואכן פונעם פיר צימער לעכל פאר 8 נפשות איז כמים כרים פאר אזא קינד.

אבער נישט פארן פרייז וואס מ'קען נישט באצאלן...

דאס איז קלאר א חלק פון אונזער דירות קריזיס.


זייער אן אמת׳ע נקודה, אבער טראכט א מינוט אז דאס פירט אים אוועק פון האבן א ״נארמאלע״ לעבן/דירה דאס גאנצע יאר, קודם כל דאס געלט גייט אים אוועק פאר די זומער קאסטן און שנית ער טיט זיך צופרידן שטעלן מיט דעם אז די קינדער האבן די 8 וואכן ווי איידער זיך באקוועם מאכען א גאנץ יאר


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ליבלעך און 20 געסט