יא, עס הערשט א חלל! - סגולות, קורסן, משפיעים ומה שביניהם

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

יא, עס הערשט א חלל! - סגולות, קורסן, משפיעים ומה שביניהם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

יאנקעלע איז א פערצן יעריגער בחור'ל, ער געפינט זיך אין ישיבה אין א פיינע מסגרת. כל-זמן יאנקעלע איז געווען א יונגל, האט זיך גארנישט ספעציעל אנגעזען אויף אים, ער איז געזעצן אין חדר, געלערנט, געשפילט, געווען א וואויל יונגל און גארנישט האט זיך אנגעזען אויף אים, עפעס באזונדער מער פון אנדערע קינדער.

לעצטע יאר צייט איז עס געשען!

די עלטערן, מחנכים און אפילו חברים פון יאנקעלע, האבן אנגעהויבן שפירן אז עפעס קומט פאר מיט יאנקעלע, מען האט נאר נישט געקענט אנטאפן וואס פונקטליך. יאנקעלע האט אנגעהויבן צו זוכן, זוכן, פשוט זוכן. איין טאג האט ער זיך אריינגעזעצט אין בריסק און דורכגעהאקט גאנץ קצות-החושן, נעקסטער טאג איז ער געזעצן אין ברסלב'ער שטיבל און דורכגעלערנט ליקוטי מוהר"ן, אויפצומארגנס האט ער געזוכט ווי אזוי מען קען האקן א לעבן, געפארן דורכאקערן גאנץ מדבר יהודה און געזוכט וואו מען קען פארן עקספלאדירן א וועלט וואס מען האט נאכנישט עקספלאדירט. קומענדיגע וואך איז ער געווען פארנומען מיט תורת חב"ד, דא האט ער געפינען א נאנטע משפיע, רבי אלימלך בידערמאן, אויפצומארגנס איז ער געווארן א פסיכאלאג און קומענדיגע וואך איז ער געלעגן בעומקי הקבלה.

וואס איז געשען מיט יאנקעלע? - יאנקעלע זוכט, ער זוכט. ער געפינט נישט זיין סיפוק אין טאג טעגליכן לעבן, און זוכט עפעס, אפשר זיך אליין...

...
כלל ישראל אין יארע 2017
אידישע קינדער זענען וואויל און גוט, שטרעבן צו טון דעם רצון השם און טוען אלעס צו זיין גוטע ערליכע אידן. אבער אין די לעצטע יארן איז עפעס געשען, עפעס, מען קען נישט פונקטליך אנטייטעלען וואס, אבער עפעס אין א דירעקציע קען מען ווייזן.

פון איין זייט איז געווארן א וועלט פון סגולות און קברים. דעם אלטן תהילימ'ל איז שוין נישט גענוג, מען דארף שוין עפעס פריש, דא איז עס עיני ישועה, דא כולל חצות מיט תהילים כולל. אט האט מען געפינען א נייעם קבר וואס קיינער האט נאכנישט געהערט דערפון, אבער מענטשן שווערן זיך אז מען זעט ישועות מיט רפואות, און דא אדווערטייזט קול מבשר אז מען טראגט א זילבערנעם פיר עקיגן רינגל, גע'טובל'ט מיט כוונות, ווערט מען געהאלפן מיט אלעמען גוטן.

ווידער פון די אנדערע זייט, איז געווארן א וועלט פון קורסן, עס קורסט זיך אוועק אין גרויסן. דער זאגט צי סעלף קאנפעדענט, דער זאגט צי אז די ביזנעס וועט וואקסן ווי קיינמאל פריער, דא איז שבת קרבתנו און דא איז שבת שלהבת. דא קורסן חתנים, דא בר-מצוה בחורים און עס פעלט נישט קיין סך עס זאל ווערן קורסן פאר חאלאקע מיט שבעה. מענטשן לאזן זיך קאסטן אלפים און רבבות און הענגען זיך אן אין א האר, האפנדיג און גלויבנדיג אז פון דעם קורס וועט קומען די ישועה.

אט דא איז רבי אלימלך בידערמאן מיט טויזנטע אידן, דא געפינט זיך ר' צבי מאיר זילבערבערג, קאסובער רבי, ר' מאטל זילבער. פון די אנדערע זייט דרייען זיך ר' דוד אבוחצירא, ר' יאשיהו פינטו ועוד, בשעת ווייטער אראפ פארמאגט איר פד"ה רחלין, המאי"ר לעדרים, החלבן, חדשים מקרוב באו - ספרדי'שע בעלי תשובה און מפוקפק'דיגע מענטשן וועלכע ווערן איבערנאכט משפיעים, אבער חסידי'שע אידן שווערן זיך אין זייער העכערקייט און סגולות, און מען לויפט זיי נאך אין די מאסן.

דער עולם זוכט - מען האט נישט קיין סיפוק.

וואס איז דא געשען?
הכנעה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 05, 2017 10:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הכנעה »

חסדי אבות
שר האלף
תגובות: 1169
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסדי אבות »

קאזאבלאנקא האט געשריבן:א דור יתום, ווער ס'וויל קען זיך ערקלערן טאטע
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

העי, טעיק איט איזי. וואס איז מיט פרנסה?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

צו וואס פעלט אויס צו דערמאנען נעמען?
אשלג
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 05, 2016 10:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשלג »

אזא טאפ צו מישן... יא! ס'איז א אנגעפילטע וועלט! משפיעים, קורסן, סגולות וכו' אמאל זענען נישט געוועהן די זאכן ס'האט געהערשט א חלל. ב"ה אז אונז לעבן אין אזא דור! מיש נישט דא אריין די ישועות סקעם'ס אין מקומו בעולמינו....
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

אשלג האט געשריבן:אזא טאפ צו מישן... יא! ס'איז א אנגעפילטע וועלט! משפיעים, קורסן, סגולות וכו' אמאל זענען נישט געוועהן די זאכן ס'האט געהערשט א חלל. ב"ה אז אונז לעבן אין אזא דור! מיש נישט דא אריין די ישועות סקעם'ס אין מקומו בעולמינו....

משפיעים, קורסן, סגולות איז אלעמאל געווען, נאר נישט געווען קיין קןנים דערפאר, יא עס איז געווען א חלל אין אזויפיל נצרכים פאר דעי זאכן ווי וויפעל עס איז היינט דא
לעצט פארראכטן דורך פרידן אום דאנערשטאג מאי 25, 2017 11:52 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
גלאזער
שר האלפיים
תגובות: 2222
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלאזער »

חסדי אבות האט געשריבן:
פון איין זייט איז געווארן א וועלט פון סגולות און קברים. דעם אלטן תהילימ'ל איז שוין נישט גענוג, מען דארף שוין עפעס פריש,
וואס איז דא געשען?

ווער ס'האט דעם אלטן תהלימל אים איז עס שוין איינמאל גענוג ער דארף נישט עפעס פריש.

וואס איז געשען? ווילאנג דער מסורת אבות איז געווען זיס הייליג אם ראשונים איז געווען די בליק אז כמלאכים, און דאס איז געווען די שטרעבונג צו האבן דערין א נגיעה מתי יגיעו מעשי למעשי אבותי האט גארנישט געפעלט. ווארן אלעס איז זייער קלאר דער אמת שיינט, נישטא קיין זיסערס ווי וויסן דעם אמת און שטרעבן צו גיין דערמיט.

אבער... אז מה בצע כי שמרנו משמרת אבותינו פיגורירט, מ'זוכט חדשות דאס אלטע האט עקספייערט שוין נמאס געווארן צו פלעין, עפעס טיפער, דיפרענט, סטייליש, ס'איז נייע ווינטן תשסעווענטין איט איז, הייבט מען אן צו זוכן ישועות אין די פרעמדע גאס און מ'וויל זיך רעדעפיינען און אוודאי קען מען נישט וויל אין אומתנו אומה אלא בתורה המסורה מאבותינו בלי שינוי, אלקיהם אלקינו, דתם דתינו, תורתם תורתינו.
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:צו וואס פעלט אויס צו דערמאנען נעמען?


צוקער זיס אזוי גוט אראפגעלייגט.
ער פארשעמט נישט הגה״צ רבי אלימלך בידדערמאן, פונקט ווי ער פארשעמט נישט כולל חצות און עיני ישועה.

דאס איז היינט די תורה חדשה.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

הנה ימים באים נאום ה' והשלכתי רעב בארץ, לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

אמן, און ביז די ימים באים, זאל דער בורא עולם העלפן ס'זאל נישט מקוים ווערן לא רעב ללחם רק לסטעיק וסושי ומעדיטעישען ולא צמא למים רק ליין וקומזיץ.
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ווער רעדט דא פון סושי און קומזיץ? טונקעלע ברילן נעבעך.
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

רישא לאו סיפא..
אדער איז עס נישטא אדער איינער וואס וואגט צו לאכן דערפון א טונקל בליקער..
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”