וויאזוי טרעוול'ט מען אין ספעיס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

שכוח שמעלקא פאר די קאמפלימענט.

dim האט געשריבן:לויט דיר קומט אויס אז אויב א באס לדוגמא נעמט זיך פליען אויף זיבעצן טויזנט מייל א שעה.. וועט יעדער אינעם באס אנהייבן שוועבן?

די קורצע ענטפער איז יא. מיר וועלן אי"ה צוריקקומען צו דעם נאך די 2 שיעורים.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

זייער קלאר שכח זאכליך..

------
פנחס גלויבער אויף קול מבשר האט א שטיק צייט צוריק גערעד פון די נושע
אוועטאר
עין טובה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4062
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין טובה »

הערליך שיין זאכליך! מיר ווארטן אויף נאך!
...
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יעצט אז מ'פארשטייט שוין אז כדי אן זאך זאל זיך באוועגן אדער טוישן דירעקציע דארף מען האבן א דרויסענדיגע קראפט, און אז גראוועטי איז אויך א קראפט. לאמיר פרוביר מסביר זיין "ארביט".

ווען דו לאזט אפ א שטיינדל פון 10 פיס הויעך, גייט עס דויערן לאמיר זאגן פאר אונזער דוגמא 10 סקונדעס ביז ס'קומט אן צו די ערד, און ס'וועט פאלן נעבן דיר. אויב וועסטו עס ווארפן פאראויס לאמיר זאגן 10 פיס וועט עס אויך געדויערן 10 סקונדעס צו פאלן ביז די ערד, אבער ס'וועט לאנדן 10 פיס אוועק פון דיר. (A)

ווייל די קראפט וואס דו ווארפסט עס שטיפט עס פאראויס אבער די קראפט פון גראוועטי שלעפט עס אראפ. מיט ווי מער קראפט די וועסט עס ווארפן פאראויס, אלס ווייטער פון דיר וועט עס פאלן, אבער די קראפט וואס שלעפט עס אראפ וועט זיין די זעלבע, 10 סקונדעס.

אויב וועסטו שטיין אזוי הויעך אז ס'זאל נעמען א שעה ביז ס'פאלט אראפ, און וועסט עס ווארפן מיט א קראפט פון 60 מייל א שעה, גייט עס לאנדן 60 מייל ווייט פון דיר. אבער באמת גייט עס פאלן א משהו ווייטער ווי 60 מייל, ווייל וויבאלד די ערד איז רינדעכיג, איז 60 מייל ווייט פון דיר די ערד אביסל נידעריגער ווי דיר ממילא גייט נעמען א משהו מער ווי א שעה ס'זאל אנקומען צו די ערד. (B)

קומט אויס אז אויב וועסטו שטיין אזוי הויעך אז ס'זאל נעמען א שעה ביז ס'פאלט אראפ, און וועסט עס ווארפן מיט א קראפט פון 8000 מייל א שעה, ווי גייט עס לאנדן? 8000 מייל ווייט?

על פי חשבון יא. אבער וויבאלד די ערד איז דאך נאר 8000 מייל ברייט, און ביז ס'גייט אראפפאלן די 1 מייל גייט עס שוין זיין ווייטער ווי די ערד, האט עס נישט אויף וואס צו פאלן.

וואס גייט געשעהן איז, אזויווי די ערד'ס גראוועטי איז די זעלבע פון אלע זייטן, גייט די ערד יעצט טוישן די דירעקציע פון די שטיינדל און עס שלעפן זייטיג צו זיך, אבער ביז ווילאנג די שטיינדל גייט ווערן צוגעשלעפט צו די ערד, גייט עס שוין זיין נידעריגער ווי ערד...

דעמאלטס גייט די ערד שלעפן די שטיינדל אויף ארויף... אבער ביז די שטיינדל גייט אנקומען אויבן, גייט עס שוין זיין אריבער די ערד...

דעמאלטס גייט די ערד שלעפן די שטיינדל זייטיג... אבער ביז די שטיינדל גייט ווערן צוגעשלעפט זייטיג, גייט עס שוין זיין העכער די ערד...

דעמאלטס גייט די ערד שלעפן די שטיינדל אויף אראפ... אבער ביז די שטיינדל גייט אנקומען אינטן, גייט עס שוין זיין אריבער די ערד...

אזוי דרייט זיך עס און דרייט זיך עס אן אפשטעל.(C)
tug-o-war.gif
tug-o-war.gif (6.88 KiB) געזען 4527 מאל

אין טעכנישע ווערטער ווערט עס געזאגט אזוי, אז די קראפט פון דיין ווארפן איז די זעלבע ווי גראוועטי קראפט פארדעם פליט עס אין א רינדעכיגע פעהט.

אויב גייסטו ווארפן די שטיינדל אויף א שנעלקייט וואס איז סאך מער קראפט ווי די גראוועטי פון די פלאנעט גייט עס אוועקפליען פון די פלאנעט, דאס ווערט אנגערופן "אנטלויף ספיד"(E)

די פאלגענדע בילד ווייזט די משלים וואס מיר האבן אויסגעשמועסט. D איז אביסל מער קאמפל ועוד חזון.
300px-Newton_Cannon.svg.png
300px-Newton_Cannon.svg.png (32.7 KiB) געזען 4527 מאל

סיום יבא
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יעצט ליינט איבער וואס דא שטייט, וועט שוין מאכן מער שכל.

viewtopic.php?p=1459148#p1459148

ספעיס איז אנגעפילט מיט גראוועטי קודם איז דא ערד גראוועטי, אבער אפילו זייער ווייט פון די ערד ווי די גראוועטי פון די ערד איז שוין שוואך איז דא די גראוועטי פון די זון. ווייל די זון איז איבער 100 נאל אזוי ברייט ווי די ערד.

און אפילו ווען מ'איז שוין גענוג ווייט פון די זוהן איז דא די גראוועטי פון אנדערע שטערן'ס אדער די סופער מאסיווע שווארצע לעכער.

די איינציגסטע וועג צו קענען אוועקגיין פון די גראוועטי איז אויב מ'האט גענוג ספיד.

און דאס איז די ציל פון א ראקעט צו גיבן פאר די ספעיס שיף אדער סעטעלייט גענוג ספיד צו קענען בלייבן אין ארביט.

אבער די ערשטע סטעפ פון די ראקעט איז ארויסצוטראגן זיין פעקל העכער די אטמאספער, ווייל ווילאנג מ'איז אין די אטמאספער איז די צו סאך פריקשאן און ס' ווערט כמעט אוממעגליך צו אנקומען צו די נויטיגע ספיד.

איינמאל מ'איז אינדרויסן פון די אטמאספער טוהט די ראקעט די עיקר ארבייט פון פארדינען ספיד ביז 17 טויזנט מייל א שעה, כדי זיין פעקל זאל קענען בלייבן אין ארביט.

די סיבה פארוואס די אסטראנאטן שוועבן און שפירן נישט קיין גראוועטי איז ווייל גראוועטי שפירט מען ווען מ' וויל זיך ארויסרייסן פון די כוח פון גראוועטי, די ספעיס סטאנציע לאזט זיך שלעפן פון די גראוועטי, און ס'פאלט טאקע אראפ, און אלעס פאלט צוזאמען.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

און אגב, @זאכליך, געמארקט דיינע תגובות אנריעד!
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלייכגילטיג »

Wow wow

זאלסט זיין געבענטשט זאכליך! אלץ געליינט ארום און ארום, אבער קיינמאל נישט ארויסגעקראכן וויאזוי עס ארבעט. שרייב ביטע ווייטער.

אינעם פאריגן בלאט שרייבסטו אז דער הסבר פון גראוויטי איז לויט ניוטאן אבער לויט איינשטיין איז דער הסבר אנדערש. איך האף דו גייסט אנקומען אויך צו איינשטיין און וואס ער טוישט פון ניוטאן.
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
אוועטאר
לאנגעפאות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2016 5:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנגעפאות »

please split this off from news into a new topic

its unlivable interesting
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

לאנגעפאות האט געשריבן:please split this off from news into a new topic

its unlivable interesting

יישר כח פארן דערמאנען, זאכליך האט שוין גערעדט צו מיר א וואך צוריק דערוועגן, יעצט אנגעקומען דערצו.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יישר כוח אלי'! יעצט דארפסטו שויניש מאכן די נייעס אשכול unread...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

WOW זייער זייער קלאר מסביר געווען
זאכליך, איך וויל נישט אריינגיין אין גילוי אבער ביסטו נישט אפשר חילי'ס צווייטע ניק?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פאטאקי08 האט געשריבן:WOW זייער זייער קלאר מסביר געווען
זאכליך, איך וויל נישט אריינגיין אין גילוי אבער ביסטו נישט אפשר חילי'ס צווייטע ניק?

דאס איז די בעסטע קאמפלימענט וואס כ'האב נאר אמאל געהערט. אבער ניין, איך בין סאך ווייניגער ווי אים.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

יישר כח זאכליך, איך ליין מיט דארשט די אינהאלטסרייכע ארטיקלען, דו ברענגסט אראפ זוכן פון אוט אוו דע ספעיס אריין אין ספעיס!
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

כהא'ב שוין חשק צו ווערן אן אסטראנאט... וואס טוט מען?
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

חיימ'ל האט געשריבן:כהא'ב שוין חשק צו ווערן אן אסטראנאט... וואס טוט מען?

אקעי, נישט ממש. ווייל ס'נעמט יארן זיך אויסצולערנען ( און אפשר ווערט מען נאר אויסגעוועלט? ) און ווען מ'קומט צוריק אראפ איז מען קראנק ר"ל. דאס איז חוץ פון שאלות יחוד מיט אנדערע שווערער שו"ע שאלות.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

מ'ווערט נישט ממש קראנק ווען מ' קומט אראפ, ס'נעמט נאר אפאר טאג ביז מ' געוויינט זיך צו צי די גראוועטי.

אבער דאס יא, ס'איז פארבינדן מיט שווערע שאלות, בעיקר מיט הלכות התליות בזמן. די אסטראנאטן פליען אריבער דעם קו התאריך 16 מאל א טאג!
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

איך האב געזען ווי אסטראנטן פארציילען אז ס'האט זיי גענומען אפאר חדשים ביז זיי האבן זיך ריקאווערט! דאס איז חוץ המעשה וואס ס'קען זיין אז די זיין אזוי לאנג אין ספעיס לאזט איבער א געוויסע עפעקט אין די קערפער, ( דוכט זיך נאכנישט אפראווד).
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

https://www.space.com/32102-astronaut-p ... ments.html

דא אי דא א שיינע ארטיקל איבער דעם, זיי שרייבן אז ס'קען נעמען פון אפאר טאג ביז אפאר וואכן ביז ען געוויינט זיך צו צי די גראוועטי. חוץ דעם איז אלעס געהעריג.

דאס יא, די ביינער פארלירט די שטארקייט וויבאלד זיי ווערן נישט באנוצט, אויב מאכט מען נישט קיין עקסערסייז דארט אויבן, קען מען זיך שפירן 5 יאר עלטער ווען מ'קומט צוריק.
לעצט פארראכטן דורך זאכליך אום פרייטאג יוני 16, 2017 12:00 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

חיימ'ל האט געשריבן:כהא'ב שוין חשק צו ווערן אן אסטראנאט... וואס טוט מען?

די שאנס צו ווערן אן אסטראנאט איז זייער קליין, מ'דארף יארן קאלידזש, און יארן עקספעריענס אין די מיליטער און אין ספעיס, און צום סוף דארפסטו האבן מזל מ' זאל דיר אויסוועלן.

וואס יא. די פירמע בלויע ארידזשין( כ'מיין אז דער באלעבאס איז דער זעלבער ווי אמאזאן ) פלאנט צו מאכן קורצע נסיעות פאר די פובליק, מ' קען זיך דא איינשרייבן.

https://www.blueorigin.com/interested

איך האב מיך שוין איינגעשריבן...

ס' גייט ארויפפליען און זיין דארט פאר א קורצע צייט, און צוריקקומען. באמת גייט עס נישט זיין אין ארביט, ווייל ס'גייט נישט אנקומען צו די נויטיגע ספיד, אבער ס' גייט זיין גענוג הויעך און גענוג שנעל אז מ'גייט שפירן די מייקראו גראוועטי אזויווי די אסטראנאטן.

גלייכגילטיג האט געשריבן:אינעם פאריגן בלאט שרייבסטו אז דער הסבר פון גראוויטי איז לויט ניוטאן אבער לויט איינשטיין איז דער הסבר אנדערש. איך האף דו גייסט אנקומען אויך צו איינשטיין און וואס ער טוישט פון ניוטאן.

מיטן אויבערשטענס הילף. אבער ס'איז נאך דא אסאך זאכן צו מסביר זיין וואס איז גרינגער צו פארשטיין.

מיטן הילף פון די באשאפער וואס האט באשאפן די אלע זאכן וועלן מיר קענען אנקומען צו אלעס.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6281
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

ייש"כ זאכליך איך קען שוין קוים ווארטן
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

יעקב פריינד האט געשריבן:ייש"כ זאכליך איך קען שוין קוים ווארטן

גא"מ
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

זאכליך האט געשריבן:https://www.space.com/32102-astronaut-perspective-on-long-deployments.html

דא אי דא א שיינע ארטיקל איבער דעם, זיי שרייבן אז ס'קען נעמען פון אפאר טאג ביז אפאר וואכן ביז ען געוויינט זיך צו צי די גראוועטי. חוץ דעם איז אלעס געהעריג.

דאס יא, די ביינער פארלירט די שטארקייט וויבאלד זיי ווערן נישט באנוצט, אויך מאכט מען נישט קיין עקסערסייז דארט אויבן, קען מען זיך שפירן 5 יאר עלטער ווען מ'קומט צוריק.

לעצטענס בין איך געווען אויף א טור אויף די ספעיס סטאנציע ( דורך א קליפ פארשטייט זיך...) די טור גייד האט מיר געוויסען ווי ער מאכט עקסערסייז יעדע טאג עס איז דא דארט א ספעציעלע ווינקל מיוחד אלס א דשים.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

זאכליך האט געשריבן:
חיימ'ל האט געשריבן:כהא'ב שוין חשק צו ווערן אן אסטראנאט... וואס טוט מען?

די שאנס צו ווערן אן אסטראנאט איז זייער קליין, מ'דארף יארן קאלידזש, און יארן עקספעריענס אין די מיליטער און אין ספעיס, און צום סוף דארפסטו האבן מזל מ' זאל דיר אויסוועלן.

וואס יא. די פירמע בלויע ארידזשין( כ'מיין אז דער באלעבאס איז דער זעלבער ווי אמאזאן ) פלאנט צו מאכן קורצע נסיעות פאר די פובליק, מ' קען זיך דא איינשרייבן.

https://www.blueorigin.com/interested

איך האב מיך שוין איינגעשריבן...

ס' גייט ארויפפליען און זיין דארט פאר א קורצע צייט, און צוריקקומען. באמת גייט עס נישט זיין אין ארביט, ווייל ס'גייט נישט אנקומען צו די נויטיגע ספיד, אבער ס' גייט זיין גענוג הויעך און גענוג שנעל אז מ'גייט שפירן די מייקראו גראוועטי אזויווי די אסטראנאטן.

וויפיל גרייצער בעט ער דערפאר?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

נאך א וועג צו פארשטיין ארביט, קען מען נעמען א משל פון א גרופע וואס דרייען זיך אין א רינג, און זיי דרייען זיך שנעל ארום און ארום.

זיי דארפן זיך גוט אנכאפן, ווייל אויב זיי לאזן זיך אויס, פליט יעדער צו די אנדערע עק זאל.

אויפנאויף איז שווער צו פארשטיין, אויב זיי דרייען זיך ארום רינדעכיג, פארוואס ווען זיי לאזן זיך אויס פליט יעדער אוועק? פארוואס בלייבן זיי זיך נישט דרייען.

ווייל פון ניוטאן ערשטע געזעץ זעהט מען אז מאמענטום גייט נאר אויף א גלייכע ליניע, ס'איז נישטא אזא זאך ווי א רינדעכיגע מאמענטום. ממילא די קראפט פון זייער ספיד וואלט זיי געדארפט שיקן אין א גלייכע ליניע צו די עק פונעם זאל, נאר וויבאלד זיי כאפן זיך אן שלעפט עס זיי צוריק אינמיטן אזוי קומט אויס אז זיי דרייען זיך אין אן ארביט.

פארדעם זעהט מען אז ווי שנעלער זיי דרייען זיך אלס שטערקער דארפן זיי זיך אנכאפן, ווייל אויף א שנעלערע ספיד איז די קראפט אוועקצופליען שטערקער און כדי צו בלייבן אין ארביט דארף די כוח פון ספיד זיין די זעלבע ווי די כוח פון גראוועטי וואס ציעט צו די מיטן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”