ביסט א היימישער איד, זיי א מענטש און מאך א קידוש השם

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

איין כלל דארפן מיר געדענקען

די סיבה פארוואס מיר פירן זיך אויף מענטשליך האט גארנישט קיינעם חוץ דעם אויבערשטן

געהערט א משל פון איינעם וואס האט באהאנדלט א בוים און א זאפטיגע פרוכט איז אראפגעפאלן אויף אים און אינגאנצן פארשמירט

ער ווישט זיך אפ און גייט אן מיט די ארבעט

פרעגט אים איינער: דו זעהסט נישט אז די בוים אפרישיעיט נישט דיין ארבעט? פארוואס לאסטעך פונעם?

ענפערט ער: איך האב מיטן בוים גארנישט. איך ארבעט פארן באלעבאס און ער גייט מיך באצאלן

והנמשל מובן

אגב. דאס גייט אן ביי אידן אויכעט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

א יוד דארף זיך פירן בדרך ארץ אפגעזעהן צו עמיצער זעהט צו נישט; ואתם תהיו לי ממלכת כהנים וגוי קדוש. (און ס'גראדע דא א מסכתא וואס רופט זיך 'מסכת דרך ארץ')
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

מוראדיגע מעשה די וואך אין hamodia
ברענגן זיי ערשטהאנטיג אינטערוויו מיט משגיח כשרות וואס איז אראפגעפארן צו א גויאישע פירמע וואס האט געוואלט א הכשר

דער משגיח האט מסביר געווען פארן בעה״ב אז לכאורה מאכט עס נישט קיין סענס financially

דער בעה״ב האט אים אפגעשטעלט און געזאגט - עס גייט מיך נישט אן , איך וויל טוהן ביזנעס מיט אידן פאר א יעדער פרייז
און איז ממשיך, מעשה שהיה
פארן צווייטער וועלט קריג איז געווען א חסידישער איד וואס האט געקויפט סחורה ביי זיין פאטער אויף בארג פאר 4 אלפים און אזוי ווי דער קריג האט אויסגעבראכן האבן זיך די אלע בעזנעסער גישלאסן און דער מלווה האט זיך מייאש געווען אויפן געלט פון די סחורה

עטליכע יאר נאכן קריג קלאפט מען אויפן איר פון מיין טאטע און דער איד איז דא
דער טאטע איז געווען פרייליך אז ער האט עס דערלעבט, און די איד געבט אים א קאנווערט מיט 4 אלפים!
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

העסקן ר' יוסי געשטעטנער אפעלירט צום עולם נישט צי טיען נארישע זאכן פורים
אטעטשמענטס
20190316_205348.jpg
20190316_205348.jpg (650.78 KiB) געזען 4107 מאל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

גם אני מצטרף.

איך האב גערעדט די וואך צו איינע פון די עלטערע עסקנים. א מענטש וואס האט געהאט א אפענע טיהר אין אלבאני אלע יארן. מיהר האבן גערעדט וועגען הענגען המן'ס. האט ער געזאגט בזה הלשון: איעדער שטינקער איז א רייסער און קנאקער. מען טוט מעשיגענע זאכן, און די איגנערענץ איז שרעקליך. הענגן א דאמי איז געוועהן א סימבאל פון העצן די מאסן אין די סאוט צו לינטשן שווארצע. מיהר מיינען דאס נישט אוודאי. אבער ווי אזוי קענען מיהר פארלאנגען אייביג מען זאל זיך רעכענען מיט אונזערע געפיהלן ווען מיהר רעכענען זיך נישט?

רבותי! הערטס אויס די עכטע עסקנים.
און בכלל איז דא די פלאץ צו מעורר זיין אז נישט איעדער ראצער זאל רעדן צו די פרעסע.

און צו דיהר, יוסי: keep up the good work.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

מעג איך פאררעכטן דיין תגובה??

Kosher Travel האט געשריבן:און בכלל איז דא די פלאץ צו מעורר זיין אז נישט איעדער ראצער זאל רעדן צו די פרעסע.

און צו דיהר, יוסי אויך, דיין ארום רייסן זיך מיט דזורלאניסטן און פאליטיקאנטן אויף טוויטער, ווען דו גייסט די גאנצע חסידישע טראגע, איז איבריג און שעדליך .
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

מענין לענין:
מיין פלונית'טע איז געגאנגען די וואך איינקויפן אין קאסקא (בגלילות מאנסי), טרעפט איר א שיקסע און וואונטשט איר 'העפפי פורים'.
זי פארציילט אז זי וואוינט אין עירמאנט, און יעדעס יאר פורים באקומט זי פון אידישע שכנים מתנות פאר אירע קינדער.
זיי קענען זיך קוים דערווארטן אויף פורים.

דאס דערמאנט מיר פון אלס קינד, ווי מיר האבן פורים געשיקט געבעקס פאר אונזער איינציגער גוי'אישער שכן, א רעטייערטער פאליציי-אפיציר, כדי ער זאל נישט פלאצן פון קנאה זעענדיג ווי אנדערע שכנים באקומען מתנות און נאר ער נישט.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
געריבענער סוחר
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געריבענער סוחר »

שטייט שוין אין שו''ע, ומקום שנהגו ליתן אף לעכ''ם נותנים.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

שטאלצער יוד האט געשריבן:מעג איך פאררעכטן דיין תגובה??

Kosher Travel האט געשריבן:און בכלל איז דא די פלאץ צו מעורר זיין אז נישט איעדער ראצער זאל רעדן צו די פרעסע.

און צו דיהר, יוסי אויך, דיין ארום רייסן זיך מיט דזורלאניסטן און פאליטיקאנטן אויף טוויטער, ווען דו גייסט די גאנצע חסידישע טראגע, איז איבריג און שעדליך .

שוין. איצטער זעה איך איין פארוואס די הייליגע חפץ חיים האט געפסקענט אז מען טאר נישט לויבן איינעם צופיהל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורך ימים אשביעהו »

Kosher Travel האט געשריבן:איך שרייב דא, ווייל איך האב געלייענט פון א צווייטע חבר אין קרעשטמע "איך בין נישט דיין עבד". ער זאגט זייער גוט. ער איז גערעכט. איך האב געוואלט מוסיף זיין צו זיין תגובה, אבער... איך האב נישט געוואלט פארדרייען דעהם אשכול... מאך איך א נייע.

עס איז נישט קיין סוד. א "חלק" מאנ"ש ווייסן פשוט און גראד נישט וויאזוי זיך אויפצופירן מיט פשוטע מענטשליכקייט. מען דארף וויסן אז מיהר זענען די אתה בחרתנו. האקט נישט קיין טשייניק אז דער גוי פיהרט זיך נישט אויף בעסער, ווייל:
1) ער זאגט נישט שלא עשנו גוי
2) ער זאגט נישט אתה בחרתנו
3) ווען איין גוי פיהרט זיך נישט אויף איידל אויפן פליגער, זאגט איעדער איינער "עפעס א מעשוגענער". משא"כ ווען נאר "איין" איד טומעלט אויפן פליגער, זאגט איעדער גוי, "די אידן!". יושר? ניין! אינטסעמיטזם? זיכער! אבער אזוי ארבייט עס. כל ישראל ערבים זה לזה.

ווען א גוי האלט דיך אויפן די טיהר, און די טראכטס אין קאפ "בשבילי נברא העולם", וויך אויך "הם לא נברי אלא לשמשיני" וכדומה, איז נאך א האלבער צרה. אבער פיהר זיך אויף נארמאל! זאג כאשטיג "טענק יו".

having said all that...
איך אזוי... פאר איך מיך אויפן גארדן סטעיט מיטאג צייט פרייטיג. א מחי', ליידיג... נישט ווי א גאנץ וואך זעקסע צייט... אין דערמיט קומט צו פליען א ניסען אדעסי מיניווען, קאט אריין רעכטס און לינקס. פארשטייט זיך משלנו. אלע דרייווערס קיקן מיט קריציגע אויגן... איך ווייס נישט ווי זיך אהינטוהן פאר בושה... איך בין שוין אזוי ברוגז אויף דעהם חילול השם'ניקער... איך רעג זיך!

פינעף מינוט שפעטער... א ליטוואק מיט זיין רביצן איז סטאק אויף די זייט... מסתם פאהרט ער פון לעיקוואד אויף שבת צום אין לאסס...
נו... האט איינער פון די "נארמאלע מענטשליכע" גויים זיך אפגעשטעלט? וואס ווען. מיטאמאהל געבליקט אויף דעהם אומבאהאלפענעם... ווער האט זיך יא אפגעשטעלט? ווער איז שוין געלגען אינטרן קאר אין געהאלטן אינמיטן טוישן די ספעיר טייער??? אונזערס א ידיד. איך האב זיך ממש ציוויינט... אויף איהם בין איך געוועהן ברוגז?

ממילא הערט מיר אויס אלע חברים. יא, מען מוז זיין מענטשליך. יא, מען דארף זיך אויפירן נארמאל. אבער... די ערגסטע איד איז בעסער ווי די בעסטע גוי! ווער רעדט נאך פון אונזרע אנשי שלומיני, היימישע חסידישע אידן, ווארעם צו איעדע דבר שבקדושה און אייביג גרייטן צו טוהן כל מיני חסד פאר א צווייטען. איך בין proud צו זיין א חלק פון די גרופע. פון די חאניאקן. מיהר זענען אלע ברודער. אחים לדעה. יא, מיהר קענען טוהן פאני זאכן אמאהל אמאהל... יא, מיהר קענען זיין אסאך מאהל איגנארענט. אבער מיהר זענען נאך אלץ דאס אתה בחרתנו. מי כעמך ישראל!

זייער גוט ארויסגעברענגט איך גלייב אז אונזערע סעלף העיטערס וואס אונז האב מיר קעניינע הארע בשפע לעצטנס וואס וואלטן זיך מחי' געווען צו קענען טייטלען מיט אזא ציטאט איז אייוועלט צו כשר צו ליינען אבער עס מיז ארויסגעברענגט ווערן אז עס קומט פשוט פון אנדערע מענטעליטי יעדר קען מעיד זיין פון פילע עפיזאדן ווי אידישע קינדער זענען געגאנגן א סטעפ אהעד און נישט נאר פאר אייגענע
און אדרבה יעדער איז מכובד...
אורך ימים אשביעהו
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורך ימים אשביעהו »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:מענין לענין:
מיין פלונית'טע איז געגאנגען די וואך איינקויפן אין קאסקא (בגלילות מאנסי), טרעפט איר א שיקסע און וואונטשט איר 'העפפי פורים'.
זי פארציילט אז זי וואוינט אין עירמאנט, און יעדעס יאר פורים באקומט זי פון אידישע שכנים מתנות פאר אירע קינדער.
זיי קענען זיך קוים דערווארטן אויף פורים.

דאס דערמאנט מיר פון אלס קינד, ווי מיר האבן פורים געשיקט געבעקס פאר אונזער איינציגער גוי'אישער שכן, א רעטייערטער פאליציי-אפיציר, כדי ער זאל נישט פלאצן פון קנאה זעענדיג ווי אנדערע שכנים באקומען מתנות און נאר ער נישט.

א שיינע שטעטלדיגע מעשה וואס וועט טאקע נישט געשען מיט איינער וואס וואנט און א ריזיגע דעוועלאופמענט אבער גיט ארויסגעברענגט די מי כעמך ישראל און אפילו און שטאט אויף איר שטייגער לייף סטייל איז זיכער דא ענליכס
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

קאטשקע אויפן וואסער האט געשריבן:מענין לענין:
מיין פלונית'טע איז געגאנגען די וואך איינקויפן אין קאסקא (בגלילות מאנסי), טרעפט איר א שיקסע און וואונטשט איר 'העפפי פורים'.
זי פארציילט אז זי וואוינט אין עירמאנט, און יעדעס יאר פורים באקומט זי פון אידישע שכנים מתנות פאר אירע קינדער.
זיי קענען זיך קוים דערווארטן אויף פורים.

דאס דערמאנט מיר פון אלס קינד, ווי מיר האבן פורים געשיקט געבעקס פאר אונזער איינציגער גוי'אישער שכן, א רעטייערטער פאליציי-אפיציר, כדי ער זאל נישט פלאצן פון קנאה זעענדיג ווי אנדערע שכנים באקומען מתנות און נאר ער נישט.

מיין זיידע אין באבע האבן געוואוינט אין די פראדזשעק' סט אין וויליאמסבורג האבן זיי געגעבן משלוח מנות פאר זייער גאנצע שטאק
( איך אין מיין יונגע קאפ געדענק איך עס ווייל איך האב געציטערט וויאזוי באבי האט נישט מורא אריינצוקלאפן ביי די שווארצע גוים )
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

א חברים וואלענטיר פון פילדעלפיע איז געווען אין לעיקוואוד ווען ער האט געזען א גוי מיט א פלעט טייער, ער האט זיך אנגעטראגן צי פארעכטן אין נישט געוואלט נעמען קיין טיפ נאר געגעבן א חברים קארטל ווי עס שטייט אויב מען וויל געבן א נדבה פאר חברים.
די גוי זייענדיג א פאפאלער מענטש האט ארימגעשיקט פאר טויזנטער נאכפאלגערס די מעשה. עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם.
מען קען הערן א אינטערוויא אויף קול מבשר 114 היינט
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

אויף קול מבשר 114 איז דא א אינטערוויא פין א איד וואס האט געראטעוועט מענטשן פון א איבערגעדרייטע קאר ווער עס האט די ווידיא זאל עס פליז ארויפלייגן
Quadrillion
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2018 6:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Quadrillion »

בבל האט געשריבן:אויף קול מבשר 114 איז דא א אינטערוויא פין א איד וואס האט געראטעוועט מענטשן פון א איבערגעדרייטע קאר ווער עס האט די ווידיא זאל עס פליז ארויפלייגן
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

Quadrillion האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:אויף קול מבשר 114 איז דא א אינטערוויא פין א איד וואס האט געראטעוועט מענטשן פון א איבערגעדרייטע קאר ווער עס האט די ווידיא זאל עס פליז ארויפלייגן

very intrsting story
אור
שר שלשת אלפים
תגובות: 3229
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אור »

Quadrillion האט געשריבן:
בבל האט געשריבן:אויף קול מבשר 114 איז דא א אינטערוויא פין א איד וואס האט געראטעוועט מענטשן פון א איבערגעדרייטע קאר ווער עס האט די ווידיא זאל עס פליז ארויפלייגן
4 מענטשן זענען געווען אין די איבערגעדרייטע קאר - טייט צוגעבינדן מיט די קאפ אראפ און גארניטש געקענט טוהן - צענדליגע מענטשן פליען דורך און קיינער שטעלט זיך נישטש אפ נאר א היימישע אינגערמאן פון מאנסי !!! מי כעמך ישראל
כמים שאין להם סוף
שר האלף
תגובות: 1310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כמים שאין להם סוף »

בבל האט געשריבן:אויף קול מבשר 114 איז דא א אינטערוויא פין א איד וואס האט געראטעוועט מענטשן פון א איבערגעדרייטע קאר ווער עס האט די ווידיא זאל עס פליז ארויפלייגן

https://www.dropbox.com/s/qma4m13nok3vo ... 0.mp4?dl=0
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

נישט נארמאל! קאר נאך קאר פארט אדורך און גאאאאאאאאאארנישט... כאילו לא היה. ווען איך זע עס נישט וואלט איך עס נישט געגלייבט
בבל
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בבל »

פון די אשכול עס ברענט א פייער פון האס


Kosher Travel האט געשריבן:איך נישט וואס מוסף צו זיין, צו אלעס וואס איך האב שוין געשריבן מערערע מאהל. אבער איך קען מיך דאך נישט איינהאלטן.

- הלכה הוא בידוע איז alive and strong. מען האט אונז פיינט, פשוט ווייל מיהר זענען אידן. דער גוי האט פיינט דער איד, דער פרייער איד האט פריינט דעהם ארטאדאקס, און דער מאדערען ארטאדאקס (נישט אלע ח"ו), האלטן די חדרדים און חסידים פאר צירוקגעבליבן. וואס קענען מיהר טוהן? דאווענען, און האבן אהבת ישראל. גענוג וואס מען האט אונז פיינט פון אינדרוסען. טייערע אידן, לאמיהר ארויסווייזן אהבת ישראל. פאר איעדן איד. און אוואדאי פאר די צובראכענע אידן וואס דרייען זיך צווישן זיך.

- פיהר זיך אויף נארמאל! ניין, איהר דארפט נישט אויפהערן טוהן נארמאלע זאכן, ווייל וואס וועט דער גוי זאגן. איהר מעגט האבן מער ווי צוויי קינדער, א דאגי מיט א קעצי. אבער מעשוגענע זאכן דארף מען נישט טוהן!!! ווען דער גוי האלט דיהר אפן די טיהר אין פאלעסעיד מאלס, זאג איהם ישר כח! יא, זאג ארויס, מיטן מויל, הויעך און העפליך, מיט א שמייכל, Thank You!. טראכט נישט דאן, בשבילי נברא העולם והם לא נברא אלא לשמשיני... קוק וויאזוי גדולי ישראל האבן זיך אויפגעפיהרט! עס איז באקאנט אז הרב גרינוואלד, וואס לעבט אין תורה, ווען ער האט געוואינט אין א אפראטמענט בילדינג אין ווילאמסבורג, האט ער געהאלטן די עלעוועיטער טיהר ווען א מאמע מיט א קערידזש איז געקומען, און ער האט געגעבן א שאקל מיטן קאפ. א מוסטער פון א איד וואס האט זיך געהיטן די אויגן, און אין דער זעלבער צייט געהאט אהבת ישראל מיט גמילות חסד!

- מאך א קידוש השם ווי איהר גייט! צו דאס איז אין שפיטאל, צו דאס איז אין מאל, צי אין מאטאר וויקעל. סקיפ נישט די ליין! איי דער גוי טוט עס אויך? דער גוי האט נישט קיין אחריות פון כל ישראל ערבים זה לזה!

איך האב געהאט אסאך צו טוהן מיט נישט אידן, און ב"ה, איך קען זאגן אז איך האב געמאכט א קידוש השם! מער ווי איין מאהל, האט מען געזאגט פאר מיין ווייב מיט מיהר, "מיהר האבן נישט געוויסט אז די חסידים זענען פלעינע נארמאלע, און נאך זייער גיטע מענטשען". איך רעדט דא פון א judge, court officers, social workers, ועוד, ועוד. מאך זיכער, אז ווען איהר האט שוין יא אן אפיר מיט נישט אידן, אז זיי זעהן, אז די אלע סאושעל מידיע וואס פיטערן זיי, איז ליגענט, און נישט ח"ו, אז זיי זאלן זעהן אז עס איז אמת.

לעבט באשיידן. מען איז דאך אין גלות. רייס נישט אויף די אויגן.
אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלפיים
תגובות: 2657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

Re: ביסט א היימישער איד, זיי א מענטש און מאך א קידוש השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער שמואל »

גענומען פון דעם אשכול
viewtopic.php?p=2568034#p2568034
אטעטשמענטס
בדשזלי.JPG
בדשזלי.JPG (101.81 KiB) געזען 607 מאל
איך בין גערעכט 98 פראצענט פון די צייט.
וועם גייט אן די איבעריגע 3 פראצענט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35246
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: ביסט א היימישער איד, זיי א מענטש און מאך א קידוש השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אין אריזאנע בכלל טוט יעדער גריסן יעדן, איר קענט קריכן אויף טרעילס אדער שפאצירן אין גאס און קיינער וועט אייך נישט פארגעסן צו גריסן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: ביסט א היימישער איד, זיי א מענטש און מאך א קידוש השם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

farshlufen האט געשריבן:אין אריזאנע בכלל טוט יעדער גריסן יעדן, איר קענט קריכן אויף טרעילס אדער שפאצירן אין גאס און קיינער וועט אייך נישט פארגעסן צו גריסן.

די לעצטע יאר, בשיטה גריס איך איעדען אין מאנסי. און אוודאי שבת, זאג איך א שיינע גוט שבת. נישט קיין חילוק צו עס איז א בנש"ק (לויט זיין לבוש), צו א מאדערען ארטאדאקס מיט א וועדינג רינג אויף די פינגער אן א היט. האט ער מיך ליעב, זייער גוט. קען ער מיך נישט ליידן, נאך בעסער.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”