dim האט געשריבן:לויט דיר קומט אויס אז אויב א באס לדוגמא נעמט זיך פליען אויף זיבעצן טויזנט מייל א שעה.. וועט יעדער אינעם באס אנהייבן שוועבן?
די קורצע ענטפער איז יא. מיר וועלן אי"ה צוריקקומען צו דעם נאך די 2 שיעורים.
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
dim האט געשריבן:לויט דיר קומט אויס אז אויב א באס לדוגמא נעמט זיך פליען אויף זיבעצן טויזנט מייל א שעה.. וועט יעדער אינעם באס אנהייבן שוועבן?
פאטאקי08 האט געשריבן:WOW זייער זייער קלאר מסביר געווען
זאכליך, איך וויל נישט אריינגיין אין גילוי אבער ביסטו נישט אפשר חילי'ס צווייטע ניק?
חיימ'ל האט געשריבן:כהא'ב שוין חשק צו ווערן אן אסטראנאט... וואס טוט מען?
גלייכגילטיג האט געשריבן:אינעם פאריגן בלאט שרייבסטו אז דער הסבר פון גראוויטי איז לויט ניוטאן אבער לויט איינשטיין איז דער הסבר אנדערש. איך האף דו גייסט אנקומען אויך צו איינשטיין און וואס ער טוישט פון ניוטאן.
זאכליך האט געשריבן:https://www.space.com/32102-astronaut-perspective-on-long-deployments.html
דא אי דא א שיינע ארטיקל איבער דעם, זיי שרייבן אז ס'קען נעמען פון אפאר טאג ביז אפאר וואכן ביז ען געוויינט זיך צו צי די גראוועטי. חוץ דעם איז אלעס געהעריג.
דאס יא, די ביינער פארלירט די שטארקייט וויבאלד זיי ווערן נישט באנוצט, אויך מאכט מען נישט קיין עקסערסייז דארט אויבן, קען מען זיך שפירן 5 יאר עלטער ווען מ'קומט צוריק.
זאכליך האט געשריבן:חיימ'ל האט געשריבן:כהא'ב שוין חשק צו ווערן אן אסטראנאט... וואס טוט מען?
די שאנס צו ווערן אן אסטראנאט איז זייער קליין, מ'דארף יארן קאלידזש, און יארן עקספעריענס אין די מיליטער און אין ספעיס, און צום סוף דארפסטו האבן מזל מ' זאל דיר אויסוועלן.
וואס יא. די פירמע בלויע ארידזשין( כ'מיין אז דער באלעבאס איז דער זעלבער ווי אמאזאן ) פלאנט צו מאכן קורצע נסיעות פאר די פובליק, מ' קען זיך דא איינשרייבן.
https://www.blueorigin.com/interested
איך האב מיך שוין איינגעשריבן...
ס' גייט ארויפפליען און זיין דארט פאר א קורצע צייט, און צוריקקומען. באמת גייט עס נישט זיין אין ארביט, ווייל ס'גייט נישט אנקומען צו די נויטיגע ספיד, אבער ס' גייט זיין גענוג הויעך און גענוג שנעל אז מ'גייט שפירן די מייקראו גראוועטי אזויווי די אסטראנאטן.