וויאזוי טרעוול'ט מען אין ספעיס

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

וויאזוי טרעוול'ט מען אין ספעיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

Amazing האט געשריבן:ווי איך האב לעצטענס נאכגעקוקט קוקט אויס אז עס איז דא 2 מהלכים ווי די מענטשען קומען צוריק פון די ISS איינס מיט א שאטל וואס לאנדעט אויף די ערד אדער טאנץ מען פון די הייך.

@זאכליך אפשר קענסטו פונקליך מסביר'ן די פראצעדור פון אראפקומען פון ספעיס.


מ'קען נישט טאנצן פון דער הייך. כדי צו זיין אין ספעיס מוז מען האבן ספיד, אויב פארלירט מען ספיד פאלט אלעס צו אראפ.

די ספעיס סטאנציע פליט אויף 17 טויזנט מייל א שעה, אויב פליט עס ווען נאר אויף 16 א האלב טויזנט מייל א שעה וואלט גענומען געציילטע שעות און ס'וואלט אראפגעקראכט.

די זעלבע ווען מ'וויל צוריקקומען פון ספעיס מוז מען פארשטייטערן די ספיד, כדי דאס צו טאן טוהט מען 4 סטעפס.

1. מ'נוצט ברענשטאף צו פארשטייטערן די ספיד פון 17 טויזנט מייל א שעה, ס'ווערט אנגערופן deorbit burn. דאס מאכט אז מ'זאל צוביסלעך צוריק פאלן צו די ערד.

2. איינמאל מ'קומט אריין אין די אטמאספער, ניצט מען די פלאכע זייט פון די ספעיס שיף זיך צו רייבן מיט די ליפט, אזוי ווערט די ספיד שטייטער.

די שנעלע ספיד פון די שיף איז גורם אז די רייבעריי זאל פראדוצירן א שרעקליכע היץ, וואס קען צו שיסן די שיף, אסאך שיפן האבן שוין עקספלאדירט אויפן וועג אריין.

3. צום סוף נוצט מען פערישוטס צו פארשטייטערן די ספיד.

ווי פארשטענדלעך קען מען נישט נוצן קיין פערישוטס אין ספעיס ווי ס'איז נישטא קיין לופט, אזוי אויך קען מען נישט נוצן קיין פערישוטס גלייך ווען מ'קומט אריין אין די אטמאספער, ווייל פון די שנעלע ספיד וועט עס ווערן פארברענט.

4. פאר די לאנדונג איז דא 2 מהלכים, אדער ארייינפלאטשקענען אין וואסער, אדער נוצן ברענשטאף צו געבן די ווייעכע לאנדונג.

אבער אפילו אזוי שפירט זיך די לאנדונג ווי א זעץ ביי אן עקסידענט, די אסטראנאטן ווערן אנגעזאגט נישט צו רעדן בשעתן לאנדונג כדי זיי זאלן זיך נישט צובייסן די צינג...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

זאכליך האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:ווי איך האב לעצטענס נאכגעקוקט קוקט אויס אז עס איז דא 2 מהלכים ווי די מענטשען קומען צוריק פון די ISS איינס מיט א שאטל וואס לאנדעט אויף די ערד אדער טאנץ מען פון די הייך.

@זאכליך אפשר קענסטו פונקליך מסביר'ן די פראצעדור פון אראפקומען פון ספעיס.


מ'קען נישט טאנצן פון דער הייך. כדי צו זיין אין ספעיס מוז מען האבן ספיד, אויב פארלירט מען ספיד פאלט אלעס צו אראפ.


קודם א יישר כח פאר דיין כסדר'דיגע שיעורים, עס איז אן הנאה צו ליינען.

איך וויל פארשטיין עס איז דאך נישט דא קיין גראוויטי אין ספעיס, סוי פארוואס פאלט ער?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

dim האט געשריבן:איך וויל פארשטיין עס איז דאך נישט דא קיין גראוויטי אין ספעיס, סוי פארוואס פאלט ער?

דאס איז א טעות וואס זייער אסאך האבן (און איך פלעג אויך האבן דעם טעות.

די פאלגענדע הסבר איז סיי לויט ניוטען אז גראוועטי איז ווייל יעדע אבדזשעקט שלעפט צו זיך, און סיי לויט איינשטיין אז גראוועטי איז ווייל די אבדזשעקט בייגט ספעיס-טיים.

אין ספעיס איז געהעריג דא גראוועטי, ס'ווערט טאקע שוואכער און שוואכער ווי ווייטער מ' גייט, אבער אפילו די לבנה דרייט זיך ארום די ערד פון די ערד'ס גראוועטי.

די ISS איז 250 מייל העכער די ערד, די גראוועטי דארט איז בערך 90% ווי ממש אויף די ערד.

אויב אזוי פארוואס פאלט מען נישט אראפ? ס'פאלט יא אראפ נאר ס'פליט גענוג שנעל, אז ביי די צייט ס'איז אינגאנצן אראפ געפאלן איז עס שוין ווייטער ווי די ערד, אזוי דרייט זיך עס ארום און ארום אן קיין אפשטעל.

דאס איז די הסבר פון ארביט orbit.

פארדעם ווען מ'שיסט ארויף א ראקעט פליט מען קודם גלייך ארויף ארויסצוגיין פון די אטמאספער, אבער איינמאל ס'איז אינדרויסן (בערך 60 מייל הויך) דרייט מען זיך איין און מ'פליט זייטיג. ווייל אויב גייט מען פליען גלייך ארויף, ווען די ענדזשין לעשט זיך אויס גייט עס צוריקפאלן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

האמיר נישט פארשטאנען דעם הסבר
אוועטאר
אל תדאג
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 19, 2015 4:32 pm
לאקאציע: אונטערן מאמע'ס פארטוך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אל תדאג »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:האמיר נישט פארשטאנען דעם הסבר

גם אני מצטרף
שואלכענין
שר האלף
תגובות: 1969
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2012 2:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שואלכענין »

דער פשט איז אזוי: נעם א משל פון פארן מיט א בייק אדער ביציקל. אויב שטייט מען אויף איין פלאץ, פאלט מען אראפ, אויב פארט מען שטייטליך, פאלט מען "כמעט" אראפ, אויב פארט מען שנעל, האלט מען זיך שיין גראד. פארוואס?
ווייל מען האט נישט קיין צייט צו פאלן.
אצינד לאמיר זען נאך איין פרט אינעם משל: אויב פארט מען בארג ארויף מיט'ן בייק, ווערט עס שווערער און שווערער, און מען פארט אויטאמאטיש שטייטער, און דאס מיינט אויך אז ערגעץ וואו אינמיטן בארג ארויף הייבט מען אן גליטשן אויף אראפ צוריקוועגס.
פארוואס?
ווייל די גרעוויטי אויף אראפ איז צו שטארק אויפן וועג ארויף, משא"כ ווען מען פארט גראד, קען מען פארן שעות לאנג און מען וועט נישט אראפפאלן.
אט דאס זאגט אונזער חשוב'ער "מחנך"... דא. די ספיד, מאכט א המשך צום פליען גראד, און די ספיד איז נאר אויב מען פארט זייטיג, נישט גראד ארויף, ווייל דאן שלעפט עס צו שטארק אראפ און עס פארלירט די כח ווייטער צו גיין ארויף.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

יישר כח זאכליך און שואל פארן עס מסביר'ן, עפעס קלארער בינעך געווארן, אבער עפעס פעלט נאך.

פארוואס פאלן די אסטראנאטן נישט אראפ אינעם ספעיס סטאנציע?

און ווען איינע פון די אסטראנאטס גייען ארויס פונעם סטאנציע אן די געהעריגע סוט'ס און כלים, וועט ער אראפפאלן צו די ערד און ווערן פאברענט? איך האב געוויסט פון אלץ אינגל.. אז ער וועט זיך נעמען שוועבן אינעם אייביגן ספעיס אן קיין סוף, נישט אז זיי פאלן אראפ. איז עס ראנג?
לעצט פארראכטן דורך Dim אום דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:00 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

ווייל די ספעיס סטאנציע פליט אויף 17,000 מייל א שעה...
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

איך האב פאראכטן מיין תגובה, קענסט ענטפערן אויפן צווייטן שאלה אויך.

לויט דיר קומט אויס אז אויב א באס לדוגמא נעמט זיך פליען אויף זיבעצן טויזנט מייל א שעה.. וועט יעדער אינעם באס אנהייבן שוועבן?
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

עפעס אזוי קומט אויס פון החכם @זאכליך.

דיין צווייטע שאלה איז די ענטפער לכאורה יא.

די גארביטש פון די ספעיס סטאנציע ווארפן זיי ארויס פון צייט צו צייט און ווען עס קומט אן צו די אטמאספערע ווערט עס פארברענט.
א'מונה ב'טחון ג'עלט
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

@זאכליך, קאנפירם ביטע אויב עס איז ריכטיג.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1101
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

ער איז זייער פארנומען דא
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יאפ... זייער פארנומען...
כ'וועל שפעטער אי"ה אהערקומען.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

א גרויסן טענק יוא, נעם נישט קיין פרעשער.
גאפל
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאפל »

ווי אזוי קאנעקטן זיך די ראקעטס מיט אלע כלים מיט די iss אויב עס פארט 17000 מייל א שעה?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

וואס מאכט עס פארן דעם ספיד? ס'פארנוצט דאך נישט קיין ברענשטאף, (ס'קען דאך מאכן גרינהאוז עמישאנס אין ספעיס...)
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

צו פארשטיין די ענין דארף מען קודם מקדים זיין די געזעצן פון אייזיק ניוטען, ער איז געווען דער ערשטער וואס האט אראפגעשטעלט די יסוד פון גראוועטי. (ס'איז שוין געווארן באשריבן דא אויפן וועלטל.

ער האט יארן שטודירט וואס שלעפט אלעס אראפ צו די ערד ביז ער עס צוגעקומען צו די אויפטרעף פון גראוועטי, וואס מ'ניצט נאך ביזן היינטיגן טאג. אגב אלבערט איינשטיין האט עס טאקע אביסל געטוישט, אבער די יסוד דערפון בלייבט די זעלבע.

אייזיק ניוטען
אייזיק ניוטען
download (1).jpg (3.08 KiB) געזען 4915 מאל


ער האט ארויסגעשטעלט א ליסטע פון 3 געזעצן פון באוועגונג.

די ערשטע געזעץ לויטעט אז יעדע חפץ וועט בלייבן שטיין אדער בלייבן אין באוועגונג אין א גלייכע ליניע חוץ אויב ס'וועט ווערן געטוישט דורך א דרויסענדיגע קראפט.

די צווייטע געזעץ איז מסביר וויפל קראפט מ' דארף האבן צו טוישן די באוועגונג פון א חפץ. אז ווי גרעסער א חפץ אדער ווי שנעלער מ'וויל גיין אלס מער קראפט דארף מען האבן.

די דריטע געזעץ לויטעט אז פאר יעדע קראפט איז דא א פארקערטע קראפט, דאס הייסט ווען די קראפט פרובירט צו טוישן די באוועגונג פון א חפץ, עקט די חפץ ווי א פארקערטע כוח אקעגן די קראפט און שטיפט עס אין די פארקערטע ריכטונג.

קומט אויס פון זיינע געזעצן אז אויב ווילסטו טוישן די מאמענטום פון א חפץ, סיי צו מאכן שנעלער און סיי צו מאכן שטייטער, אדער טוישן די מאמענטום צו אן אנדערע זייט, דארפסטו האבן קראפט, אן קראפט טוישט זיך גארנישט.

לויט דעם וואלט מען געקענט מיינען אז א קאר וואס פארט אויף 60, וואלט געבליבן פארן אויף 60 אפילו מ'לעשט אויס די מאטאר. אבער די סיבה פארוואס ס' געשעהט נישט איז ווייל ס'איז דא אנדערע כוחות וואס שטעלן אפ די מאמענטום.

1. די ליפט, ווען די קאר פארט שטיפט עס די ליפט, און לויט די 3טע געזעץ שטיפט די ליפט צוריק.

2. אויב מ'פארט בארג ארויף, איז דא גראוועטי אויף אראפ, און די גראוועטי איז א קראפט וואס פארשטייטערט די קאר.

3. איז פריקשאן, די קאר רייבט זיך אין די ערד אדער אינעווייניג ווי די רעדלעך דרייען זיך, פריקשאן איז אויך אן אקט פון קראפט.

אויב קענסטו אוועקנעמען די 3 זאכן, וואלט עס טאקע געפארן אן אפשטעל. אין ספעיס איז נישטא קיין ליפט, און אויך נישט קיין פריקשאן, די איינציגסטע זאך וואס איז דא איז גראוועטי.

המשך יבוא.
(ביטע לאז וויסן אויב עפעס שטימט נישט, אדער נישט גענוג קלאר, איידער מ'גייט ווייטער)
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Dim »

אלעס איז גאר שיין צונימען און אראפגעלייגט, מיט א הערליכע קלארקייט, און דערווייל שטימט אלעס.

יישר כח פארן עס באשרייבן און פארענטפערן יעדעמ'ס קשיות. אונז אלע ווארטן אויף די קומענדיגע המשך.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2957
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

יא, זייער קלאר, דארף מען נאר וויסן וואסערע קראפט האט עס אנגעהויבן שטופן אויף אזא שנעלקייט?
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

יעצט אז מען פארשטייט שוין די געזעצן פון באוועגונג, אז אלעס ווענד זיך אין קראפט, לאמיר מסביר זיין די יסודות פון גראוועטי.

די לעגענדע גייט אז אייזיק ניוטען איז געזיצן אינטער אן עפל בוים, ווען אן עפל איז אראפגעפאלן אויף אים. וויבאלד ס'האט אים וויי געטוהן האט ער זיך געווינדערט פארוואס אלע עפל פאלן אראפ נישט ארויף. נאך יארן חקר'נען איז ער אויפגעקומען מיט די אויפטרעף פון גראוועטי.

ער האט אויפגעטאן אז יעדע זאך אין די וועלט ציעט צו זיך די אנדערע זאך, אויב זאלסטו שטעלן 2 ברעקלעך זאמד איינס נאנט צו די 2טע, וועט זיין א קראפט וואס וועט צוזאם שלעפן די ברעקלעך און סוף כל סוף וועלן זיי זיך באהעפטן.

ווי מער און גרעסער די זאך איז, אלס שטערקער ציעט עס. ממילא איז ער אויפגעקומען אזוי וויבאלד די ערד איז דאך מורא'דיג גרויס פארדעם ציעט עס אלעס צו זיך.

מ'קען טאקע זעהן אז די גראוועטי אויף יעדע פלאנעט, ווענד זיך ווי גרויס די פלאנעט איז. למשל די לבנה אדער מארס איז קלענער ווי די ערד, און זייער גראוועטי איז טאקע שוואכער, דזשופיטער איז גרעסער ווי די ערד איז זיין גרעוועטי שטערקער.

די גרעוועטי פון א פלאנעט איז קאנסטענט, דאס מיינט יעדע רגע ציעט עס די זעלבע שטארק. די סיבה פארוואס מיר פאלן נישט טיפער איז פשוט ווייל ס'איז דא ערד וואס שטעלט אונז אפ, אויב זאל זיך די ערד עפענען, וועט גלייך יעדער אנפאנגען צו פאלן.

בשעת מען פאלט גייט די ספיד פון פאלן א גאנצן צייט ארויף. פארוואס?

ווייל לויט די ערשטע געזעץ פון באוועגונג וועט א זאך וואס איז באוועגונג בלייבן אין באוועגונג אויפן זעלבן ספיד אויב ס'איז נישטא קיין נייע קראפט, און די זעלבע אויב איז דא פרישע קראפט צו די וועג ווי ס'גייט וועט די ספיד וועגן שנעלער.

ממילא וויבאלד די גראוועטי איז קאנסטענט, מיינט אז ס'איז דא פרישע קראפט יעדע רגע, דערפאר קומט צו ספיד.

לאמיר זיך פארשטעלן אז איר פאלט אראפ פון ספעיס מיט די קראפט פון גראוועטי, אבער פלוצלינג ווערד די ערד אויס, ס'איז נישטא מער. וואס וועט געשען? איר וועט ווייטער פאלן אויפן זעלבן ספיד לעולם ועד, חוץ אויב ס'קומט א נייע קראפט וואס וועט טוישן אייער באוועגונג.

המשך יבא.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיימ'ל »

פארוואס איז דעם אייזיק ניוטענ'ען איינגעפאלן אזא קשיא? איז ער געווען משוגע צו וואס?
אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3321
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא זאפטיגער »

זאכליך איי מאסט טעל יא, בסט ממש זאכליך!!!

החותם, שמעלקא.
די גאנצע שטאט פאר קיין דותן, אבער דותן איז געבליבן ביים ירח האיתנים. און שוין.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

גאפל האט געשריבן:ווי אזוי קאנעקטן זיך די ראקעטס מיט אלע כלים מיט די iss אויב עס פארט 17000 מייל א שעה?

ביידע פליען די זעלבע שנעל אויף די האר.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:יא, זייער קלאר, דארף מען נאר וויסן וואסערע קראפט האט עס אנגעהויבן שטופן אויף אזא שנעלקייט?

כ'האב נאך 2 שיעורים צו שרייבן, ס'וועט אי"ה ווערן פארענטפערט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

חיימ'ל האט געשריבן:פארוואס איז דעם אייזיק ניוטענ'ען איינגעפאלן אזא קשיא? איז ער געווען משוגע צו וואס?

דארפסט פארשטיין פאר ער האט אויסגעטראפן די זאך פון גראוועטי, האט קיינער נישט געהאט קיין הסבר פארוואס טאקע אלעס פאלט אראפ, זיין קשיא האט געדארפט א זאכליכע תשובה.
לעצט פארראכטן דורך זאכליך אום מיטוואך יוני 14, 2017 4:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”