ביסט א היימישער איד, זיי א מענטש און מאך א קידוש השם

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 10:44 am

איין כלל דארפן מיר געדענקען

די סיבה פארוואס מיר פירן זיך אויף מענטשליך האט גארנישט קיינעם חוץ דעם אויבערשטן

געהערט א משל פון איינעם וואס האט באהאנדלט א בוים און א זאפטיגע פרוכט איז אראפגעפאלן אויף אים און אינגאנצן פארשמירט

ער ווישט זיך אפ און גייט אן מיט די ארבעט

פרעגט אים איינער: דו זעהסט נישט אז די בוים אפרישיעיט נישט דיין ארבעט? פארוואס לאסטעך פונעם?

ענפערט ער: איך האב מיטן בוים גארנישט. איך ארבעט פארן באלעבאס און ער גייט מיך באצאלן

והנמשל מובן

אגב. דאס גייט אן ביי אידן אויכעט
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אהרן הלוי
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 18, 2018 1:42 pm

תגובהדורך אהרן הלוי » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:42 pm

א יוד דארף זיך פירן בדרך ארץ אפגעזעהן צו עמיצער זעהט צו נישט; ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש. (און ס'גראדע דא א מסכתא וואס רופט זיך 'מסכת דרך ארץ')


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 30 געסט