א 'דיפרענט' אשכול
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
א 'דיפרענט' אשכול
האלבע נאכט
כ'זיץ פארטראכט
אויפן סאפע אויסגעצויגן
מיט פארמאכטע אויגן
די בירנע פארלאשן
די ביר פארזאפן,
פאפיטעס אויפן זייט
קייט און קייט
א פארדארבענס אנגעטראפן
פון מויל אויסגעשאסן
צוגעזאגט זיך,
פארענדיגען גיך
נאך איינס פאר טעם
נאך איינס - זאל זיין
שוין פערטיג אמת'דיג
די מויל איז זאלציג
באדויערט די פאקט
און די סאפע פארקנאקט
צום פרידש דערשלעפט,
זיכן א ביר מ'וועט
קיין ביר געפינט
די מחשבה שפינט
פארוואס פארוואס
פאסירט דאס
איינגעמיירעט, אנגעדוסט
נעמט ארויס דשוס
א גלעזל דערפילט
טרינקט און בילט
צוריק צום סאפע
יוי.... די שכינה שאשע
פלוישט הויעך
לעכערט א מוח
בילקעס פון איי
פערפעל און בארשט
'שטיל!' - איך שריי
ז'לאכט אלס אנטווארט
א בעזעם געכאפט
אויפן דאך געקלאפט
טיפעט די שכינה
און איך?! זיץ א בייזע
נאך מינוטן טייער
כ'וואונדער זייער
פארוואס פארוואס
פאסירט דאס.
* * *
שבת איז דא,
לכו נרננה,
דער בעל תפילה גארגעלט,
דרייט און מורמעלט.
באו ונצא, אלעס שטייט,
איין אידל זיצט אין זייט,
שלאפט געשמאק,
פארווארפען די גענאק.
ענליך א ניגון,
א פארגעניגען.
אבער. - איי וואס איז דאס,
דער בעל תפילה זינגט פון נאז.
א ניגון אויפגעזוכט,
וואס קענען קענעס קיינער,
יעדער עס פארזיכט,
א ניגון פול מיט ביינער.
האט קיין חן,
טראגט קיין צורה,
עס לאכן אלע פיין,
אויך די מזרח שורה.
א הויעך פאל,
א נידריג טראסקע,
עס ווייטאגט די גאל,
ווי יענער מאכט א געפאטשקע.
אזוי געואלט שיינען,
זיך שפירען גוט,
דער ש"ץ טוט מיינען,
און נעמט די מוט.
געזוכט אן אלטע,
האלב צעביילטע,
א "דיפרענט" סארט,
געטראפן דארט.
א ניגון וואס רעדט,
זאגט און שפעט,
טוה נישט דינגען,
מיר קען מען נישט זינגען.
מיר מען האט געמאכט
נאך האלבע נאכט
כחצות הלילה,
מיט א עוגה דבילה.
פארמאטערט פאריאגט,
שוין באלד גע'טאג'ט,
פון מחשבות צעמישט
א ניגונ'דיל ארויסגעווישט.
דער יוקל מיט געטראפן,
געטוען האפן,
זיין 'דיפרענט' ער וועט,
אזוי חיזוק שעפט.
צו וועלען זיין 'אנדערש' אטא דאס,
פירט דעם ש"ץ ביי די נאז,
זיך געלייגט צונאר,
ממש אין לשער.
***
אויך איך וויל אזוי,
זיך פירן גענוי,
זיין אנדערש אייביג,
זיציג אדער שטיידיג.
קיין וועזן מאכן,
תגובות אפקראכן.
שר האלפיים?! - אזוי?!
וויאזוי פאסירט דאס גענוי?
נישט מאכן קיין צהלה,
אויך נישט א בהלה,
נישט עפעס ספעשעל,
קליינער פעשעל.
שוינען כוחות,
לופטיגע מוחות,
אויסרופן הויעך
כ'אניש קיין כח.
צום שלוס א ווארט צו דיר,
אהער מיט די ביר!,
קאראנא גאר?!
וועך... מעקסיקא'ס פאר.
די אפעטיט פארלוירן,
די דורשט דערהויבן,
שליידער'זשע צו מיר,
די פלעשלע ביר!!
אין גארגעל געשיקט,
דאס הארץ דערקוויקט,
אדורך די ביינער,
געווען א פיינער.
אה, ס'שטיל די שכינה,
מנוחה נכונה,
דאס קינד זי וויגט.
און איך?.. די תגובה שיק...
כ'זיץ פארטראכט
אויפן סאפע אויסגעצויגן
מיט פארמאכטע אויגן
די בירנע פארלאשן
די ביר פארזאפן,
פאפיטעס אויפן זייט
קייט און קייט
א פארדארבענס אנגעטראפן
פון מויל אויסגעשאסן
צוגעזאגט זיך,
פארענדיגען גיך
נאך איינס פאר טעם
נאך איינס - זאל זיין
שוין פערטיג אמת'דיג
די מויל איז זאלציג
באדויערט די פאקט
און די סאפע פארקנאקט
צום פרידש דערשלעפט,
זיכן א ביר מ'וועט
קיין ביר געפינט
די מחשבה שפינט
פארוואס פארוואס
פאסירט דאס
איינגעמיירעט, אנגעדוסט
נעמט ארויס דשוס
א גלעזל דערפילט
טרינקט און בילט
צוריק צום סאפע
יוי.... די שכינה שאשע
פלוישט הויעך
לעכערט א מוח
בילקעס פון איי
פערפעל און בארשט
'שטיל!' - איך שריי
ז'לאכט אלס אנטווארט
א בעזעם געכאפט
אויפן דאך געקלאפט
טיפעט די שכינה
און איך?! זיץ א בייזע
נאך מינוטן טייער
כ'וואונדער זייער
פארוואס פארוואס
פאסירט דאס.
* * *
שבת איז דא,
לכו נרננה,
דער בעל תפילה גארגעלט,
דרייט און מורמעלט.
באו ונצא, אלעס שטייט,
איין אידל זיצט אין זייט,
שלאפט געשמאק,
פארווארפען די גענאק.
ענליך א ניגון,
א פארגעניגען.
אבער. - איי וואס איז דאס,
דער בעל תפילה זינגט פון נאז.
א ניגון אויפגעזוכט,
וואס קענען קענעס קיינער,
יעדער עס פארזיכט,
א ניגון פול מיט ביינער.
האט קיין חן,
טראגט קיין צורה,
עס לאכן אלע פיין,
אויך די מזרח שורה.
א הויעך פאל,
א נידריג טראסקע,
עס ווייטאגט די גאל,
ווי יענער מאכט א געפאטשקע.
אזוי געואלט שיינען,
זיך שפירען גוט,
דער ש"ץ טוט מיינען,
און נעמט די מוט.
געזוכט אן אלטע,
האלב צעביילטע,
א "דיפרענט" סארט,
געטראפן דארט.
א ניגון וואס רעדט,
זאגט און שפעט,
טוה נישט דינגען,
מיר קען מען נישט זינגען.
מיר מען האט געמאכט
נאך האלבע נאכט
כחצות הלילה,
מיט א עוגה דבילה.
פארמאטערט פאריאגט,
שוין באלד גע'טאג'ט,
פון מחשבות צעמישט
א ניגונ'דיל ארויסגעווישט.
דער יוקל מיט געטראפן,
געטוען האפן,
זיין 'דיפרענט' ער וועט,
אזוי חיזוק שעפט.
צו וועלען זיין 'אנדערש' אטא דאס,
פירט דעם ש"ץ ביי די נאז,
זיך געלייגט צונאר,
ממש אין לשער.
***
אויך איך וויל אזוי,
זיך פירן גענוי,
זיין אנדערש אייביג,
זיציג אדער שטיידיג.
קיין וועזן מאכן,
תגובות אפקראכן.
שר האלפיים?! - אזוי?!
וויאזוי פאסירט דאס גענוי?
נישט מאכן קיין צהלה,
אויך נישט א בהלה,
נישט עפעס ספעשעל,
קליינער פעשעל.
שוינען כוחות,
לופטיגע מוחות,
אויסרופן הויעך
כ'אניש קיין כח.
צום שלוס א ווארט צו דיר,
אהער מיט די ביר!,
קאראנא גאר?!
וועך... מעקסיקא'ס פאר.
די אפעטיט פארלוירן,
די דורשט דערהויבן,
שליידער'זשע צו מיר,
די פלעשלע ביר!!
אין גארגעל געשיקט,
דאס הארץ דערקוויקט,
אדורך די ביינער,
געווען א פיינער.
אה, ס'שטיל די שכינה,
מנוחה נכונה,
דאס קינד זי וויגט.
און איך?.. די תגובה שיק...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
- פלטיאל
- שר האלפיים
- תגובות: 2465
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
- לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...
שווארץ ווי קויל
שמאלץ און אויל
א שמאטע זאפּט
דער אטעם פארכאפט
א קוועטש א ווייק
קארפ אדער פּייק
סטעיק פון גריל
די אינהאלט איז פול
תוכן עס גיסט
פלאפעלט און שמועסט
חן עס פארמאגט
א געלעכטער טראגט
די מילצן עס בייגט
א שמייכל צייגט
פול מיט טעם
שרייט אלע צוזאם
מזל טוב...
שמאלץ און אויל
א שמאטע זאפּט
דער אטעם פארכאפט
א קוועטש א ווייק
קארפ אדער פּייק
סטעיק פון גריל
די אינהאלט איז פול
תוכן עס גיסט
פלאפעלט און שמועסט
חן עס פארמאגט
א געלעכטער טראגט
די מילצן עס בייגט
א שמייכל צייגט
פול מיט טעם
שרייט אלע צוזאם
מזל טוב...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
- א גראם מיט טעם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3947
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
- לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר
ווייל א שמאטע בלייבט א שמאטע.....
וואס דער קומט נאר אויף מיט
אייביג שמייכלען מיט אפעטיט
מחי' נפשות מיט דיינע בליצען
דעם מרה שחורה אוועק פיצען
שכרך הרבה מער וואו ביסט משיג
ווען דו נעמסט אוועק די לופט אזוי כעס'יג
און עס ווערט רואיגער דא אין וועלט'ל
איז עס נאר אדאנק דיינס א ווערטל
זאל דער פון אויבן דיר גיבן און באגיסען
נאר מיט דיין הומאר ווייטער געניסען
שפע רב זאל שפרודלן ווי א צונאמי
החותם בהכרת הטוב, גראמי.
וואס דער קומט נאר אויף מיט
אייביג שמייכלען מיט אפעטיט
מחי' נפשות מיט דיינע בליצען
דעם מרה שחורה אוועק פיצען
שכרך הרבה מער וואו ביסט משיג
ווען דו נעמסט אוועק די לופט אזוי כעס'יג
און עס ווערט רואיגער דא אין וועלט'ל
איז עס נאר אדאנק דיינס א ווערטל
זאל דער פון אויבן דיר גיבן און באגיסען
נאר מיט דיין הומאר ווייטער געניסען
שפע רב זאל שפרודלן ווי א צונאמי
החותם בהכרת הטוב, גראמי.
- אלי' מקוה יוד
- שר האלפיים
- תגובות: 2957
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm
שוין אז שמאטע פרעגט נישט דיפרענט איבער א דיפרענט אשכול נו מיילע אבער אז דיפרענט זאל נישט שרייבען א דיפרענט תגובה איבער שמאטעס דיפרענט אשכול דאס שוין נישט אזאנס וועט דיפרענט נישט צילאזען!!
אזא דיפרענט חידוש האב איך שוין לאנג נישט געזען.
שמאטע לאז אינז נישט ווארטען ביז די דריי אלפים פאר נאך אזאנס.
גאר שטארק הנאה געהאט.
אזא דיפרענט חידוש האב איך שוין לאנג נישט געזען.
שמאטע לאז אינז נישט ווארטען ביז די דריי אלפים פאר נאך אזאנס.
גאר שטארק הנאה געהאט.
כאפ נישט קיין הייסע לאקשען ווארט ביז סווערט ווארעם!!
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
כ'זיץ פארטראכט
מיין מויל לאכט
די מחשבות רוישן
ווי א בלויע אוישן
כ'האלט מיט
די מעשה איז גוט
פאר פאפיטעס עס נאגט
ביז ס'טאגט
די ביר איז לער
ניטא מער
שיכור ווי ממוכן
די אויגן זוכן
די דזוס מיט די שכיינע
די געמיינע
א ביטערע טעם
עד יעבור זעם
די ניגון מיט ביינער
געלאכט מיט די ציינער
ווער קענעס? קיינער
זינגט אויף מיינער
די לאכעריי
ביסט גורם איינס צוויי
קיפיראפ ביטע
ביסטאך א גוטע
מיין מויל לאכט
די מחשבות רוישן
ווי א בלויע אוישן
כ'האלט מיט
די מעשה איז גוט
פאר פאפיטעס עס נאגט
ביז ס'טאגט
די ביר איז לער
ניטא מער
שיכור ווי ממוכן
די אויגן זוכן
די דזוס מיט די שכיינע
די געמיינע
א ביטערע טעם
עד יעבור זעם
די ניגון מיט ביינער
געלאכט מיט די ציינער
ווער קענעס? קיינער
זינגט אויף מיינער
די לאכעריי
ביסט גורם איינס צוויי
קיפיראפ ביטע
ביסטאך א גוטע
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2779
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
- לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט
דיפרענט האט געשריבן:שוין אז שמאטע פרעגט נישט דיפרענט איבער א דיפרענט אשכול נו מיילע אבער אז דיפרענט זאל נישט שרייבען א דיפרענט תגובה איבער שמאטעס דיפרענט אשכול דאס שוין נישט אזאנס וועט דיפרענט נישט צילאזען!!
אזא דיפרענט חידוש האב איך שוין לאנג נישט געזען.
שמאטע לאז אינז נישט ווארטען ביז די דריי אלפים פאר נאך אזאנס.
גאר שטארק הנאה געהאט.
וואס דא גייט נישט פאר
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
געהאט הנאה
שמאטע כולו יאה
געלאכט און געלאכט
ביז סוף נאכט
באשאפן א רייץ
געפענט די לייט׳ס
אין סאלאן זיך באזעצט
און דארט זיצעך נאך יעצט
קיינע פאפיטוס איך פארמאג
און צו ביר איך נאג
א שכיינע נישט פארהאן
נאר אלעס איז מיין
די הויז איז לער
פון דשוס עס ווייסט ווער
די הונגער אנגעצינדען
און צום פאון צוגעבינדען
שמאטע מאכט מיך לאכן
אז מיין פאון געדארפט פארמאכן
דער בנייבייעס נישט אויפוואכן
זאלן זי שלאפן און מיר נישט באוואכן
׳עדיקטעד׳ וועט זיין דאס גישריי
׳הייבצעך נישט אן׳ וועט זיין מיין וויי
איך ענדזשוי עס פלעין
עס איז גוט פאר מיין ברעין
צוריק צום סקרין מיינע אויגן קריכן
וואו האביך געהאלטן טוה איך זוכן
שרייבן מיינע רייד ווי פערל זיי זענען
באלד וועט שוין דער עולם מיך קענען
קלעבט די כלי אין הענט
זי וויל נישט ווערן אבאנדענט
זי הייסט סמארט
און פאר מיך זי ארט
נאכאיין תגובע און דעץ איט
זאג איך קלאר און שפיר זיך גוט
האבעך סעלף קאנטראל גאר שטארקע
און דער פאון גיב איך א זרק׳ע
אבער דאן אויפן זייגער איך קוק
עס פאלט מיין געזיכט און פארטונקעלט דאס בליק
דער פאון האט מיר פארכאפט
און די כוחות דערשנאפט
די בנייבייעס איז גירעכט
איך פארפאטשקע די נעכט
איך בין נישט שלעכט
אבער פארפאלן זי האט רעכט
שמאטע כולו יאה
געלאכט און געלאכט
ביז סוף נאכט
באשאפן א רייץ
געפענט די לייט׳ס
אין סאלאן זיך באזעצט
און דארט זיצעך נאך יעצט
קיינע פאפיטוס איך פארמאג
און צו ביר איך נאג
א שכיינע נישט פארהאן
נאר אלעס איז מיין
די הויז איז לער
פון דשוס עס ווייסט ווער
די הונגער אנגעצינדען
און צום פאון צוגעבינדען
שמאטע מאכט מיך לאכן
אז מיין פאון געדארפט פארמאכן
דער בנייבייעס נישט אויפוואכן
זאלן זי שלאפן און מיר נישט באוואכן
׳עדיקטעד׳ וועט זיין דאס גישריי
׳הייבצעך נישט אן׳ וועט זיין מיין וויי
איך ענדזשוי עס פלעין
עס איז גוט פאר מיין ברעין
צוריק צום סקרין מיינע אויגן קריכן
וואו האביך געהאלטן טוה איך זוכן
שרייבן מיינע רייד ווי פערל זיי זענען
באלד וועט שוין דער עולם מיך קענען
קלעבט די כלי אין הענט
זי וויל נישט ווערן אבאנדענט
זי הייסט סמארט
און פאר מיך זי ארט
נאכאיין תגובע און דעץ איט
זאג איך קלאר און שפיר זיך גוט
האבעך סעלף קאנטראל גאר שטארקע
און דער פאון גיב איך א זרק׳ע
אבער דאן אויפן זייגער איך קוק
עס פאלט מיין געזיכט און פארטונקעלט דאס בליק
דער פאון האט מיר פארכאפט
און די כוחות דערשנאפט
די בנייבייעס איז גירעכט
איך פארפאטשקע די נעכט
איך בין נישט שלעכט
אבער פארפאלן זי האט רעכט
- מה פתאום???
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4402
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
- לאקאציע: עיה״ק צפת
מה פתאום??? האט געשריבן:א דייעטע
פאר פעטע
עסט גאלערעטע
שעות שפעטע
לאכט
שמאכט
ער טראכט
ביינאכט
אינדרויסן קאלט
שניי פאלט
צימערן פול
איבעראל שטיל
וואך
שפילט שאך
בום! קראך
געפאלן סכך
שמייכל
ביים טייכל
פון טרערן
וואס דערהערן
שמאטע ווישט
זייף-וואסער קושט
און איך? קוילערזעך
אפגעווישט, פעך
צוויי טויזנט
לאכן פויזנט
לאך נאר לאך
נתלאחלאחתי
עס גראמט אבער עס איז זייער דיפרענט... בעסער געזאגט עס איז אינגאנצען דיפרענט
- עירמאנט'ער
- שר האלפיים
- תגובות: 2319
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 16, 2014 11:51 pm
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
יא יא דאס איז א "דו - פרענד" אשכול.
מיין טייערע פריינד ר' שמאטע יישר כח פארן משמח זיין שטענדיג.
מיין טייערע פריינד ר' שמאטע יישר כח פארן משמח זיין שטענדיג.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31217
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
חחחחח דיפרענט עז אין שמאטתינו!!
מזל טוב זאלסטו זען פון דיר אסאך נחת.
מזל טוב זאלסטו זען פון דיר אסאך נחת.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- אויסגערעכנט
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6858
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm
- גין-גאלד
- שר מאה
- תגובות: 222
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 12:02 pm
- לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין
שורות
מעכטיג
אויסטערליש
טאוטעלי
עי-וואן
.....שרייטס אויס אלע! מזל טוב שמאטע !!!
אונז באלעק מיר זיך די פינגער מיט דיינע גוטע סחורה!, קיפ איט אפ! עשה למענינו אם לא למענך!
הומאריסטיש
מעכטיג
אנגענעמ
אויסטערליש
לאמיתא
טאוטעלי
דיפרענ''ט
עי-וואן
פאעזיע
.....שרייטס אויס אלע! מזל טוב שמאטע !!!
אונז באלעק מיר זיך די פינגער מיט דיינע גוטע סחורה!, קיפ איט אפ! עשה למענינו אם לא למענך!
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.