סופארט גרופע פאר גייסטישע מחלות

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

סופארט גרופע פאר גייסטישע מחלות

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » מיטוואך יוני 14, 2017 8:57 pm

אידן! טוט עפעס!
עס איז א ברייט פארשפרייטע 'סוד' וויפיל אידן ליידן זיך צוזאם בזמנינו במסתרים יסורי איוב פון מחלות הנפש שונות ומשונות בלי שום משען ומשענה, פון די גרעסטע שוועריקייטן איז טאקע דאס, אז דער ''דאגה בלב איש ישיחנה-צרת רבים חצי נחמה'' עקזעסטירט בכלל נישט אין דו גייסטישע מחלות לעקסיקאן, אדרבה ואדרבה נישט דא קיין שום (ניטאמאל איינע!!!) סופארט גרופּ, וואס עס איז יא דא איז, שטענדיגע פחד עס צו האלטן א מיליטערישע סוד במלוא מובן המלה (גיין פאר העלפּ/אנזעהן פונדרויסן ועוד)
רבותי! וויפיל וואלט מען געקענט לייכטער מאכן פאר די אידן ווען זיי האבן ווען א מעגליכקייט זיך אביסל אראפצורעדן פון הארץ? מיטטיילן מיט א נפש חיה זייערע שווערע ליידן? וויפיל וואלט עס פארגרינגערט זייער שטענדיגע פיין?
איך ווייס נישט וואס מען קען/דארף טוהן איך קום בלויז מיט א קול קורא צום עם אלוקי אברהם!
ביטע אריינקומען בלויז מיט עצות און פלענער.
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטונקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך יוני 14, 2017 9:02 pm

די ערשטע און ווירקזאמסטע עצה איז: א קאפיטל תהלים, און א קאפיטל חובת הלבבות שאר הבטחון. דאס גיט א מורא'דיגע רואיגקייט און סופארט.
א טייל פון די פרוכט וואס מען ניצט צו מאכן זאפט זענען עפל, מאראנץ, טאמאטע, אנאנאס, גרייפפרוכט, גוואווע, מאנגא, קאווענע, זשורעכלינע, וויינטרויבן, לימענע און גרינע לימענע.

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » מיטוואך יוני 14, 2017 9:56 pm

באקומען אין אישי (מפרסם מיט רשות)
פלוני האט געשריבן:מעגליך אז רעלי"ף ווייסט פון סופארט גרופעס

מען דארף זיי פרעגן צו זיי קענענן עפעס אויפעסעטן פאר די פובליק.

איך האב נישט זייער נומבער, עס איז א ארג אין קר"י וואס העלפט מענטשן מיט נפשות'דיגע פראבלעמען

רעדט צו זיי, מעגליך זיי וועלן זיך צוכאפען צו דיין אדייע.
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9913
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך יוני 14, 2017 10:00 pm

רידזשענעל ביקור חולים האט לעצטענס אן אימעיל קאמפיין מיט הסברה איבער נפשיות'דיגע פראבלעמען. אין דעם לינק קען מען זען אלע מעסעדזשעס וואס זיי האבן שוין געשיקט http://us9.campaign-archive2.com/home/? ... eeffe4ee7a
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג יוני 15, 2017 12:31 am

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:אידן! טוט עפעס!
עס איז א ברייט פארשפרייטע 'סוד' וויפיל אידן ליידן זיך צוזאם בזמנינו במסתרים יסורי איוב פון מחלות הנפש שונות ומשונות בלי שום משען ומשענה, פון די גרעסטע שוועריקייטן איז טאקע דאס, אז דער ''דאגה בלב איש ישיחנה-צרת רבים חצי נחמה'' עקזעסטירט בכלל נישט אין דו גייסטישע מחלות לעקסיקאן, אדרבה ואדרבה נישט דא קיין שום (ניטאמאל איינע!!!) סופארט גרופּ, וואס עס איז יא דא איז, שטענדיגע פחד עס צו האלטן א מיליטערישע סוד במלוא מובן המלה (גיין פאר העלפּ/אנזעהן פונדרויסן ועוד)
רבותי! וויפיל וואלט מען געקענט לייכטער מאכן פאר די אידן ווען זיי האבן ווען א מעגליכקייט זיך אביסל אראפצורעדן פון הארץ? מיטטיילן מיט א נפש חיה זייערע שווערע ליידן? וויפיל וואלט עס פארגרינגערט זייער שטענדיגע פיין?
איך ווייס נישט וואס מען קען/דארף טוהן איך קום בלויז מיט א קול קורא צום עם אלוקי אברהם!
ביטע אריינקומען בלויז מיט עצות און פלענער.

נתנאל איי גיוו אפ אן יוא
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 594
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:41 am

אפשר זאל יעדער וואס ליידט אדער וואס האט א נאנטע וואס ליידט, דא עס דערציילן מיט א נייע ניק. אזוי כאטש צרות רבים חצי נחמה.

אפשר יא אפשר ניין
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 12, 2017 6:46 pm

תגובהדורך אפשר יא אפשר ניין » דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

Relief איז אפשר נישט קיין סופארט גרופ ממש אבער זיי הערן אויס מיט הארץ איו געפיל אין העלפן באמת אסאך

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 549
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » דאנארשטאג יוני 15, 2017 12:06 pm

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:די ערשטע און ווירקזאמסטע עצה איז: א קאפיטל תהלים, און א קאפיטל חובת הלבבות שאר הבטחון. דאס גיט א מורא'דיגע רואיגקייט און סופארט.

ריכטיג, דאס איז טאקע די ערשטע און אויסגעפריווטע עצה פאר יעדן איד פאר זיך

אבער דאס איז די לעצטע עצה, צו עצה'ן א צווייטן

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » פרייטאג יוני 16, 2017 1:56 am

קאזאבלאנקא האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:די ערשטע און ווירקזאמסטע עצה איז: א קאפיטל תהלים, און א קאפיטל חובת הלבבות שאר הבטחון. דאס גיט א מורא'דיגע רואיגקייט און סופארט.

ריכטיג, דאס איז טאקע די ערשטע און אויסגעפריווטע עצה פאר יעדן איד פאר זיך

אבער דאס איז די לעצטע עצה, צו עצה'ן א צווייטן

;l;p- ;l;p- ;l;p-

איך בין נישט געווען אריינגעסיינט ביים ליינען די תגובה, איך האב אבער געשפירט פאר וויכטיג צו שנדר׳ן די לייקס. די פוינט איז קליפ און קלאר. קורץ און שארף.

מאפילה לאור גדול
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 12:02 am

מאפילה לאור גדול

תגובהדורך מאפילה לאור גדול » זונטאג יוני 18, 2017 1:15 pm

די מצב איז ליידער ערגער ווי מען מיינט
אני הקטן האב זיך יעצט מיט׳ן באשעפערס ארויסגעגריידט דערפון
עס איז דא א ארגענעזאציע וואס הייסט להתחזק, מענטשען וואס ליידן גייסטישע מחלות, בעיקר ענקסזייעטי/פאוביעס וכדו׳ שיקן אריין זייער עקספיריענס און פארשידענע חיזוק, זיך אויף צי סיינען דעראויף שיקט אן אימעיל צי chizuk4ayid@gmail.com און איר וועט באקימען יעדע דריי חדשים זייער אויבגאבע, די קימענדיגע אויסגאבע דארף צי ערשיינען אין די קימענדיגע טעג
איך וועל דא אהער קאפירן מיין ארטיקל וואס כ׳האב זיי געשיקט, און עס דארף צי ערשיינען אין די קימענדיגע אויסגאבע
און איך האף אז מיט די צייט וועל איך מוסיף זיין לפי שידי מגעת
אין יעצט א מעסעדזש פאר כלל ישראל
אידן רייסט איין ביי רפאנו פאר די אידן וואס ליידן ליידער אויף די גייסטישע מחלות, די יסורים דערפון איז נישט מעגליך מסביר צי זיין פאר אזא איינעם וואס איז עס נישט דורך, ווי די ספעציעליסטן זאגן איז דאס די שווערסטע יסורים וואס א מענטש קען מיטמאכן ל״ע, נישט אימזיסט האט מען אויסגעוועלט צי פייניגקן די אל קאידא מערדער מיט וואטער בארדינג, ווייל עס איז ווירקליך די שווערסטע יסורים פאסיבעל

בחסדי ה׳ קען איך אפשרייבן מיינע שירות אין פריידן
איך שפיר א חוב און אן הכרות הטוב צי השי״ת וואס האט מיר געהאלפן זיך ארויסצידרייען פון גאר שווערע ענקזייעטי און איך וויל מיטיילן מיין עקספיריענס מיט אנדערע אידן וואס זענען נאך ליידער אין א שווערע מצב
איך וועל נישט אריינגיין אין די עצם ענקזייעטי פינקטליך ווי אין ווען איך האב דאס געהאט און וויאזוי איך האב געפילט ווייל דער עולם צי וועם איך שרייב ווייסט דאס ממילא, איך וויל בלויז מיטיילן וויאזוי איך האב דאס געהענדעלט און וויאזוי מען קען פריווענטן נישט נאכאמאל אריינגעפאלן דעראין,
איך בין כעת קרוב צי פערציג יאר, מיין ערשטע פאניק אטאקע האב איך געהאט אלס קינד ווען איך בין אלט געווען בערך צוועלעף יאר, און זייט דעמאלדטס האב איך געהאט שווערערע צייטן און גרינגערע צייטן, פאר ארום פיר יאר צוריק האב איך געהאט ענקזייעטי אויף א גאר שווערע פארנעם, און איינער האט מיר ציגערעדט אויסציהערן א פראגראם פון א פרוי מיט׳ן נאמען Lucinda Bassett דאס האט מיר מורא׳דיג געהאלפן און איך בין געווארן אויסגעהיילט ב״ה, כ׳האב מיר אויסגעלערענט צי עקסעפטן די ענקזייעטי און וויאזוי צי דיעלן מיט פאניק אטאקעס און נאך אסאך גאר ניצבארע אינפארמאציע וואס האט מיר געהאלפן אנציגיין מיט׳ן טאג טעגליכן לעבן, הגם סאיז געווען ביטער שווער אבער מיט עקשנות און מיט איר מהלך בין איך אנגעגאנגען און נאך בערך צוויי חדשים בין איך געווען גענצליך ערהוילט,
אבער אביסל מער ווי א האלב יאר צוריק בינעך נאכאמאל אריינגעפאלן אין אסאך א שווערערע ענקזייעטי, איך האב מיר געווינדערט ווייל איך האב דאך שוין געהאט די טולס וויאזוי צי הענדלען ענקזייטי און מיט דעם אלעם האב איך ממש נישט געקענט אנגיין, איך האב מחליט געווען אז איך גיי גיין צי א טערעפיסט, דורך רעליף בין איך אנגעקימען צי א טערעפיסט וואס האט געארבעט אויף א ענליכע מהלך ווי Lucinda Bassett און כ׳האב נאכאמאל אויסגעהערט די פראגראם אויך, איך האב געקענט טאקע אנגיין אבער סאיז געגאנגען ביטער שווער, איך בין אנגעגאנגען מיט עקשנות, ממש מיט מסירת נפש
איך וועל געבן א משל וויאזוי איך האב געפילט אפילו מיט די טולס וואס כ׳האב געהאט
סאיז ווי מען זאל מיר זאגן אז איך זאל מיר אראפ שטעלן אויפ׳ן בי קיו אי אפילו קארס קימען צי פליען ווייל זיי גייען זיך אפשטעלן און זיי גייען דיר נישט אראפקלאפן, אלעס פיין און וואויל, אפילו איך זאל ווען וויסן פאר הינדערט פראצענט אז סאיז אמת אבער די שווערע פילינג איז נאך אלס דא, ממש אזוי האב איך געפילט ווען איך בין געגאנגען אויף די פלעצער וואס האבן מיר געטריגערט צו ענקזייעטי,
יעצט איז אזוי, ענקזייטי איז ציטיילט אין צוויי חלקים, סאיז דא די עצם ענקזייטי דאס הייסט די אנגעצויגנקייט, און נאכדעם איז דא די באדי סימטעמס ווי שטארקע הארץ קלאפעניש, שוויצן, פילן מען דארף לויפן, ווערן הייס, ווערן קאלט, די גאנצע קערפער ציטערט, שוואכע אפעטיט וכו׳ וכו׳ דאס אליין מאכט די ענקזייטי נאך אסאך שטערקער ווייל מען דערשרעקט זיך פון די באדי סימטעמס
בחסדי ה׳ נאכן אנגיין אזוי מיט עקשנות פאר בערך פיר פינעף חדשים זענען מיינע באדי סימטעמס געווארן שוואכער און שוואכער, און דאס אליין אז די באדי סימטעמס זענען געווארן שוואכער האט מיר זייער שטארק דערשראקן פון אנהייב אבער ציביסלעך האב איך מיר בארואיגט און איך בין כהיום ממש ניינציג פראצענט אויסגעהיילט,
יעצט וויל איך מיטיילן וואס איך בין דערגאנגען פון וואס ענקזייעטי קימט
מענטשען וואס האבן ענקזייעטי זענען מענטשן וואס זענען זייער סענסיטיוו אין אלע ענינים און ווען זיי גייען דורך שווערע סטרעס נעמט דאס זיי דורך ממש אינגאנצן און עס פאסירט געוויסע טוישינגן אין קעמיקאלן פון די מח און פון דעם פאסירט אז מען ווערט זייער האקעל צי יעדע קליינע סטרעס און די באדי ריעקט זייער ווילד דערצי און עס ווערט א גלגל החוזר
יעצט ווען איך קוק צוריק זעה איך טאקע אז יעדעס מאל פאר אן ענקזייטי אויסברוך פאר א לענגערע צייט בין קודם דורך א שווערע סטרעס פאר א לענגערע צייט, און דאס שלעפט אריין אין א שטארקע ענקזייעטי, ממילא אפילו מען האט די טולס און מען ווייסט אז מען איז נישט אין קיין אמת׳ע סכנה איז עס אויך גאר שווער צי דערהייבן בשעת מען ליידט פון ענקזייעטי
יעצט וועל איך שרייבן די טיפס וואס האבן מיר בעיקר געהאלפן דורכגיין די שווערע מצבים
איך פלעג טראכטן ביי מיר, עס איז בלויז פילינגס איך בין נישט אין קיין שום סכנה, איך האב פראבירט צי עקסעפטן די פילינגס און עס נישט פייטן און איך האב זיך אינטערגעבויגן מיט אזא הכנעה צי פארלייכטערן די אנגעצויגנקייט איך האב פראבירט מיט צי שווימען מיט די ענקזייטי און געטראכט אז עס וועט נישט אנהאלטן פאר אייביג נאר עס גייט שוין באלד פאריבערגיין אזוי ווי איך האב געזעהן ביז יעצט ביי יעדע ענקזייעטי אטאקע וואס איך בין דורך ועוד כהנה,
ווי אויך האב איך מחליט געווען אז ווען איך פלעג מתפלל זיין צום אייבערשטן אז די ענקזייעטי זאל אוועקגיין פלעג דערנאך צי דאנקן דעם אייבערשטן פאר די ענקזייעטי ווייל ער טוט דאך אלעס לטובתי און אפילו איך זעה נישט די טובה דערפון טראסט איך אים אז ער ווייסט וואס ער טוט
זאל דער אייבערשטער העלפן אז אלע אידן זאלן שוין אויפגעראכטן ווערן און נישט וויסן פון אזאלעכע שווערע יסורים וואס איז ממש אין כדוגמתו

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלפיים
תגובות: 2826
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » זונטאג יוני 18, 2017 2:22 pm

אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אפשר יא אפשר ניין
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 12, 2017 6:46 pm

תגובהדורך אפשר יא אפשר ניין » זונטאג יוני 18, 2017 3:07 pm

מאפילה לאור גדול האט געשריבן:די מצב איז ליידער ערגער ווי מען מיינט

איז דא א מעגיליכקייט זיך צו פארבינדען מיט אייך אין אישי ?

מאפילה לאור גדול
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 12:02 am

תגובהדורך מאפילה לאור גדול » זונטאג יוני 18, 2017 4:14 pm

זיכער! איך וועל פראבירן צי העלפן די מערסטע וואס איז מיר שייך

אפשר יא אפשר ניין
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 12, 2017 6:46 pm

תגובהדורך אפשר יא אפשר ניין » זונטאג יוני 18, 2017 4:53 pm

מאפילה לאור גדול האט געשריבן:זיכער! איך וועל פראבירן צי העלפן די מערסטע וואס איז מיר שייך

ש'כח
איך זעה נישט קיין אפשען קאנטעטק אין אישי ביי אייער ניק, קען זיין ס'איז א Setting, איך ווייס נישט

אפשר יא אפשר ניין
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 12, 2017 6:46 pm

תגובהדורך אפשר יא אפשר ניין » זונטאג יוני 18, 2017 4:53 pm

סאררי נישט געמערקט, איך זעה מ'קען יא

nextcase
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 29, 2017 3:15 pm

תגובהדורך nextcase » זונטאג יוני 18, 2017 7:11 pm

סופארט גרופע פאר גייסטישע מחלות
איך האב א שטיקל געדאנק ווער עס וויל מיטשטיין ביטע אישי'ן

אוועטאר
yield
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 30, 2009 6:05 pm
לאקאציע: Latitude North 40.7111 Longitude West 73.9565

תגובהדורך yield » זונטאג יוני 18, 2017 7:48 pm

איך ווייס אז פון מיינע ווערטער איז מעגליך אז מען וועט כאפן ווער איך בין אבער איך פיל א התחייבות צו זאגן

איין זאך ווייס איך די ווארט ענקזייעטי איז זייער איבערגעניצט
איך האב אנגעהויבן זייער שלעכט צו פילן פיזיש איך האב נישט געקענט אטעמען, עסן, שלאפן אין א בעט וכו, אלע מיינע נאנטע חברים האבן געלאכט פון מיר די ביסט דעפרעסד, -איך האב טאקע געהאט א שווערע תקופה אין שטוב- איך בין געלאפן צום דאקטער די זעלבע זאך "איטס אלל אין יאר העד" אזוי האט זיך עס געצויגן כמעט 6 חדשים ווי מיין "ענקזייעטי" איז געווארן ערגער און ערגער ביז מען האט מיך אריינגעפירט אין שפיטאל מיט סטעידזש 3 קענסער און איך האב געהאנגען צווישן לעבן און טויט און מיינע חברים האבן זיך באגראבן פאר בושה.
און איך קען נאך מעשיות ווי דאקטורים האבן גענומען די איזי ראוט און געזאגט פאר מענטשן די האסט ענקזייעטי און האבן כמעט געהארגעט די מענטשן.

סא פליז ניצט די ווארט ענקזייעטי מיט גייסטישע פראבלעמען מיט שכל.
yield the right of way

מאפילה לאור גדול
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 12:02 am

תגובהדורך מאפילה לאור גדול » זונטאג יוני 18, 2017 9:49 pm

מענטשען מיט ענקזייעטי וועלן געווענליך האבן געוויסע טריגערס וואס מאכן אים די ענקזייעטי, ווי למשל גיין אין א אפענע פלאץ מיט אסאך מענטשען, אדער אין פלעצער ווי מען איז פארשפארט, ווי למשל ביים עולה זיין, ביי נקדישך, אין א טרעין, אין א עלעוועיטער זיצן אין טרעפיק, בפרט אויף א בריק, אדער אויף אויף א פליגער וכדו׳ פלעצער ווי מען איז נישט אין קאנטראל צי קענען אנטלויפן ווען מען וויל, און מען שפירט זיך נישט פארזיכערט און מען זיכט צי גיין צי א פלאץ ווי מען שפירט זיך פארזיכערט
אדער ליידט מען פון פאוביעס פון פארשידע זאכן, דאס הייסט די מח פייניגט אן אויפהער אז מען ליידט פון דאס אדער דאס
פארשטייט זיך אז אויב איינער האט פארשידענע סימטעמס אן אויפהער ברויך ער גיין צי א דאקטאר

אדם ישר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 24, 2014 11:18 pm

תגובהדורך אדם ישר » מאנטאג יוני 19, 2017 1:34 am

די צרה איז אז מען האט מורא צו רעדן פון דעים!
געוואלד וויפיל וויפיל מענטשן ליידן זיך אן פון גייסטישע מחלות ה״י
וואס איז אבער די ריכטיגע עצה?

בא'טעמ'טער!
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 03, 2017 4:59 pm

תגובהדורך בא'טעמ'טער! » מאנטאג יוני 19, 2017 1:39 am

גיין צו א פסיכעלאג.

אדם ישר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 24, 2014 11:18 pm

תגובהדורך אדם ישר » מאנטאג יוני 19, 2017 1:46 am

די שאלה איז אויב א מענטש וואס לייד פון גייסטישע דיפרעשען צו ער קען זיך אויסהיילן אן נעמען מעדיצין, אדער עס דא באמת דא טערעפיסטן וואס קענען העלפען אן דעים?
אויב יא זאגטס ארויס אייער עקספיריענס מיט טערעפיסטן וואס האבן באמת באמת געטויגט ארויס צו שלעפען פון דיפרעשין מיט טערעפיע אן מעדעצין, און ווילאנג עס האט גענומן, און מיט וואס פארא טערעפיע,
עס איז א גרויסע מצוה צו זיין א מזכה את הרבים

מאפילה לאור גדול
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 12:02 am

תגובהדורך מאפילה לאור גדול » מאנטאג יוני 19, 2017 1:54 am

אין זייער אסאך פעלער פעלט אויס ביידע, סיי מעדעצין און סיי טערעפי, עס איז נעריש זיך צוריק ציהאלטן פון נעמען מעדעצין

מאפילה לאור גדול
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 12:02 am

תגובהדורך מאפילה לאור גדול » מאנטאג יוני 19, 2017 10:01 am

צו די פילע אנפראגען אין אישי בנוגע Lucinda Basset דאס איז די סייט
https://www.stresscenter.com/
און דא קען מען עס קויפן אויף עמעזאן
https://www.amazon.com/gp/product/B000S ... ems&sr=1-1
היות א פרוי רעדט זאל זיך יעדער דורכרעדן מיט זיין מורא הוראה בנוגע קול באישה
איינער וואס ליידט אויף אביסל אן עקסטרעמערע אופן זאל זיכער נעמען פריוואטע הילף

ליבע איד
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 17, 2017 11:01 pm

תגובהדורך ליבע איד » מאנטאג יוני 19, 2017 10:25 am

אדם ישר האט געשריבן:די שאלה איז אויב א מענטש וואס לייד פון גייסטישע דיפרעשען צו ער קען זיך אויסהיילן אן נעמען מעדיצין, אדער עס דא באמת דא טערעפיסטן וואס קענען העלפען אן דעים?
אויב יא זאגטס ארויס אייער עקספיריענס מיט טערעפיסטן וואס האבן באמת באמת געטויגט ארויס צו שלעפען פון דיפרעשין מיט טערעפיע אן מעדעצין, און ווילאנג עס האט גענומן, און מיט וואס פארא טערעפיע,
עס איז א גרויסע מצוה צו זיין א מזכה את הרבים

להתחזק אויסגאבע האט ארויסגעשיקט אז זיי ארבעטן אויף אזא ליסטע. בדרך אגב אנכי האב געליטן אויף דעפרעסיע און איך בין אינגאנצען ארויס ב''ה דורך מעדיצין און טערעפי. איך בין גאנץ (אפשר זייער) א פאפולערער מענטש אין מיין קהילה! מער פון דעם וויל איך נישט זאגן,

אבער דאס וויל איך יא זאגן:

אין שום ייאוש בעולם כלל!!! מען זאל זיך קיינמאל נישט מייאש זיין, היינט איז טונקעל אבער מארגן קען זיין ליכטיג, גאר ליכטיג, אזא ליכטיגקייט וואס איר האט קיינמאל נישט געזען פריער אין לעבן. אויב געפינט איר זיך אין סיי וועלכע שוועריקייט, גיי אן! אפילו עס איז גאר טונקעל, גאר עלענד, און גאר שווער. צום סוף זעט מען די ענדע פונעם טונעל, און מען קומט ארויס שטערקער ווי מען איז געווען בעפאר דעם שוועריקייט.

איצט בנוגע וועלכע טערעפי איך נוץ, בעיקר איז עס מיינדפולנעס, סאמאטישע טערעפי, eft, און סייקאדינעמיק.

טייערע אידן, מיין מעסעדזש איז צו יעדן וואס ליידט. עס איז דא א סיבה פארוואס איר ליידט עס קומט נישט אליין, און דעריבער גייט עס נישט אוועק אליין! גארנישט געשעט נישט בטעות און דעריבער ברויך מען ע''פ תורה זיך גיין העלפען דורך א מומחה וואס האט שטודירט דעם מענטש. און פאר די מענטשן וועלכע האבן מורא פון נעמען די מעדיצין פאר סיי וועלכע סיבה, זאלן זיי וויסן אז יתכן אז זיי וועלן אפגעבן דין וחשבון פארוואס זיי האבן זיך נישט באנוצט מיט עפעס וואס דער הייליגער ליבער באשעפער האט באשאפען ספעציעל פאר אונז מענטשן.

אדם ישר
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 24, 2014 11:18 pm

תגובהדורך אדם ישר » מאנטאג יוני 19, 2017 11:40 am

די חורבן איז אז ביי אינזער סעסייעטי האט דאס מען דאס באטיטעלט מיט כל מיני לשונות של גנאי (נערווען פילן וכדו׳)אנשטאט עס צו באטיטלן עפעס ווייטעמינען צו שטארקן דעים מח אדער גוף וואס דעמאלט וואלט קיינער זיך נישט געשפירט שלעכט עס צו נעמען אין באמת איך כהאלט מען דארף עס אזוי אנהייבן רופן

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט