בס"ד
די יום טוב שבועות טוט אונז ערוועקן צו זיך אפשטעלן און טראכטן וואס איז אונזער תכלית פון אונזער דורכגאנג דא אינעם עולם השפל, מיר זענען פארנומען על המחיה ועל הכלכלה אין נאכאנאנדע געיעג צו ברענגן פרנסה פאר די קינדערלעך, מ'האט קוים צייט צו זיך אפשטעלן טראכטן וואס איז די גאנצע סיבה וואס מיר טוען דאס, עס איז דאך נאר מיר זאלן קענען אויפציען און שפייזן אונזערע קינדער וואס וועלן ווייטער ממשיך זיין די שלשלת פונעם הייליגן פאלק, וואס דעמאנסטרירט אז יש מנהיג לבירה, און אלעס איז פאר א תכלית וואס מיר זענען נישט אלץ משיג, אבער דאס האט דער בורא ב"ה געוואלט אז אויף אזא נידעריג וועלט זאלן מיר זיין די אויסדערוועלט פאלק וואס וועט אויסשרייען שמע ישראל. מיר זענען דאך אזוי פארפלאגט אז מיר האבן קוים די פאר רגעים אינעם טאג צו איבערקלערן פארוואס און פארווען און פארוועם בין איך אזוי פארנומען.
ווען עס קומט אזא הייליגע יום טוב מיט אלע פעולות ארום און ארום, וואס אלעס טוט דעמאנסטרירן אז מיר בענקן זיך צו די גאר גרויסע התגלות פונעם איינמאליגן מעמד וואס סאיז געווארן קלאר מיט די גשמיות'דיגע אויגן אז אין עוד מלבדו, וואס מיר אלע זענען דארט געווען, און מיר האבן זיך כביכול מחבר געווען מיט הקב"ה בקשר אמיץ וחזק מאהבה וחיבה, און אויסגערופען אז מיר זענען גרייט צו גיין אין פייער פאר קדושתו יתברך נישט קיין חילוק וואס ער וועט אונז באפעלן, יענע זיסע שעות טוען מיר אויפברענגן צום אויבערפלאך אויף גאר א שטארקע פארנעם איינמאל א יאר כדי אז במשך פונעם יאר זאל דאס זיין גרינגער צו געדענקן און לעבן דערמיט ווען מקערט זיך צוריק אין די וואכן טעג.
ווען מיר שרייען ביי אקדמות פון טיפענישן פון הארץ אז אונז אינטערעסירט נישט אלעס וואס די וועלט שטעלט מיט זיך פאר מיט פארגעניגען וואס גייט שנעל דורך, נאר מיר האלטן פאר אונז דעם תענוג נצחי מיט וואס וועלן באגליקט ווערן ממש בקרוב, און מיט די שטארק ציהל פאר אונזערע אויגן וועלן מיר זיך האלטן בתקוף הימנותא, אפילו וואו ווייט מיר זעהן אויס פונעם תכלית, אבער מיר ווילן און שטרעבן באמת נאר התקרבות הבורא, וואס ווען מיר שטעלן זיך אפ מיט א ישוב הדעת קומט דאס אויטאמאטיש ארויף אז מיר ווילן נאר דאס באמת, און כביכול השי"ת ווייסט וואס טוט זיך ביי יעדן אין הארץ און כמים פנים אל פנים שיינט ער אים אריין א ליכטיגקייט, וואס וועט אים געבן חיות אויף ווייטער אנצויגיין אין אלע שווערע מצבים.
יום טוב שבועות - וואס ווילן מיר באמת
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
יום טוב שבועות - וואס ווילן מיר באמת
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל