מעמד 'קלויבן א ניק' אין ווייסן הויז! #עקסקלוסיוו

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

מעמד 'קלויבן א ניק' אין ווייסן הויז! #עקסקלוסיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

וויאזוי גייט נאר דאס שפריכ-ווארט? "אזויווי עס אידישט זיך גויאישט זיך".

אט הערט, און איבערצייגט אייך זעלבסט אז די מאמר איז א ריכטיגע 'מאמר החכם'.

הקדמה:

אייוועלט פינטעל קאם און סאשעל מידיע איז פון די מערסטע באקאנטסטע און פארנומענסטע פלעצער היינט ציטאגס. אידן און גוים צוגלייך. יעדע רגע זענען טויזענטער מענטשען פארנומען און פארבינדן מיט בלאגס, פארומס, קאמענטארען, ריוויאס, וכדו'. יעדער לאזט הערן זיין מיינונג אין דברים העומדים על דעתם של עולם,. אדער בדברים שהעולם עומדים על דעת. ‏

אין די וועלט איז איינגעפירט - פאר סיי וועלכע סיבה, וואס אויספארשער אין ק.נ.א. לעב פארשן נאך - צו ניצן א פענע-נאמען ביים שרייבן אויף די אינטערנעט אנשטאד די געהעריגע נאמען וואס פיגורירט אויף די בורט סערטיפיקאט‏. מען רופט דאס א "ניקנעים" א צונאמען, אין אידיש.

אויף אייוועלט רופט מען דאס בלשון קצרה א "ניק".‏

א "ניק".‏

יעצט אזוי. עס פארשטייט יעדער אז אויב מען פלאנירט צו ניצן די 'ניק' נאמען צווישען מענטשען, און שרייבן דערמיט געדאנקען וואס וועט במישרין אדער בעקיפין פארמען א פראפייל פאר אנדערע מענטשען איבער דיר, דיינע מחשבות, דיין מהלך, דיינע טאלאנטען וכדו'‏ טוט יעדע נארמאלע מענטש געווענליך פראבירן צו זוכן און אויסקלויבן א ניק מיט וועלכעס ער וועט זיין באקוועם, ער וועט הנאה האבן צו זאגן פאר מענטשען זיין 'ניק' - אויב נאר איינער זאל עס אים פרעגען... (אבער גיבט אכטונג! גילוי איז נישט ערלויבט!)‏

און דא קומט אריין די שווערע שאלה וואס רוב פון אונז דא אויף אייוועלט קענען. און דאס איז די פראבלעם פון קלויבן א ניק.‏

ס'זאגט זיך גרינג, 'קלויבן א ניק', אבער באמת איז דאס פון די דברים הקשים שבמעקינטאש! ממש מען קען זאגן אז דאס איז "קשה ניקו של אדם כקריעת ים סוף".

וויפיל פיינפולע טעג, שעות זיצט זיך דער אידל מיט די דריי פינגערס רייבענדיג די שטערען און קלאצען אויפן דאך אין א ווייטערע פלאנעט אויסרעכענענדיג וואס די ציקונפט קען אלס אויסקומען און ברענגען בכדי צו קענען ריכטיג קלויבן א זאכליכע 'ניק' שלא נבוש ולא נכלם 'בעולם'... 

לעטס פעיס איט, ווי אלל דיט סאו.... מיר זענען אלע געווען אין די מצב, מיר אלע האבן געקליבען א ניק (און מאנכיגע האבן שוין זאגאר געקליבען מער ווי איינס... #ס'זאל-נישט-אויסגערעדט-זיין...) און מיר ווייסן אלע וויפיל שטרויכלונדען מען קען צימאל דורכגיין ביז עס בליצט אויף די ריכטיגע ניק...
רימעמבער?!‏

אלזא. תשועה ברוב יועץ. 

נאך חדשים פון עסקנ'עראציעס, און שטילע אינטערווינונג פון חרדישע כלל טוער און קראקס טראגער, אדעסי פירער און שלייקעס באזיצער איז  אויפגענומען געווארן די נייעס אז פון העכסטען פלאץ אויפן כדור העולם האט מען ענדליך אנערקענט די חשיבות און די שוועריגקייטען מיט וואס "קלויבן א ניק" איז פארבינדען, און ענדליך איז די ישועה נאנט. 

די נייעס באריכטער האבן געוואוסט צו דערציילען אז דער פרעזידענט און קאנגרעס מעמבערס האבן אראפגענומען פון זייער טייערע צייט און געמאלדן אז דאס ווייסע הויז נעמט אונטער מיטלען נאכן אנערקענען די שוועריגקייט מיט וואס "קלויבן א ניק" איז פארבינדען און די פעדעראלע רעגירונג ברויך עפעס טוען צו ארויסהעלפן אין די נושא. ‏

און נאכדערצו אז דאס איז געמאלדן געווארן אין אזא וויכטיגע טאג אין וועלכען די סענאט צירקוס האט ארויסגעבאלי'ט די געזונטס-רוימען דיוס (העלט-קעיר ביל) דאס גופא האט אנגעדייטעט די ערענסטקייט מיט וועלכען ‏די אדמיניסטרעשען בעציט זיך צי אונזער פראבלעם און שוועריגקייטען. ‏

אייוועלט קאראספאנדענט @שמאטע קראוטהאמער האט אונז געזאגט אין א טעלעפאון געשפרעך: "דער פרעזידענט האט היינט געצייגט אז ער איז טאקע פרעזידענט פאר די ווארקינג מען ענד בחורים!! ענדליך האבן מיר א אויער אין וואשינגטאן, היינט איז א גאר פריליכע טאג פאר אנשי שלומינו בכלל, און פאר די מנהלים אשכול בפרט". (מער אינפארמאציע איז נישט געהערט געווארן צוליב די שאלונגען אינעם פרעס רום).

אין א אינטערוויא מיט אייוועלטס ציניקעל קאראספאנדענט @בוידעם, האט דער פרעזידענט זיך אויסגעקוועטשט: קיינער איז נישט אזוי גוט ווי מיר מיט טרעפען פאסיגע ניק נעמען. גלייב מיר. טראסט מיר. געדענקט נאך "ליגנער קרוז"?!.. הא?. ס'א גוטס. ריכטיג?!.. אה, און "קרוקעט הילערי"... אוי איז דאס גוט געווען. ביידעוועי, קרוקעט הילערי איז פוטינס קרעדיט... אה יע... דער האט מיר אסאך ארויסגעהאלפן דערמיט.. כ'האב עס אויף טעיפס! יא יא!."

דער פרעזידענט האט אויך געטוען דאס אומגלויבליכע, און אראפגענומען 140 קערעקטערס פון זיין טייער צייט ‏און ארויסגעשיקט א טוויטשקע אין וועלכען ער מעלדט מיט פארגעניגען איבער די ווייסע הויז "פיק ניק" פראגראם‏ אין וועלכע דער פרעזידענט נעמט א צענטראלע טייל צו פארזיכערען איר סוקסעס! 

די היינטיגע טאג טוט אריינוועלדען נאך א רינגעלע אין די קייט פון נאבעלע טאהטען פון פרעזידענט טראמפ!! - כלל ישראל איז דאנקבאר פאר @פאדפש, @עפאדפש און @ווייספאדפש!

Twitter: @realDonaldTrump: .@FLOTUS & I were honored to host our first WH Congressional Picnic‏
A wonderful evening & tradition.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
תורה לערנער
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תורה לערנער »

:lol: :lol: ;l;p- ;l;p-
סיריעס ביזנעס וויפיל קאסט א פלייט.?
אטעטשמענטס
20170623_174528.png
20170623_174528.png (71.17 KiB) געזען 3514 מאל
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9199
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

וואס איז נייעס, אוי ביזטו פיינע נייעס
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

שמאטע איז שוין ווייטער צולאזט (צולאזן בלשון פון מיין מנהל)... דער איז ציקאש...
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

:lol: :lol:
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

דו ביסט קעש!
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

סארא געדאנק דאס..
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר ששת אלפים
תגובות: 6379
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרבטייטעלבוים »

נישט פארגעסען צו לאדענען "לכאורה".
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

און נאכדערצו אז דאס איז געמאלדן געווארן אין אזא וויכטיגע טאג אין וועלכען די סענאט צירקוס האט ארויסגעבאלי'ט די געזונטס-רוימען דיוס (העלט-קעיר ביל) דאס גופא האט אנגעדייטעט די ערענסטקייט מיט וועלכען ‏די אדמיניסטרעשען בעציט זיך צי אונזער פראבלעם און שוועריגקייטען. ‏

חחחחחחח
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

שמאטע בתפארתה!
...
ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארום די זייגער »

איך לאך אזוי ווי דיין אוועטאר....
א נעכטיגן טאג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 25, 2014 2:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נעכטיגן טאג »

;l;p- איך האב שוין לאנג געוואלט וויסן פון ווי עס קומט דיין ניק .
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

וויפיל מען זאל קוועטשן דעם שמאטע, בלייבט עס באבעל׳דיג!

אגב, יישר כח פאר׳ן מיר שאפן אזא הויכע פאזיציע אינעם ווייסן הויז.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
געקלערט
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געקלערט »

כא כא כא כא... ביסטו א שמאטע...
אוועטאר
פאראינטערסירט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4332
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראינטערסירט »

שמאָטע אוי דאס איז גוט!!

נאך איינע פון די דברים הקשים שבמעקינטאש/ווינדאוס איז וואספארא קאמפלימענט/דאנק צו שרייבן! מ'קען דאך נישט סתם אזוי ק/פ'טן :oops:
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10744
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

דאס איז אייזענע נייעס !
KEEP ON
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

שמאטטטטעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעעע.
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

די מידיא [פעיק ניוז] איז אויף מיט שמאטעס אנטדעקונג

אוי שמאטע! ב"ה לא נס ליחו!
אטעטשמענטס
maxresdefault (1).jpg
maxresdefault (1).jpg (145.84 KiB) געזען 3002 מאל
694940094001_5047447918001_a58ef95b-059f-4195-bf5c-af02dba8c4fb.jpg
694940094001_5047447918001_a58ef95b-059f-4195-bf5c-af02dba8c4fb.jpg (54.61 KiB) געזען 3002 מאל
041716_hillarynickname.jpg
041716_hillarynickname.jpg (47.54 KiB) געזען 3002 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זיסע נייעס
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”